טראמפ אדמיניסטראציע: מיטל-מזרח שלום פלאן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 573
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm
קהל עדתינו האט געשריבן:ר' זעקל האט געשריבן:אין אין איין וועג האטער ציגעווארפען א ביינדעל פאר זיינע חסידים די גלויביגע קריסטען.
און מאר אימפארטענטלי, האט ער איינגעהאלטן זיין קאמפיין פראמיס
דעס אליינס קען אבער נישט זיין די איינצוגסטע ריזען אויב דעס קען פארהארגענען די שלום אפמאך.
אין מיט דעם איז @כאפצים גערעכט.
נאר איך האלט אז ס'גייט נישט פארהארגענען נאר בעסער מאכען.
- פעיק נוז
- שר האלפיים
- תגובות: 2344
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
דאס איז איינס פון די סיבות וואס מאכט מיך טראכטן אז טראמפ האט א טשענס פאר שלום.
צום ערשטן מאל אין צענדליגע יארן האבן נעכטן עטליכע הויכראנגיקע אראבישע דיפלאמאטן זיך עפנטליך אליאירט מיט מדינת ישראל ביים קאנפערענץ אין ווארשע וועלכע איז אראנזשירט דורך די פאראייניגטע שטאטן, נאך זיבעציג יאר וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין אפיציעלע דיפלאמאטישע פארבינדונגען.
נעכטן האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו געהאט א פריוואטע שמועס מיט די אויסערן מיניסטארן פון קואוועיט, תימן, באכרעין, און די אראבישע עמיראטן. דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט באצייכנט דעם באגעגעניש אלס היסטאריש.
פילע אראבישע לענדער, און אזוי אויך אייראפעאישע לענדער, האבן געשיקט צום קאנפערענץ נידריגראנגיקע פארשטייער, און עס ווערט אויך באיאקאטירט דורך די פאלעסטינער. דער איראנער אויסערן מיניסטער האט באצייכנט דעם קאנפערענץ אלס א ״צירקוס״.

פעיק נוז האט געשריבן:דאס איז איינס פון די סיבות וואס מאכט מיך טראכטן אז טראמפ האט א טשענס פאר שלום.
צום ערשטן מאל אין צענדליגע יארן האבן נעכטן עטליכע הויכראנגיקע אראבישע דיפלאמאטן זיך עפנטליך אליאירט מיט מדינת ישראל ביים קאנפערענץ אין ווארשע וועלכע איז אראנזשירט דורך די פאראייניגטע שטאטן, נאך זיבעציג יאר וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין אפיציעלע דיפלאמאטישע פארבינדונגען.
נעכטן האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו געהאט א פריוואטע שמועס מיט די אויסערן מיניסטארן פון קואוועיט, תימן, באכרעין, און די אראבישע עמיראטן. דער אמעריקאנער סעקערטערי אוו סטעיט פאמפעאו האט באצייכנט דעם באגעגעניש אלס היסטאריש.
פילע אראבישע לענדער, און אזוי אויך אייראפעאישע לענדער, האבן געשיקט צום קאנפערענץ נידריגראנגיקע פארשטייער, און עס ווערט אויך באיאקאטירט דורך די פאלעסטינער. דער איראנער אויסערן מיניסטער האט באצייכנט דעם קאנפערענץ אלס א ״צירקוס״.
די נישט שלום מאכען ביז יעצט האט נישט מיט דעי לענדער וואס די רעדסט.
- פעיק נוז
- שר האלפיים
- תגובות: 2344
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך רעד נישט ספעציפיש פון די לענדער און איך מיין אויך נישט צו זאגן אז דאס 'גייט' ברענגען שלום, איך ברענג ארויס, אז די קלימאט וואס מען זעהט זייט טראמפ איז אין אפיס, אז די רידזשענעל לענדער רוקן זיך נענטער צו מדנ"י און זענען מער גרייט צו ארבעטן מיט אמעריקע, מיינט זייער אסאך.
נאכמאל גארנישט איז נישט גאראנטירט און איך זאג נישט אז עס גייט זיין שלום, איך ברענג נאר ארויס פארוואס עס קען זיין אז יעצט מיט רטאמפ קען עס "אפשר", "אולי", ארבעטן.

- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12526
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
די סוני לענדער ווילען נישט קיין שלום לעזונג (זיי האבען זיך נישט געטוישט אויף דעם און וועלען זיך נישט טוישען), נאר האבען איין כוונה, אז אמעריקע מיט מד"י (אדער מד"י מיט אמעריקע) זאלען פארניכטען די אויבער האנט וואס איראן (די שיאיטיען) האט אויף זיי.
דער מיניט וואס דאס געשעהט (און איך שוידער צו טראכטען וואס דאס מיינט, און האף אויף א ישועה מן השמים ולא ע"י בשר ודם) גייט אלעס צוריק צום אלטען. זיי טוען דאס פאר א סיבה און דאס איז דער איינציגסטער סיבה.
מעטיס האט טראמפ פארשיקט פאר זיך קעגען שטעלען די "מילטערישע" פלאן פאר איראן. ער האט געוואלט אנהאלטען דער שטאטוס קווא מיט דער איראן דיעל פון אבאמא.

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12526
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
און נאכען זיין אין דרויסען, וואס דעמאלט? עס גייט אין ערגעץ נישט ווי שוין מערערע מאל אויס געשמועסט.
אבער טראמפ וועט קענען זאגט אז "דאס" האט ער אויך פראבירט, ווי אלע פרעזידענטען פאר אים. פאר אים (אפילו ס'גייט אין ערגעץ נישט) איז עס א גרויסע געווינס.
אויך גיבט עס די היתר פאר די סוני ארבישע לענדער צו זיצען און מיט ארבעטען מיט מד"י (ווייל מען ארבעט דאך אויף שלום). צוויי פייגלעלך געשאסען מיט איין קויל.
אבער טראמפ וועט קענען זאגט אז "דאס" האט ער אויך פראבירט, ווי אלע פרעזידענטען פאר אים. פאר אים (אפילו ס'גייט אין ערגעץ נישט) איז עס א גרויסע געווינס.
אויך גיבט עס די היתר פאר די סוני ארבישע לענדער צו זיצען און מיט ארבעטען מיט מד"י (ווייל מען ארבעט דאך אויף שלום). צוויי פייגלעלך געשאסען מיט איין קויל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- פעיק נוז
- שר האלפיים
- תגובות: 2344
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
SPUSMN האט געשריבן:די סוני לענדער ווילען נישט קיין שלום לעזונג (זיי האבען זיך נישט געטוישט אויף דעם און וועלען זיך נישט טוישען), נאר האבען איין כוונה, אז אמעריקע מיט מד"י (אדער מד"י מיט אמעריקע) זאלען פארניכטען די אויבער האנט וואס איראן (די שיאיטיען) האט אויף זיי.
דער מיניט וואס דאס געשעהט (און איך שוידער צו טראכטען וואס דאס מיינט, און האף אויף א ישועה מן השמים ולא ע"י בשר ודם) גייט אלעס צוריק צום אלטען. זיי טוען דאס פאר א סיבה און דאס איז דער איינציגסטער סיבה.
מעטיס האט טראמפ פארשיקט פאר זיך קעגען שטעלען די "מילטערישע" פלאן פאר איראן. ער האט געוואלט אנהאלטען דער שטאטוס קווא מיט דער איראן דיעל פון אבאמא.
איך בין מיט דיר איבער זייער כוונה, אבער טראמפ קען זיי זאגן: די ווילסט מיט מיר מאכן געשעפטן? גוט! די גיב מיר מדנ"י - פאלעסטינע און איך גיב דיר איראן. מאכט סענס? ער איז דאך א ביזנעסמאן.
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12526
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
זיי קענען אים נישט געבען מד"י אפילו אויב זיי ווילען (ווי אבדולע פון ירדן, סאדאט פון עגיפטען, און באשיר זשומייעל פון לבנון וואס האבען אלע באצאלט מיט זייער לעבען פאר דעם), ווייל דענמאלט זענען זיי מער נישט אין ביזנעס.
וואס ווערט געזאגט פון זיי איז נאר צייטווייליג און פאדערט זיך אויפען מיניט אבער מיינט גארנישט.
דער איינציגסטע וואס זיצט נאך אויפען בענקעל און ארבעט מיט מיט מד"י איז סיסי (וואס מד"י העלפט אים זיצען אויפען בענקעל), אבער קיינער ווייסט נישט ווי לאנג דאס קען אנהאלטען.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gevald Geshrigen, maybeeynot, בני אדם, גאפל, גראף פאטאצקי, טשעירמאן, כאפצעם, לאנדאנער, משמש, נו שוין, קהל עדתינו, שמערעל און 67 געסט