2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 1:11 pm

דזשאו ביידען
24
31%
בערני סאנדערס
10
13%
קאמאלא העריס
5
6%
בעטא ארורק
4
5%
עליזאבעט ווארען
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
קארי בוקער
25
32%
מייק בלומבערג
5
6%
דזשוליען קאסטרא
1
1%
טאלסי גאבארד
1
1%
שעראד בראון
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
עמי קלאבוטשאר
1
1%
קריסטען דזשיליבראנד
2
3%
 
סך הכול שטימען: 78

אנע פשרות
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

2020 דעמאקראטישע נאמינאציע אנקעטע

תגובהדורך אנע פשרות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:11 pm

אזויווי די 2020 דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט איז שוין אין פולן שוואונג, ווען רוב פונעם פעלד האבן שוין געמאלדן אז זיי לויפן אדער אז זיי פארעמען עקספלאריטערי קאמיטע, איז צייט צו מאכן אן אנקעטע פארוועם "די אידישע וועלט" איז! (דיסקלעימער: מיר האבן געלייגט די צוועלף שטערקסטע קאנדידאטן לויט ריעל קליער פאליטיקס צו די יעצטיגע מאמענט, בלויז האלב פון זיי האבן שוין געמאלדן אז זיי לויפן, ווידעראום די אנדערע זענען בלויז ברייט ערווארטעט אז זיי גייען מסתמא לויפן)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:43 pm

שווערע אויסוואל צווישן ביידן און בעטאו. בעטאו וועט ברענגען מער ענטוזיאזם אבער ביידן איז מער געריבענער און בעסערע מעטש קעגן טראמפ

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:21 pm

קארי בוקער האט בלעכענע הויזן און איז נישט צו לינק

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 10, 2019 4:05 pm

כאפצעם האט געשריבן:שווערע אויסוואל צווישן ביידן און בעטאו. בעטאו וועט ברענגען מער ענטוזיאזם אבער ביידן איז מער געריבענער און בעסערע מעטש קעגן טראמפ


כ׳האלט אז צווישן בוקער מיט ביידען איז די אויסוואל שווערער.

בעטא איז ביטער שלעכט פאר א דיבאטע מיט טראמפ. און צו ברענגען ענטוזיאזם קען זיך בוקער עני טיים פארמעסטן מיט בעטא.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:24 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:שווערע אויסוואל צווישן ביידן און בעטאו. בעטאו וועט ברענגען מער ענטוזיאזם אבער ביידן איז מער געריבענער און בעסערע מעטש קעגן טראמפ


כ׳האלט אז צווישן בוקער מיט ביידען איז די אויסוואל שווערער.

בעטא איז ביטער שלעכט פאר א דיבאטע מיט טראמפ. און צו ברענגען ענטוזיאזם קען זיך בוקער עני טיים פארמעסטן מיט בעטא.

בוקער איז בכלל נישט קיין האוזהאולד נאמען

מחאה
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:25 pm

איך וואויט פאר רעפאבליקאנער און אויב דעמאקראטן דארף איך זען ווער איז די מערסטע גענויגט צו רעכטס. נו ווער?
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:57 pm

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:שווערע אויסוואל צווישן ביידן און בעטאו. בעטאו וועט ברענגען מער ענטוזיאזם אבער ביידן איז מער געריבענער און בעסערע מעטש קעגן טראמפ


כ׳האלט אז צווישן בוקער מיט ביידען איז די אויסוואל שווערער.

בעטא איז ביטער שלעכט פאר א דיבאטע מיט טראמפ. און צו ברענגען ענטוזיאזם קען זיך בוקער עני טיים פארמעסטן מיט בעטא.

בוקער איז בכלל נישט קיין האוזהאולד נאמען

כמעט ווי אבאמא אין 07
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג פאברואר 10, 2019 9:49 pm

געוואויט פאר בערני צוליב זיין שוואכקייט קעגן טראמפ. [זעה אין שכינות'דיגן אשכול..]

פאר די רעקארד, איך בין א רעדזשיסטערד דעמאקראט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » זונטאג פאברואר 10, 2019 10:01 pm

געוואויט פאר קאמאלא העריס די בעסטע קעגען טראמפ

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:20 am

ווען איך בין א דעמעקראט וואלטעך גענומען בראון, און בוקער מיין סעקאנד טשויס...

די דעמעקראטן האבן איין דזשאב, און דאס איז צו דיפיעטן טראמפ, און לדעתי איז ער די מענטש וואס קענעס באווייזן...

