2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 1:11 pm

דזשאו ביידען
24
31%
בערני סאנדערס
10
13%
קאמאלא העריס
5
6%
בעטא ארורק
4
5%
עליזאבעט ווארען
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
קארי בוקער
25
32%
מייק בלומבערג
5
6%
דזשוליען קאסטרא
1
1%
טאלסי גאבארד
1
1%
שעראד בראון
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
עמי קלאבוטשאר
1
1%
קריסטען דזשיליבראנד
2
3%
 
סך הכול שטימען: 78

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:46 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איינע פון הילעריס גרעסטע פראבלעמען איז געווען איר פאלטשקייט, בשעת ווען טראמפ קומט אריבער זײער אוטענטיש. בעטא איז אויטענטיש ביזן לעצט טראפ. ווען ער רעדט זעהט מען אז ער בלאבעלט נישט נאך שיינע פראזן, נאר די פראזן בלאבלען אים נאך.

ער האט די כח ארויסצוברענגען ריזיגע מאסן. וואס וועט שטעכן טראמפ מער, ווי אויב זיין קעגנער וועט נאכאנאנד האבן גרעסערע ראליס ווי אים? דאס וועט אים ארויסנעמען פונעם גלייכגעוויכט!... אבער דאס איז נישט די עיקור נאר ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין 2016, די ראליס האבן א שטארקע כח!


די אלע מעלות וואס דו ברענגסט דא אויף בעטא, זע איך אויף בערני נאכמער, איי ער איז צו לינק? איך וועל עס איגנארירן פונקט ווי וויכי איגנארירט בראונ'ס זיין זייער לינק.


בראון איז זייער לינק?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:43 am

צל עובר האט געשריבן:ווען ביידן האט נישט געהאט קיין טרעקשען פארצייטענס איז ער נאך געווען בלויז א סענעטאר פון די פיצי דעלעווער.

קרוז האט אפגעשטעלט בעטא'ס שוואונג אין די אנקעטעס ביי די ערשטע דעבאטע. און בעטא האט זיך געפילט נאכדעם גילטי אויף די לייען טעד פראזע.

@אמבציע, גילום קען זיך נאך געהעריג טרעפן אין תפיסה, און אפילו אויב נישט, א שווארצער קרימינאל איז זייער א שוואכע פאליטישע פראדוקט, נאר ער האט א מעכטיגע שפראך, ער איז אויך וויסט לינק.

@נעכטן, וואס איז די פעסימיזם?

-----------------------

עניוועי, אויב ביידן לויפט נישט גיי איך גראד צו קלאבאשער.


גילום איז א קרימינאל ? מיט וואס ווערט ער באשולידיגט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:51 am

סיז נישט קיין פאקט אז ער איז א קרימינאל, ער איז נאר אונטער אינוועסטיגעישן פארן נעמען שוחד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג פאברואר 12, 2019 1:06 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איינע פון הילעריס גרעסטע פראבלעמען איז געווען איר פאלטשקייט, בשעת ווען טראמפ קומט אריבער זײער אוטענטיש. בעטא איז אויטענטיש ביזן לעצט טראפ. ווען ער רעדט זעהט מען אז ער בלאבעלט נישט נאך שיינע פראזן, נאר די פראזן בלאבלען אים נאך.

ער האט די כח ארויסצוברענגען ריזיגע מאסן. וואס וועט שטעכן טראמפ מער, ווי אויב זיין קעגנער וועט נאכאנאנד האבן גרעסערע ראליס ווי אים? דאס וועט אים ארויסנעמען פונעם גלייכגעוויכט!... אבער דאס איז נישט די עיקור נאר ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין 2016, די ראליס האבן א שטארקע כח!


די אלע מעלות וואס דו ברענגסט דא אויף בעטא, זע איך אויף בערני נאכמער, איי ער איז צו לינק? איך וועל עס איגנארירן פונקט ווי וויכי איגנארירט בראונ'ס זיין זייער לינק.


בראון איז זייער לינק?


ער איז אפשר נישט אזוי לינק ווי בערני, אבער לויט די וואס רענקן קאנגרעס מיטגלידער איז ער פון די לינקסטע. די עיקר מעלה אין אים פאר לינקע איז, אז ער האט געשטיצט די אלע זאכן נאך פאר ס'איז געווען פאפולער (און ער איז דירעקט נישט אין א זייער לינקע שטאַט!), נישט ווי העריס, בוקער, און דזשיליבראנד וואס זענען יעצט ארויפגעשפרינגען אויפ'ן וואגן, וואס דאס קען זיין א באווייז אז ער האלט באמת דערביי.

