קריאת חירום להצלת יהדות בארא פארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » פרייטאג פאברואר 08, 2019 6:33 am

פליגל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:א רגע, עפעס איז מיר קענטיג דא, כ'קען די שפראך פון ערגעץ. אה, כ'דערמאן מיר... תקנות בני העיר אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.

וואספארא תקנות רעדט איר פון? איר האט דאס געליינט?! דא רעדט מען פון ארויסקומען מיט א בריוו אז מען זאל אוועקמופן פון שטאט אויב מען קען נישט עפפארדן צו צאלן די הימלשרייענדע דירה פרייזן.
איז דא איינער וואס האלט אנדערש?

מ'גייט אויך ארויסקומען מיט א בריוו אז ווער ס'קען נישט דעקן די חודש זאל איינקויפן אין בינגא??...
כ'מיין אז דאס דארף זיין אזא דבר פשוט אז מ'דארף אוועקמופן אויב מ'קען זיך נישט עפפארדן די הימלשרייענדע פרייזן, כ'זעה נישט צו וואס מ'דארף און וואס עס וועט אויפטון אזא בריוו.
הגם, איך כאפ נאכנישט פונקטליך וואס מען פלאנט אנצוקומען מיט, אבער אז ס'עט געשען איז שוין גוט..



ווער עס זעהט היינט אין א"י די מאסן אויסוואנדערונג אין די נייע שטעטליך נאכן פאראייניגטע רוף פין אלע גדולי ישראל, כאפט פונקטליך וואס די פלאן איז דא.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:25 am

נערישקייטן. נישטא וואס זיך צו זארגן פאר די לענדלארדס, העכסטענס וועלן זיי דארפן אראפלאזן די רענט אפאר הינדרעט דאללער א חודש. טאמער קען ער זיך נישט קאווערן צוליב דעם זאל ער אויך אוועקמופן אויף א ביליגערע פלאץ.

אגב, איך האב געהערט פון איינער וואס האט געמופט קיין לעיקוואד, זאגט ער מיר אז די לעבן איז גארנישט ביליגער דארט, די איינציגסטע מעלה איז אז ס'נישטא די פארקוועטשקייט און מ'לעבט מיט מער הרחבת הדעת. אויך א גרויסע זאך.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:39 am

דריידל האט געשריבן:נערישקייטן. נישטא וואס זיך צו זארגן פאר די לענדלארדס, העכסטענס וועלן זיי דארפן אראפלאזן די רענט אפאר הינדרעט דאללער א חודש. טאמער קען ער זיך נישט קאווערן צוליב דעם זאל ער אויך אוועקמופן אויף א ביליגערע פלאץ.

אגב, איך האב געהערט פון איינער וואס האט געמופט קיין לעיקוואד, זאגט ער מיר אז די לעבן איז גארנישט ביליגער דארט, די איינציגסטע מעלה איז אז ס'נישטא די פארקוועטשקייט און מ'לעבט מיט מער הרחבת הדעת. אויך א גרויסע זאך.

וואס הייסט גארנישט ביליגער? דירות / הייזער זענען נישט ביליגער? ממש?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:55 am

צולייגער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נערישקייטן. נישטא וואס זיך צו זארגן פאר די לענדלארדס, העכסטענס וועלן זיי דארפן אראפלאזן די רענט אפאר הינדרעט דאללער א חודש. טאמער קען ער זיך נישט קאווערן צוליב דעם זאל ער אויך אוועקמופן אויף א ביליגערע פלאץ.

אגב, איך האב געהערט פון איינער וואס האט געמופט קיין לעיקוואד, זאגט ער מיר אז די לעבן איז גארנישט ביליגער דארט, די איינציגסטע מעלה איז אז ס'נישטא די פארקוועטשקייט און מ'לעבט מיט מער הרחבת הדעת. אויך א גרויסע זאך.

וואס הייסט גארנישט ביליגער? דירות / הייזער זענען נישט ביליגער? ממש?