ביידן איז שוין געווען א קאנדידאט, פאר סאם אדד ריעזאן גלייכט מען אים נישט! פאולס קענען ווייזן יעצט אז ער איז שטארק, דאס איז ווייל ער לויפט נאכניש! ער איז געווען ווייס פרעזידענט, איז א נייס גיי, סאו פארוואס נישט... לאז אים זיין אויפן סטעידזש, לאזעם דיבעיטן... ער האט עס סאם האו קיינמאל נישט געמאכט! חוץ מזה איזער נישט אינג... סיז שווער צו קאמפיינען...

סאנדערס איז צו לינקס, און אפילו אויב ער וואלט ווען געקענט ביעטן טראמפ, (לדעתי קענער נישט) אויב גייטער זיין די קאנדידאט וועט ענדערשער אריינטאנצן א טוירד פארטי קאנדידאט, סאו ווען איך וויל באזיגן טראמפ ווילעך נישט ריסקן מיט סאנדערס...

קעמעלע העריס איז אינגער ווי די ערשטע צוויי, אבער איז היבש לינקס, און מיט אירע קאמענטס פון אפשאפן פריוואטע העלט אינשורענס וכד' דארף מען מורא האבן פון א טוירד פארטי קאנדידאט, כנ"ל... חוץ מזה איז דא א זאך וואס הייסט אפיערענס... קענסט עס אנרופן סיי וועלעכע ווארט דו ווילסט, אבער ווען די צוויי קאנדידאטן שטייען אויפן סטעידזש און דיבעיטן, איז טאקע וויכטיג וואס זיי זאגן, אבער זייער אויסזעהן זאגט אסאך מער... זי קוקט נישט אויס ווי די פרעזידענט וואס דו ווילסט זאל פיהרן דיין לאנד, ענדערש ווי אן אקטיוויסט!

בעטא האט אלע מעלות וואס די אנדערע האבן נישט, אבער זיינע אינטערוויאס וואס ער האט טאקע געשניטן דערווייל, זאגן אונז אז ער דארף זיך אדער צולערנען פאלעסי, אדער וויסן וויזוי עס צו פארווישן... עז איט איז רייט נאו גייטער זיך פארפלאנטערן אין אינטערוויאס... כ'מאכעם נישט אוועק, אויב ער לערענט זיך צו איזער א גוטע קאנדידאט, אבער יעצט דאפעך בעסער...

ווארען האצעך פארפאקטשקעט און שלעכט געהענדעלט די נעיטיוו אמעריקא פרשה, זי האט געוויזן אז טראמפ קען מאניפילעיטן די דיבעיט און זי האט נאך גענומען א בלוד טעסט אויך... חוץ די פוינט פון אפיערענס... זי קוקט נישט אויס ווי א פרעזידענט... און איז לינקס, סאו טוירד פארטי אלערט...

בוקער איז פון די בעסטע וואס סיז דא, ער טשעקט אלע באקסעס, אבער סאם האו פיהלט מען עפעס די פאלטשקייט... ער האט גענומען א גוטן טריי ביי די קאוואנאו היערינג, אבער סאט עפעס נישט גוט געקלעבט... כ'גלייב אבער אז ער איז פון די בעסערע קעגן טראמפ...

בלומבערג האט עפעס אן אומ'חן, און די שווארצע און ספאנישע גייען נישט ארויסגיין פאר אים, זיי וועלן נישט אזוי שנעל פארגעסן פון סטאפ ענד פריסק... און ער האט נישט די ענערדזשי וואס אזא קאמפיין קאסט...

קאסטראו האבעך געהאלטן און כ'האלט נאכאלץ אז ער גייט נאך זיין א שטארקע פאוער אין די פארטיי, אבער סאם האו האטער דערווייל נישט אויפגעפיקט קיין סטיעם... און אויב צווישן דעמעקראטן קומטער נישט אן, איזעס מעגליך א ראי' אז ער קען נישט? ידער וועי, אויף אים געבעך נאכניש אויף...

כ'גיי נישט פארנוצן די טינט פאר געבארד, קלאובאטשער און דזשיליברענד, כ'קענאנכיש דעסיידן פארוואס זיי לויפן בכלל... עכ"פ זיי האבן אלע אפאר פון די אויבנדערמאנטע חסרונות...

בראון טשעקט יעדע באקס, אויסער אז ער האט נאכניש אנאונסד און מ'זאל קענען זעהן צו ער כאפט סטיעם...

ער קוקט אויס פרעזידענטיש, איז נישט צו אלט, האט געוואונען א סענאט זיץ אין א סווינג סטעיט, גייט נישט מאכן די ארוקאו מיסטעיק ועוד ועוד... דארף ער נאר קריגן טרעקשן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11059
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:52 am

וויכי, מיר אלע געדענקן נאך ווען פערי איז געווען די זאך...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:59 am

בני אדם האט געשריבן:געוואויט פאר קאמאלא העריס די בעסטע קעגען טראמפ

אמת.