למשל, דא איז פון וויקיפעדיע וועגן זיין פאזיציע אויף העלט קעיר:

Capture.PNG
Capture.PNG (17.03 KiB) געזעהן 763 מאל


ס'איז צום אנמערקן אז די "מעדיקעיר פאר אלע" ביל וואס ער האט קא-ספאנסערט אין 2006 (נאך זייענדיג א קאנגרעסמאן) איז צום ערשט פארגעשטעלט געווארן אין 2003 מיט בלויז 25 קא-ספאנסארס, און ערשט אין 2015 האט עס דערגרייכט צו 49 קא-ספאנסארס. אין יאנוואר 2017 איז עס ווידער-פארגעשטעלט געווארן מיט 51 קא-ספאנסארס, אבער אין די נאכפעלגענדע דריי-פערטל יאר זענען נאך 69 דעמאקראטן (צו א סך הכל פון 120) ארויפגעשפרונגען אויפ'ן וואגן צו קא-ספאנסערן דעם ביל.

דאס אז ער איז טאקע נישט "צו לינק" (וואס אימער דאס דארף צו מיינען...) קען אים טאקע העלפן אז אסאך וואס האלטן אז בערני/AOC וכדו' זענען צו לינק וואלטן אים יא געשטיצט, און אסאך אנאליסטן האלטן טאקע אז ער וואלט געווען גאר א גוטע באלאנס מיט וואס יעדער (אין די דעמאקראטישע פארטיי) וואלט געווען צופרידן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 1:48 pm

סאו דו עגריסט אז ער קען ענדערש ביעטן טראמפ ווייל ער איז נישט די עסטעבלישמענט, אויפצורעגן די לינקע, נישט צו לינק אויפצורעגן מעסיגע און אריינשלעפן שולץ... פלאס ער האט א היסטארי פון געווינען אין מידוועסט, א סווינג סטעיט...

דאס איז געווען מיין פוינט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו דו עגריסט אז ער קען ענדערש ביעטן טראמפ ווייל ער איז נישט די עסטעבלישמענט, אויפצורעגן די לינקע, נישט צו לינק אויפצורעגן מעסיגע און אריינשלעפן שולץ... פלאס ער האט א היסטארי פון געווינען אין מידוועסט, א סווינג סטעיט...

דאס איז געווען מיין פוינט!

די אלע 2020 קאנדידאטן דארפן אויך קענען נאך איין זאך
ענפערען פאר טראמפ אויף זיין שפראך
ער קען אויך?

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:32 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו דו עגריסט אז ער קען ענדערש ביעטן טראמפ ווייל ער איז נישט די עסטעבלישמענט, אויפצורעגן די לינקע, נישט צו לינק אויפצורעגן מעסיגע און אריינשלעפן שולץ... פלאס ער האט א היסטארי פון געווינען אין מידוועסט, א סווינג סטעיט...

דאס איז געווען מיין פוינט!


ווען טראמפ וואלט געוואנען אהייא אזוי שמאל ווי וויסקאנסין מישיגען און פענסילוועניע וואלט די מעשה געווען גאר אנדערש ווייל א בראון קאנדידאטור וואלט כמעט פארזיכערט אהייא פאר די דעמאקראטן, אבער לויט 2016 איז בכלל נישט אזוי זיכער אז בראון וואלט געווען שטערקער ווי טראמפ אין אהייא. ביידען און בערני זענען אויך שטארק פאר די מידוועסט, ביידען איז מער פאפולער ווי בראון, און מיט בערני וואלטן די לענקע געווען אסאך מער אנטוזיאסטיש.

פון אנפאנג בין איך טאקע געווען היבש אנטוזיאסטיש אז א בראון קאנדידאטור קען פארמיידן די לינקע פון בלייבן אינדערהיים אבער וועט נישט ווערן געזען אלס צו לינק, אבער נאכ'ן באטראכטן זיין אויפפירונג האב איך מורא אז ער איז נישט גענוג כאריזמאטיש און אין די היינטיגע וועלט דארף מען קענען בעסער פערפארמען.

