נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ארטיפישעל אינטעליזשענס - AI

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך פאברואר 13, 2019 5:30 pm

א דאנק פאר די שיינע ברייטע הסברים.

די פראגע איז נאר, פארוואס קען רוסלאנד און יאפאן א.א.וו. יא באשטיין צו גיין מיט כינע? וואס איז אמעריקע אנדערש פון זיי?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3067
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:30 am

דאס איז פאר ענק, דעבארעמדיגער און Spusmn.

די פרעזידענט האט דאס פריער געטוויטערט:
I want 5G, and even 6G, technology in the United States as soon as possible. It is far more powerful, faster, and smarter than the current standard. American companies must step up their efforts, or get left behind. There is no reason that we should be lagging behind on something that is so obviously the future. I want the United States to win through competition, not by blocking out currently more advanced technologies. We must always be the leader in everything we do, especially when it comes to the very exciting world of technology!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:09 pm

א קאמפליצירטע מעדיצין איז געווארן דעזיינט, צאמגעשטעלט און אויספראבירט אין רעקארד שנעלקייט, בלויז 46 טעג, וואס איז 15 מאל שנעלער ווי די געווענליכע צוויי-דריי יאר.

דאס איז צושטאנד געקומען דורך AI. דאס איז די ערשטע מאל וואס AI האט געשאפן א פרישע דראג, און איבערגענומען די ארבעט פון צענדליגע טאלאנטפולע פארמא ריסוירטשערס.

https://www.leafscience.org/a-new-era-b ... ated-by-ai
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

programmer
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:15 pm

וואס הייסט? די בעלי חיים וואס מען האט עס פארבירט אויף זיי זענען פראגרעמירט געווארן?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:53 pm

די AI איז בעיקר גענוצט געווארן ביים דעזיינען און אויפקומען מיט די קאמפליצירטע מאלעקיולס, אבער אויך צו סקרינען וועלכע פון די פאטענשאל קאנדידאטן פארן אינעם גוטן ריכטונג. אויף דעם איז גענוג איינצעלנע צעלן אין א petri dish.
פראבירן אויף בעלי חיים איז א שפעטערע פאזע, ווען דער מעדיצין איז שוין צאמגעשטעלט און די שאלה איז נאר ווי ווירקזאם עס איז.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:44 am

פונקט קומט יעצט די זעלבע סארט נייעס פון א צווייטע ריכטונג.

א machine learning מאדעל האט זיך געלערנט פרעדיקטן די אויסקום פון כעמיקאלע רעאקציעס אסאך פונקטליכער ווי טרענירטע כעמיקער, און קען פארשלאגן וועגן וויאזוי צו מאכן קאמפליצירטע מאלעקיולס, צושטעלנדיג די "מאפע" וויאזוי אנצוקומען צום ענד פראדוקט.
גוט טרענירטע כעמיקער קענען פרעדיקטען ריעקשאנס מיט ארום 80% אקורעסי, אבער דער אלגאריטם איז צוגעקומען צו איבער 90%. נאך מער, עס ווייסט וואס עס ווייסט נישט, און צייגט אן וואו די פרעדיקשענס זענען נישט זיכער. דאס נעמט אוועק אסאך קאסטבארע עקספערימענטן.

דער "GPS פאר כעמיסטרי" קען האבן א מאסיווע השפעה אויף דראג דיסקאווערי, מאטעריאל סייענס, און הונדערטער אנדערע אספעקטן פון לעבן. די פארשער האפן אויך אז עס וועט קענען גענוצט ווערן צו אנטדעקן פרישע געזעצן און טעאריעס אין כעמיסטרי.

https://techxplore.com/news/2019-09-ai- ... cines.html
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:17 am

קומט נישט עכט אינגאנצן דא (אביסל יא, זע ווייטער), אבער איך האב נישט יעצט גענוג צו שרייבן אויף צו עפענען א באזונדערע אשכול.

גוגל האט ערצייגט א פראטאטייפ פון א נייע קאמפיוטער, וואס האט אויסגערעכנט א קאלקולעישאן אין דריי מינוט מיט צוואנציג סעקונדעס.
נו וואס איז די רבותא, פרעגט איר? די רבותא איז, אז פאר די וועלטס שנעלסטע סופער-קאמפיוטער, Summit, וואלט די זעלבע קאלקולעישאן גענומען ארום צען טויזנט יאר!

דער חילוק צווישן דער שנעלסטער קאמפיוטער פון ביז יעצט און וואס גוגל ארבעט אויף איז בערך ווי דער חילוק צווישן ציילן מיט די פינגער איין נאמבער פער סעקונדע און נוצן א מאדערנע 2Ghz קאמפיוטער. זאכן וואס זענען אוממעגליך ווערן גאנץ פשוט און נייע האריזאנטן עפענען זיך.

googlequantumcompb1.JPG
googlequantumcompb1.JPG (67.88 KiB) געזעהן 1254 מאל


די רעדע איז פון א קוואנטום קאמפיוטער, וואס איז נישט אינגאנצן א נייע געביט, אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס א קוואנטום קאמפיוטער איז געווען גענוג פארגעשריטן און סטאביל אויסצורעכענען עפעס וואס א געווענליכע קאמפיוטער קען נישט.
גוגל איז נישט די איינציגסטע אינעם פעלד, פארשטייט זיך, און די קאמפעטישן רעכנט אריין IBM און אינטעל, שוין אפגערעדט פון טשיינע. כאטש עס וועט נאך נעמען צייט ביז קוואנטום קאמפיוטערס קענען פראקטיש גענוצט ווערן, איז עס אבער שוין נישט קיין ווייטע פאנטאזיע. גוגל שאצט אז זיי וועלן זיך אנטוויקלען אין double exponential rate, וואס מיינט אסאך שנעלער ווי געווענליכע קאמפיוטערס האבן זיך אנטוויקלט.


דאס קען ממש טוישן די וועלט בלי גוזמא. רעדנדיג נאר פונעם נושא פונעם אשכול, דער עיקר שוועריגקייט מיט AI איז אויפצוקומען מיט קלוגע אלגאריטמס און סאפיסטיקירטע מאדעלס, ווייל פשוטע brute force אלגאריטמס זענען צו שטאט צו זיין פראקטיש. עס איז כמעט נישט דא קיין זאך וואס א קאמפיוטער וואלט נישט געקענט קענען בעסער ווי א מענטש שוין יעצט, אויב באקומט ער א יאר צייט צו רעכענען...
איינמאל קוואנטום קאמפיוטערס קענען ווערן פראקטיש באנוצט, וועט עס טוישן דעם פעלד פון AI (ווי אויך קריפטאגראפיע, כעמיסטרי, פארקעסטס, און צענדליגע אנדערע) כמעט איבערנאכט. און אפילו נאך פאר פערסאנעל קוואנטום קאמפיוטערס, וועלן זיי גענוצט ווערן דורך אינסטיטושענס און גרויסע קאמפאניס צו טרענירן די קאמפליצירטע מאדעלס און אליינס אויפקומען מיט די קלוגע אלגאריטמס, וואס וועלן קענען לויפן אויך אויף פשוטע קאמפיוטערס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:30 am

וויפיל מענטשן האבן פארלוירן זייער דזשאב ווען די ניי מאשין איז ארויסגעקומען.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:05 am

אויב מיינט איר "נייע" מאשין, איז עס נישט קיין מאשין וואס איר קענט קויפן אין געשעפט. עס איז א פראטאטייפ וואס האט דערגרייכט א מיילשטיין, און ווייזט אז קוואנטום קאמפיוטינג איז נענטער ווי געראכטן (און זיכער נישט קיין פאנטאזיעס, ווי טייל האבן נאך ביז לעצטענס געהאלטן)

וויפיל מענטשן גייען פארלירן זייערע דזשאבס איז שווער צו זאגן. דאס ווענדט זיך ווי לאנג ארום עס וועט ארויסקומען און וויפיל דזשאבס וועלן נאך זיין :wink:


און אויב מיינט איר טאקע "ניי מאשין", באלאנגט עס ענדערש אינעם אויטאמאציע אשכול. אבער אין קורצן: די ניי מאשינען זענען געווען גרויסע קלעצער וואס האבן ווייטער געדארפט האבן מענטשן צו קענען ארבעטן. און כאטש מענטשן האבן געדארפט זיין ווייניגער געלערנט און געקענט טון די ארבעט שנעלער, און דערפאר זענען ווארקינג קאנדישענס ערגער געווארן (ביליגערע געצאלט פאר לענגערע און ראבאטישע ארבעט), איז עס אבער געווען א חילוק בעיקר אין קוואנטיטעט און נישט קוואליטעט. דאס, צוזאמען מיט די העכערע פארלאנג פאר ביליגע קליידונג, האט געמאכט אז עס זאלן נישט ווערן צופיל ארבעטסלאזע (די אמאליגע shirtwomen זענען געווארן sweatshop workers). אנדערע ערפינדונגען פון די ערשטע אינדוסטריעל רעוואלושען האבן יא געברענגט מאסן ארבעטסלאזע, אבער נישט פונקט די ניי מאשינען.