אבער פארגעס נישט אז מיט איר האט טראמפ די לייכסטע פעלד צו געווינען, זי האט וואס צו פארקויפן און טראמפ האט פיין אויף וואס צו רייטן...

לענ"ד האט בוקער די שטערקסטע שאנסן קעגן טראמפ. העריס, סענדערס, און בעטא וועלן גארנישט באקומען קעגן טראמפ. ווארען, ביידען קען זיין טייט, בוקער האט ערנסטע שאנסן.

בראון קען איך נישט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:04 am

געשטימט פאר בעטא. פארפאלן איך בין נאכנישט גרייט צו זאגן קדיש נאכעם.

ער איז א רוח, פיל מיט לעבהאפט און בעיקר איז ער א אמת'ער נישט קיין פעיקער. איינע פון הילעריס גרעסטע פראבלעמען איז געווען איר פאלטשקייט, בשעת ווען טראמפ קומט אריבער זײער אוטענטיש. בעטא איז אויטענטיש ביזן לעצט טראפ. ווען ער רעדט זעהט מען אז ער בלאבעלט נישט נאך שיינע פראזן, נאר די פראזן בלאבלען אים נאך.

ער האט די כח ארויסצוברענגען ריזיגע מאסן. וואס וועט שטעכן טראמפ מער, ווי אויב זיין קעגנער וועט נאכאנאנד האבן גרעסערע ראליס ווי אים? דאס וועט אים ארויסנעמען פונעם גלייכגעוויכט!... אבער דאס איז נישט די עיקור נאר ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין 2016, די ראליס האבן א שטארקע כח!

זיינע דעבאטע קוואליפיקאציעס זענען אויך גלענצענד. ווען ער איז געשטאנען אויפן סטעידש קעגן קרוז - די בעסט אין די ביזנעס - איז געווען שווער צו זעהן ווער האט די אויבערהאנט. זיכער ווען ער וועט גיין קעגן טראמפ וואס האט אין 2016 פארלוירן יעדע דעבאטע אין פאבליק אפיניען, און יא, ער קען פליקן אויך ווען עס פעלט זיך אויס ווי מען האט טאקע געזען ביי די טעקסעס דעבאטע.

בנוגע די איבריגע קאנדידאטן, העריס איז אויף דער מינוט מיין צווייטע אויסוואל, זי איז סיריעס. קלאבעשור האט ערענסטע
פאטענשעל אבער מען דארף ווארטן צו זען אויב זי קען טרעפן עפעס א ענגעל אויף וועלכע צו לויפן אנדערש פון העריס. בוקער איז פאלש דורכאויס, און כ'מיין אז דאס קען נישט האבן קיין קיום (דאנט געט מי ראנג, איך נעם אים איבער טראמפ אין א אויגן בליק). מייק בלומבערג קען זיין א ערענסטע טרעט פאר טראמפ אין די דשענערעל אבער איך זעה נישט וויאזוי ער געווינט די פריימערי.

ווארען זאל עפענען א היימישע בעקעריי, און כ'ווייס נישט פארוואס, אבער בערני זעה איך אייביג אלץ דענטיסט (פיקטשער אים מיט א ווייסע כאלאט ווי ער לייענט עקס-רעיס ביי א לייט...)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:22 am

לכאורה האט געשריבן:וויכי, מיר אלע געדענקן נאך ווען פערי איז געווען די זאך...



מיר געדענקן דאס אויך, אזוי אויך האמער זיך אסאך געלערענט דערפון...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג פאברואר 11, 2019 7:46 am

הרב ברירה, דעבאטן קרוז אאון דעבאטן טראמפ איז צוויי וועלטן,
קרוז דיבעיט אישוס, דארט קענסטעך אנגרייטן בעסער און נאך בעסער, און קענסט אויך קומען מיט אפאר אנגעגרייטע טשעפעס ווי בעטא האט געטון
ביי טראמפ איז עס איבער קענען אינסטענטלי גוט צוריקפליקן, וואס דארט האט טראמפ געהאט די אויבערהאנט, סיי ביי קרוז און סיי ביי הילערי.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6684
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג פאברואר 11, 2019 10:18 am

דאס איז א ריכטיגע נקודה.

אבער דאך האט טראמפ פארלוירן די אוועראלל דעבאטע. אין אנדערע ווערטער ער האט געווינען די שלאכט און פארלוירן די קריג. דאס קען בעטא דעליווערן.

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » מאנטאג פאברואר 11, 2019 11:20 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בני אדם האט געשריבן:געוואויט פאר קאמאלא העריס די בעסטע קעגען טראמפ

אמת.

