2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

די וואלן זענען אפען ביז דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 1:11 pm

דזשאו ביידען
24
31%
בערני סאנדערס
10
13%
קאמאלא העריס
5
6%
בעטא ארורק
4
5%
עליזאבעט ווארען
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
קארי בוקער
25
32%
מייק בלומבערג
5
6%
דזשוליען קאסטרא
1
1%
טאלסי גאבארד
1
1%
שעראד בראון
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
עמי קלאבוטשאר
1
1%
קריסטען דזשיליבראנד
2
3%
 
סך הכול שטימען: 78

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:46 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איינע פון הילעריס גרעסטע פראבלעמען איז געווען איר פאלטשקייט, בשעת ווען טראמפ קומט אריבער זײער אוטענטיש. בעטא איז אויטענטיש ביזן לעצט טראפ. ווען ער רעדט זעהט מען אז ער בלאבעלט נישט נאך שיינע פראזן, נאר די פראזן בלאבלען אים נאך.

ער האט די כח ארויסצוברענגען ריזיגע מאסן. וואס וועט שטעכן טראמפ מער, ווי אויב זיין קעגנער וועט נאכאנאנד האבן גרעסערע ראליס ווי אים? דאס וועט אים ארויסנעמען פונעם גלייכגעוויכט!... אבער דאס איז נישט די עיקור נאר ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין 2016, די ראליס האבן א שטארקע כח!


די אלע מעלות וואס דו ברענגסט דא אויף בעטא, זע איך אויף בערני נאכמער, איי ער איז צו לינק? איך וועל עס איגנארירן פונקט ווי וויכי איגנארירט בראונ'ס זיין זייער לינק.


בראון איז זייער לינק?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

תגובהדורך חיים יענקל » דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:43 am

צל עובר האט געשריבן:ווען ביידן האט נישט געהאט קיין טרעקשען פארצייטענס איז ער נאך געווען בלויז א סענעטאר פון די פיצי דעלעווער.

קרוז האט אפגעשטעלט בעטא'ס שוואונג אין די אנקעטעס ביי די ערשטע דעבאטע. און בעטא האט זיך געפילט נאכדעם גילטי אויף די לייען טעד פראזע.

@אמבציע, גילום קען זיך נאך געהעריג טרעפן אין תפיסה, און אפילו אויב נישט, א שווארצער קרימינאל איז זייער א שוואכע פאליטישע פראדוקט, נאר ער האט א מעכטיגע שפראך, ער איז אויך וויסט לינק.

@נעכטן, וואס איז די פעסימיזם?

-----------------------

עניוועי, אויב ביידן לויפט נישט גיי איך גראד צו קלאבאשער.


גילום איז א קרימינאל ? מיט וואס ווערט ער באשולידיגט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:51 am

סיז נישט קיין פאקט אז ער איז א קרימינאל, ער איז נאר אונטער אינוועסטיגעישן פארן נעמען שוחד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג פאברואר 12, 2019 1:06 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איינע פון הילעריס גרעסטע פראבלעמען איז געווען איר פאלטשקייט, בשעת ווען טראמפ קומט אריבער זײער אוטענטיש. בעטא איז אויטענטיש ביזן לעצט טראפ. ווען ער רעדט זעהט מען אז ער בלאבעלט נישט נאך שיינע פראזן, נאר די פראזן בלאבלען אים נאך.

ער האט די כח ארויסצוברענגען ריזיגע מאסן. וואס וועט שטעכן טראמפ מער, ווי אויב זיין קעגנער וועט נאכאנאנד האבן גרעסערע ראליס ווי אים? דאס וועט אים ארויסנעמען פונעם גלייכגעוויכט!... אבער דאס איז נישט די עיקור נאר ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין 2016, די ראליס האבן א שטארקע כח!


די אלע מעלות וואס דו ברענגסט דא אויף בעטא, זע איך אויף בערני נאכמער, איי ער איז צו לינק? איך וועל עס איגנארירן פונקט ווי וויכי איגנארירט בראונ'ס זיין זייער לינק.


בראון איז זייער לינק?


ער איז אפשר נישט אזוי לינק ווי בערני, אבער לויט די וואס רענקן קאנגרעס מיטגלידער איז ער פון די לינקסטע. די עיקר מעלה אין אים פאר לינקע איז, אז ער האט געשטיצט די אלע זאכן נאך פאר ס'איז געווען פאפולער (און ער איז דירעקט נישט אין א זייער לינקע שטאַט!), נישט ווי העריס, בוקער, און דזשיליבראנד וואס זענען יעצט ארויפגעשפרינגען אויפ'ן וואגן, וואס דאס קען זיין א באווייז אז ער האלט באמת דערביי.

