נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך קרעפלעך » זונטאג יוני 21, 2020 2:12 pm

און אז מ׳רעדט פון די יו-ען...
קאנאדע האט פארלוירען איר ביד פאר א זיץ און די סעקיורעטי קאונסעל, וואס איז צאמגעשטעלט פון צען לענדער וואס ווערן אריינגעוועילט, און פינעף פערמענאנטע זיצען וואס רעכענט אריין טשיינע אמעריקע רוסלאנד פראנקרייך און ענגלאנד, כדי צו געוואונען א זיץ דארף מען האבן 128 וואוטס און קאנאדע האט באקומען 108 בעת ווען נארוועי האט באקומען 130 און אירלאנד פונקט 128, דאס איז א גרויסע פארלוסט פארן ארטיגען ליבעראלן פריים מיניסטער טראודאו נאך וואס ער האט קאומפיינט פאר די זיץ לאנגע יארן, און געהאט אפגעקאסט מיליאנען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 24, 2020 11:56 am

הרב יהודא גרמי הי"ו, הויפּט רב פון איראן, האט אין א פרישן אינטערוויו אויסגעלויבט די ארטיגע רעגירונג, זאגנדיג אז אין איראן איז פארהאן "טאטאלע פרייהייט פון רעליגיע" און די רעגירונג ערלויבט יעדן אנצוגיין מיט זייער רעליגיע.

הרב גרמי האט באזונדער גערעדט איבער'ן צושטאנד פון אידישקייט אין לאנד, און האט ארויסגעברענגט אז ער שאצט אז עס זענען דא צווישן 20 ביז 25 טויזנט אידן אין איראן, וואס רוב פון זיי וואוינען אינעם הויפּטשטאט טעהראן, און די איבריגע אין שיראז, עספאהאן און קערמאנשא.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:09 am

נאך איין מזל ער זאגט אזוי ווען נישט ווער ווייסט וואס וואלט פלוצלינג פאסירט מיט אים?

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » זונטאג יוני 28, 2020 11:08 pm

די אויסטראליע געהיים אגענטור "אזיאוי" האט די פרייטיג ארעסטירט א מעמבער פון די אוסטראלישע פארלעמענט, א מעמבער פון די לעיבאר פארטיי, אויפן שווערע פארדאכטען אז ער איז געווען א שפיאן אין ארבעטער פאר די קאמוניסטישע טשיינע,
דעס איז א פרעצדענטלאזע שריט וואס איז נאכנישט געשען אין אוסטראליע, אין אפי' אין די מערב וועלט, ווי די אוסטראלישע פרעימער זאגט אז אוסטראליע נעמט די אויספארשונג זייער ערנסט ווייל סאיז א נייע וועג וויאזוי די קאמוניסטען האלטען ממש מלחמה מיט די דעמאקראטישע ציווילעזירטע לענדער, און די ערשיינוג מוז זיך אינגאנצען אפשטעלען,

די אויזיאוס ציזאמען מיט די אויסטראלישע פעדעראלע געהיים פאליציי זענען איבערגעפאלען פרייטיג פארטאגס מר. מאזעלמאנס סידני סובארב הויז אין אויך אוועק געטראגען הויפענעס דאקומענטען לעפטאפס הארד דרייווס סעלפאונס, (איך וואלט אים ארעסטירט פאר זיין נאמען אליין)

די לעיבאר פארטיי האט א שאקירטע זיך אפגעשאקעלט פון אים און אים סוספענדירט פון זיין זיץ ביז די אינוועסטיגעשען איז אריבער,
א ווארטזאגער פאר די פראסיקיוטערס אפיס אינאיינעם מיט די פאליציי האט געזאגט, אז סאיז איין זאך צי האבען א מיינונג אין רעדען מאכען פראפאגאנדע פאר א לאנד ווען סקומט פון די אייגענע שכל, אבער די ליין איז געקראסט ווען מבאקומט אנווייזונגען אין באצאלט פון בעיזשינג, אויך זאגען זיי אז סאיז דא ערנסטע באווייזען פון באצאלונגען פון די קאמעניסטישע רעגירונג דורך פארשידענע וועגען,
מר. מאזעלמאן איז שוין געווען כאטש 10 מאל אין טשיינע די לעצטע שטיק צייט אין ער אין די כינעזע רעגירונג האבען געמאכט א חשבון אז ער וועט זיין באשיצט אונטער פארלאמענט אימיונעטי ווען סקומט צי רוב פאליטישע אקטיוועטעטן, אבער ווי עקספערטס געבען איבער וועט דעס אויפטרייסלען די וועג וויאזוי די מערב וועלט אריינגערעכנט אמעריקע וועט נעמען די אקטיוועטען לטובת א פיינטליך און אנפאנגען נאכקוקען די פארדעכטיגטע פאליטישענס (נאכדערצו ווען סוועט ארויסקומען הארטע באווייזען וויאזוי די פיינטליכע לענדער אפערירען) ,