אבער פארגעס נישט אז מיט איר האט טראמפ די לייכסטע פעלד צו געווינען, זי האט וואס צו פארקויפן און טראמפ האט פיין אויף וואס צו רייטן...

וואס האט ער צי רייטן אויף איר אויף די אנדערע האב איך שוין געזען
די סיבה וואס איך האלט זי איז גיט וואל זי קען אויך זיין נעסטי אין ענפערען נעסטי

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:44 pm

יש ברירה האט געשריבן: בוקער איז פאלש דורכאויס, און כ'מיין אז דאס קען נישט האבן קיין קיום

פאלטשער ווי אבאמא???
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:45 pm

איך האלט פון א ביידען-גילום טיקעט

ביידען איז ברייט באקאנט, און גילום קען די טראמפ שפראך, און צוזאמען איז עס קאלירפולע טיקעט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5293
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:49 pm

דממה דקה האט געשריבן:איך האלט פון א ביידען-גילום טיקעט

ביידען איז ברייט באקאנט, און גילום קען די טראמפ שפראך, און צוזאמען איז עס קאלירפולע טיקעט.


גילום האט אבער פיטער אויפן קאפ.

פונקט גענוג ס׳זאל אים מאכן קאפוויי
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:04 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך האלט פון א ביידען-גילום טיקעט

ביידען איז ברייט באקאנט, און גילום קען די טראמפ שפראך, און צוזאמען איז עס קאלירפולע טיקעט.


גילום האט אבער פיטער אויפן קאפ.

פונקט גענוג ס׳זאל אים מאכן קאפוויי

מיט איינער אזוי פיל פיטער ווי טראמפ קען ער זיך נאך פארמעסטן

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:05 pm

אמביציע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך האלט פון א ביידען-גילום טיקעט

ביידען איז ברייט באקאנט, און גילום קען די טראמפ שפראך, און צוזאמען איז עס קאלירפולע טיקעט.


גילום האט אבער פיטער אויפן קאפ.

פונקט גענוג ס׳זאל אים מאכן קאפוויי

מיט איינער אזוי פיל פיטער ווי טראמפ קען ער זיך נאך פארמעסטן

נישט ריכטיג, טראמפ איז טעפלאן קאוטעד, קיינער קען דאס נישט באווייזן.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:05 pm

לדעתי וואלט טראמפ פארלוירן קעגן יעדע אין די ליסטע אפשר חוץ ווארען

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג פאברואר 11, 2019 1:55 pm

יש ברירה האט געשריבן:איינע פון הילעריס גרעסטע פראבלעמען איז געווען איר פאלטשקייט, בשעת ווען טראמפ קומט אריבער זײער אוטענטיש. בעטא איז אויטענטיש ביזן לעצט טראפ. ווען ער רעדט זעהט מען אז ער בלאבעלט נישט נאך שיינע פראזן, נאר די פראזן בלאבלען אים נאך.

ער האט די כח ארויסצוברענגען ריזיגע מאסן. וואס וועט שטעכן טראמפ מער, ווי אויב זיין קעגנער וועט נאכאנאנד האבן גרעסערע ראליס ווי אים? דאס וועט אים ארויסנעמען פונעם גלייכגעוויכט!... אבער דאס איז נישט די עיקור נאר ווי מיר האבן זיך איבערצייגט אין 2016, די ראליס האבן א שטארקע כח!


די אלע מעלות וואס דו ברענגסט דא אויף בעטא, זע איך אויף בערני נאכמער, איי ער איז צו לינק? איך וועל עס איגנארירן פונקט ווי וויכי איגנארירט בראונ'ס זיין זייער לינק.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 11, 2019 6:08 pm

ווען ביידן האט נישט געהאט קיין טרעקשען פארצייטענס איז ער נאך געווען בלויז א סענעטאר פון די פיצי דעלעווער.

קרוז האט אפגעשטעלט בעטא'ס שוואונג אין די אנקעטעס ביי די ערשטע דעבאטע. און בעטא האט זיך געפילט נאכדעם גילטי אויף די לייען טעד פראזע.

@אמבציע, גילום קען זיך נאך געהעריג טרעפן אין תפיסה, און אפילו אויב נישט, א שווארצער קרימינאל איז זייער א שוואכע פאליטישע פראדוקט, נאר ער האט א מעכטיגע שפראך, ער איז אויך וויסט לינק.

@נעכטן, וואס איז די פעסימיזם?

-----------------------

עניוועי, אויב ביידן לויפט נישט גיי איך גראד צו קלאבאשער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: farmer, גאפל, לעגאו מענטשעלע, שואלכענין און 69 געסט