וועגן שולץ מיין אז אויב ער האלט ביים לויפן וואלט ער עס געטוהן קעגן סיי וועם אויסער בלומבערג (צוליב זיינע מעסיגע שטעלונגען) אדער ביידען (צוליב זיין פאפולעריטעט), און פון די אנדערע זייט וואלט ער נישט געלאפן קעגן קיינעם (און אויב יא אנגעצויגן גאר ווייניג) אויב יענער וואלט געווען פאראויס פון טראמפ מיט צען פונקטן צוויי דריי חדשים פאר די וואלן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:52 am

עט ליעסט איין דעמעקראטישע סטראטעגיסט האלט ווי מיר איבער בראון...

https://www-m.cnn.com/2019/03/07/opinio ... ics.com%2F
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מארטש 11, 2019 4:57 pm

יעדער זאגט אז ער לויפט נישט וועגן ביידן. אבער בעצם קען אויך זיין ווייל עס וואלט געווען ביטער שווער צו לויפן אין א דעמאקראטישע פריימערי, ווען עס איז דא די עביוז עלעגעישענס קעגן אים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:56 pm

שכח @ברירה פאר די לינק.

איך בין שוין נישט ביי קלאבאשער אלס נאמבער צוויי טשויס, איך בין יעצט אנדיסיידעט אויף נאמבער צוויי. שטייצעך ביידן איז ווייטער נאמבער 1.

@ברירה, מיט וואס איז בעטא מער אויטענטיש ווי ביידן.

און לגבי דעבאטעס ווייסעך באמת נישט וואס דו זעהסט בעטא אויפטון ביי די דעבאטע, משא"כ ביידן האט מיט זיין דעבאטע קעגן דעם גוטן דעבאטירער רייען אפגעשטעלט אבאמע'ס בלוטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:33 pm

פארוואס ביסטו אוועק פון קלאבעשאר. זי איז מיין וויצע קאנדידאט...
בעטא/קלאבעשור 2020 -a;-

צו דיין פראגע איבער ביידן, ווען א מלאך זאגט מיך ווען אז איך זאל פיקן א קאנדידאט... און אז וועם איך קלייב אויס וועט זיכער געווינען וואלט איך טאקע געקליבן ביידן...

עס איז דאך אבער נישט אזוי... טא, ביידן האט פיל מעלות און איז טאקע אויך אוטענטיש אבער ער האט נישט די כח פון שאפן ענטוזיאַזם ווי בעטא קען. ביידן איז אלט און אויסגעדראשן זיינע שטיצער שטיצן אים ווייל ער איז קוואליפיצירט פאר די דזשאב... איך האלט אויך אזוי, אבער מען געווינט נישט קיין עלעקשינס ווייל מען איז קוואליפיצירט. מען געווינט אויב מען קען בויען א מאוומענט וואס זאל ארויסקומען מיט געלט און מיט עכטע ענטוזיאַזם.

אויך, איך האב מער נישט קיין געדולד צו נאך א עלעקשינס ווי מען וועט רעדן פון אבאמא מיט הילערי. גענוג געווען נעקסט פעידזש.

וואס דו זאגסט וועגן די ביידן/רייען דעבאטע - ווי קענסטו צוגלייכן רייענס פערפורמענס צו קרוז?! רייען איז געווען א דיזעסטער. ביידן האט סתם געלאכט פאר א שעה און אזוי געווינען.

נ.ב איך האב א שטארקע חשד אז איך בין טייל פון די באבל, און ווען עס וועט קראכן (דער בעטא איז היפש וועירד לעטלי) וועל איך גאר שנעל לויפן צו די ביידען לאגער...

mosha g
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

biden/beto??

תגובהדורך mosha g » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:53 pm

in my opinion a biden/beto (or biden/booker) is the best option and can be a very strong ticket. biden is coming with full experience he's very strong by working class so he's strong in the swing states, will be a strong contrast to trump, strong by older ppl, independent & never trumpers. (if a presidential look matter he's also ok) at the other side an beto can motivate and connect to ppl, very similer to obama he's full of energy and enthusiastic and he's boosting it in to the ppl building hope in them. also he brings allot of groups that biden can't bring like younger/
hispanic/more left + more. (about bernie sanders if he win the democratic nomination he can win very big against trump, he can bring out the left to the maximum​ with "millions" new left voters​' and he can connects to the working class and will take them away from trump)​

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:42 pm

בעצם ביסטו גערעכט אבער צוויי ווייסע מענער? וועט נישט טויגן.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג מארטש 15, 2019 1:05 am

סארי פאר מיין עמערצות, אבער ךאמיר פרעגן די פאלגאנדע פראגע; בעטא פארקויפט עפעס חוץ זיין אויסקוק? וואס איז זיין רעזעמי חוץ זיין "געוועזענע-קאנגראסמאן-סענאט-קאנדידאט" היסטאריע? דער האט דאך ווייניגער עקספיריענס ווי אבאמא בשעתו און ווי טראמפ?!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:39 pm

עס איז נישט אזוי ווייט די אויסקוק, עס איז די פייער די ענערדזשי די גאנצע זאך, האסט אים שוין אמאל געזעהן קאמפיינען?