די זייטיגע זאכן חוץ די דירה קאסט אסאך אסאך מער, מ'דארף קוקן אויף די גאנצע בילד פאר מ'מופט

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:04 am

אפשר רעכנסטו אויס די זייטיגע זאכן וואס קאסטן אסאך אסאך מער? מיינסט שכר לימוד מסתמא, ווייל אנדערע זאכן זענען בכלל נישט טייערער אויף וויפיל איך ווייס. און דאס אליין, וויפיל טייערער איז עס סך הכל אויפן חודש פון וויליאמסבורג און בארא פארק?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:33 am

עס איז קלאר נישט ביליגער ,אבער מען וואינט ווי א בן מלך ווי א איד
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:39 am

טאלס אליין קאסט בערך $20 א טאג אויב פלאנט מען צי בלייבן מיטן דזשאב ברויך מען צירעכענען $400 א חודש פאר טאלס נאך פאר געז און wear n tear פון די קאר

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:49 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:האט געפסקנ'ט ווער? איז בכלל דא איינער וואס באטראכט די גאנצע בילד?


באטראכטן די גאנצע בילד מיינט דעם לענדלארדס מארטגעדזש און דעם טענענטס הארץ אטאקע און נערוון בראך רח״ל.

ביזט מסכים צום גאנצן בילד?

און ווער וועט זיך זארגן וועגן די לענדארדס הארץ אטאקע און נערוון בראך?

:lol:
זאג מיר אז די מיינסט עס נישט ערענסט

ווי קומט אריין דא תורה אדער הלכה

איז אזוי טאמער גייט די לענדלארד זיך נישט קענען קאווערן די מארגעזש ,דאן קען די לענדלארד גיין און פארקויפן זיין הויז פאר אפאר הונדערט טויזענט דאלאר פראפיט , סא עס איז בכלל נישט קיין רחמנות , טאמער די לענדלארדס וויל נישט פארקויפן זיין רייכע שטיקעל פראפערטי וועגן ער וויל עס האלטן , איז אים די תורה גארנישט שילדיג ,יענער לענדלארדס פעלט אביסעל פון ואהבת לרעך כמוך, און צווייטענס מען די לענדלארד פארדינגען פאר גוים , בקיצור איך זע נישט וואס סתם עמך מענטשן קומען פאר א לענדלארד, די פאקט איז ווי איך שרייב אן אויפהער אז עס איז נישט דא פאר 99 פארצענט יונגעלייט א נארמאלע סיבה פארוואס זיי מופן נישט אוועק פון שטאט, און ביי די וועי רענט אין לעיקוואד איז העלפט פרייז פון שטאט און אזוי אויך בלומענבורג,לינדען,זשערסי סיטי , מאנסי און מאנרא איז שוין באלד ווי די שטאט אבער נאך אלס ביליגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:58 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:און וואס וועט זיין מיט די יודן וואס האבן ארויסגענומען מארגעטשעס אדעתא דהכי אז ס'וועט אריינוקמען רענט. וואס וועט זיין מיט זייערע מארגעשטעס אויב די פרייזן פון הייזער און רענט וועט טראסקענען? נעמט מען אלעס אין באטראכט?

אלא מאי, ס'גייט גארנישט אויפטוהן. אפשר אביסל א קיצל. אויך עפעס.


סתם א שטיקעל ראן דאון

ווי יעדער האלט מיט האט די לעצטע צוויי צו דריי יאר האבן אוועקגעמופט איבער 2000 משפחות פון וויליאמסבורג און בארא פארק קיין סטעטען איילענד,זשערסי סיטי,לינדען,בלומענבורג,מאנטיסעלא

מענטשן כאפן נישט אז ווי נישט ווי, מופט מען גאר אסאך

דאס איז אויסער טויזענטער משפחות קיין מאנסי און די גלילות ארום , און אין קרית יואל אין די גלילות ארום ווי בלומינגראוו אליינס האבן אפאר הונדערט אידן געקויפט הייזער פון שטאט

דאס הייסט אז טויזענטער משפחות , בערך 5 טויזענט משפחות אין די לעצטע פינעף יאר געמופט פון וויליאמסבורג און בארא פארק קיין אויסער די שטאט און די רענט פרייזן האבן זיך בכלל נישט געשאקעלט עכט , גרויסע דירות שיסט ארויף און קליינע דירות איז נישט ארויף אבער אפילו נישט עכט אראפ ,יא קיין דירה סרוחות קען מען בכלל נישט פארדינגען , זאלן די לענדלארדס פארדינגען דירה סרוחות פאר נישט קיין אידן נאר פאר גוים

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:03 am

די אלע וואס האבן געקויפט א הויז מיט א פלאן פון דעקן די מארגעטש דורך פארדינגן א בעיסמענט, האבן שוין היינט נישט קיין קונים. די פרייזן פאר דירות קויפן\רענטן האט זיך ערענסט געשאקלט.

דיין עצה פון פארדינגן די בעיסמענס פאר גוים...נו נו... קענסט שוין צוגרייטן די קול קורא קעגן די רשעות'דיגע לענדלדארדס וואס פארדינגן פאר גויים אינמיטן די היימישע געגנט...

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:08 am

היות מען קען דא נישט זעען ווער עס שרייבט און עס קען פונקט אזוי זיין אז א לענדלער זעלבסט שרייבט דא מיט זיינע נגיעות איז מען נישט מחויב אנצונעמען אלעס וואס איינער שרייבט
די זעלבע זאך איז געווען און א אנדערע אשכול ווען עס איז לעצטענס אפיר געקומען טענות אויף פריאעקטן און קרית יואל און פלוצלינג איז אפיר געקומען מענטשן וואס האבן פארטיידקט און ליצנות געמאכט פון אלע טענות און כמובן קען מען נישט וויסן אויב זיי זעלבסט זענען באצאלטע ארבעטער פאר די דעוועלאפמענט
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:12 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:די אלע וואס האבן געקויפט א הויז מיט א פלאן פון דעקן די מארגעטש דורך פארדינגן א בעיסמענט, האבן שוין היינט נישט קיין קונים. די פרייזן פאר דירות קויפן\רענטן האט זיך ערענסט געשאקלט.

דיין עצה פון פארדינגן די בעיסמענס פאר גוים...נו נו... קענסט שוין צוגרייטן די קול קורא קעגן די רשעות'דיגע לענדלדארדס וואס פארדינגן פאר גויים אינמיטן די היימישע געגנט...


מיט א קול קורא אישו , איז די תורה נאך גארנישט שילדיג פאר די לענדלארדס , סך הכל פעלט אביסעל ואהבת לרעך כמוך פאר די לענדלארדס , אז די לענדלארד וויל וואינען ווי א מענטש,מעג א צווייטער אויך וואינען ווי א מענטש ,

אבער די האסט מיר נישט גענטפערט אויף די מעין פוינט, און איך ערווארט נישט קיין ענטפער פון דיר ווי עס שיינט אויס ווילט איר בלייבן וואימען באקוועם אין אייער שיינע הויז און די שנה ראשונה אינגערמאן זאל וואינען אין אייער בעיסמענט אין א דירה סרוחה אן געהעריגע פענסטערס און קאווערן אייער מארגעזש, איך פארשטיי פונקטליך פון וואס איר רעדט

אבער די מעין פוינט איז ,אז איר קענט מארגן פארקויפן אייער הויז פאר א פראפיט, יא אמת די פארקויפן מארקעט האט פיין אראפגעלאזט , דאס הייסט איר קענט פארדינען נאר 300 טויזענט פראפיט פון פארקויפן אנשטאט 600 טויזענט , אבער די תורה און די רבנים און יונגעלייט זענען אייך גארנישט שילדיג

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:14 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:אפשר רעכנסטו אויס די זייטיגע זאכן וואס קאסטן אסאך אסאך מער? מיינסט שכר לימוד מסתמא, ווייל אנדערע זאכן זענען בכלל נישט טייערער אויף וויפיל איך ווייס. און דאס אליין, וויפיל טייערער איז עס סך הכל אויפן חודש פון וויליאמסבורג און בארא פארק?

גרעסערע דירה מיינט גרעסערע לעקטער און געז ביל , שכר לימוד איז א גרויסע דיפרענס, א שיינע פארצענט פון בארא פארק קיין לעחקוואד האנדעלן איין קארס פאר די ווייב וכדומה

עס איז קלאר נישט ביליגער ,אבער מען וואינט ווי א בן מלך ווי א איד

אויב וויל מען שיסן לופטיגע אפשאצונגען, קיין שום פראבלעם, איך בין נישטא קיינעם צו קאנווינסן.