ווי איין געוועזענע אוסטראלאישע אינטעליזשענס אגענט האט געזאגט די געפאר פון די זאכען זענען זייער ערנסט ממוז זיך אדאפטירען און צישטעלען צי די נייע געפארען וועלכע אונזערע פיינטליכע לענדער טיען לעצטענס מיט א אויסגערעכנטע לאנגזאמע פלאן, "זיי נעמען אדווענטיזש פון אונזערע דעמאקראטיעס אונז אונטערציברענגען, און זיי האלטען אז זיי קענען שוין ארויסקומען מער אפען און מער אגרעסיוו לעצטענס" די אגענט האט געזאגט אז לעצטענס זענען זייער באזארגט די סי איי עי און די בריטישע אגענטורען אין זיי טרייען אויך זיך צי ציפאסען צי די נייע געפארען, מיט נייע מיטלען און וועלען באשיצען זייערע לענדער פונקט ווי די קאלטע קריג, ווי ער ענדיגט אז בקרוב וועט מען מסתמה זעהן פארמערטע אקציעס אין אנדערע לענדער,

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:15 pm

א "מערהייט" רוסישע בירגער האבן געשטימט אויף אמענדמענטס צו דער רוסישער קאנסטיטוציע, וואס וועט ערלויבן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין צו פארבלייבן אויפ'ן בענקל ביז יאר 036', אין א שטארקע זיג פאר פּוטין.

די שטימען זענען אנגעגאנגען פאר א וואך צייט, אנשטאט איין טאג, ווייל די באאמטע האבן געוואלט געבן א שאנס פאר בירגער צו קענען קומען אפּגעבן שטימען און נישט מורא האבן פון אנגעלייגטע שטים בודקעס צוליב קאראנא.

מיט פופצן פּראצענט פון די שטימען געציילט, שטעלט זיך ארויס אז 71 פּראצענט האבן געשטימט צו טוישן די קאנסטיטוציע צו ערלויבן נאך עטליכע טערמינען פאר פּוטין, און מען דערווארט אז דער ציפער וועט זיין אזוי ווען מ'ענדיגט ציילן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:13 pm

איך גלייב זיי האבן שוין נעכטן אויך געוואוסט וואס דער אויסגאנג וועט זיין.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:19 pm

יישר כח אלע נייעס ברענגער

יישר כח פאלעסיידס פאר די שיינע באריכט פון אוסטראליע
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:26 pm

די דייטשע פארטיידונגס מיניסטער האט געמאלדן אז זי וועט טיילווייז אויפלעזן די "ספעשל פארסעס".

אין 2018 האט די דייטשע פעדעראלע פאליציי אגענטור אויפגעדעקט א פלאן פון געוויסע זעלנער אינערהאלב די "קעי.עס.קעי." צו ערמארדן פראמינעטע דייטשע פאליטיקאנטן. ווי אויך איז אין יענע יאר געווארן אויסגעפארשט דאס וואס געוויסע זעלנער האבן גענוצט נעא-נאצי סימבאלן ביי א געוויסע צערמאניע. ווי אויך איז פאר בלויז זעקס וואכן צוריק געפינען געווארן אן ארסענאל פון וואפן און נאצי'ש געשטימטע חפצים אין די פראפערטי פון א הויכראנגיגע קאמאנדיר אינערהאלב די ספעשל פארסעס.

יעצט האט די פארטיידיגונגס מיניסטער געמאלדן אז איין יוניט פון די קעי.עס.קעי. - ווי די ראדיקאלע אנשויאונגען זענען די מערסטע פארשפרייט - וועט ווערן אויפגעלעזט. ווי זי זאגט, האט די ספעציפישע יוניט "געמוטיגט און געשטופט עקסטערעמיסטישע נויגונגען".