היינט איז אלעס פונקט פארקערט. די נייע מאשינען לערנען זיך צו טון אליינס די ארבעט (שוין דא general purpose robots וואס לערנען זיך אויס וואס צו טון דורכן זען א מענטש עס טון, און זיי ווערן אלס בעסער). די נייע דזשאבס וואס קומען צו פאדערן דווקא מער געלערנטע מענטשן. און העכערע פארלאנג העלפט נישט ארויס (א פראגראם וואס נעמט איבער איין קאל סענטער ווארקער קען אויך איבערנעמען אלע מיליאנען פון זיי).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 6:45 pm

אומגלויבליך!

א פאראליזירטער מענטש האט "געשריבן", מיט זיין אייגענע האנטשריפט, בלויז מיטן כח הדמיון.
ער האט זיך פארגעשטעלט ווי ער באוועגט זיין ארעם, און דער קאמפיוטער (וואס האט גענוצט neural networks) האט נאכגעמאכט זיינע באוועגונגען מיט 95% אקורעסי ביי א שנעלקייט פון ארום 66 אותיות פער מינוט.

https://www.sciencemag.org/news/2019/10 ... e-his-mind
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 6:56 pm

יענג, איך באלעק מיר מיט דיינע תגובות אין דעם אשכול.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 7:15 pm

ווישוואש האט געשריבן:יענג, איך באלעק מיר מיט דיינע תגובות אין אלע אשכולות.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 8:11 pm

אנגענעם צו הערן. א דאנק אייך ביידע!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 8:12 pm

שרייזשע האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:יענג, איך באלעק מיר מיט דיינע תגובות אין אלע אשכולות.

איך ליין כמעט נישט קיין פאליטישע אשכולות דאהי, סאו..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 8:29 pm

כ'מאך נישט גארנישט אוועק, אבער אז מ'רעדט פון סכנות קען מען זיך טרייסטן אז אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט גייט אונטער גיין, וואס איז?, די וואוקס פון פערדן איז געווען אויף סאך א קלענערע ראטע ווי די וואוקס פון מענטשן. דאס מיינט אז ביז אפאר צענדליג יאר גייט מען נישט קענען טראנספארטירן פון איין פלאץ צום ווייטן בכלל.
נו האט דער כל יכול באשאפן קארס...
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 8:12 am

נו נו, אבער די פערדן זענען אלע געווארן ארבעטסלאז.
א גרויס חלק מענטשן זענען די היינטיגע פערדן, אין די סענס אז זיי קענען נישט טון (אדער עס גייט זיי נעמען היבש צייט זיך צוצופאסן צו) א "נישט נאכמאכבארע" ארבעט, און אלע נאכמאכבארע דזשאבס וועלן די ראבאטן פונקט אזוי נאכמאכן.

איך בין פרא-פראגרעס אלל די וועי. די נייעס איבער שרייבן מיטן כח הדמיון האב איך נישט געברענגט ווייל עס ליגט דערין עפעס א סכנה צו איינעם, נאר ווייל איך בין פול מיט עקסטאז און קען קוים ווארטן צו זען וויפיל די אלע נייע אנטוויקלונגען וועלן פארבעסערן די וועלט און פארגרינגערן דאס לעבן.
אבער דאס נישט האבן קיין אפענע שמועס איבער די סכנות פונעם פראגרעס און וויאזוי זיי צו אדרעסירן איז דווקא עפעס וואס האלט צוריק פראגרעס און ברענגט רעגרעס, ווי שוין ערקלערט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 7:52 pm

אויף Talk to Transformer קען מען שאפן ארטיקלען געשריבן דורך AI. איר דארפט אריינלייגן אפאר ווערטער, און דער קאמפיוטער פרובירט עס צוצוענדיגן.
דאס איז איין ביישפיל (אריינגעלייגטע ווערטער אין באלד):

Will automation cause a crisis?

We see the potential for big automation solutions, but only if we understand the implications and how automation could impact the future of work. The automation of manufacturing is something that I feel is inevitable. What I'd like to see from the automation debate is what we can do to prevent that from happening.

One thing that makes me very concerned about the automation of human labor is the potential for automation to remove some of the jobs that people have done for millions of years in our society. I think the answer to that question is that we must have a clear and well reasoned response for this question. If we do not know how to help keep people's jobs, what is the point? And if we do not know how to help people's jobs, then what does all this talk of self-driving cars and so on mean?

There is another way to think of this issue. If you think about it, we are all in this together. It is the future generations that need to step up and make sure that we make smart choices if we want the automation to


נישט ממש שעיקספעיר, אבער נישט שלעכט.

נאך איינס:

al baghdadi was a student of Sankarapuram University of Engineering from Kurnool in the 1990s. He graduated from Uday Institute School of Engineering in 2005, he joined AIMPLB and took up an MBA program in Kurnool. He started working at AIMPLB as a Project Manager in 2009. He joined Vayu Solutions as a Project Manager in 2011 and became a Managing Partner in 2016. While working at Vayu, he has helped out many startups in areas like online education, e-governance and technology projects.

His passion for tech and startups got him interested in the Indian space. He was one of the initial members of the team that was formed to launch the Indiegogo crowdfunding campaign with the idea of launching an online platform that helps startups raise funds online by selling equity shares in the company. He joined AIMPLB with that initiative in 2012 and helped it in the launch. He is the managing partner of IndiGo Ventures which he joined in 2015.


דאס איז נישט state of the art בכלל, נאר סתם אינטערעסאנט זיך ארומצושפילן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

joegreen
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

נייע טרעדער׳ס אויף די סטאַק מארקעט

תגובהדורך joegreen » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:02 am

https://www.bloomberg.com/news/articles ... push-ahead


JPMorgan Arms Coders With Trading Licenses as Quants Advance
By Viren Vaghela
October 28, 2019, 1:00 AM EDT
Updated on October 28, 2019, 8:20 AM EDT
U.S. bank has grown team of coders it started a few years ago
‘This is about convergence of the trader and quant’: JPM exec

JPMorgan Chase & Co.’s army of coders have gained their deepest foothold on the trading floor, winning licenses to deal in equities.

The biggest U.S. bank got regulatory approvals this month for two coders in London and New York to trade cash equities, with plans for a further eight licenses globally by year-end.




“This is about convergence of the trader and quant,” Jason Sippel, the bank’s head of global equities, said in an interview at its Canary Wharf offices. “It’s moving at warp speed and re-inventing what the trading floor looks like.
Wall Street’s biggest banks have spent billions of dollars in an arms race to automate trading as competition squeezes revenue. JPMorgan plans to spend more than $11 billion on technology initiatives this year. Chief Executive Officer Jamie Dimon said this month keeping up with technology was “critical” in gaining market share.

One wrong move in the high-octane world of equity trading can mean the difference between a winning and losing quarter for the bank, but JPMorgan is placing great faith in its quant revolution.

The lender set up a team several years ago called “Analytics, Automation & Optimization” with a mandate to drive the use of data across sectors like prime brokerage, derivatives and cash trading within its equities unit. Led by Hans Buehler, the unit has grown to about 180 from 86 three years ago, with those dedicated to cash equities nearly doubling to 36 this year. The newly licensed traders come from that group.

“We are hiring coders for equity sales who can tap into the reams of data we have to provide ideas,” said Sippel.


JPMorgan ranked first among global banks in equity derivatives trading in 2018 and third in cash equities, according to data from Coalition Development Ltd. In September, the bank said it had reached $500 billion in prime brokerage balances where it ranks second. In the third quarter, it posted a surprise 5% decline in equity-trading revenue, to $1.5 billion, which the bank blamed on derivatives.

Sippel said his unit has also started developing machine learning-based tools for the trading floor giving the example of “RoboTrader,” a new tool to automate pricing and hedging of vanilla equity options.

“Looking forward,” he says, “we will have much more automation.”

joegreen
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:08 am

Figures show percentage points share change in equity trading revenue from 2015 through the first half of 2019
צוגעלייגטע
E2D3280D-B970-49FE-9F48-B688B4F50FB3.jpeg
E2D3280D-B970-49FE-9F48-B688B4F50FB3.jpeg (107.41 KiB) געזעהן 612 מאל

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 8:31 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'מאך נישט גארנישט אוועק, אבער אז מ'רעדט פון סכנות קען מען זיך טרייסטן אז אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט גייט אונטער גיין, וואס איז?, די וואוקס פון פערדן איז געווען אויף סאך א קלענערע ראטע ווי די וואוקס פון מענטשן. דאס מיינט אז ביז אפאר צענדליג יאר גייט מען נישט קענען טראנספארטירן פון איין פלאץ צום ווייטן בכלל.
נו האט דער כל יכול באשאפן קארס...