ווען מען קאמפעירט עפל צו עפל איז לעיקוואד ביליגער ווי ברוקלין ביי פאר, משא"כ אז מען וויל דוקא ספענדן, איז אן אנדערע מעשה. קויפן א הויז סיי וואו אין ברוקלין קאמפעירד צו קויפן סיי וועלכע נארמאלע הויז אין לעיקוואוד איז הימל און ערד! דאס זעלבע צו דינגען אין ברוקלין קאמפעירד צו דינגען אין לעיקוואוד, איז לעיקוואוד סאך ביליגער. א געווענליכער מענטש וואס מופט קיין לעיקוואוד, קען טרעפן א גרעסערע דירה ווי דאס וואס ער האט געהאט אין ברוקלין, פאר סאך ביליגער. ער וויל נעמען א ריזיגע דירה?! הארצן גערן, אבער עס וועט טאקע קאסטן כמעט די זעלבע וואס ער האט געצאלט אין ברוקלין פאר זיין אלטע דירה. דאס אז לעקטער און געז איז טייערער, איז פשוט ווייטער געוואנדן אין וואספארא גרויסע דירה ער נעמט.

איבער נעמען א קאר פאר די פרוי, גיי איך נישט אריינרעדן ווייל איך קען נישט די ליין, און עס איז נישט אמת אז מען מוז האבן א קאר ארומצוגיין שאפינג, ס'איז דא א באס וואס פארט ארום פון די סאוט געגנט צו די שאפינג עריעס.

שכר לימוד איז סאך טייערער, האב איך דיר געבעטן א פונקטליכע נומבער וויפיל עס איז טייערער פער חודש (א מוסד מיט א נאמען ביטע), נאכנישט געקריגן דערווייל.

ברוינע באנאנע האט געשריבן:טאלס אליין קאסט בערך $20 א טאג אויב פלאנט מען צי בלייבן מיטן דזשאב ברויך מען צירעכענען $400 א חודש פאר טאלס נאך פאר געז און wear n tear פון די קאר


אינטערסאנט, איך קען זייער אסאך אידן פון ברוקלין וועלכע פארן קיין ניו דזשערסי ארבעטן יעדן טאג. און אויב מען פלאנט צו בלייבן מיט די דזשאב פון ברוקלין זאל מען עס בעסער איבערקלערן, צו עס איז טאקע נישטא קיין דשאב אין סאוטערן ניו דזשערסי פאר די זעלבע אדער גאר מער געלט. אויב מען קריגט טאקע אזוי שיין באצאלט, און ממש מען קען נישט טרעפן אין ניו דזשערסי בדומה לו, לוינט זיך אפשר טאקע צו בלייבן אין ברוקלין אויב די געלט איז וואס מאכט אויס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:17 am

יעדע גאס אין בארא פארק ממש בויעט זיך הייזער לרחצה,שוין מיט די אראפגעלאזטע מארקעט, טאקע אמת אז כמעט יעדע צווייטע גאס האט א פאר סעיל סיין אויף א הויז צו פארקויפן , מענטשן קויפן נאך אין גרויסען קאנדאס און הייזער , יא אבער די פרייזן האבן געטראסקעט און נאך אלס הימעל שרייענדע פרייזן , און מען מאכט נאך גענוג פראפיט, מאך דיך נישט פאר א רחמנות

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 11:49 am

טאקע א גרויס רחמנות אויף די לענדלארדס, איך האב אזוי רחמנות אויף זיי אז איך בין גרייט איבערצונעמען סיי וועמענס מארגעטדזש (מיט די הויז פארשטייט זיך).

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:25 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:דער וואס וויל קען גיין ווי ער וויל. אז מ'וויל מאכן א ווינט וועגן עפעס, דארף מען זיין זיין זיכער אז מ'טוט נאר אויף און מ'טוט נישט וויי קיינעם.

ווי עס קוקט מיר אויס האסטו מורא ווייל די האסט א דירה וואס ווען די אדווערטייזסט עס שרייבסטו בערך אזוי

א 1 בעדרום דירה (אן א דיינינג רום) געאייגנט פאר חתן כלה קען זיין גוט פאר א אפיס
רופט בראוקער שטאלצער יוד

זאלט איר וויסן די צייטן זענען פארביי
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:26 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:דער וואס וויל קען גיין ווי ער וויל. אז מ'וויל מאכן א ווינט וועגן עפעס, דארף מען זיין זיין זיכער אז מ'טוט נאר אויף און מ'טוט נישט וויי קיינעם.

ווי עס קוקט מיר אויס האסטו מורא ווייל די האסט א דירה וואס ווען די אדווערטייזסט עס שרייבסטו בערך אזוי

א 1 בעדרום דירה (אן א דיינינג רום) געאייגנט פאר חתן כלה קען זיין גוט פאר א אפיס
רופט בראוקער שטאלצער יוד

זאלט איר וויסן די צייטן זענען פארביי

;l;p-

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:39 pm

ווי עס זעט אויס וועט די צייטן צוריקגיין ווי אמאל איך דענק ווען אידן אין וויליאמסבורג זענען געווען טענענטס ביי גוים און פארקערט גוים ביי יודן , סך הכל וועט ווערן אזוי אויך און הכל על מקומו יבוא בשלום,אידן וועלן קענען צאלן די מארגעזשעס און אלע אידן וועלן קענען וואינען ווי אידן מיט רחבות

פאר $2500 א חודש רענט קען מען האבן א פריוואטע הערליכע הויז אין גלילות קרית יואל , פאר וועלכע סיבה וואינט א יונגערמאן אין שטאט און צאלט $3000 פאר א קליינע לעכעל? זאגט מיר א אינגערמאן ער צאלט $1200 א חודש רענט פאר א הערליכע 4 בעדרום דירה אין זשערסי סיטי, ער לאכט פון די וועלט און יא ער מאכט מער ווי 100 טויזענט דאלאר א יאר ! מען ברויך איבערקערן א שטאט און זיך יאווענען עסקנים אז לא זו הדרך עס איז היינט דא צענדליגע אפשענס פאר ביליג און גענוג אפשענס צו קענען וואינען מענטשליך

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:12 pm

א געווענליכע לענדלארד מאכט דעם פאלגענדעם חשבון ביים קויפן א אינוועסטמענט פראפערטי:

הגם דער סעללער בעט א משוגענעם נאנ-סענץ פרייז וואס עפ"י דרך הטבע וועט זיך דאס נישט לוינען, אבער היות די וועליו גייט דאך עדווענטשעלי ארויפגיין וויבאלד מיר אידעלעך מוזן דאך בעל כרחך צוקומען צו האבן א דאך איבערן קאפ, וועט איין וועג אדער די אנדערע זיין איינער וואס וועט באצאלן אזא פרייז פאר רענט וואס וועט קענען קאווערן אזא ריזיגן מארגעדזש, און דערנאך וועט מען דאס נאך אפשר קענען פארקויפן מיט א 200 פראצענט ריוח. דעריבער שפרונגט מען אריין און מען קויפט די פראפערטי.

דאס הייסט אז דער גאנצער אינוועסטעמענט איז גראדערהייט בעצם א דורכפאל, דער סוקסעס דערפון איז בלויז באזירט דורך רייטן אויף די נאיווקייט פון אונזער קאמיוניטי געברויך, דורך פאראויסזעהן א קריזיס און דאס איינקעשן.

איז חשובער הער לענדלארד: איר האט געמאכט א קאלקולאציע אויף מיין חשבון, יעצט מאך איך א קאלקולאציע אויף אייער חשבון. גארנישט מער.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:17 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:אקעי, איי געט איט, יעדע מענטש ברויך דאך האבן א דאך איבערן קאפ, געקומען א איד און זיך געקויפט צוויי כאטקעס מיטן חשבון אז א צווייטער ברויך דאך האבן א דאך וועט יענער שוין דינגען ביי איהם, קומט א גרופע יענערס און שרייען אז זיי קענען נישט עפארדן זייער אייגן דעכל און עס ברענגט צו נערוון בראכן און הארץ אטאקעס, שרייט דער לענדלארד צוריק, יא! אבער אויב קאווערסטו נישט מיינע צוויי דעכלעך וועל איך דאך לכאורה אויך האבן א הארץ אטאקע, לכאורה איז דער לענדלארד גערעכט.

זענען מיר א עם חכם ונבון, אדער דור עקש ופתלתל?