למשל, דא איז פון וויקיפעדיע וועגן זיין פאזיציע אויף העלט קעיר:

Capture.PNG
Capture.PNG (17.03 KiB) געזעהן 150 מאל


ס'איז צום אנמערקן אז די "מעדיקעיר פאר אלע" ביל וואס ער האט קא-ספאנסערט אין 2006 (נאך זייענדיג א קאנגרעסמאן) איז צום ערשט פארגעשטעלט געווארן אין 2003 מיט בלויז 25 קא-ספאנסארס, און ערשט אין 2015 האט עס דערגרייכט צו 49 קא-ספאנסארס. אין יאנוואר 2017 איז עס ווידער-פארגעשטעלט געווארן מיט 51 קא-ספאנסארס, אבער אין די נאכפעלגענדע דריי-פערטל יאר זענען נאך 69 דעמאקראטן (צו א סך הכל פון 120) ארויפגעשפרונגען אויפ'ן וואגן צו קא-ספאנסערן דעם ביל.

דאס אז ער איז טאקע נישט "צו לינק" (וואס אימער דאס דארף צו מיינען...) קען אים טאקע העלפן אז אסאך וואס האלטן אז בערני/AOC וכדו' זענען צו לינק וואלטן אים יא געשטיצט, און אסאך אנאליסטן האלטן טאקע אז ער וואלט געווען גאר א גוטע באלאנס מיט וואס יעדער (אין די דעמאקראטישע פארטיי) וואלט געווען צופרידן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 12, 2019 1:48 pm

סאו דו עגריסט אז ער קען ענדערש ביעטן טראמפ ווייל ער איז נישט די עסטעבלישמענט, אויפצורעגן די לינקע, נישט צו לינק אויפצורעגן מעסיגע און אריינשלעפן שולץ... פלאס ער האט א היסטארי פון געווינען אין מידוועסט, א סווינג סטעיט...

דאס איז געווען מיין פוינט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו דו עגריסט אז ער קען ענדערש ביעטן טראמפ ווייל ער איז נישט די עסטעבלישמענט, אויפצורעגן די לינקע, נישט צו לינק אויפצורעגן מעסיגע און אריינשלעפן שולץ... פלאס ער האט א היסטארי פון געווינען אין מידוועסט, א סווינג סטעיט...

דאס איז געווען מיין פוינט!

די אלע 2020 קאנדידאטן דארפן אויך קענען נאך איין זאך
ענפערען פאר טראמפ אויף זיין שפראך
ער קען אויך?

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:32 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סאו דו עגריסט אז ער קען ענדערש ביעטן טראמפ ווייל ער איז נישט די עסטעבלישמענט, אויפצורעגן די לינקע, נישט צו לינק אויפצורעגן מעסיגע און אריינשלעפן שולץ... פלאס ער האט א היסטארי פון געווינען אין מידוועסט, א סווינג סטעיט...

דאס איז געווען מיין פוינט!


ווען טראמפ וואלט געוואנען אהייא אזוי שמאל ווי וויסקאנסין מישיגען און פענסילוועניע וואלט די מעשה געווען גאר אנדערש ווייל א בראון קאנדידאטור וואלט כמעט פארזיכערט אהייא פאר די דעמאקראטן, אבער לויט 2016 איז בכלל נישט אזוי זיכער אז בראון וואלט געווען שטערקער ווי טראמפ אין אהייא. ביידען און בערני זענען אויך שטארק פאר די מידוועסט, ביידען איז מער פאפולער ווי בראון, און מיט בערני וואלטן די לענקע געווען אסאך מער אנטוזיאסטיש.

פון אנפאנג בין איך טאקע געווען היבש אנטוזיאסטיש אז א בראון קאנדידאטור קען פארמיידן די לינקע פון בלייבן אינדערהיים אבער וועט נישט ווערן געזען אלס צו לינק, אבער נאכ'ן באטראכטן זיין אויפפירונג האב איך מורא אז ער איז נישט גענוג כאריזמאטיש און אין די היינטיגע וועלט דארף מען קענען בעסער פערפארמען.

וועגן שולץ מיין אז אויב ער האלט ביים לויפן וואלט ער עס געטוהן קעגן סיי וועם אויסער בלומבערג (צוליב זיינע מעסיגע שטעלונגען) אדער ביידען (צוליב זיין פאפולעריטעט), און פון די אנדערע זייט וואלט ער נישט געלאפן קעגן קיינעם (און אויב יא אנגעצויגן גאר ווייניג) אויב יענער וואלט געווען פאראויס פון טראמפ מיט צען פונקטן צוויי דריי חדשים פאר די וואלן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”