פארוואס איז פוטין נישט נייגעריג אין א פרישע וואפן געיעג?!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זונדל שאלאמאן
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:53 am

פארוואס איז פוטין נישט נייגעריג אין א פרישע וואפן געיעג?!

תגובהדורך זונדל שאלאמאן » זונטאג פאברואר 10, 2019 11:36 am

מיט די נידעריגסטע צופרידנהייט ראטע זינט ער איז אויפן בענקל, ווען זיין אדמיניסטראציע איז געצווינגען צו אינוועסטירן ביליאנען דאלארן צו איינצוימען די אפעקטן פון די מערב סאנקציעס, און די פרייזן ווערן אלס העכער און העכער, קען זיך דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין נישט ערלויבן א פרישע טייערע וואפן געיעג מיט די פאראייניגטע שטאטן.

א וואך צוריק האט וואשינגטאן געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט אנהאלטן די וואפן-קאנטראל אפמאך וואס איז אויסגעהאמערט געווארן צווישן איר און רוסלאנד אין יאר 1987, זאגנדיג אז מאסקווע האלט זיך שוין לאנג נישט צום אפמאך.

עס איז געקומען מיט א הוספה, אז ביז א האלבע יאר וועט מען ארויסגיין דערפון אפיציעל, און דאס וועט געבן א שאנס פאר אמעריקע צו אנטוויקלען פרישע מיסלס, וואס איז ביז היינט נישט געווען ערלויבט צוליב די אפמאך.

די דאזיגער באשלוס פארגרעסערט די שאנסן פאר א פרישער הייסער וואפן געיעג צווישן וואשינגטאן אין מאסקווע. פוטין האט רעאגירט אז רוסלאנד וועט טון דאס זעלביגע, זיי וועלן זיך אפלאזן פון דעם אפמאך.

אבער אז מיר קוקן מיט אן עטוואס קלארערן בילד, זעען מיר אז מיסטער פוטין וועלכער באנוצט זיך צומאל מיט א קריגערישע רעטאריק אלס א טייל פון זיין קאנפראנטרירונג מיט די מערב וועלט, האט דאסמאל נישט ארויפגעברענגט דעם פארשלאג.

פוטין זאגט נישט פון אנהייבן פון פריש אנטוויקלען מיסלס, און ער זאגט אז די געלט פאר די נייע פראגראמען דארף קומען פון עקזיסטירנדע בודזשעטן.

באזונדער האט ער געזאגט אז אז מאסקווע וועט נישט אראפשטעלן נייע ערד צו לופט מיסלס איבער אייראפעאישע אדער אנדערע באזעס, ביז ווילאנג אמעריקע וועט דאס נישט ערשט טון.

א באריכט ווייסט צו דערציילן אז פוטין האט געזאגט פאר זיין פארטייגיגונגס סעקרעטאר סערגעי שאויגא אז “מיר טארן נישט ווערן אריינגעשלעפט אין א פרישע קאסטבארער וואפן געיעג”.

און דאס קומט נישט צוליב זיין גרויס ענווה ווען מ’האלט ביים צייגן מיליטערישער מאכט, נאר פשוט וויבאלד זיין פינאנציעלער שטאנדפונקט דרוקט אים שטארק אין קעשענע.

דער עקאנאמיע אין רוסלאנד איז נישט גוט, זיין פאליטישער קאריערע האט געכאפט א הילכיגער פראסק, און קאשמארענע זכרונות פון א וואפן געיעג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, וואס האט עווענטועל געקאסט די פרייז פון א גרויסער לוויה אויף די מעכטיגער און שרעק ווארפענדער סאוויעטן פארבאנד, איז עפעס וואס האלט צוריק פוטין פון זיך שטעלן פאר א פרישן פארמעסט קעגן אמעריקע.

פארשטייט מיר נישט אומריכטיג, דאס מיינט נישט אז פוטין אינוועסטירט נישט אסאך אין זיין מיליטער. פאראיאר האט ער פראקלאמירט געווער וואס לויט אים איז נישטא קיין איין מיליטער איבער די וועלט וואס פארמאגט אזאנס, אריינגערעכנט א שטומע-לאזער מיסל, לייזער וואפן, און אונטערוואסער נוקלעארער מיסל. אבער פארט איז ער היבש באגרעניצט פאר א מעכטיגער וואפן געיעג.

“מיר דארפן נעמען אין באטראכט די פראגע, אויב א וואפן געיעג וואס קען אונז צושניידן אויף שטיקער, איז א רעאליסטישער זאך” האט סערגעיי דאווינין, דער געוועזענער באנק פירער פון רוסלאנד צענטראלער באנק, געזאגט פאר די רוסישע טעלעוויזיע בעפאר טראמפ האט געמאלדן אז אמעריקע ציעט זיך ארויס פון די אפמאך.

לויט אים, פרובירט אמעריקע נאכאמאל איבערצושפילן זייער געלונגענע סטראטעגיע דורכאויס דעם קאלטן קריג – וואס האט געשטופט רוסלאנד צו א שרעקליך קאסטבארע אונטערנעמונג וואס זיי האבן זיך נישט געקענט ערלויבן.

ער האט צוגעלייגט אז רוסלאנד דארף זיין קלוג, און רעאגירן אויף אן איבערגעשפיצטער וועג, ווי איידער אריינצופאלן אין אמעריקאנעם זאק אריין.

און ער האט רעכט. די בילדער פון די אויסגעליידיגטע שאפעס אין די רוסישע סופערמארקעטס, אין די צייט וואס די אונטערגאנג פון די סאוויעטן פארבאנד האט זיך דערנענטערט מיט האסטיגע טריט אין יאר 1991, ליגט נאך גוט אין די ביינער פון די עלטערערע רוסישע בירגער.