תיקו!!

אן אפעראציע טוט וויי!!!! אוודאי וועט זיין מענטשען וואס וועלן שאדען האבען! אבער מען מיז דאס טון אפילו הכי
די פארשטייסט דאס נישט???
מען זאל לאזען די מצב כמו שהוא???


אויב מיין תגובה האט דיר צוגעברענגט צו די החלטות וואס דו האסט דא געשריבן, ברויכט איר דרינגענד טוישן די באטעריעס אין אייער סארקאזם דיטעקטער.

אנטשולדיגט איצטערט זעה איך

קוק אויפן זייגער!!...
די בלעמסט מיך??...

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » זונטאג פאברואר 10, 2019 11:09 am

אביסל טינט...
זאל ווען אזא סארט מכתב האבן די חתימות פון פראמינענטע רבנים, דיינים, ראשי קהילה וואלט געווען ארדענונג
לאמיר האפן בארא פארק וועט עס באווייזן
tekunes.jpg
tekunes.jpg (87.76 KiB) געזעהן 795 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » זונטאג פאברואר 10, 2019 11:30 am

עסן פאר אידן האט געשריבן:אביסל טינט...
זאל ווען אזא סארט מכתב האבן די חתימות פון פראמינענטע רבנים, דיינים, ראשי קהילה וואלט געווען ארדענונג
לאמיר האפן בארא פארק וועט עס באווייזן
tekunes.jpg

viewtopic.php?f=98&t=39004

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:58 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:האט געפסקנ'ט ווער? איז בכלל דא איינער וואס באטראכט די גאנצע בילד?


באטראכטן די גאנצע בילד מיינט דעם לענדלארדס מארטגעדזש און דעם טענענטס הארץ אטאקע און נערוון בראך רח״ל.

ביזט מסכים צום גאנצן בילד?

און ווער וועט זיך זארגן וועגן די לענדארדס הארץ אטאקע און נערוון בראך?

אויף דעם איז דא חברה הצלה וחברא קדישא - כדברי ר' אבא חייא טויבער הנ"ל

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:25 pm

די לענדלארד וואס האבן געקויפט די לעצטע פאר יאר זענען שוין א שטיק צייט אויף צרות, שווער צו זעהן וויאזוי זיי מאכן געלט, איך האב אבער נישט ארויס די טענה וואס מ'האט קעגן דעם קאמפיין צו מופן, יענער איז מחוייב צו בלייבן דא און צאלן וויפיל דו דארפט צו דעקן דיין מארטגעדזש? אדער טארן די רבנים/עסקנים נישט מאכן א ווינט אז ער עולם זאל מופן?

איי דאנט געט איט.

@צולייגער.

אויב דו נעמסט אריין טעקס (אין מאנסי) און זיין voucherless אין חשבון, קען די לעבן אין אפסטעיט זיין סאאאך טייערער.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:55 am

El Rushbo האט געשריבן:די לענדלארד וואס האבן געקויפט די לעצטע פאר יאר זענען שוין א שטיק צייט אויף צרות, שווער צו זעהן וויאזוי זיי מאכן געלט, איך האב אבער נישט ארויס די טענה וואס מ'האט קעגן דעם קאמפיין צו מופן, יענער איז מחוייב צו בלייבן דא און צאלן וויפיל דו דארפט צו דעקן דיין מארטגעדזש? אדער טארן די רבנים/עסקנים נישט מאכן א ווינט אז ער עולם זאל מופן?

איי דאנט געט איט.

@צולייגער.

אויב דו נעמסט אריין טעקס (אין מאנסי) און זיין voucherless אין חשבון, קען די לעבן אין אפסטעיט זיין סאאאך טייערער.

כ'האב נישט אריינגענומען מאנסי אין חשבון בכלל.

און וואוטשערס אין די סיטי איז טאקע עפעס וואס איז נישט ריפלעיסיבל, אויב פלאנט מען עס צו אנהאלטן.

כמובן אז ווען מען האט שוין גרעסערע קינדער און וואוטשערס קאונט שוין נישט, אבער מען דארף יא האבן א גרויסע דירה אריינצונעמען קאפלס, איז עס טאא ליטל טאא לעיט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Belz123, Google [Bot], police, serious און 42 געסט