אנקעטע: פאר וועם וואלט איר געשטימט אין 2020?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאר וועם וואלט איר געשטימט אין 2020 אויב _______ געווינט די דעמעקראטישע נאמענאציע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט זונטאג פאברואר 17, 2019 12:06 pm

טראמפ ווס. ביידען - איך וואלט געשטימט פאר טראמפ
88
8%
איך וואלט געשטימט פאר ביידען
35
3%
ווס. העריס - טראמפ
77
7%
העריס
21
2%
ווס. דזשילעברענד - טראמפ
78
7%
דזשילעברענד
19
2%
ווס. בערני - טראמפ
86
8%
בערני
16
1%
ווס. בעטא - טראמפ
74
7%
בעטא
26
2%
ווס. בוקער - טראמפ
72
7%
בוקער
31
3%
ווס. ווארען - טראמפ
80
7%
ווארען
12
1%
ווס. קלאבעטשור - טראמפ
70
7%
קלאבעטשור
17
2%
ווס. דילעיני - טראמפ
70
7%
דילעיני
14
1%
ווס. בלומבערג - טראמפ
77
7%
בלומבערג
21
2%
ווס. שעראד בראון - טראמפ
72
7%
בראון
18
2%
 
סך הכול שטימען: 1074

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:58 am

מיט א צוגעשטאפטע נאז האב איך אראפגעקוועטשט דעם לעווער פאר אלע דעמאקראטן, הגם טייל פון זיי זענען פארהאסט ביי מיר, אבער שנאת טראמפ הגדולה דוחה שנאה הקטנה
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:14 am

אינטערסאנט בוקער איז די 2ט מערסטע
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

גולם פון וואשינגטאן
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:28 am

מ'זעהט דא קלאר אז די אנטי טראמפ'ס זענען די מינאריטעט, אבער האקן מער אויפן קי-בארד, ווי מען קען נאר, קעגן די פרא'ס וואס באגניגען זיך מיט וואוטען און גיין ווייטער....

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:32 am

לכאורה האט געשריבן:מיט א צוגעשטאפטע נאז האב איך אראפגעקוועטשט דעם לעווער פאר אלע דעמאקראטן, הגם טייל פון זיי זענען פארהאסט ביי מיר, אבער שנאת טראמפ הגדולה דוחה שנאה הקטנה

נישט געוואוסט אז דאס האלט נאך אן. WOW
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:32 am

גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:מ'זעהט דא קלאר אז די אנטי טראמפ'ס זענען די מינאריטעט, אבער האקן מער אויפן קי-בארד, ווי מען קען נאר, קעגן די פרא'ס וואס באגניגען זיך מיט וואוטען און גיין ווייטער....

ענליך צו די אנטי וואקסין מאוומענט, הא?
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:46 am

ווען די עלעקשאן איז ווען היינט וואלט איך מן הסתם געוואוט פאר טראמפ קעגן די אלע, וויט דעט ביאינג סעיד, איך קוק ארויס צו זעהן די פערפארמענס אויף דריי קאנדידאטען פון די ליסטע:

קארי בוקער, קאמעלע העריס און מייקעל בלומבערג.

בלומבערג האט די שוואכסטע שאנס פון די דריי אבער איז שטארק געאייגענט פאר די פאזיציע, איך רעד אלס דאמעסטיק פאליסיס אבער אינטערנעשענאל פאליסי וועט מען נאך דארפען הערן פון אים.

העריס איז א שטארקע כאראקטער, זי האט די מעגליכקייט אראפ צו ברענגען טראמפ און פירען א סוקסעספול קאנטער קאמפיין צו די טראמפ ענערזשייזד ראליס, זי איז נאר אביסעל צו לינק פאר מעין סטריעם אמעריקע.

בוקער איז א גאלדענע קאנדידאט מען וועט נאר דארפען אויסווארטען צו זיהן וויאזוי ער וועט סארווייווען א גאר שווערע פריימערי מיט א סך אנדערע דעמאקראטישע קאנדידאטען.

פאר די דריי וואלט איך געלאזט די אפציע אפען צו טוישען פון טראמפ צו זיי, איך האב דא געוואוט פאר די דריי זשאסט פאר די פוינט אוף איט.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג פאברואר 08, 2019 6:23 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קארי בוקער איז מיין איינציגסטע אויסוואל קעגן טראמפ. [עה, נישט ממש]

כ׳בין נישט אזוי באהאווענט אין זיינע פאליטישע אגענדעס, ער איז אבער קלאר נישט קיין שארף ליבעראלער, און זעכער נישט קיין ראדיקאלע.

ער איז א שטארקע אידן פריינד. ער דיעלט מיט אידן כסדר.

וכן נוהגים במקומותינו.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:13 am

לכאורה האט געשריבן:מיט א צוגעשטאפטע נאז האב איך אראפגעקוועטשט דעם לעווער פאר אלע דעמאקראטן, הגם טייל פון זיי זענען פארהאסט ביי מיר, אבער שנאת טראמפ הגדולה דוחה שנאה הקטנה



פארוואס האסטו העים אזוי פיינט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:26 am

@לכאורה דער עולם קען דיך שוין נישט... ס'איז צייט פאר א געהעריגע קאמבעק...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:34 am

יש ברירה האט געשריבן:@לכאורה דער עולם קען דיך שוין נישט... ס'איז צייט פאר א געהעריגע קאמבעק...


