בלאט 4 פון 14

געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2019 1:50 pm
דורך אסדר לסעודתא
פעיק נוז האט געשריבן:פארוואס זעה איך עס נישט רעפארטן?

דרמה ברפובליקה השיעית: נשיא איראן חסן רוחאני ביקש היום (רביעי) מהמנהיג העליון עלי ח'אמנאי להתפטר מתפקידו, צעד הבא זמן קצר אחרי הודעה דומה של שר החוץ מוחמד זריף.

"אמרתי למנהיג שלנו", צוטט רוחאני בכלי תקשורת איראני, "שהתנאים שאנחנו חיים בהם הם תנאי מלחמה, ושהמדינה זקוקה למפקד שיוביל את חזית המלחמה עם האויב".

לפי סוכנות הידיעות הרוסית 'ספוטניק', רוחאני הציע לחמינאי "להנהיג את המדינה במלחמה הכלכלית, וביקשתי ממנו להוביל את המלחמה הזאת כשהממשלה והעם מאחוריו. הוא השיב לי שהנסיבות הן של מלחמה, ושאנחנו צריכים מפקד בחזית...".

מוקדם יותר היום האשים נשיא איראן חסן רוחאני את ארצות הברית בשימוש בלחץ כלכלי על מנת להפיל את משטרו, ותקף אותה בנאום שנשא במחוז הצפוני ג'ילאן: "אנחנו נמצאים במלחמה פסיכולוגית עם אמריקה ובעלות בריתה. מטרתן היא לשנות את המשטר, אך לא נרשה זאת מפני שהאומה וההנהגה שלנו מאוחדות נגד אויבינו".

באשר להתפטרות שר החוץ מוחמד ג'וואד זריף בשבוע שעבר, אישר היום דובר משרד החוץ בארהם קאסמי כי הוא נקט בצעד זה - שכזכור לא התקבל בידי הנשיא - משום שלא עודכן על ביקורו של נשיא רוסיה אסד בטהרן הבירה

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 07, 2019 5:14 pm
דורך הכל הבל
מערקעל האט אפגעווארפן א ביטע פון וואשינגטאן אז דייטשלאנד זאל דורכפירן מאנעוורעס הארט נעבן רוסלאנד צו פראוואקירן פוטין

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2019 10:35 am
דורך הכל הבל
פוטין שרייבט אונטער א געזעץ וועלכע פארבאט צו פובליצירן פאלשע נייעס און פראוויצירנדע שרייבעריי

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2019 10:55 am
דורך פעיק נוז
הכל הבל האט געשריבן:מערקעל האט אפגעווארפן א ביטע פון וואשינגטאן אז דייטשלאנד זאל דורכפירן מאנעוורעס הארט נעבן רוסלאנד צו פראוואקירן פוטין

העי וואס איז מיט נאטא?.... די סכנה פון רוסלאנד?.... בלא בלא....
און איך האב געמיינט אז טראמפ איז דער סכנה פאר נאטא לענדער וואס ער איז זיי מפקיר צום רוסישן בער.

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2019 9:34 am
דורך הכל הבל
פרעזידענט פון קאזאכסטאן רעזיגנירט

געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2019 10:31 am
דורך הכל הבל
סאודי אראביע גייט בויען די וועלטס גרעסטע פארק אין איר הויפטשטאט ריאד וואו זי וועט איינפלאנצן 7.5 מיליאן ביימער און וועט אפקאסטן 23 ביליאן דאלער

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 10:27 am
דורך הכל הבל
אלדזשעריס ארמיי הויפט זאגט אז די פרעזידענט אמט זאל דערקלערט ווערן אלץ ליידיג אין איינקלאנג מיט די ארטיגע קאנסטיטוציע


פארלאמענט הויפט וועט איבערנעמען די לייצעס

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:31 am
דורך פאראינטערסירט
הכל הבל האט געשריבן:אלדזשעריס ארמיי הויפט זאגט אז די פרעזידענט אמט זאל דערקלערט ווערן אלץ ליידיג אין איינקלאנג מיט די ארטיגע קאנסטיטוציע


פארלאמענט הויפט וועט איבערנעמען די לייצעס

קום ביטע אריין קלארער, וואס גייט דארטן פאר?
א פרישע עגיפטן?

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:33 am
דורך הכל הבל
מען רוקט ארויס דעם ארטיגן פרעזידענט נאך מאסיווע פראטעסטן אין לאנד

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:35 am
דורך הכל הבל
זיין שטאב הויפט און די ארמיי הויפט האבן ביידע דערקלערט אז ער איז מער נישט פעאיג צו זיצן אויפן בענקל

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:36 am
דורך הכל הבל
די עקאנאמישע לאגע איז זייער שווער דארטן

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:38 am
דורך נאך פונדערהיים
דער איצטיגע 82 יעריגע פרעזידענט וועלכע זיצט שויןדארט פאר 20 יאר איז שוין פאר יארן פאראליזירט אין א ווילטשעיר און האט שוין נישט גערעדט אין פאבליק זינט 2013

לעצטנס האבן אנגעהויבן וואקסן די פראטעסטן אז די לאנד ווערט אין פאקט געפירט דורך זיינע ארומיגע עליטע און דאס מוז זיך ענדיגן

יעצט זעט אויס אז עס וועט קומען פרישע וואלן

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:43 am
דורך נאך פונדערהיים
עס איז נישט קיין רעוועלוציע וואס מען האט געזען אין די אראבישע פרילינג קעגן די דיקטאטארן, בלויז א פארלאנג פאר א טשעינדזש

צום ביישפיל, די סטעיט מידיע דעקט געהעריג די פראטעסטן, און פילע אפישעלס זענען אויף זייער זייט, און עס איז נישט גענוצט געווארן קיין מאכט קעגן די פראטעסטירער טראץ וואס די ווילדע פראטעסטן גייט שוין אן פאר לאנגע וואכן.

געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:45 am
דורך פאראינטערסירט
יישר כוח פאר ענק ביידע.

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 1:37 pm
דורך הכל הבל
מעי זאגט אז זי וועט אפטרעטן ווי נאר ברעקזיט ווערט דורכגעפירט

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:33 pm
דורך Think and Thank
זייער קלוג פון איר. אזוי אז ווען די עקאנאמיע וועט אנהייבן שפירן די נאכווייען וועט עס פאלן אויף א צווייטן...

(גראדע האלט איך אז לאנג טערם לוינט עס פאר ענגלאנד, אבער עס קומט אינעוויטעבלי מיט קורץ-טערמיניגע נאכווייען [פונקט ווי טראמפ'ס שיטה אויף טרעיד])

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 5:17 pm
דורך יאצמעך
איך האב מורא זי זאגט עס ווייל אזוי בלייבט זי דארט אויף אייביג...

זעהט בכלל אויס ווי עס קומט א ברעקזיט דעיל אין די נאנטע טעג/וואכן?

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2019 12:35 am
דורך נאך פונדערהיים
אין סלאוואקיע איז ערוועלט געווארן צום ערשטן מאל א פרוי אלס פרעזידענט.

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2019 1:45 am
דורך אסדר לסעודתא
נאך פונדערהיים האט געשריבן:דער איצטיגע 82 יעריגע פרעזידענט וועלכע זיצט שויןדארט פאר 20 יאר איז שוין פאר יארן פאראליזירט אין א ווילטשעיר און האט שוין נישט גערעדט אין פאבליק זינט 2013

לעצטנס האבן אנגעהויבן וואקסן די פראטעסטן אז די לאנד ווערט אין פאקט געפירט דורך זיינע ארומיגע עליטע און דאס מוז זיך ענדיגן

יעצט זעט אויס אז עס וועט קומען פרישע וואלן

לויט ווי איך פארשטייי איז עס א דעמאקראטיש לאנד און עס קומט פרישע וואלן. מען וויל נישט אז ער זאל קענען לויפן נאכאמאל.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:00 am
דורך פאראינטערסירט
אין אוקריינא איז היינט פארגעקומען העפטיגע פרעזידענטליכע וואלן.

עס זענען געלאפן 39 קאנדידאטן... :roll:
עס זענען פאראן בערך 30 מיליאן מענטשן וואס קענען וואוטן.

א טעלעוויזיע שאו עקטאר (אידיש אפשטאמיגער) מיטן נאמען וולאדימיר זעלענסקי איז ארויסגעקומען די פראנט ראנער באקומענדיג 30 פראצענט, 1.6 מיליאן שטימען.
כמעט דאפעלט פון די אינקאמבענט פרעזידענעט פעטראו פראשענקאו וועלכע איז אריינגעקומען א ווייטע צווייטער מיט 17 פראצענט, ארום 900 טויזנט שטימען.

אום אפריל דער 21'סטער גייט פארקומען א ראן-אף פארמעסט צווישן זעלענסקי און פראשענקאו.

זעלענסקי האט קיין ערפארונג מיט פאליטיק'ס, ס'שווער צו וויסן וויאזוי ער וועט האנדלן מיט רוסלאַנד, הגם ער האט שטארק קאמפיינט אז ער גייט ארבעטן אריינצוגיין אין די אי-יו און אין נעטא.
אבער פון צווייטן זייט האט ער געזאגט אז מ'גייט זיך אראפזעצן מיט רוסלאנד און אויסארבעטן א דיעל ל"ע...!

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:29 am
דורך פאראינטערסירט
אז מ'רעדט שוין פון וואלן אין אנדערע לענדער.

אין טערקיי איז אויך פארגעקומען היינט וואלן פאר לאקאלע אמטן, ווי מעיאר און קאנסילערס דורכאויס דאס לאנד.

די רעזולטאטן זענען נאך נישט הונדערט פראצענט.
אבער וואו עס קוקט אויס זענען די רעזאלטאטן א שטארקע פאטש פאר די אמטירענדע פארטיי - די "יוסטיץ און דעוועלאפמענט פארטיי" וואס ווערט אנגעפירט דורך די פרעזידענט ראסעיפ ערדאגאן, נאכדעם וואס די אפאזיציע פארטיי - די "רעפאבליקען פיפעלס פארטיי' געוואונען די מעיארשאפט אין די הויפט שטאט אנקארא.

די רעזולטאטן אין די גרעסטע שטאט אינסטאמבול איז נאך נישט קלאר, ביזדערווייל מיט 91 פראצענט שטימען אפגעציילט, ליעד די אמטירענדע פארטיי מיט ווייניגער ווי 3 טויזנט שטימען, 48.71%
אנטקעגן 48.65% פראצענט פאר די אפאזיציע!
און ס'נאך דא אסאך נישט אפגעציילטע שטימען.

דאס איז שוין נאכדעם וואס 90 פראצענט פון די מידיע דארטן איז קאנטראלירט ביי די רעגירונג, און ערדאגאן מיט די מידיע האבן באצייכנט די אפאזיציע אלץ טעראריסטן...

דאס איז די ערשטע עלעקשאן זייט ערדאגאן האט פאראיאר נאך די פרעזידענטליכע עלעקשענס גענומען פאר זיך שטארקע אויסערגעווענליכע עקזעקיוטיווע מאכט, מיטן נוצן די דורכגעפאלענע פוטש אלץ אן אויסרייד.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:33 am
דורך צל עובר
קושטא-איסטאמבול-קאנסטאנטינאפל איז שטייצעך סאך וויכטיגער ווי אנקארא.

דער פרעזידענט איז פארדעם געווען דארט מעיאר.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:34 am
דורך טשאדעלע באדעלע
פאראינטערסירט האט געשריבן:אין אוקריינא איז היינט פארגעקומען העפטיגע פרעזידענטליכע וואלן. וכו׳..

זעלענסקי האט קיין ערפארונג מיט פאליטיק'ס, ס'שווער צו וויסן וויאזוי ער וועט האנדלן מיט רוסלאַנד, הגם ער האט שטארק קאמפיינט אז ער גייט ארבעטן אריינצוגיין אין די אי-יו און אין נעטא.
אבער פון צווייטן זייט האט ער געזאגט אז מ'גייט זיך אראפזעצן מיט רוסלאנד און אויסארבעטן א דיעל ל"ע...!


ס׳איז באמת נישט קיין נפק״מ ווי ווייט ערפארונג דער אוקריינע פרעזידענט האט לגבי רוסלאנד. דער עיקר איז ער זאל מאכן דעם דזשאב מיטן אמעריקאנע פרעזידענט.

פעטרישקע איז נישט עפעס א מורא׳דיגער חונף.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:41 am
דורך פאראינטערסירט
צל עובר האט געשריבן:קושטא-איסטאמבול-קאנסטאנטינאפל איז שטייצעך סאך וויכטיגער ווי אנקארא.

דער פרעזידענט איז פארדעם געווען דארט מעיאר.

ריכטיג ווייל דאס איז די גרעסטע שטאט.
אבער אנקארא איז די הויפטשטאט און דאס איז זייער סימבאליש.

גראדע האט די אפאזיציע דערקלערט אז זיי האבן אויך געוואונען אינסטאמבול.

אבער ווי געזאגט די רעזולטאטן ווייזן "דערווייל" אז די אמטירענדע פארטיי איז פאראויס מיט בלויז ארום א צוואנציגסטל פון א פראצענט... 0.06% !! (48.65% - 48.71%)

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:57 am
דורך צל עובר
פאראינטערסירט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:קושטא-איסטאמבול-קאנסטאנטינאפל איז שטייצעך סאך וויכטיגער ווי אנקארא.

דער פרעזידענט איז פארדעם געווען דארט מעיאר.

ריכטיג ווייל דאס איז די גרעסטע שטאט.
אבער אנקארא איז די הויפטשטאט און דאס איז זייער סימבאליש.

גראדע האט די אפאזיציע דערקלערט אז זיי האבן אויך געוואונען אינסטאמבול.

אבער ווי געזאגט די רעזולטאטן ווייזן "דערווייל" אז די אמטירענדע פארטיי איז פאראויס מיט בלויז ארום א צוואנציגסטל פון א פראצענט... 0.06% !! (48.65% - 48.71%)


די אנדערע שטאט איז סימבאליש אויך אין ערוך מער ווי אנקארא.