די אנדערע צד איז געווען אז סוועט זיין אזויפיל פערדען אויף די גאס אז די צועה וועט אנקימען ביז די קניען
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

עי.איי. טעקסט דזשענערעיטער

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:42 am

'Open AI' האט איצטער ריליעסד דעם פיינעל ׳טעקסט דזשענערעיטער׳ מאדעל,

הייבסט אן צו שרייבן א זאץ, און ׳דער חכם׳ וועט עס צוענדיגן, דיר צושטעלנדיג גאנצע פאראגראפן...

פראבירט עס אויס דא
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 10:52 am

Yang2020 האט געשריבן:אויף Talk to Transformer קען מען שאפן ארטיקלען געשריבן דורך AI. איר דארפט אריינלייגן אפאר ווערטער, און דער קאמפיוטער פרובירט עס צוצוענדיגן.
דאס איז איין ביישפיל (אריינגעלייגטע ווערטער אין באלד):

Will automation cause a crisis?

We see the potential for big automation solutions, but only if we understand the implications and how automation could impact the future of work. The automation of manufacturing is something that I feel is inevitable. What I'd like to see from the automation debate is what we can do to prevent that from happening.

One thing that makes me very concerned about the automation of human labor is the potential for automation to remove some of the jobs that people have done for millions of years in our society. I think the answer to that question is that we must have a clear and well reasoned response for this question. If we do not know how to help keep people's jobs, what is the point? And if we do not know how to help people's jobs, then what does all this talk of self-driving cars and so on mean?

There is another way to think of this issue. If you think about it, we are all in this together. It is the future generations that need to step up and make sure that we make smart choices if we want the automation to


נישט ממש שעיקספעיר, אבער נישט שלעכט.

נאך איינס:

al baghdadi was a student of Sankarapuram University of Engineering from Kurnool in the 1990s. He graduated from Uday Institute School of Engineering in 2005, he joined AIMPLB and took up an MBA program in Kurnool. He started working at AIMPLB as a Project Manager in 2009. He joined Vayu Solutions as a Project Manager in 2011 and became a Managing Partner in 2016. While working at Vayu, he has helped out many startups in areas like online education, e-governance and technology projects.

His passion for tech and startups got him interested in the Indian space. He was one of the initial members of the team that was formed to launch the Indiegogo crowdfunding campaign with the idea of launching an online platform that helps startups raise funds online by selling equity shares in the company. He joined AIMPLB with that initiative in 2012 and helped it in the launch. He is the managing partner of IndiGo Ventures which he joined in 2015.


דאס איז נישט state of the art בכלל, נאר סתם אינטערעסאנט זיך ארומצושפילן.

ביסט זיכער ער מאכט עס אליינס, מיר זעט אויס ווי ער זוכט סתם אויף זאכן אויף די אינטערנעט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 11:13 am

ער מאכט עס אליינס. אבער דער מאדעל איז געטרעינד געווארן אויף אכט מיליאן וועב פעידזשעס.
https://github.com/openai/gpt-2

(ווי געשמועסט איז דא נאך בעסערס, נאר דאס איז אפן פארן פובליק זיך ארומצושפילן)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:03 pm

אקעי... יענג האט נאך צייט, דאס איז שוואכע מעשיות...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 12:24 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אקעי... יענג האט נאך צייט, דאס איז שוואכע מעשיות...


איך האב אים געפרעגט די שאלה... (פראמפט אין באלד)

Is it to early?

I believe that the only way for this to happen is to make the first move, the first move being to get the right president.

There is an American presidential election coming up this year, is it too late for you to back the Libertarian candidate?

No, it is not too late. But, it will be too late for you if you don't get involved right now in a serious way. The sooner you get involved, the more it will help the Libertarian Party.

What is the Libertarian Party's position on gay marriage?

We oppose gay marriage. We do not believe that it should be legal, period. But, we recognize that there are some individuals in this country who are gay, that their marriages are valid, and that we should honor that, but that we should have the right to reject it. I believe that, as a libertarian, that should be your position as well.

When you look at the situation in China, you say, what can America do? I don't know, can America do anything


פון וואו ווייסט ער אז איך פרעג איבער א פרעזידענט? און אז איך בין ליבערטעריען גענויגט? (אפילו טשיינע האט ער דא אריינגעמישט :evil: ) דאס איז שרעקעדיג!

אבער ערנסט, דאס איז נישט די סטעיט אוו די ארט. און אויך איז אמת אז דזשורנאליסטן גייען נישט זיין די ערשטע צו פארלירן זייערע דזשאבס. (כאטש טייל פון זיי, ווי וועטער און ספארטס און פינאנס רעפארטערס, ווערן שוין ערזעצט אין גרויסן)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”