נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:33 am

דער געוועזענער קעניג הואן קארלאס האט פארלאזט שפּאניע, אין א דראמאטישע ארויסגאנג מיט'ן ציל צו באשיצן די קעניגרייך נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען קארופּציע קלאגעס קעגן אים אין די לעצטערע מאנאטן.

עס איז נישט קלאר וואו קארלאס וועט זיך אויסבאהאלטן אין די קומענדיגע פארבליבענע יארן פון זיין לעבן, אבער ער טוט דאס ווייל ער וויל באשיצן זיין זון, דער יעצטיגער קעניג פעליפ, אז ער זאל נישט ווערן אפּגעשוואכט אויפ'ן בענקל צוליב זיין פאטער'ס סקאנדאלן.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:18 am

דער וואל סטריט זשורנאל באריכטעט אז די כינעזער רעגירונג האט אנגעהויבן שטארק ארויסהעלפן די סאודי אראבישע מלוכה, צו קענען פאראויסרוקן און אויסברייטערן זייער נוקלעארע פּראגראם.

די קעניגרייך זאגט אז זיי ווילן האבן דעם פּראגראם פאר ציווילע ענערגיע באנוץ, אבער אמעריקאנער באאמטע זענען באזארגט אז די סאודיער ווילן דערמיט קענען אנטוויקלען שטילערהייט נוקלעארע וואפנס.

יעצט קומט צו א פרישע זארג אז כינע ברייטערט אויס זייער איינפלוס אין סאודי אראביע מיט די הילף.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:17 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:אין א שטוינענדע אנטוויקלונג האט די גאווערמענט פון בעלערוס ארעסטירט אינמיטען נאכט 23 רוסישע מערסענעריס (שכירי חרב) פון א האטעל אין מינסק

זייער דראמאטיש!! שכוח פאר די הערליכע באריכט.

איז דא עפעס אנטוויקלונגען?

מארגן - זונטאג - קומען פאר די וואלן - ס'איז ערוואטערט אז לוקאשענקא וועט "געווינען" א זעקסטע טערמין צום דיקטאטור'שאפט...
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:44 pm

לוקאשענקא האט געווינען מיט א ריזיגע מערהייט!

מאסען פראטעסטען אין די גאסען, די עולם האט פארלוירען די פחד פון די פאליציי, ווי מזעט זיי, אנשטאט זיי זאלען אריינשלעפען אין זייערע שרעקעדיגע טראקס, נעמט מען זיי ארום אין מהאקט זיי אן,

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:48 pm

א פאליציי ווען איז יעצט אריינגעפארען צווישען דער עולם די מצב ווערט זייער אנגעהיצט,

אויב וועט זיין מער אנטוויקלונגען וועט מען עפענען א עקסטער אשכול

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:59 pm

היינט זונטאג איז פארגעקומען וואלן אין בעלארוס.

דער דיקטאטור אלעקסענדער לוקאשענקא לויפט פאר א פרישער טערמין צו זיין הערשער אין בעלארוס. לוקאשענקא איז שוין אויפן בענקל 26 יאר און ווערט באצייכנט אלץ דער לעצטער דיקטאטור פון אייראפע

אין אוונט האט דער ארטיגער סטעיט מידיע ארויסגעגעבן די עקזיט פאללס ווי לוקאשענקא האט -ווי ערווארטעט- געוואונען מיט באלד 80% פון די שטומען.

דער איינציגער ערענסטער קעגענער איז א 37 יעריגער פרוי סוועטלאנא טיקאנאוואסקייא וואס האט באקומען 6.8% פון די שטומען.

די רעגירונג האט כמעט ווי אפגעשלאסן די אונטערנעט דורכן טאג איבערן לאנד.

ווען די עקזיט פאללס איז געמאלדן געווארן האבן זיך טויזענטער פראטעסטירער ארויסגעלאזט איבער די גאסן צו ארויסווייזן שטיצע פאר טיקאנאוואסקייא און שטעלן א ווידערשטאנד קעגן די פאלשע וואלן.

אין עטליכע שטעט האט די פאליציי אראפ געלייגט געווער און זיך געשטעלט אין די זייט נעבן די פראטעסטירער.

