בלאט 9 פון 14

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:26 pm
דורך פעיק נוז
דער פריש ערוויילטער אוקראינער פרעזידענט וואלאדימיר זעלענסקי האט שאקירט דאס פאלק ווען ביי זיין ערשטן רעדע אין פארליאמענט נאכ׳ן איינשווערונג האט ער דערקלערט אז ער לעזט אויף דעם פארליאמענט און פאררופט פרישע וואלן און דערביי עפנטליך גערופן פאר די רעזיגנאציע פון א רייע הויכראנגיקע מיניסטארן וועמען ער באשולדיגט אין קארופציע.

ער האט דערקלערט ״עס איז געקומען די צייט צו ערוויילן פאליטיקאנטן וואס זארגן זיך פאר די קומענדיגע דורות, און נישט נאר פאר די קומענדיגע וואלן״ און האט דערביי אראפגעריסן די רעגירונג פונעם ארויסגייענדיגער פרעזידענט פעטרא פראשענקא און זיי באשולדיגט אין קארופציע.

ער האט אין זיין רעדע אויך פארשפראכן צו ענדיגן די געשלעגן אין מזרח אוקראינע צווישן די רוסישע סעפאראטיסטן און אוקראינער מיליטער.

JP

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:44 pm
דורך פאראינטערסירט
פעיק נוז האט געשריבן:דער פריש ערוויילטער אוקראינער פרעזידענט וואלאדימיר זעלענסקי האט שאקירט דאס פאלק ווען ביי זיין ערשטן רעדע אין פארליאמענט נאכ׳ן איינשווערונג האט ער דערקלערט אז ער לעזט אויף דעם פארליאמענט און פאררופט פרישע וואלן און דערביי עפנטליך גערופן פאר די רעזיגנאציע פון א רייע הויכראנגיקע מיניסטארן וועמען ער באשולדיגט אין קארופציע.

ער האט דערקלערט ״עס איז געקומען די צייט צו ערוויילן פאליטיקאנטן וואס זארגן זיך פאר די קומענדיגע דורות, און נישט נאר פאר די קומענדיגע וואלן״ און האט דערביי אראפגעריסן די רעגירונג פונעם ארויסגייענדיגער פרעזידענט פעטרא פראשענקא און זיי באשולדיגט אין קארופציע.

ער האט אין זיין רעדע אויך פארשפראכן צו ענדיגן די געשלעגן אין מזרח אוקראינע צווישן די רוסישע סעפאראטיסטן און אוקראינער מיליטער.

JP

Wow!

א פרישע טראמפ... אבער ס'איז נישט קיין שאק, ער האט געזאגט אז ער גייט דאס טוהן נאך װען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט.

און די סיבה דערפון איז פשוט, ווייל זיין פרישע פארטיי האט נישט קיין מיטגלידער אינעם פארלימענט, און אויך טוט די פארטיי פון די ארויסגייענדיגער פרעזידענט פראשענקאו אנפירן די קאאליציע.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 4:56 pm
דורך וואס טוט זיך
אין אוקריינא ארבעט די רעגירונג ווי דאהי? אדער ווי לאנדאן?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 5:01 pm
דורך פאראינטערסירט
ס'ארבעט ווי א פארלימענט.
דאהי איז נישטא קיין פארלימענט, ס'דא א קאנגרעס.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 5:07 pm
דורך וואס טוט זיך
פאראינטערסירט האט געשריבן:ס'ארבעט ווי א פארלימענט.
דאהי איז נישטא קיין פארלימענט, ס'דא א קאנגרעס.

די חילוק איז נישט ווי אזוי עס הייסט, עס איז צוויי אנדערע וועגן פון גאווערמענט דא וואס ארבעטן אזוי ווי ענגלאנד קאנאדע א"י וכדומה, און דא וואס ארבעטן ווי אמעריקע פראנקרייך וכדומה, וויל איך וויסן ווי אזוי ארבעט אוקריינא?

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 2:52 pm
דורך פעיק נוז
די אוקריינישע סיסטעם איז א "Semi-Presidential", אזוי ווי אין 'פראנקרייך', נישט אזוי ווי 'בריטאניע' און נישט אזוי ווי די 'US'.

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 2:53 pm
דורך פעיק נוז
די קאנסערוואטיווע פארטיי, אין שפיץ פון פרעמיער מיניסטער סקאט מאריסאן, האט געוואונען א מאיאריטעט פון די פארלאמענט זיצן אין אויסטראליע, ביי די וואלן וואס זענען פארגעקומען פארלאפענעם שבת.

דער זיג איז געקומען אלס טאטאלער שאק, וויבאלד אלע אנקעטעס און די גאנצע מידיא האבן געהאט פאראויסגעזאגט אז די ליבעראלע פארטיי וועט אריינקומען שטארק און איבערנעמען קאנטראל פון דער רעגירונג.

די קאנסערוואטיוון האבן געזיגט נאכ'ן קאמפיינען בעיקר אויף דער עקאנאמיע.

איד דעילי

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 2:54 pm
דורך פעיק נוז
א דראמאטישע אנטוויקלונג שפילט זיך אפ אין רוסלאנד, וואו א הויכראנגיקער רעדאגירער און צען זשורנאליסטן פון דער גרויסער טעגליכער "קאמערסענט" צייטונג האבן אינאיינעם געמאלדן זייער רעזיגנאציע.

דאס איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס די פרא-קרעמלין אייגנטימער פון דער צייטונג האבן ארויסגעצוואונגען צוויי פאליטישע רעפארטערס פון זייערע דזשאבס, נאכדעם וואס די רעפארטערס האבן מיט עטליכע וואכן צוריק צוזאמגעשטעלט א באריכט וואס האט אויפגעדעקט אז פוטין פלאנירט אויפצושאקלען דעם פארלאמענט און ארויסווארפן אזעלכע וואס זענען נישט אין שפאן.

איד דעילי

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 4:00 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
פעיק נוז האט געשריבן:דער פריש ערוויילטער אוקראינער פרעזידענט וואלאדימיר זעלענסקי האט שאקירט דאס פאלק ווען ביי זיין ערשטן רעדע אין פארליאמענט נאכ׳ן איינשווערונג האט ער דערקלערט אז ער לעזט אויף דעם פארליאמענט און פאררופט פרישע וואלן און דערביי עפנטליך גערופן פאר די רעזיגנאציע פון א רייע הויכראנגיקע מיניסטארן וועמען ער באשולדיגט אין קארופציע.

ער האט דערקלערט ״עס איז געקומען די צייט צו ערוויילן פאליטיקאנטן וואס זארגן זיך פאר די קומענדיגע דורות, און נישט נאר פאר די קומענדיגע וואלן״ און האט דערביי אראפגעריסן די רעגירונג פונעם ארויסגייענדיגער פרעזידענט פעטרא פראשענקא און זיי באשולדיגט אין קארופציע.

ער האט אין זיין רעדע אויך פארשפראכן צו ענדיגן די געשלעגן אין מזרח אוקראינע צווישן די רוסישע סעפאראטיסטן און אוקראינער מיליטער.

JP

גייט כאטש די גרעניצן נעמען שנעלער? אדער גאר אינגאנצן אריין גיין אין די EU? נע! דאס וועט רוסלאנד נישט צולאזן

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 10:20 pm
דורך פעיק נוז
דער פיליפינער פרעזידענט דוארעטע האט גענומען שריט צו אנלאדענען שיפן מיט מיסט און אפשיקן טאנען פון מיסט קיין קאנאדע.

די רעדע איז פון ארום 103 קאנטעינערס מיט 2,450 טאנען פון מיסט און אפפאל וואס זענען אפגעשיקט געווארן צווישן 2013 און 2014 פון קאנאדע צו די פיליפינען, אפיציעל אויף צו ריסייקלען, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט קיין מאטריאל וואס מען קען ריסייקלען, און עס איז געבליבן שטעקן אויף א פיליפינער אינזל.

דער קאנאדער פרעמיער מיניסטער דשאסטין טרודאו האט געזאגט אז ער זוכט א פרידליכע וועג צו לעזן דעם פראבלעם, אבער די פיליפינער אויטאריטעטן האבן געזאגט אז זיי זוכן נישט קיין קאמפראמיס און ווילן אז אלע מיסט ביז׳ן לעצטן ברעקל זאל ווערן אומגעקערט קיין קאנאדע, און פאריגע וואך האט די פיליפינען צוריקגערופן זייער אמבאסאדער פון קאנאדע איבער דעם דיפלאמאטישן געפעכט.

JP

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:31 am
דורך כא כא כא
דער פעיק נוז איז פיינע נייעס!
נאדיר א גרינע פאר דיין געשמאקע ארבעט ;l;p-

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 1:52 pm
דורך פאראינטערסירט
כא כא כא האט געשריבן:דער פעיק נוז איז פיינע נייעס!
נאדיר א גרינע פאר דיין געשמאקע ארבעט ;l;p-

גא"מ ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 7:52 am
דורך פעיק נוז
נישט געזעהן באריכטעט דא...

זונטאג נאכט זענען ארויסגעקומען די רעזולטאטן פון די וואלן פאר׳ן אייראפעאישן פארליאמענט, נאכדעם וואס מען האט געזען אן היסטארישע טורנאוט פון ארום 373 מיליאן אייראפעאישע בירגער איבער 28 לענדער וואס האבן אפגעגעבן זייערע שטימען אין די לעצטע טעג.

די וואלן זענען אין אלגעמיין געזען ווי א רעפערענדום איבער דעם אייראפעאישן פאראיין, די נאציאנאליסטישע פארטייען וואס זוכן צו איינצוימען די מאכט פונעם פאראיין - אדער איר גענצליך אויפלעזן - האבן געפירט א העפטיגן קאמפיין איבער גאנץ אייראפע. און פון די אנדערע זייט די פרא-אייראפעאישע צענטעריסטישע פארטייען.

די רעזולטאטן זענען געמישט, אבער די קלארע פארלירער זענען די טראדיציאנאלע צענטער-לינקע פארטייען וואס האבן געהאט א רוב אינעם פארליאמענט פאר צענדליגע יארן און האבן פארלוירן זייער רוב מיט איבער זעכציג בענקלעך. און די עקסטרעם-רעכטע און עקסטרעם-לינקע פארטייען האבן זיך שטארק פארגרעסערט.

א באזונדערע זיג האט אפגעצייגט דער ניי-געגרינדעטע ברעקזיט פארטיי פון בריטאניע וואס האט געקריגן א דריטל פון אלע זיצן פון בריטאניע, מער פון די גרויסע קאנסערוואטיווע און לעיבאר פארטייען. אזוי אויך אין פראנקרייך האט די ראסיסטישע פארטיי פון לא-פען איבערגעשטיגן דעם פארטיי פון פרעזידענט מאקראן. און אזוי אויך אין איטאליע, פוילן און אונגארן.

jp

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:47 pm
דורך פעיק נוז
אן אפענער נאצי און אנטיסעמיט האט זיך געשטעלט אלס קאנדידאט פאר די בעפארשטייענדע וואלן אין ארגענטינע.

אלכאנדרא ביאנדיני האט נעכטן געעפנט זיין קאמפיין מיט א ראלי אין וועלכע ער האט געשפיגן העסליכע רעטאריק קעגן אידן פארמאסקירט אין אנטי-מדינת ישראל רעטאריק, ער האט געווארנט די אידישע פירערשאפט אין לאנד ״צו אנערקענען אז דא איז ארגענטינע און נישט מדינת ישראל״ און פארשפראכן צו אפהאקן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל.

ביאנדיני האט אין די פארגאנגענהייט עפנטליך אויסגעלויבט היטלער און סימפאטיזירט מיט די נאציס אין ארגענטינע.

JP

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 6:34 am
דורך אסדר לסעודתא
אוקריינא: צוויי שיכורים האבן זיך געשפילט מיט זייערע רעוואלווער, שיסנדיג אויף ליידיגע באטלעך פארנט פון א באוואוונטע געביידע, ווען אינצווישן איז אדורך א קליין קינד וואס איז ליידער דערשאסן געווארן צום טויט ל"ע. די פאליציי האט ארעסטירט די צוויי שיכורים און דאס לאנד פארט אויף רעדער.

אה, כמעט פארגעסן צו שרייבן, די צוויי שיכורים זענען פאליציי אפיצירן...

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 8:47 pm
דורך אסדר לסעודתא
נעפאל: די ארטיגע רעגירונג האט אונטערגענומען א קאמפיין אויפצורייניגן דעם העכסטן עווערעסט בארג פון די הויפנס שמוץ וואס איז דארט אנגעזאמלט. ביז אהער האט מען שוין אוועקגעפירט 11,000 קילאגראם פון מיסט און מען האט אפגעפינען 4 פון 300 טויטע קערפער פון פארשוואונדענע קריכער פון די לעצטערע יארן וועלכע ווערן געזוכט אויף דעם בארג.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:21 am
דורך Think and Thank
און וואס וועט זיין מיט די נידריגערע עווערעסט בערג?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:29 am
דורך וואס טוט זיך
Think and Thank האט געשריבן:און וואס וועט זיין מיט די נידריגערע עווערעסט בערג?

נאדיר :lol:

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 10:06 am
דורך אסדר לסעודתא
מאסיווע בלעקאוט פארטונקלט עטליכע דרום אמעריקאנער לענדער. גאנץ ארגאנטינע און גאנץ אורעגוויי זענען אין די טונקל. ווי אויך גרויסע חלקים פון פאראגוויי, טשילע און בראזיל. אינאיינעם זיצן 50 מיליאן מענטשן אין טונקל.

די חשד איז אויף א מעכטיגע סייבער אטאקע.

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 12:53 pm
דורך הכל הבל
דער געוועזענער עגיפטישער פרעזידענט מוכאמעד מורסי איז אפגעשטארבן

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 2:14 pm
דורך איש האשכולות
הכל הבל האט געשריבן:דער געוועזענער עגיפטישער פרעזידענט מוכאמעד מורסי איז אפגעשטארבן

געזעהן ערגעץ באריכטעט ער האט געכאפט א הארץ אטאקע אינעם געריכט זאל אינמיטן א געריכט סעסיע,
איז עס וואהר?

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 2:19 pm
דורך הכל הבל
ער איז אוועקגעפאלן אינמיטן זיין פראצעס

ריכטיג

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 10:36 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
עטליכע שטארקע ערד ציטערנישען האבן פאסירט די לעצטע פאר שעה אין כינע און ממש יעצט אין יאפאן, צונאמי ווארענונגען זענען ארויסגעגעבען געווארן

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 12:12 pm
דורך כא כא כא
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:עטליכע שטארקע ערד ציטערנישען האבן פאסירט די לעצטע פאר שעה אין כינע און ממש יעצט אין יאפאן, צונאמי ווארענונגען זענען ארויסגעגעבען געווארן

מן הסתם האט עס טראמפ ערלעידיגט..

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 2:29 pm
דורך אסדר לסעודתא
א ווידעאו איז ערשינען וואו דער מאלאזיער פרעמיער קראכט אנטיסעמיטישע ווערטליך פאר א גרופע בריטישע סטודענטן.