די איבעריגע טייל פון די ספעשל פארסעס האבן ביז ענדע אקטאבער צו רעפארמירן זייער רעקרוטירונג, טרענירונג און פירערשאפט פראקטיצירונגען, צו פארזיכערן טז די עקסטרעמיסטן ווערן אויסגעראטן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 07, 2020 1:23 pm

איראן'ס עקסטרעם-רעכטע איסלאמיסטישע געזעצגעבער האבן געזאגט אז זיי פּלאנירן צו שיקן א סאמענס פאר'ן פּרעזידענט כאסאן רוכאני, אים צו צווינגען צו קומען אויפטרעטן פאר א פארהער.

רוכאני איז אונטער דרוק ספּעציעל יעצט ווען די איסלאמיסטן זענען אריינגעקומען מיט באנייטע מאכט אינעם פּארלאמענט, און זיי האלטן אים פאר פאר'ן דורכפאלן אויפצולעבן די איראנער עקאנאמיע. א שריט צו שיקן א סאמענס פאר רוכאני קען עווענטועל פירן דערצו אז דער פּארלאמענט זאל אים אימפּיטשן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:33 pm

דער מעיאר פון די גרעסטע שטאט אין דרום קארעא, איז געפונען געווארן טויט.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 13, 2020 4:58 pm

פוילן'ס פרעזידענט אנדרעי דודעי האט אפגעהאלטן א גאר שמאלע זיג!

אין א גאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט האט די אמטירענדע פולישע פרעזידענט געווינען נאך א טערמין צום אמט. קעגן פרעזידענט דודעי איז געלאפן ראַפאַ טשאסקאווסקי, די מעיאר פון ווארשא, וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א ליבעראלע קאנדידאט. ווי די רעזולטאטן ווייזן, האט פרעזידענט דודעי באקומען 51.2 פראצענט פון די שטימען צו זיין קעגנער וואס האט באקומען 48.8 פראצענט.

די יעצטיגע וואלן איז געווען א ראנ-אף פארמעסט - נאכדעם וואס ביי די וואלן אפגעהאלטן אין פאריגע מאנאט האט קיינער פון די קאנדידאטן באקומען די נויטיגע 50% פון די שטימען.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יולי 13, 2020 5:03 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פוילן'ס פרעזידענט אנדרעי דודעי האט אפגעהאלטן א גאר שמאלע זיג!

אין א גאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט האט די אמטירענדע פולישע פרעזידענט געווינען נאך א טערמין צום אמט. קעגן פרעזידענט דודעי איז געלאפן ראַפאַ טשאסקאווסקי, די מעיאר פון ווארשא, וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א ליבעראלע קאנדידאט. ווי די רעזולטאטן ווייזן, האט פרעזידענט דודעי באקומען 51.2 פראצענט פון די שטימען צו זיין קעגנער וואס האט באקומען 48.8 פראצענט.

די יעצטיגע וואלן איז געווען א ראנ-אף פארמעסט - נאכדעם וואס ביי די וואלן אפגעהאלטן אין פאריגע מאנאט האט קיינער פון די קאנדידאטן באקומען די נויטיגע 50% פון די שטימען.

דאכצעך אז דער אנדרעי איז א גוטער פריינט פאר טראמפ

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יולי 13, 2020 5:05 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פוילן'ס פרעזידענט אנדרעי דודעי האט אפגעהאלטן א גאר שמאלע זיג!

אין א גאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסט האט די אמטירענדע פולישע פרעזידענט געווינען נאך א טערמין צום אמט. קעגן פרעזידענט דודעי איז געלאפן ראַפאַ טשאסקאווסקי, די מעיאר פון ווארשא, וועלכע האט זיך אהערגעשטעלט אלס א ליבעראלע קאנדידאט. ווי די רעזולטאטן ווייזן, האט פרעזידענט דודעי באקומען 51.2 פראצענט פון די שטימען צו זיין קעגנער וואס האט באקומען 48.8 פראצענט.

די יעצטיגע וואלן איז געווען א ראנ-אף פארמעסט - נאכדעם וואס ביי די וואלן אפגעהאלטן אין פאריגע מאנאט האט קיינער פון די קאנדידאטן באקומען די נויטיגע 50% פון די שטימען.

דאכצעך אז דער אנדרעי איז א גוטער פריינט פאר טראמפ

יאפ, ממש לעצטענס געווען אויף א באזוך אין פענסילוועניע עוועניו
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג יולי 13, 2020 5:15 pm

פעיק נוז האט געשריבן:הרב יהודא גרמי הי"ו, הויפּט רב פון איראן, האט אין א פרישן אינטערוויו אויסגעלויבט די ארטיגע רעגירונג, זאגנדיג אז אין איראן איז פארהאן "טאטאלע פרייהייט פון רעליגיע" און די רעגירונג ערלויבט יעדן אנצוגיין מיט זייער רעליגיע.