אין די הויפט שטאט מינסק איז אבער פארקערט די מעשה. די פאליציי רייסט שטיקער פון די פראטעסטירער

די ארטיגע פאליציי באגייט זיך מיט ברוטאלע מכות. שאק גראנאטן, ראבער בולעטס און אנדערע מיטלען.

די פאליציי האט ארעסטירט הונדערטע פראטעסטירער צווישן זיי עטליכע ריפארטער. דערווייל איז באריכטעט איבער איין אומגעקומענע.

belarus.jpg
belarus.jpg (137.85 KiB) געזעהן 1937 מאל

belarus-0~2.jpg
belarus-0~2.jpg (83.57 KiB) געזעהן 1937 מאל

----
דער עולם האקט אין גרויסן

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:57 pm

וועלכע עולם האקט. איך? די פאליציי? אדער די בירגער?

איך בין נישט אזוי גוט אין ארויפלייגען קליפים, אויב די קענסט לייג ארויף ווי דיר עולם רעוואלטירט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:44 am

ארבעטער אין פאריז וואס האבן געהאלטן אינמיטן דורכפירן רענאוואציע ארבעט אויף א 40 מיליאן דאללער'דיגע לוקסריעזע היים וואס שטייט שוין ליידיג 30 יאר האבן געמאכט א אומהיימליכע אויפדעקונג ווען אינמיטן די ארבעט האבן זיי זיך אנגעשטאלפערט אין א קערפער.

דאקיומענטן געפונען אויפן קערפער האבן געהאלפן די אוטאריטעטן איהם צו אידענטיפיצירן אלס א היימלאזע פארשוין וואס האט זיך געמוטשעט מיטן זיין צוגעבינדן צום ביטערן טראפ.

עס איז נישט קלאר וויאזוי ער איז געשטארבן - מעגליך איז ער אומגעברענגט געווארן דורכאויס א געפעכט - מעגליך האט איהם איינער אהינגעברענגט נאכ'ן שטארבן ערגעץ אנדערש. ווי א פאליציי קוואל גיט איבער "איז מעליך מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן די אומשטענדן פון זיין טויט. מעגליך איז זיין מערדער זעלבסט שוין אויך געשטארבן".
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך א גולם » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 7:39 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ארבעטער אין פאריז וואס האבן געהאלטן אינמיטן דורכפירן רענאוואציע ארבעט אויף א 40 מיליאן דאללער'דיגע לוקסריעזע היים וואס שטייט שוין ליידיג 30 יאר האבן געמאכט א אומהיימליכע אויפדעקונג ווען אינמיטן די ארבעט האבן זיי זיך אנגעשטאלפערט אין א קערפער.

דאקיומענטן געפונען אויפן קערפער האבן געהאלפן די אוטאריטעטן איהם צו אידענטיפיצירן אלס א היימלאזע פארשוין וואס האט זיך געמוטשעט מיטן זיין צוגעבינדן צום ביטערן טראפ.

עס איז נישט קלאר וויאזוי ער איז געשטארבן - מעגליך איז ער אומגעברענגט געווארן דורכאויס א געפעכט - מעגליך האט איהם איינער אהינגעברענגט נאכ'ן שטארבן ערגעץ אנדערש. ווי א פאליציי קוואל גיט איבער "איז מעליך מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן די אומשטענדן פון זיין טויט. מעגליך איז זיין מערדער זעלבסט שוין אויך געשטארבן".



וויפיל איז די רענט? אז סאיז ליידיג קען מען אריין לייגן אםאר קאפעלס

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:22 am

נקדימון האט געשריבן:דער איינציגער ערענסטער קעגענער איז א 37 יעריגער פרוי סוועטלאנא טיקאנאוואסקייא וואס האט באקומען 6.8% פון די שטומען.

זי איז היינט אנטלאפן פון לאנד קיין ליטא, ציטערנדיג פאר איר לעבן.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 5:52 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:"ווייערקארד" איז געווען א ריזיגע פעימענט פראסעסינג פירמע, הויפטקווארטירט אין דייטשלאנד, וואס האט באנקראטירט פאריגע מאנאט צוליב 1.9 ביליאן יורא וואס מ'האט אנדעקט אז עס עקזיסטירט נאר אויף זייערע ביכער אבער נישט זייערע אקאונט'ס.
היינט האבן פראסעקיוטאר אין מינכן געמדלן די ארעסט פון מארקוס בראון - די געוועזענע סי.אי.או. - צוזאמען מיט נאך צוויי געוועזענע עקזעיוטיוו'ס פון די פירמע.
פראסעקיוטאר זענען יעצט ביי די מינונג אז די פירמע ווייסט שוין זינט 2015 אז זיי דערלייגן געלט, און אז די פירמעס פירערשאפט האט קאנספירירט צוזאמען אין א 3.7 ביליאן דאללער שווינדל.