אין די זעלבע צייט וואס דאס פאלק האט געהונגערט, האט די רעגירונג אריינגעגאסן ביליאנען פאר די מיסלס און וואפן, זיך צו פארמעסטן מיט אמעריקע און צייגן ווער עס איז מאכטפולער.

“די אמעריקאנער געדענקען אז די סאוויעטן פארבאנד איז צאמגעפאלן וויבאלד זיי האבן פרובירט זיך צו פארמעסטן מיט אמעריקע ביים אנטוויקלען נוקלעארע מיסלס, סובמארינען און טאנקען”, זאגט וויקטאר ליטוואקין, א רוסישער מיליטערישער עקספערט. “און אצינד פרובירן זיי דאס נאכאמאל”.

נאך די אפמאך צווישן אמעריקע און רוסלאנד אין 1987, האבן ביידע לענדער איינגעשטימט צו אנטוויקלען בלויז קורץ שטרעקיגע ערד געשאסענע באליסטישע מיסלס, און רוסלאנד האט באצייכנט אז זיי ווילן האבן דעם אפמאך אז ביז יאר 2021.

אין אמת’ן אריין האט רוסלאנד נישט קיין מאנגל אין געלט, צווישן אנדערע שארן זיי אריין אסאך פאר זייערע נאפט פארקויפונגען. מיט דעם אלעם האט די עקאנאמיע געכאפט א שטיקל שאקל, נאכדעם וואס די פרייזן האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין אין די הויכע ציפערן, די יארן צו פענסיאנירן איז ארויף, און פוטין איז אונטער גרויס דרוק.

יעצט צו אנהייבן גיסן געלט פאר א וואפן געיעג, איז זייער נישט קיין געראטענע זאך פאר פוטין, און ער ווייסט דאס אויך זייער גוט.

זעט אויס אז נישט בלויז פוטין ווייסט דאס, נאר אויך טראמפ. און מעגליך אז דאס האט אים געגעבן דעם שטופ פונקט יעצט – ווען דאס פאלק אין רוסלאנד האט אנגעהויבן צו בלאזן אויף זייער פירער – ארויסצוקומען מעלדן אז ער הייבט פון פריש אן די וואפן אנטוויקלונג.

מקור

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:47 pm

זייער א שיינע ארטיקל. פוטין איז טאקע נישט אזוי סטראשענדיג, איך האב פארשטאנען אז ער האט זיך ארויסגעצויגן צו קענען אנהייבן פון פריש אפיציעל ארויסציען זיינע אנטוויקלטע וואפן, אבער פון די ארטיקל זע איך אז זיי האבן נישט די בודזשעט דערפאר.

אפשר קען פוטין מאכן א שאטדאון צו באקומען די פאנדן, און אוקריינע וועט עס באצאלן?
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:57 pm

און ווען טראמפ וואלט געווען בייסיג צו אים און אים געהאלטן אין איין ווייזן אז אמעריקע איז שטערקער און אז רוסלאנד איז א ענעמי און מען דארף זיי אפשוואכן, וואלט ער נישט געהאט קיין ברירה, און נישט קוקנדיג אויף די אלע זאכן וואס עס קען אים שאטן וואלט זיין איגו און זיין פאטריאטישקייט און נאציאנאלע גאווה אים געטריבן צו וויייזן פאר אמעריקע וואס ער קען.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג פאברואר 10, 2019 5:17 pm

אמעריקעס טשאלענדש איז בכלל נישט רוסלאנד, עס איז כינע.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:36 pm

שכוח ר' זונדל איך האב שטארק הנאה פין דיינע אנאליזען סיי דא אין סיי אויף אידישע ווינקעל.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:45 pm

צווייפעל האט געשריבן:אמעריקעס טשאלענדש איז בכלל נישט רוסלאנד, עס איז כינע.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:49 pm

דאס איז א מחלוקה צווישן אבאמע מיט ראמני.

עס איז דא סברות לכאן ולכאן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:53 pm

ס׳איז נישט קיין עכטע מחלוקה. כ״ע מודה אז ביידע זענען.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 10, 2019 7:58 pm

ממש ימות המשיח, וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ, רוסלאנד וויל נישט קיין וואפן געיעג, און נארט קאריע וויל נישט קיין נוקלעארע באמבעס...

איך ציטער נאר זיך אויפצוועקן באלד פון דעם זיסן חלום...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג פאברואר 10, 2019 8:59 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז נישט קיין עכטע מחלוקה. כ״ע מודה אז ביידע זענען.


כינע שטייט אויס איבערצונעמען אמעריקעס פאזיציע אין די וועלט, עקאנאמיש, מיליטעריש, וכדו', און לייגן די וועלט אינטער די כינעזע שאטן, רוסלאנד איז נישטא אזא הוא אמינא.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג פאברואר 10, 2019 9:41 pm

קלאפער האט געשריבן:זייער א שיינע ארטיקל. פוטין איז טאקע נישט אזוי סטראשענדיג, איך האב פארשטאנען אז ער האט זיך ארויסגעצויגן צו קענען אנהייבן פון פריש אפיציעל ארויסציען זיינע אנטוויקלטע וואפן, אבער פון די ארטיקל זע איך אז זיי האבן נישט די בודזשעט דערפאר.

אפשר קען פוטין מאכן א שאטדאון צו באקומען די פאנדן, און אוקריינע וועט עס באצאלן?
:smile: :smile:


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איגערקע, גאלדגרוב, טעאריע וואס לעבט, נו שוין, פריינד, קהל עדתינו און 52 געסט