הרב גרמי האט באזונדער גערעדט איבער'ן צושטאנד פון אידישקייט אין לאנד, און האט ארויסגעברענגט אז ער שאצט אז עס זענען דא צווישן 20 ביז 25 טויזנט אידן אין איראן, וואס רוב פון זיי וואוינען אינעם הויפּטשטאט טעהראן, און די איבריגע אין שיראז, עספאהאן און קערמאנשא.

איד דעילי

פעיק נוז...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 14, 2020 10:59 am

יא יא! פוטין מאכט זיך באקוועם אויפ'ן בענקל...

עטליכע פּראטעסטן האבן געבוזשעוועט נעכטן אין באזונדערע טיילן פון רוסלאנד, וואס טראץ די פּראטעסטן האבן זיך אנטוויקלט פאר אנדערע סיבות, האט עס געהאט איין ענליכקייט, אז עס איז געווען אויפברויז קעגן דעם קרעמלין און קעגן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין.

אין קאבאראווסק האבן זיך מאסן פארזאמלט צו פּראטעסטירן דעם ארעסט פונעם פּאפּולערן גאווערנאר סערגעי פורגאל, וועלכער איז פון די געציילטע גאווערנארס נישט פארבינדן מיט'ן קרעמלין. אין מאסקווע האבן מאסן זשורנאליסטן ארעסטירט דעם ארעסט און פארראט קלאגעס קעגן זשורנאליסט איוואן סאפראנאוו.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 15, 2020 10:11 am

די איראנער רעגירונג האט געזאגט אז זיי האבן הינגעריכטעט א געוועזענעם איינגעשטעלטן אין זייער פארטיידיגונגס מיניסטעריום, וועלכער האט פארקויפט אינפארמאציע פאר די סי-איי-עי.

דער רעזשים זאגט אז דער איינגעשטעלטער רעזא אסגארי איז פארבינדן געווארן מיט די סי-איי-עי אין די לעצטע יארן פון זיין דינסט אין דעם מיניסטעריום, און האט פארקויפט פאר די סי-איי-עי סודות איבער איראן'ס מיסיל פּראגראמען.

אויסער דעם האט איראן ארויסגעגעבן א טויט אורטייל אויף אן אנדערן איראנער ביים נאמען מוכאמעד מוסאווי-מאזשיד אויף ענליכע באשולדיגונגען.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 15, 2020 9:39 pm

די עגיפטישע רעגירונג זוכט אז שאניע זאל זיי אויסליפערן מאהאמעד אלי.

דער אלי האט פאריגע סעפטעמבער פרובירט צו אנדרייען א רעוואלוציע קעגן די רעגירונג פון פאטאח על-סיסי - זאגענדיג אין זיינע ווידעאו'ס אז די סיסי רעזשים איז טיף קארופטירט און זיי לעבן זיך א חיים טובים אויף די רוקן פון די ארימע מאסן. פון זיינע ווידעאו'ס האט מען געקענט זעהן אז דער ווייסט וואס ס'טוצעך אינעווייניג אין די רעגירונג'ס קארידארן - אבער זיינע פראוון זענען דורכגעפאלן ווען די מאסן האבן איהם נישט געפאלגט.

אלי לעבט שוין א שטיק צייט אין די שפאנישט שטאט בארצעלאנא - און פאריגע וואך איז ער געשטעלט געווארן פאר א ריכטער וואס האט איהם איבערגעגעבן אז עגיפטן וויל איהם האבן אויסגעליפערט - אויף קלאגעס פון כשר'ן געלט און טעקס-פראוד. שטייטצעך אז די קלאגעס זענען א תירוץ פ"וו זאל גרייט זיין אין באטראכט צו נעמען אזא אויסליפערונג פארלאנג - וויבאלד א פאליטיש-מאטיווירטע פארלאנג וועט זיכער ווערן אפגעווארפן אונטער די שפאנישע געזעץ.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג יולי 16, 2020 9:04 pm

גרויסע פארפלייצונגעו קומט יעצט פאר אין וואהאן טשיינע ווי די פו לינג טייך איז איבערגערינען אין מהאט געדארפט עוועקואירען איבער 20 טויזענט מענטשען פון א געגענט אין וואהאן, לויט באריכטען פלאנט די רעגירונג צי עוואקואירען ביז 38 מיליאן מענטשען פון די וואהן וויירוס געגענט צוליב זארג אויף נאך פארפלייצונגען אין די נעקסטע 20 טעג,

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג יולי 16, 2020 11:07 pm

ווען שאצט מען, וועט די פארפלייצונג אנקומען קיין ניו־יארק?
א כפר"ה אויף אייוועלט...

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג יולי 16, 2020 11:10 pm

:grin: :grin:
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג יולי 16, 2020 11:12 pm

פאקטען האט געשריבן:ווען שאצט מען, וועט די פארפלייצונג אנקומען קיין ניו־יארק?

אויב דו טוסט אהן א מאסק איז נישטא וואס צו זיין באזארגט..

פּשוט און פּראָסט
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » דאנארשטאג יולי 16, 2020 11:12 pm

פאקטען האט געשריבן:ווען שאצט מען, וועט די פארפלייצונג אנקומען קיין ניו־יארק?

לאך לאך

כ׳בין גארנישט אזױ זיכער ס׳איז א זשאוק

זײט קאראנע קען מען שױן גארנישט װיסן...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יולי 19, 2020 12:45 pm

די סאודי אראביע מלוכה איז אין כאאס, נאכדעם וואס זייער געוועזענער שפּיאנאזש הויפּט איז אנטלאפן פון לאנד און מ'ווייסט נישט וואו ער געפינט זיך.

די רעדע איז פון סאאד על דזשאברי, וועלכער איז לאנגע יארן געווען נאענט אליאירט מיט אמעריקע און א סאך ארויסגעהאלפן אין קאנטער-טעראריזם אפּעראציעס.

דזשאברי איז פארשוואונדן געווארן פון סאודי אראביע און די מלוכה האט אויפגעדעקט אז ער און זיינע נאענטע האבן געשפּענדט 11 ביליאן דאלער אומנויטיג, אריינגערעכנט דאס וואס זיי האבן זיך אליינס באצאלט איין ביליאן דאלער אין גרויסע געהעלטער. די מלוכה האט ארויסגעגעבן אן אינטערנאציאנאלן ארעסט נאטיץ אויף אים.

דעילי איד


איינער מיט די אדרעס פון די סאודי'ער קאנסולאט אין טערקיי?..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 19, 2020 4:05 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:די סאודי אראביע מלוכה איז אין כאאס, נאכדעם וואס זייער געוועזענער שפּיאנאזש הויפּט איז אנטלאפן פון לאנד און מ'ווייסט נישט וואו ער געפינט זיך. ווי וויקיפידיע פארציילט, איז ער שוין אנטלאפן פון לאנד אין מאי 2017 - העכער דריי יאהר צוריק - און זינט דאן וואוינט ער אין קאנאדע.

די רעדע איז פון סאאד על דזשאברי, וועלכער איז לאנגע יארן געווען נאענט אליאירט מיט אמעריקע און א סאך ארויסגעהאלפן אין קאנטער-טעראריזם אפּעראציעס.

דזשאברי איז פארשוואונדן געווארן פון סאודי אראביע און די מלוכה האט אויפגעדעקט אז ער און זיינע נאענטע האבן געשפּענדט 11 ביליאן דאלער אומנויטיג, אריינגערעכנט דאס וואס זיי האבן זיך אליינס באצאלט איין ביליאן דאלער אין גרויסע געהעלטער. די מלוכה האט ארויסגעגעבן אן אינטערנאציאנאלן ארעסט נאטיץ אויף אים. שוין אין 2017 האבן זיי ארויסגעגעבן אן אינטערנאציאנאלע ארעסט נאטיץ - וואס איז שוין נישט אין קראפט. אויסער דעם, האבן זיי שוין צוויי מאל - אין 2018 און אין 2019 - געבעטן פון קאנאדע אז זיי זאלן איהם אויסליפערן - טראץ וואס עס עקזיסטירט נישט קיין אויסליפערונג'ס אפמאך צווישן די צוויי לענדער.

דעילי איד


איינער מיט די אדרעס פון די סאודי'ער קאנסולאט אין טערקיי?..

נאר ס'קען זיין אז דאס אז ער האט גערויבט 11 ביליאן דאלער איז א פרישע באשולדיגונג...
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יולי 19, 2020 8:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יולי 19, 2020 4:27 pm

חחחחח
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, private, rogers, א גאנץ יאר פרייליך, אבן יקרה, בועז, בנימין, נישקשה, קומט אריין קלאר, ר' יעקל, שדה ורוד, שמו און 68 געסט