היינט האט די דייטשע עקאנאמיע מיניסטעריום געמאלדן אז עס ווערט אונטערגענומען א פולע אויספארשונג אויף "אי.וויי" - די אודיטאר'ס פון די ווייערקארד פירמע.

די ריזן פירמע "EY" איז איינער פון די אזויגערופענע "4 גרויסע" אודיטינג פירמעס איבער די וועלט - די אנדערע זענען "קעי.פי.עמ.זשי." "פי.דאבעליו.סי." און "דעלויט" וואס אלע 4 קומען שוין א שטיק צייט אונטער קריטיק פון פארשידענע ריכטונגען איבער זייערע פראקטיצירונגען.

* * * * *
אויך ווערט היינט באריכטעט אז די פירמע האט דורכאויס גע'פראסעסד פעימענטס פאר איטאליע'נע קאסינאוס פארבינדן מיט די מאפיא - אין א קלארע פארלעצונג פון "אנטי מאני-לאונדרינג רעגולאציעס".

היינט האבן דייטשע פראסעקיוטאר ארויסגעשטעלט א ביטע צום פאבליק זיך בעטענדיג פאר הילף צו קומען אויף די שפורן פון יאן מארסאלעק - די געוועזענע אייגענטומער פון די פירמע. ווי זיי באשולדיגן איז ער אנטלאפן פון לאנד נאכדעם וואס די פירמע איז געגאנגען געבראכן.

- - - -
ווי עס ווערט אנגעוויזן אין די פרעסע איז אזא שריט ווי עמטליך ארויסשטעלן די נאמען פון א פארברעכער פאר'ן פראצעס אן אומגעווענליכע ערשיינונג - צוליב די שטרענגע פרייוועסי געזעצן אין דייטשלאנד.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:35 pm

די רעגירונג אין ליטע האט אפיציעל דעזיגנירט די כיזבאלא מיליטאנטן גרופּע אלס א טעראר ארגאניזאציע, און האט ארויסגעגעבן א צען יאר פארבאט אויף אלע אינדיווידועלן וועלכע זענען פארבינדן מיט דער גרופּע, אז זיי זאלן נישט קענען אריינקומען אין לאנד.

אויסערן מיניסטער לינאס לינקעוויקאס האט געזאגט אז ליטע האט באקומען קראנטע און ווערדפולע אינפארמאציע פון אירע אויסלענדישע שותפים, וואס טוט איבערצייגן כיזבאלא'ס אפּערירן אלס א טעראר ארגאניזאציע, און אז די גרופּע איז א געפאר פאר ליטע'ס נאציאנאלע זיכערהייט.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » זונטאג אוגוסט 16, 2020 7:54 pm

די פראטעסטן אין בעלארוס האלט ווייטער אן פאר די אכטער טאג אין א רייע.

היינט איז געווען די גרעסטע פראטעסטן מיט מער פון 300,000 פראטעסטירער אין צוואנציג שטעט איבערן לאנד.

--
דער געוועזענער פריים מיניסטער ראמעס שטיצט די פראטעסטירער

---
א געשאצטע 200,000 טויזענט מענטשן האבן זיך באטייליגט אין דער הויפט שטאט מינסק
20200816_193740.jpg
20200816_193740.jpg (289.2 KiB) געזעהן 1362 מאל

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:21 pm

סאיז פרידליך ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:47 am

לוקאשענקא האט אויך געזאגט אז רוסלאנד וועט אים העלפן בלייבן אין אמט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:10 pm

maybeeynot האט געשריבן:סאיז פרידליך ?

עפ"ר

שווער צו זעהן פוטין זאל נאכאלץ שטיצן לוקאשענקא טאמער די נאכאנאנדע פראטעסטן פארגרעסערן זיך

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך Bissli » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:46 pm

Screenshot_20200817-124503_WhatsApp.jpg
Screenshot_20200817-124503_WhatsApp.jpg (382.58 KiB) געזעהן 1152 מאל
.If they don't know you personally, don't take it personal

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:35 pm

נקדימון האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:סאיז פרידליך ?