זייט טראמפ איז פרעזידענט איז כורע פארנעמען מיט ליל שישי און מיט צווייע פארטאגס..

זכרנו ימים כקדם.. מאך דיר וויסענדיג פון די אשכולות דאהי אויך.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג פאברואר 10, 2019 5:13 pm

ווי עס האלט יעצט איז בוקער שטערקער ווי ביידען אין פראצענט... אבער ווי עס קוקט אויס האבן אסאך נאר געשטימט פאר די ערשטע פארמעסט.

מיט וויפיל פראצענט טראמפ וואלט געווינען קעגן יעדע קאנדידאט
d.jpg
d.jpg (28.46 KiB) געזעהן 675 מאל

בן כלבא שבוע
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

תגובהדורך בן כלבא שבוע » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:58 pm

איך בין א אינדעפענדענד פאר ביידען אין בוקער וואולט איך געוואוט קעגען טראמפ פאר א צווייטען מסתמה נישט.

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » זונטאג פאברואר 10, 2019 7:02 pm

איך וואלט געוואוט פאר בוקער אויב טראמפ לויפט ווען נישט
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 10:05 am

אפדעיט... בוקער איז ווייטער אין שפיץ.
צוגעלייגטע
update.jpg
update.jpg (25.56 KiB) געזעהן 525 מאל

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:47 am

איך קען נאך נישט די גאנצע עולם, האב איך נאר געשטימט אזוי:

טראמפ איבער ביידן; איך וויל נאכנישט צוריק גיין צו אלד פעשינד פאליטיקס.
טראמפ איבער בוקער; ער זעהט מיר אויס ווי א מאסק.
טראמפ איבער דזיליברענד און בלומבערג; איך האב זיי נאך ווייניגער ליב ווי טראמפ.

סענדערס איבער טראמפ; אויב שוין יא פאן, כאטשיג איינער וואס ווייסט וואס ער וויל. (ער לויפט בכלל?)

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:07 am

ביי אלע אנקעטעס פרעגט מען קודם צי מען איז דאמעקראט אדער א רפבליקאנען איך מיין אז מען זאל עס דא אויך טון וואל אויב איז דא מער דאמעקראטן איז נישט קיין חכמה אז די דעמקראטן שטייען בעסער

איגערקע
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:50 am

איך שטיי און וואונדער זיך ווי אזוי קען אזוי גרויסע מערהייט פון אונזער עם נבון וחכם שטימען פאר א אומפארשעמטער נידדיגע בעל גאוה ובכל תאוה. א צווילדעווער פארשטיי וואס פירט זיך אויף ווי א קליין קינד
מיר אידן זענען העכער און קליגער פון דעם. ניין?

ער איז טאקע א רייסער און אזוי ווי דער גרעסטער מחוצף פון חדר. אדער דער ווייז גיי וואס שרייט צוריק צו גבאי אין שול . מיט אזא איינעם ווילן מיר איידלע אידן זיך אידענטעפצירן?

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג פאברואר 15, 2019 6:22 am

Come and go האט געשריבן:איך וואלט געוואוט פאר בוקער אויב טראמפ לויפט ווען נישט

גם אני. נישט פאר ביידן, אפשר פאר בוקער.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג פאברואר 15, 2019 9:08 am

בני אדם האט געשריבן:ביי אלע אנקעטעס פרעגט מען קודם צי מען איז דאמעקראט אדער א רפבליקאנען איך מיין אז מען זאל עס דא אויך טון וואל אויב איז דא מער דאמעקראטן איז נישט קיין חכמה אז די דעמקראטן שטייען בעסער

קיינער האט נישט געחלומט אז די דעמעקראט וועט שטיין בעסער, די אנקעטע איז געצילט צו זען וועלכע דעמעקראט וואלט געשטאנען די ווייניגסטע שלעכט.

איך וואלט געזאגט אז אייוועלט איז צוטיילט בערך 80/20 רעפאבליקען. מען זעהט אבער אז געוויסע קאנדידאטן שלעפן אריבער עטוואס מער צו זייער זייט און אנדערע שטופן גאר אוועק.

אוועטאר
בני אדם
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2019 2:56 pm

תגובהדורך בני אדם » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:49 pm

יש ברירה האט געשריבן:
בני אדם האט געשריבן:ביי אלע אנקעטעס פרעגט מען קודם צי מען איז דאמעקראט אדער א רפבליקאנען איך מיין אז מען זאל עס דא אויך טון וואל אויב איז דא מער דאמעקראטן איז נישט קיין חכמה אז די דעמקראטן שטייען בעסער

קיינער האט נישט געחלומט אז די דעמעקראט וועט שטיין בעסער, די אנקעטע איז געצילט צו זען וועלכע דעמעקראט וואלט געשטאנען די ווייניגסטע שלעכט.

איך וואלט געזאגט אז אייוועלט איז צוטיילט בערך 80/20 רעפאבליקען. מען זעהט אבער אז געוויסע קאנדידאטן שלעפן אריבער עטוואס מער צו זייער זייט און אנדערע שטופן גאר אוועק.

דעמאץ וואס איז די גרויסע זאתי וויסען אז טראמפ שטייט פאראויס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, איש שלום, קאפ און אקסל, ר' יום טוב, שואל ומשיב, שתקן און 40 געסט