בלאט 12 פון 106

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:22 pm
דורך נאך פונדערהיים
אמת, אבער עס איז דאך א שטיקל חוצפה צו איר מאיאסטעט וואס מען הערט נישט אפט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:25 pm
דורך זארג נישט
זי איז דען בכלל ביים דעת? זי מוז שוין זיין זייער אלט.

א רחמנות, זיי האבן אפילו נישט וועם צו פראטעסטירן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:28 pm
דורך זארג נישט
נאך פונדערהיים האט געשריבן:אמת, אבער עס איז דאך א שטיקל חוצפה צו איר מאיאסטעט וואס מען הערט נישט אפט.

ברעקסעיט און דער עתיד און עקזיסטענס פונעם לאנד איז נישט יעדן טאג. אפילו נישט איין מאל אין טויזענט יאר.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:33 pm
דורך נאך פונדערהיים
גראדע הייסט עס אז זי איז געזונט אין שטארק און ביים פולן דעת.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:36 pm
דורך זארג נישט
נאך פונדערהיים האט געשריבן:גראדע הייסט עס אז זי איז געזונט אין שטארק און ביים פולן דעת.

מען זאגט אזוי אויפן פרעזידענט אויך...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:37 pm
דורך זארג נישט
עס איז א סברא אז דער קעניגליכער משפחה איז פאר ברעקסיט, ווייל די ברעקל הערשאפט וואס איז זיי נאך פארבליבן, די ביסל שטאלץ, ווערט פון זיי צוגענומען ווען ענגלאנד איז נאר א פראווינס פון יוראפ און האט נישט צו שאפן איבער גארנישט.

איז עס טאקע אזוי, אז דער קעניגליכער משפחה זעט עס אזוי?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:59 pm
דורך פעיק ניוז
זארג נישט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:גראדע הייסט עס אז זי איז געזונט אין שטארק און ביים פולן דעת.

מען זאגט אזוי אויפן פרעזידענט אויך...

אזוי?! ווער זאגט? איך הער נאר פארקערט...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:13 pm
דורך יש בו

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:32 pm
דורך נאך פונדערהיים
זארג נישט האט געשריבן:עס איז א סברא אז דער קעניגליכער משפחה איז פאר ברעקסיט, ווייל די ברעקל הערשאפט וואס איז זיי נאך פארבליבן, די ביסל שטאלץ, ווערט פון זיי צוגענומען ווען ענגלאנד איז נאר א פראווינס פון יוראפ און האט נישט צו שאפן איבער גארנישט.

איז עס טאקע אזוי, אז דער קעניגליכער משפחה זעט עס אזוי?

זיי האבן שוין לאנג פארגעסן פון הערשאפט, זייער דאגה איז צו בלייבן עטוואס רעלעוואנט אין די לעבן פון די קאממאן וועלט בירגער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:28 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פאראינטערסירט האט געשריבן:אין א סורפרייז און דראמאטישע טאקטיק האט דער נייער ענגלישע פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן געבעטן פונעם קעניגן צו סוספענדירן די בריטישע פארלימענט אנגעהויבן פון סעפטעמבער 9 אויף פינף וואכן ביזן אנהייבן די נייע פארלימענט סעשאן און אקטאבער 14.


איז אזוי, קיין גרויסע סורפרייז איז דאס עכט נישט. ווער ס'געדענקט, נישט לאנג צוריק איז געווען א פארמעסט איבערצונעמן די פירערשאפט פונעם לאנד, איז שוין דעמאלטס האבן אייניגע קאנדידטן אויפגעברענגט דאס געדאנק פון "פראראגירן דעם פארליאמענט" (סוספענדירן בלע"ז), אנדערע האבן קלאר אויסגעשלאסן אזא שריט. די יעצטיגע פרעמיער מיניסטער, באריס דזשאנסאן, האט נישט גע'ענטפערט קלאר (פאר די מידיא און אנדערע מעמבער'ס אוו פארליאמענט) וואס זיין פלאן איז, נאר כסדר ארויסגעברענגט אז אקטאבער 31 דארף מען פארלאזן דעם אי.יו., וואס דאס אליין (נישט ענטפערען קלאר) האט שוין דעמאלטס אויפגעברענגט חשדות אז ער טראכט דערפון. דורכאויס די פארלאפענע וויקענד איז געווען באריכטעט אין די פרעסע דאהי, אז 'דאונינג סטריט' (די פרעמיער מיניסטער'ס אפיס) האט זיך נאכגעפרעגט ביי גרויסע לעגאלע עקספערטן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון אזא שריט, וואס דערויף איז די תשובה געווען " לעגאל איז דאס אויסגעהאלטן". ווי אויך זעהט מען אז געוויסע האבן שוין געקלאגט דעם פרעמיער מיניסיטער אין געריכט ער זאל נישט מעגן פארלאנגען פון די קעניגן אזא זאך, און אנדערע, האבן גלייך נאכ'ן מעלדונג אז ער האט יא געבעטן, געמאלדן אז זיי וועלן לויפן אין געריכט. קיין עכטע סורפרייז איז דאס נישט, שמועות און שמועסן דערפון איז שוין אפאר וואכן, נאר מ'האט נישט גוואלט טראכטן אז ער איז עכט גרייט אויף דעם, האט ער געוויזן אז יא.

די פארלימענט איז יעצט אויף ריסעס און וועט זיך צוריק אנהייבן סעפ. 3,


די יעצטיגע ריסעס איז אזא וואקאציע אזויזנס, אזוי ווי אין אמעריקא מ'פארט אין קאנטרי אכט וואכן, איז די פארלימענט געווען אויף זוממער אפרוה.

און ס'איז געווען געסקעדזשולד צו אנהייבן ריסעס ערגעצוואו ארום סעפטעמבער 23-24 פאר דריי וואכן ביזן אנהייב פון די נייע זמן אום אקטאבער 14, אבער דזשאנסאן האט עס צוריקגעריקט מיט צוויי וואכן,

די קומענדיגע ריסעס האט געדארפט זיין פאר די "פארטיי קאנפרענץ" (אזוי ווי - להבדיל - ביי די אמעריקאנער די "קאנווענשאן'ס"), אבער פארליאמענט איז נישט באמת אפגעשלאסן, נאר אזוי ווי יעדע נאכט און סוף וואך איז פארלאמענט פארמאכט, די זעלבע זאך איז דאס - ס'איז פארמאכט אבער נישט אפגעשלאסן. די "קאנפערענץ סעזאן" איז געווען אויסגעשטעלט זיך אנצוהייבן אום סעפטעמבער 14, צו א טאג צוויי פריער, איז געקומען די פי.עם. (פרעמיער מיניסטער) און געבעטן פון די קעניגן אז מ'זאל מאכן געהעריג בין הזמנים און אפשליסן פארליאמענט אויף א משך פון 5 וואכן. בס"ה האט דער פי.עם. פארלענגערט זייער האלידעי מיט נאך אפאר טאג (3-8 טאג), און אויפגעטוען האט ער אז פארליאמענט קען נישט באשליסן צוריקצוקומען פריער ווי געפלאנט, ווייל יעצט אי'דאך בין הזמנים. (בדרך אגב, אהן זיין יעצטיגע 'סוספענשאן' וואלט זיך נישא אנגעהויבן א פרישע זמן אין אקטאבער, נאר עס וואלט ווייטער אנגעגאנגען מיט א קליינע הפסקה אינדערמיט - וואס וואלט עס געמאכט פאר איינע פון גי לענגסט-זיצענדע פארליאמענטרי סעסיעס, אויב נישט די לענגסטע, אין אריבער 350 יאר. ס'דאך שוין העכסט צייט פאר א בין הזמנים - די זמן לויפט שוין פאר איבער צוויי א האלב יאר, טאקע לאנג)....

לגבי די קעניגן זי מישט זיך געווענליך נישט אין פאליטיקס ממילא האט זי געדארפט געבן די פארמאלע אפראוועל צו סוספענדירן די פארלימענט, פארקערט אויב זי וואלט עס אפגעזאגט וואלט עס געווען א אנפרעצעדנטעד שריט פון איהר זייט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:41 pm
דורך שפיגליצקי
שלום עליכם.

דער ערשטער ווייס איך ווער ס'איז געווען, ווער איז געווען דער צווייטער?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:06 am
דורך פאראינטערסירט
שלום עליכם אלעקסיי, שכוח פארן קלאר מאכן!
סוף כל סוף בין איך נישט קיין לאנדאנער...

ביידעוועי איז דאס נישט אפציעל אז די סעשאנס פונעם פארלימענט גייען אהן פאר 5 יאר?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 4:08 pm
דורך פעיק ניוז
איבער א מיליאן בריטישע בירגער האבן אונטערגעשריבן א פעטיציע אין וועלכע זיי פארלאנגען פון די רעגירונג צו אנולירן דעם באשלוס, און אזוי אויך קומען פאר שטורמישע פראטעסטן אין לאנדאן אין וועלכע די פראטעסטירער רופן אן דעם שריט אנטי-דעמאקראטיש.

די שריט האט אויך ארויסגערופן קעגנערשאפט אין זיין אייגענע פארטיי און עטליכע געזעצגעבער האבן רעזיגנירט אין פראטעסט.

JP

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 4:57 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
פאראינטערסירט האט געשריבן:שלום עליכם אלעקסיי, שכוח פארן קלאר מאכן!
סוף כל סוף בין איך נישט קיין לאנדאנער...

ביידעוועי איז דאס נישט אפציעל אז די סעשאנס פונעם פארלימענט גייען אהן פאר 5 יאר?


עליכם שלו' מיינע טייערע חברים!!!

די 'פארליעמענטארע טערם' (PARLIAMENTARY TERM) איז 5 יאר - זינט 2011. א 'סעסיע' (SESSION) לויפט געווענליך פאר בערך א יאר צייט. (טראכט דערפון אזוי ווי - להבדיל - א ישיבה וואס איז אויסגעשטעלט אויף 3-4 יאר, אבער אינצווישן איז דא בין הזמנים און/אדער שבת הפסקה וכדו'). :lol: :lol:

בדרך אגב, אודה ולא אבוש אז ביז נישט לאנג צוריק האב איך אויך נישט קיין סאך געוואוסט איבער'ן סיסטעם וויאזוי דאס ארבעט - לעצטענס האבמיר אביסל צייט...

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:10 pm
דורך פעיק ניוז
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:לעצטענס האבמיר אביסל צייט...

אוי וויי! מיט וואס קען איך דיר העלפן?...

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:17 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
העסטו צושטעלן פיינע פרישע נייעס העלמיר זיין א געהאלפענער (קיין חילוק צו פיעיק נוז צו ריעל נוז - די עיקר מ'זאל דערמאנען דאס ווארט נוז)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:25 pm
דורך געוואלדיג
און איך האב אלס געמיינט אז די געשכטעס איבער די אידישע "נוז" איז אן אנטיסעמיטישע אויסטרעף... :lol: :lol:

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:18 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:55 am
דורך פעיק ניוז
דער מעקסיקאנער פרעזידענט אנדרעי מאנועל לאפעז אובראדור זאגט, אז א קליינע קאמערע איז גענוצט געווארן צו שפיאנירן קעגן אים ביי זיצונגען וואס ער האט אפגעהאלטן אין איינס פון די צימערן פון דער "נאציאנאלער פאלאץ" געביידע.

אובראדור האט נעכטן אינדערפרי געצייגט די קליינע קאמערע פאר רעפארטערס, זאגנדיג אז ער האט נישט מורא פון דעם קאמערע, וויבאלד גארנישט באהאלטן און גארנישט געהיים קומט פאר אין זיין רעגירונג.

ער האט נישט געזאגט וועמען די רעגירונג פארדעכטיגט אין אונטערשטעלן די קאמערע.

איד דעילי

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:57 pm
דורך פעיק ניוז
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געליטן א פאליטישע נידערלאגע ווען זיין פארטיי האט שטארק פארלוירן אין די לאקאלע וואלן אין מאסקווע.

דאס קומט נאכדעם וואס מען האט אין די לעצטע וואכן געזען אן אויפשטייג פון פראטעסטן וועלכע זענען ברוטאל דערשטיקט געווארן וויבאלד די אפאזיציע פארטייען זענען נישט ערלויבט זיך צו פארמעסטן האט די קאמוניסטישע פארטיי גענאסן פון די אנטי-פוטין שטימען, זיין פארטיי האט נאך אלס דעם מערהייט אבער האט פארלוירן איבער א דריטל פון אירע זיצן.

JP

ברעקזיט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:52 am
דורך אלעקסיי דער דריטער
די העכסטע געריכט אין סקאטלאנד האט היינט געאורטיילט אז זשאנסאן'ס סוספענדירונג פונעם איז נישט אויסגעהאלטן.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן דא

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:24 am
דורך לכאורה
אינטערסאנט אז קיינער באריכטעט נישט דאהי איבער די מאסיווע אטאקע פון תימן/איראן מיט דראונס אויף סאודיער אויל קוועלער, וואס האט געשטערט האלב פון זייער פראדוקציע, ארום 5 פראצענט פון די וועלטס אויל פראדוקציע. אויל פרייזן וועלן מעגליך ארויפשיסן אלס רעזולטאט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:29 am
דורך בארואיגט-אייך
לכאורה האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער באריכטעט נישט דאהי איבער די מאסיווע אטאקע פון תימן/איראן מיט דראונס אויף סאודיער אויל קוועלער, וואס האט געשטערט האלב פון זייער פראדוקציע, ארום 5 פראצענט פון די וועלטס אויל פראדוקציע. אויל פרייזן וועלן מעגליך ארויפשיסן אלס רעזולטאט.


סע ווערט דראמא מיט דעם, וועט זיך עפעס אוסקאכן דערפון?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:43 am
דורך שקר
לכאורה האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער באריכטעט נישט דאהי איבער די מאסיווע אטאקע פון תימן/איראן מיט דראונס אויף סאודיער אויל קוועלער, וואס האט געשטערט האלב פון זייער פראדוקציע, ארום 5 פראצענט פון די וועלטס אויל פראדוקציע. אויל פרייזן וועלן מעגליך ארויפשיסן אלס רעזולטאט.

עס מיינט אז די גאז גייט ארויף?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:47 am
דורך לכאורה
מסתמא.
יעצט טראכט איך אז דאס באלאנגט אין די אשכול פון די תימנ'ער רעוואלוציע.