עפ"ר

שווער צו זעהן פוטין זאל נאכאלץ שטיצן לוקאשענקא טאמער די נאכאנאנדע פראטעסטן פארגרעסערן זיך

וואס מאכט דיך טראכטען אזוי?
ער האט שוין געשטיצט סך גרעסערע טראבעל מעיקערס אין סך שווערערע אומשטענדען, אויב בעלארוס פאלט איז עס א ריזיגע מאוו אויף זיין שאך ברעט, פלאס דעם וואס אין די ארטיגע קעי זשי בי קעלערען (יא סהייסט נאך דארט אזוי!) איז דא אסאך סודות וויאזוי די קעי זשי בי האט אפערירט נאך 1992 אין זייערע פלענער קעגען די מערב וועלט, וואטעווער ווער סטארגעט בעלארוס ווייסט דעס אויך,

(הגם דעס איז געזאגט געווארען אויך אויף די אסאד רעזשים לגבי די רוסישע שטיצע פון טעראר גרופעס אנגעפאנגען פון אראפט חיזאבאלא אין געענדיגט ביי די טאליבאן אין לאשקאר אי טייבא, ווי אויך וויאזוי די רוסען האבען גענוצט די אסאד רעזשים'ס תפיסהס אין פיינונגס קעלערען נאך פון כאפעז צייטען, אויב וואלט אסאד געפאלען פון איין מינוט אויפען צווייטען וואלט אסאך שמוץ אויפגעדעקט געווארען ווען מנעמט איבער זיינע אפיסעס)
אבער בעלארוס איז נישט קאדאפי מיט אסאד און אויך נישט ווענזועלע דעס איז גאר אנאנדער געשעפט,
אויב האט דעס ציטון מיט די אמעריקאנע וואלען זיי צי קיפען ביזי האט טראמפ געמאכט א גוטע זשאב מיט זיין גוטע חבר פוטין,

אבער די אמת איז אז סאיז דא צימישטע באריכטען -ווי איך האב געשריבען אין א אנדערע אשכול צוויי וואכען צירוק- אז פוטין וויל אים גאר כלומרשט אראפ ווארפען פאר פארשידענע סיבות איינס פון די סיבות איז ווייל ער קען אפשטעלען פון איין מינוט אויפן צווייטען רוסלאנדס גאז קיין אייראפע, וואס נאך אוקריינע איז דעס פון די איינציגסטע פלעצער וואס ער קען שיקען גאז קיין דייטשלאנד, וואס טראמפ וויל טאקע אזוי שטארק אפשטעלען,

אין סגייט טראמפ בנפשו אזוי ווייט אז ער האט געסטראשעט נאטא מיט עקאנאמעשע שניטען אויב דייטשלאנד גייט ווייטער מיט דע גאז פייפליין פלענער, און נעמט ארויס זיינע סאלדאטען פון דייטשלאנד צי ברעכען מערקעל,
און ער -טראמפ- האט זיך אויסגעדריקט כמה פעמים אז נאטא קען נישט אנגיין אויב אייראפע ווערט אנגעוואנדען אויף רוסישע גאז, אז גאנץ נאטא האט נישט קיין זין אנציגיין אויב דעס גייט דורך,

לויט דע באריכטען האט זיך מייק פאמפעי געטראפען אין געהיים מיט לוקשענקע שוין א 6 מאל אים אריבערציברענגען אויף די אמעריקאנע זייט,
אבער דעס אז פאמפעי האט זיך געטראפען מיט פאמפעי מוז נאך נישט מיינען אז סהאט מיט די גאז פרשה, נאר סקען זיין מיט טויזענט אנדערע זאכען וואס אמעריקע דארף זיין קאאפעראציע,

אבער מער מסתבר איז וואס אנאליסטען וואס פאלגען נאך פארזיכטיג די בעלארוס פרשה זאגען,
אז די לוקעשענקע סטראשערייען קעגען פוטין -ווען ער האט כלומרשט ארעסטירט און מינסק פוטיןס שלעגערס פאר די קאמרעס צוויי וואכען צירוק- איז נאר געווען א שפיל צי צומישען די גרויסע שטן ציזאמען מיט זיינע בירגערס,

