אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ארום 400 סטודענטן פעלן אין נייזשעריע נאך וואס א באוואפענטע גרופע האט געעפענט פייער אויף די שולע ווי זיי האבן געלערנט.
פאליציי אויפן צענע אינאיינעם מיט די מיליטער האבן צוריק געשאסן, ערלויבענדיג עטליכע סטודענטן זיך צו ארויסראטעווען.
איין מיליטערישע אפיציר איז פארוואונדעט געווארן דורכאויס די פייער אויסטויש.
באאמטע פרובירן יעצט צו דעריגגן וויפיל זענען פארכאפט געווארן דורך די באנדע.
גאווערנאר אמינאו מאסארי פון די "קאטסינא" סטעיט - וואו די אטאקע האט פאסירט - זאגט היינט אז זיכערהייט קרעפטן האבן ארויסגעראטעוועט 344 קינדער.
ווי ער זאגט האבן די זיכערהייט קרעפטן נישט געדארפט עפענען פייער דורכאויס די רעטונג אפעראציע.