בלאט 2 פון 16

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:20 pm
דורך הכל הבל
איראנער פרעזידענט רוהאני אנערקענט אז זיין לאנד שטייט אין די ערגסטע פינאנציעלע לאגע אין די לעצטע 40 יאר

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 2:33 pm
דורך שפיגליצקי
הכל הבל האט געשריבן:פראנקרייך רייסט ארונטער דעפיוטי פרעמיער פון איטאליע פארן זיך טרעפן מיט פירער פון די געלע וועסטל באוועגונג

פראנקרייך איז קעגן קח"א?

וואס איז דאס געלע וועסטל באוועגונג?

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:23 pm
דורך הכל הבל
אין נעדערלאנד שלאגט די פארטיי פונעם ארטיגן פרעמיער מיניסטער פאר א פלאן צו באשטראפן עלטערן וועלכע וואקסינירן נישט די קינדער

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:25 pm
דורך הכל הבל
אין רוסלאנד האט מען געפונען א 14.8 קאראט פינקע דימאנט
די גרעסטע אזא שטיין וועלכע מען האט סיי ווען אנדעקט

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:27 pm
דורך הכל הבל
10 יוגנטליכע אומגעקומען אין א פייער אין בראזיל

געשריבן: זונטאג פאברואר 17, 2019 10:08 am
דורך הכל הבל
פוילן'ס פרעמיער מיניסטער רופט אפ געפלאנטע רייזע צו באזוכן די איזראעליס נאך קאמענטארן פון נתני' איבער זיין לאנדס ראלע אין די האלאקאוסט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 3:58 pm
דורך הכל הבל
כינע גרייט זיך צו בויען די ערשטע סאולער פאוער סטאנציע אין ספעיס

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:00 pm
דורך הכל הבל
א וויעטנאמעזע בארבער שטעלט צו אומזיסטע טראמפ און קים סטיל העירקאטס און צוגרייטונג צום זיצונג צווישן די צוויי פירער

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 5:34 pm
דורך הכל הבל
טיילאנד לעגאליזירט מאריוואנא באנוץ פאר מעדיצינישע צוועקן

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 11:04 am
דורך פעיק ניוז
אמעריקע'ס אמבאסאדאר אין פוילן האט נעכטן געזאגט, אז מדינת ישראל זאל זיך אנטשולדיגן פאר דער פוילישער רעגירונג, מיט'ן ציל צו ברענגען אן ענדע צו דער אנגעצויגנקייט וואס איז אנטשטאנען צווישן די צוויי לענדער.

די אנגעצויגנקייט איז געקומען נאכדעם וואס מדינת ישראל'ס אויסערן מיניסטער ישראל כץ האט געזאגט אז "פילע פאלאקן" האבן קאלאבארירט מיט די נאציס, און אלס רעזולטאט האט פוילן ארויסגעצויגן פון א סאמיט מיט מדינת ישראל.

אמעריקע'ס אמבאסאדאר דזשארדזשעט מאסבאכער, זאגט אז מדינת ישראל דארף זיך אנטשולדיגן.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 11:28 am
דורך maybeeynot
סאיז נישט אמת די סטעיטמענט פארוואס ווערן זיי אזוי גערעגט ?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:18 pm
דורך הכל הבל
ווענעזועלאס מאדורע שליסט אפ זיין לאנדס גרעניץ מיט בראזיל

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 1:58 pm
דורך צל עובר
maybeeynot האט געשריבן:סאיז נישט אמת די סטעיטמענט פארוואס ווערן זיי אזוי גערעגט ?


עס רעגט אוף ווייל עס איז אמת.

מיר גראדע רעגט אויף פוילן'ס לייקענען, עס איז געהעריג לייקענען די האלאקאוסט, שטעל דיר פאר אויב דייטשלאנד פאנגט אן לייקענען אז רוב דייטשן האבן געשטיצט היטלער.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 2:31 pm
דורך פעיק ניוז
מיך רעגט אויך פוילין'ס לייקענען, אבער די איזראעלי'ס ווילדעווען יעדע צווייטע מינוט וועגן האלאקאסט, אנטיסעמיטיזם, רעגט מיר נישט ווייניגער אויף.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 2:41 pm
דורך צל עובר
מיר אויך, אבער דא איז דער אמבאסאדאר נישט גערעכט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 3:08 pm
דורך פעיק ניוז
אמת, איך האב אבער הנאה צו זעהן וואו אמעריקע [און נאכדערצו אינטער טראמפ] שטעלט אמאל מדנ"י אויפן פלאץ.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 3:11 pm
דורך יש בו
פעיק נוז האט געשריבן:אמת, איך האב אבער הנאה צו זעהן וואו אמעריקע [און נאכדערצו אינטער טראמפ] שטעלט אמאל מדנ"י אויפן פלאץ.

מיינסט צו זאגן ירושלים ?
:roll:

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:03 pm
דורך הכל הבל
געוועזענער ווענעזועלא שפיאנאזש שעף און מאדורע שטיצער קומט ארויס אראפרייסן מאדורא און זאגט אז די רעזשים עליטע איז פארמישט אין דראג שמוגלערייען

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 8:33 pm
דורך ממה נפשך
צל עובר האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:סאיז נישט אמת די סטעיטמענט פארוואס ווערן זיי אזוי גערעגט ?


עס רעגט אוף ווייל עס איז אמת.

מיר גראדע רעגט אויף פוילן'ס לייקענען, עס איז געהעריג לייקענען די האלאקאוסט, שטעל דיר פאר אויב דייטשלאנד פאנגט אן לייקענען אז רוב דייטשן האבן געשטיצט היטלער.


דאכצעך אז אין פוילן איז דא א געזעץ וואס פארבאט צו באשולדיגן דאס לאנד אין העלפן מיט רציחות במשך די צווייטע וועלט מלחמה.

--
יאפ, יעצט געטראפן די לינק און מדינת ישראל האט עס אויך פארדאמט בשעתו (איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין א געזעץ אדער נאר דורך אין סענאט)
http://time.com/5128341/poland-holocaust-law/

פון די אנדערע זייט האט פוילן א געזעץ אז מ'טאר נישט לייקענען די האלאקאוסט
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_agai ... ust_denial

פארשטיי איך נישט האיך יתקיימו שנים...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 8:53 pm
דורך פעיק ניוז
פשוט, לדבריהם האלטן זיי אז פוילן האט נישט געהאלפן נאצי דייטשלאנד, זיי זענען נאר פשוט געווען אקופירט דורך דייטשלאנד, סאו אלעס וואס עס איז געטוהן געווארן אין פוילן איז נישט דורך פוילן, נאר דורך די נאצי'ס, עס קען זיין אז עס זענען געווען יחידים פוילישע וואס האבן געהאלפן אבער דאס האט גארנישט מיט פוילן.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 9:49 am
דורך maybeeynot
פעיק נוז האט געשריבן:פשוט, לדבריהם האלטן זיי אז פוילן האט נישט געהאלפן נאצי דייטשלאנד, זיי זענען נאר פשוט געווען אקופירט דורך דייטשלאנד, סאו אלעס וואס עס איז געטוהן געווארן אין פוילן איז נישט דורך פוילן, נאר דורך די נאצי'ס, עס קען זיין אז עס זענען געווען יחידים פוילישע וואס האבן געהאלפן אבער דאס האט גארנישט מיט פוילן.

סא פוילישע פאלאקן מיינט יחידים על מה יצא הקצף ?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:06 am
דורך ממה נפשך
maybeeynot האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:פשוט, לדבריהם האלטן זיי אז פוילן האט נישט געהאלפן נאצי דייטשלאנד, זיי זענען נאר פשוט געווען אקופירט דורך דייטשלאנד, סאו אלעס וואס עס איז געטוהן געווארן אין פוילן איז נישט דורך פוילן, נאר דורך די נאצי'ס, עס קען זיין אז עס זענען געווען יחידים פוילישע וואס האבן געהאלפן אבער דאס האט גארנישט מיט פוילן.

סא פוילישע פאלאקן מיינט יחידים על מה יצא הקצף ?


דאס איז וואס איזראעל טענה'ט יעצט, אבער פון די סטעיטמענט האט יא אויסגעקוקט מער אז זיי מיינען "פוילן" און נישט "פאלאקן"...

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:15 am
דורך הכל הבל
ווענעזועלא אפיצירן שיסן עטליכע ביים גרעניץ מיט בראזיל

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:15 am
דורך הכל הבל
כינע און סאודיע אראביע שרייבן אונטער 28 ביליאן דאלער עקאנאמישע אפמאכן

געשריבן: פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:17 am
דורך maybeeynot
כ'האב נישט געהערט די סטעיטמענט כ'האב נאר געליינט וואס @פעיק נוז האט געשריבן

פעיק נוז האט געשריבן:די אנגעצויגנקייט איז געקומען נאכדעם וואס מדינת ישראל'ס אויסערן מיניסטער ישראל כץ האט געזאגט אז "פילע פאלאקן" האבן קאלאבארירט מיט די נאציס,

מילא פארשטיי איך נישט על מה יצא הקצף