און אנדערע נייעס איז דא גרויסע פראטעסטען קעגען פוטין אין די ווייטע מזרח שטעט פון רוסלאנד וואס ווערט נאר שטערקער פון וואך צי וואך,

איך וואלט געזאגט אז מזאל עפענען אן עקסטערע אשכול וועגען בעלארוס ווייל סקען נאך זיך אנטוויקלען אסאך נייעס דארט
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:07 pm

פון א אידישן שטאנדפונקט פארמאגט בעלארוס גאר א רייכע אידישע היסטאריע, זייענדיג אסאך יארן די צענטער פון די תנועת המוסר מיט אירע פילע ישיבות, און גלייכצייטיג אויך א צענטער פאר א צאל חסיד'ישע הויפן פון וועם די גאנצע אידישע וועלט איז נהנה ביז'ן היינטיגן טאג.

https://www.google.com/maps/@53.3303032,25.9729442,9.3z
אויף די מאפע וועט איר זעהן די שטעט: נאווארדאק מער אויבן אינדערמיט, אביסל אראפצו אויף רעכטס איז מיר, אביסל אראפצו אינמיטן איז באראנאוויטש, אונטער דעם רעכטס זענען לעכאוויטש און קלעצק, און לינקס סלאנים

https://www.google.com/maps/@52.095554,26.0643318,9.3z
אביסל מער צו דרום: אינמיטן איז פינסק, העכער דעם צו לינקס איז קארלין, און אונטן רעכטס איז סטאלין

https://www.google.com/maps/@53.9317043,27.1002541,10z
די הויפשטאט מינסק אויף די רעכטע זייט, לינקס אויבן איז וואלאזין

https://www.google.com/maps/@53.4144608 ... 5773,8.05z
די הויפטשטאט מינסק, און מער אונטן סלוצק

אלפים ועשרים
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלפים ועשרים » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:43 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:פון א אידישן שטאנדפונקט פארמאגט בעלארוס גאר א רייכע אידישע היסטאריע, זייענדיג אסאך יארן די צענטער פון די תנועת המוסר מיט אירע פילע ישיבות, און גלייכצייטיג אויך א צענטער פאר א צאל חסיד'ישע הויפן פון וועם די גאנצע אידישע וועלט איז נהנה ביז'ן היינטיגן טאג.

https://www.google.com/maps/@53.3303032,25.9729442,9.3z
אויף די מאפע וועט איר זעהן די שטעט: נאווארדאק מער אויבן אינדערמיט, אביסל אראפצו אויף רעכטס איז מיר, אביסל אראפצו אינמיטן איז באראנאוויטש, אונטער דעם רעכטס זענען לעכאוויטש און קלעצק, און לינקס סלאנים

https://www.google.com/maps/@52.095554,26.0643318,9.3z
אביסל מער צו דרום: אינמיטן איז פינסק, העכער דעם צו לינקס איז קארלין, און אונטן רעכטס איז סטאלין

https://www.google.com/maps/@53.9317043,27.1002541,10z
די הויפשטאט מינסק אויף די רעכטע זייט, לינקס אויבן איז וואלאזין

https://www.google.com/maps/@53.4144608 ... 5773,8.05z
די הויפטשטאט מינסק, און מער אונטן סלוצק

בעלארוס איז איינס פון א צאל לענדער וואס האבן אידיש אלס איינס פון אירע אפיציעלע מינאריטעט שפראכן.
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:21 pm

די דרום קארעא שפּיאנאזש באאמטע זאגן אז קים יאנג אן, דער צפון קארעא דיקטאטור, האט איבערגעגעבן טייל פון זיין מאכט און פון זיינע אויטאריטעטן פאר זיין יונגערן שוועסטער, קים יאו דזשאנג, וועלכע ווערט שוין לאנג באטראכט אלס פּאטענציעלע פירערין פונעם רעזשים.

די דרום קארעא שפּיאנאזש באריכטן צייגן אז קים איז אונטער אסאך סטרעס און ער שפּירט אז ער קען מער נישט אנהאלטן אליינס די לייצעס פון דעם רעזשים, וואס דעריבער האט ער נאכמער אריינגענומען זיין שוועסטער אין די רעגירונג.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:23 pm

א מאסיווער אויפרייס ביי א געז פייפליין אין סיריע האט אריינגעפירט דער 'גאנצער' לאנד אין א בלעקאוט.

דער סירישער אויל מיניסטער זאגט עס איז מעגליך א טעראר אטאקע

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 12:28 am

די פייפליין ברענגט נאטירליכע גאז פון מצרים דורך די סיני האלב אינזעל פון דארט פארט עס ארויף לענגאויס ירדן אדורך גאנץ סיריע ביז קיין לבנון, סהייסט די עראב פייפליין

עירוב תבשילין
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 10:06 am

מדינת ישראל'ס פאן קעריער אל על עירליינס וועט אנהייבן ערשטער פלי רייזע צו די !!!UAE

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז אָנגעזאָגט געוואָרן א היסטארישער שלום-אפמאך צווישן מדינת ישראל און די UAE, וואָס וועט האפענטליך אנהייבן א נייע תקופה פון דיפּלאָמאַטיע. טייל פון דעם הסכם רעכנט אריין קאמערציאלע פלי רייזעס צווישן די צוויי לענדער.
יו.עס. באאמטע האָבן היינט געמאָלדן אז דער ערשטער קאמערציעלער נאַנסטאָפּ פלי רייזע צווישן ישראל און די פארייניקטע אַראַבעשע עמיראַטען איז ערווארטעט צו אפערירן קומענדיגען וואָך.
בשעת ווען נאָך פארשידענע דעטאלן וועלן נאך געמאלדן ווערן, ווייסט מען נאך אזוי פיל אַז די פלי רייזע וועט אפערירט ווערן דורך על על, מדינת ישראל'ס פאָן טרעגער. די פלייט וועט זיין צו אבו דהאַבי.
די פלי רייזע איז ערווארטעט צו פירן אַ יו.עס. דעלאַגאציע, אין שפיץ פון די אמעריקאנע פרעזידענט'ס איידעם, דזשערעד קושנער, און נאציאנאלע זיכערהייט אַדווייזער ראבערט אָ'ברייען. אזוי אויך וועט זיין אן איזראעלי דעלעגאציע אנבארד, פון עקספּערטן אין אוויאציע, באנקאטירער, און נאך.
דער ציל פון דעם טריפ איז צו אָנהייבן נאַגאָושיעאציעס און צו עווענטועל חתמענען ביילאַטעראַלע אַגרימענטס.
עס וועט זיין אינטערעסאנט צו נאָכפאָלגן דעם פלי רייזע און זען צי עס איז ערלויבט געווארן צו נוצן די סאַודי אַראַבישע ערספּעיס אָדער נישט. היסטאָריש, האט סאַודי אַראַביאַ פארבאטן פלייטס צו און פון ארץ ישראל צו נוצן איר ערספעיס, כאָטש אויב די באַציונגען צווישן מדינת ישראל און די UAE וועט ווערן אימפראווט.
אויף די שאלה צי טיקעטס וועלן אפיציעל פארקויפט ווערן פאר די אַלגעמיינע ציבור און האָבן נישט-דעלעגאציע פאסאזשירן אַנבאָרד? זעט מיר נישט אויס, ווייַל צי סאך UAE בירגער געפונען זיך נישט אין מדינת ישראל אז זיי זאלן אהיימפארן, און עס איז נאָך נישט געחתמעט געווארן קיין ביילאַטעראַלע עגרימענט וואס ערלויבט די ישראלים אריין צי די UAE. למעשה וועט עס לכאורה נעמען אביסל צייט ביז מיר וועלן זעהן קאמערציאלע רעגלמעסיגע פלי רייזעס פון און צי מדינת ישראל.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:22 pm

דער בריטישער פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט אוועקגעמאכט שפּעקולאציעס און שמועות, אז ער קלערט אפּצוטרעטן פון אמט צוליב אנגייענדיגע געזונטהייט פּראבלעמען אלס רעזולטאט פון דעם וואס ער האט געליטן פון קאראנאווירוס עטליכע מאנאטן צוריק.

עטליכע לאנדאנער צייטונגען האבן באריכטעט די שמועות, זאגנדיג פון קוועלער אז דזשאנסאן פּלאגט זיך נאך מיט נאכווייען פונעם ווירוס, אבער דזשאנסאן האט דאס אלעס אוועקגעמאכט, זאגנדיג אז ס'איז "אבסאלוט נאנסענס".

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט