בלאט 6 פון 106

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:55 pm
דורך הודו להשם
פונדערהיים האבעך שוין גענוג געהערט דעם ערב פסח, אבער דאס איז שוין סאָמטינג ספּעֶשל!
יישר כחכם!

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:32 am
דורך נאך פונדערהיים
וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש איז געווארן ארעסטירט אין לאנדאן נאך וואס עקוואדאר האט צוריקגעצויגן פון זיין אסיילעם שוץ.

אכטונג קליפ ברענגערס: עס איז דא א ווידיא ווי די לאנדאנע פאליציי פירט ארויס דעם אלטן באטשי אונטער ארעסט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:57 am
דורך נאך פונדערהיים
יעצט זאגט די לאנדענע פאליציי אז עס איז אין פלאן אים איבערצוגעבן צו אמעריקאנע אפישלס.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 7:59 am
דורך נאך פונדערהיים
די מיליטער אין סודאן האט איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד און ארעסטירט די פרעזידענט אומאר על באשיר וואס זיצט שוין 30 יאר ביים מאכט.

די דעפנס מיניסטער זאגט אז ער האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר די נעקסטע דריי חדשים, און די מיליטער האט אין פלאן צו האלטן קאנטראל פאר די נעקסטע צוויי יאר און אנפירן מיט אן איבערגאנג צו א פולע דעמאקראטיע, און דאן וועט זיין עלעקשאנס.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 8:37 am
דורך ארום די זייגער
אסאנדש איז 47 יאר. גארנישט אזוי אלט...

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:12 am
דורך maybeeynot
נאך פונדערהיים האט געשריבן:וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש איז געווארן ארעסטירט אין לאנדאן נאך וואס עקוואדאר האט צוריקגעצויגן פון זיין אסיילעם שוץ.

viewtopic.php?f=6&t=39462

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 12:17 pm
דורך פעיק ניוז
דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט געזאגט, אז עלעקטארעל באאמטע זאלן אנולירן די רעזולטאטן פון די וואלן אין איסטאנבול, צוליב וואס עס זענען געווען "פארשידענע אומגעווענליכע זאכן" מיט די וואלן.

ערדואן'ס פארטיי האט פארלוירן די לאקאלע וואלן אין איסטאנבול, וואס דאס ווערט באטראכט אלס א שטארקער קלאפ פאר ערדואן'ס מאכט און צוקונפט אלס פירער אין לאנד. דעריבער פרובירט ער יעצט צו שרייען אז די וואלן זענען געווען געפעלשט און מען דארף עס איבערמאכן אינגאנצן.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 12:54 pm
דורך maybeeynot
פעיק נוז האט געשריבן:דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט געזאגט, אז עלעקטארעל באאמטע זאלן אנולירן די רעזולטאטן פון די וואלן אין איסטאנבול, .

זיי האבן די זעלבע סיסטעם ווי אמעריקא?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 1:01 pm
דורך פעיק ניוז
ניין, וואס פאלט דיר ביי?

מען רעדט דא פון די לאקאלע וואלן אין די הויפט שטאט איסטאנבול.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:26 pm
דורך פעיק ניוז
די וועלטס גרעסטע דעמאקראטיע גייט צו די שטים בודקעס מיט 900 מיליאן שטים בארעכטיגעטע בירגער, אין א וואל פארמעסט וועלכע ווערט געזען ווי א רעפערענדום אויף די פירערשאפט פון דעם רעכטן פרעמיער מיניסטער נעראנדארא מאודי וועלכער האט אין די לעצטע פינף יאר דורכגעפירט ווייטגרייכנדע רעפארמען אין לאנד, און שטארק פארבעסערט די עקאנאמיע.

אין די פאריגע וואלן האט די נאציאנאליסטישע פארטיי פון מאודי געווינען 282 זיצן צווישן די 545 זיצן אינעם אינדיער פארליאמענט. ער האט אומגעווארפן די לינקע פארטייען וועלכע האבן געוועלטיגט אין אינדיע זינט זי האט דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט אין 1949. און גענומען שריט צו מאדערנעזירן דעם לאנד.
אונטער מאודי איז אינדיע געווארן די שנעסלט-וואקסנדע עקאנאמיע אין די וועלט, אבער ער שטייט אויס קריטיק צוליב א הויכע ציפער פון ארבעטסלאזיגקייט און פילע אינדיער שפירן אז זייער פערזענליכע פינאנציעלע לאגע איז נישט בעסער געווארן אונטער זיין הערשאפט.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 5:38 pm
דורך פעיק ניוז
פּויבסט פראַנציס האָט דאָנערשטאָג דראַמאַטיש אַראָפּגעקניעט פאָרנט די פיס פון די פירער פון דרום סודאַנער רעגירונג און איר אָפּאָזיציע, קישענדיג זייערע שיך און איינרייסענדיג ביי די צוויי צוריסענע זייטן אויפצוהערן זיך קריגן און פאַרגיסן בלוט פון זייערע אייגענע מענטשן. "איך בעט ענק מיט מיין האַרץ," האט דער פּויבסט געזאָגט צו דער פּרעזידענט, סאַלוואַ קיער, און די אָפּאָזיציע פירער, ריק מאַטשאַר, האלטענדיג זיינע הענט פראָנט פון זיין הארץ. "בלייבט אין פרידן".

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:03 pm
דורך וואס טוט זיך
פלען קראכט אין נעפאל- ביי די מערסט סכנהדיגע עירפארט אין די וועלט וואס מע נוצט ווען מען פארט קרוכן די עווערעסט ס'ממש דארטיגע איבערלאזנדיג דריי טויטע.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:31 pm
דורך נאך פונדערהיים
העלישע פלאמען און רויעך פונעם היסטארישן פאלאץ אין פאריז ׳נארטע-דעם קעטידערל׳.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:59 pm
דורך נאך פונדערהיים
די פייערלעשער אין טשיף האט אן עצה

RealDonaldTrump
So horrible to watch the massive fire at Notre Dame Cathedral in Paris. Perhaps flying water tankers could be used to put it out. Must act quickly!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:03 pm
דורך נאך פונדערהיים
די גרויסע טורעם שפיץ איז איינגעפאלן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:04 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
@כאפצעם, דברי פקחות אלערט... קאוד וואן!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:05 pm
דורך הודו להשם
נאך פונדערהיים האט געשריבן:העלישע פלאמען און רויעך פונעם היסטארישן פאלאץ אין פאריז ׳נארטע-דעם קעטידערל׳.

דראפבאקס 1
דראפבאקס 2

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:11 pm
דורך נאך פונדערהיים
די 650 יעריגע קירכע איז פון די מערסט באוואוסטע און באזיכטע סייטס אין פאריז

א בילד פונעם שפיץ

נישטא מער

CAABBE39-9521-477F-998A-83DBF8833B41.jpeg
CAABBE39-9521-477F-998A-83DBF8833B41.jpeg (203.38 KiB) געזען 3953 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:13 pm
דורך דריידל
פעיק נוז האט געשריבן:פּויבסט פראַנציס האָט דאָנערשטאָג דראַמאַטיש אַראָפּגעקניעט פאָרנט די פיס פון די פירער פון דרום סודאַנער רעגירונג און איר אָפּאָזיציע, קישענדיג זייערע שיך און איינרייסענדיג ביי די צוויי צוריסענע זייטן אויפצוהערן זיך קריגן און פאַרגיסן בלוט פון זייערע אייגענע מענטשן. "איך בעט ענק מיט מיין האַרץ," האט דער פּויבסט געזאָגט צו דער פּרעזידענט, סאַלוואַ קיער, און די אָפּאָזיציע פירער, ריק מאַטשאַר, האלטענדיג זיינע הענט פראָנט פון זיין הארץ. "בלייבט אין פרידן".

פוי
באריכטן פון די טומאה טאר נישט ערלויבט ווערן

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:23 pm
דורך הר גריזים
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די מיליטער אין סודאן האט איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד און ארעסטירט די פרעזידענט אומאר על באשיר וואס זיצט שוין 30 יאר ביים מאכט.

די דעפנס מיניסטער זאגט אז ער האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר די נעקסטע דריי חדשים, און די מיליטער האט אין פלאן צו האלטן קאנטראל פאר די נעקסטע צוויי יאר און אנפירן מיט אן איבערגאנג צו א פולע דעמאקראטיע, און דאן וועט זיין עלעקשאנס.

קום אריין מיט ווייטערדיגע רעפארטס איבער די אנטוויקלונגען דארט...

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:27 pm
דורך נאך פונדערהיים
וואס גויים טוען ערב פסח...

איין ׳ביליאן׳ מענטשן איבער די וועלט זענען נעכטן נאכט געזיצן צוגענאגלט צו די טעלעוויזיע סקרינס צו מיטהאלטן א פרישע סיזען פון א באקאנטע פאנטאזיע שפיל.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:36 pm
דורך נאך פונדערהיים
הר גריזים האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די מיליטער אין סודאן האט איבערגענומען די פירערשאפט אין לאנד און ארעסטירט די פרעזידענט אומאר על באשיר וואס זיצט שוין 30 יאר ביים מאכט.

די דעפנס מיניסטער זאגט אז ער האט דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי פאר די נעקסטע דריי חדשים, און די מיליטער האט אין פלאן צו האלטן קאנטראל פאר די נעקסטע צוויי יאר און אנפירן מיט אן איבערגאנג צו א פולע דעמאקראטיע, און דאן וועט זיין עלעקשאנס.

קום אריין מיט ווייטערדיגע רעפארטס איבער די אנטוויקלונגען דארט...

נאטינג מעידזשאר

די מיליטער האט איבערגענומען קאנטראל, אבער פראטעסטן גייען נאך ווייטער אן, זיי פארלאנגען א ציווילע רעגירונג און צו שטעלן די אלטע רעגירונגסלייט (אג דיעפ סטעיט) צום טרייעל.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:41 pm
דורך אמביציע
טוצעך לעבעדיג אין פאריז, עפעס פלאקערט דארט

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:10 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די גרויסע טורעם שפיץ איז איינגעפאלן.


דראפבאקסגוגל דרייוו

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:16 pm
דורך אמביציע
איך שטיי אין איך ווינדער מיר, די ליבעראלער מידיע איז פארנימען צו רעדן פון דעי רעליגיעזער געביידע בעת וואס זיי זענען די קעגנער פון רעליגיע. זיי וואלטן דאס געדארפט אינטער שטיפן די טיש און רעדן פון עפעס אנדערש