דער איז א קענעדי, פארפאלן.

פאר א סענאט קאנדידאט אין טעקסאס וועט ער אי"ה זיין זייער גוט.

ווען ביידן קען ווען נעמען א ווייסן מאן וואלט איך אים גע'עצה'ט באטידזשעדזש.

@ברירה, קלאבאשער האט איר שלעכטיקייט פראבלעם, איך גלייך נישט קיין שלעכטע מענטשן צו שטארק, חוץ מזה, בעטא קען איר נישט נעמען, די לעפט האט איר ממש פיינט, און פאר בעטא גייען זיי אויך נישט.

און איך זעה נישט וואס זי ברענגט, ווילסט א עלעקטעבל פרוי פון די מידוועסט? קענסטו דאך עניטיים נעמען באלדווין, וואס ברענגט דיר וויסקאנסען, און איז פראגרעסיוו אויך.

------------------

איך האלט אז ביידן זאל שוין נעמען תיכף ווען ער מעלדט, עיברעמס פאר וויצע קאנדידאט. איך האלט שוין לאנג אזוי, נעכטן האבעך געזעהן אז אנדערע האלטן אויך אזוי. און מען שפעקולירט שוין אז פארדעם האט ער געמאכט נעכטן די מיטונג.

אויב אבער מעלדט ער נאך די פריימערי, זאל ער בעסער נעמען באלדווין, אדער וויטמער פון מישיגען.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש מארטש 16, 2019 11:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג מארטש 15, 2019 6:22 pm

יש ברירה האט געשריבן:דאס איז א ריכטיגע נקודה.

אבער דאך האט טראמפ פארלוירן די אוועראלל דעבאטע. אין אנדערע ווערטער ער האט געווינען די שלאכט און פארלוירן די קריג. דאס קען בעטא דעליווערן.

מען דארף ערענסט דעבאטירן וואס עס מיינט געווינען א דעבאטע.

לויט די אנגענומענע וועג פון טראכטן האט טראמפט פארלוירן כמעט יעדע דעבאטע; ווידעראום לויט די געזעצן פון פי אר איז בכלל קיין דעבאטע נישט געווען. עס איז געווען איין מאן ושמו טראמפ, וואס האט אויסגעזויגן די גאנצע אקסידזשן פונעם סטעידזש, און מער פון דעם האט קיינער ניטעמאל געדענקט בכלל...

דערמאנט אייך נאר: וואס איז געווען די שמועס נאך יעדע דעבאטע? לפי זכרוני איז עס נישט געווען צי טראמפ אדער קרוז האט געוואונען; נאר ליבערשט צי טראמפ האט פארלוירן אדער געוואונען... אין מיין שפראך הייסט דאס ׳עס איז בכלל קיין דעבאטע נישט געווען׳.

איך זעה דערווייל נאר איינער וואס קען מעגליך אוועקרייסן עטוואס אקסידזשן פון טראמפ, און דאס איז בערני סאנדערס
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 15, 2019 6:44 pm

צל עובר האט געשריבן:
@ברירה, קלאבאשער האט איר שלעכטיקייט פראבלעם, איך גלייך נישדט קיין שלעכטע מענטשן צו שטארק, חוץ מזה, בעטא קען איר נישט נעמען, די לעפט האט איר ממש פיינט, און פאר בעטא גייען זיי אויך נישט.
.

איך ווייס נישט איבער איר שלעכטקייט. אין אינטערוויוס מיט רעפאבליקאנער סענעטארן האבן זיי נישט געקענט אויפהערן רעדן וועגן אירע גוטע מידות...

און צו די שאלה וואס זי ברענגט. אויב געווינט ער די פריימערי וועט ער האבן די לעפט אין טאש. קלאבאשאר וועט ברענגען צענטערישקייט צום טיקעט און אויך וועט זי זיין מורא'דיג גוט פאר די געווענליכע ראלע פון א וויצע קאנדידאט נעמליך זיין דער אטאקיר הינטל!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8049
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש מארטש 16, 2019 11:40 pm

שלעכטע באס#
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט