נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:31 am

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:קושטא-איסטאמבול-קאנסטאנטינאפל איז שטייצעך סאך וויכטיגער ווי אנקארא.

דער פרעזידענט איז פארדעם געווען דארט מעיאר.

ריכטיג ווייל דאס איז די גרעסטע שטאט.
אבער אנקארא איז די הויפטשטאט און דאס איז זייער סימבאליש.

גראדע האט די אפאזיציע דערקלערט אז זיי האבן אויך געוואונען אינסטאמבול.

אבער ווי געזאגט די רעזולטאטן ווייזן "דערווייל" אז די אמטירענדע פארטיי איז פאראויס מיט בלויז ארום א צוואנציגסטל פון א פראצענט... 0.06% !! (48.65% - 48.71%)


די אנדערע שטאט איז סימבאליש אויך אין ערוך מער ווי אנקארא.

יעצט זאגט שוין די טערקישע עלעקשאן באורד אז די אפאזיציע איז פאראויס אויך אין איסטאנבול מיט 28 טויזנט וואוטס, וואס דאס איז א ליעד פון 0.3% פראצענט. 48.8% אנטקעגן 48.5%


אין די דריטע גרעסטע שטאט איזמיר האט די אפאזיציע אויך געווינען.
אבער אין איזמיר זענען זיי געווען די אינקאמבענטס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:15 am

טערקיי'ס הויפט אפאזיציע פארטיי האט פארכאפט קאנטראל פון דער לאקאלער רעגירונג אינעם טערקישן הויפטשטאט אנקארא, אין א שטארקן דורכפאל פאר'ן טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן.

מיט ניינציג פראצענט פון די שטימען געציילט, איז כמעט קלאר אז דער מעיאר קאנדידאט פון דער אפאזיציע האט געוואונען, און אויך אויף אנדערע לאקאלע פאזיציעס זענען אריינגעוועלט געווארן אפאזיציע פיגורן.

עס איז דאס ערשטע מאל זינט ערדואן איז געווארן פרעזידענט זעכצן יאר צוריק, וואס זיין פארטיי וועט מער נישט זיין אין קאנטראל פון אנקארא.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:56 am

באריכטן אז די קאשאגי פאמיליע באקומט פון סאודי אראביע קאנפענסטאציע פעימענטס פון פינף ציפערן און מיליאן דאלארדיגע הייזער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:30 pm

דער טערקישער פרעזידענט איז נישט צופרידן פון די אויסגאנג אין די מוניציפאלע וואלן אין וועלכע זיין פארטיי האט פארלוירן קאנטראל אויף טערקיי׳ס דריי גרעסטע שטעט אין טערקיי איסטאנבול און אנקארא און פארלאנגט אן איבערציילונג, זאגנדיג אז די שמאלע פארלוסט איז געקומען צוליב פעלשערייען דורך די אפאזיציע פארטיי.

די וואל קאמיטע אין טערקיי האט נאכגעגעבן דעם פארלאנג פון ארדואן׳ס פארטיי פאר אן איבערציילונג אין אכט דיסטריקטס טראץ קעגנערשאפט פון די אפאזיציע פארטייען וואס זאגן אז דאס איז א שאנדפולע פארזוך צו צווייפלען די לעגיטימע אויסגאנג.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:35 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער טערקישער פרעזידענט איז נישט צופרידן פון די אויסגאנג אין די מוניציפאלע וואלן אין וועלכע זיין פארטיי האט פארלוירן קאנטראל אויף טערקיי׳ס דריי גרעסטע שטעט אין טערקיי איסטאנבול און אנקארא און פארלאנגט אן איבערציילונג, זאגנדיג אז די שמאלע פארלוסט איז געקומען צוליב פעלשערייען דורך די אפאזיציע פארטיי.

די וואל קאמיטע אין טערקיי האט נאכגעגעבן דעם פארלאנג פון ארדואן׳ס פארטיי פאר אן איבערציילונג אין אכט דיסטריקטס טראץ קעגנערשאפט פון די אפאזיציע פארטייען וואס זאגן אז דאס איז א שאנדפולע פארזוך צו צווייפלען די לעגיטימע אויסגאנג.

די דריטע איז איזמיר.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אפריל 08, 2019 6:16 pm

די פארגאנגענע שבת האט זיך געעפענט זיך אין איסטאנבול, טערקיי, א נייע גיגאנטישע עירפארט.
אום צווייע ביינאכט האט זיך אפגעשטעלט אלע רייזעס אריין און ארויס פון די צוויי עלטערע און קלענערע עירפארטס וועלכע פלעגן דינען דעם שטאט, און צווייע נאכמיטאג האבן זיך אלע געסקעדזשולטע פלייטס געהויבן פון די ברענד-ניו 'איסטאנבול עירפארט'.

א שטיקל פערספעקטיוו אויף די נייעס:

נאך טשיינע און אינדיע, איז טערקיי די לאנד מיט די גרעסטע אינפאסטרוקטור איבערגאנג, אין די לעצטע יארן האט די טערקישע רעגירונג אונטערגענומען א 400 ביליאן דאלארדיגע פראיעקט זיך אויפצובויען און מאדערנאזירן ציוויל און מיליטעריש, האפנדיג דערמיט צו ברענגען אן עקאנאמישע אויפבלוה וואס וועט זיי שטעלן אין פלאץ צו קענען קאנקורירן מיט די אנדערע לענדער אינעם ראיאן.
אין די לעצטע צען יאר, איז 7 פון די וועלטס 10 גרעסטע אינפאסטרוקטור אינטערנעמונגען געווען אין טערקיי.

די ליסטע פון מעגא פראיעקטן באשטייט פון:

א 49 ביליאן דאלארדיגע גענצליך נייע עירפארט, די עירפארט וועט קענען פראסעסן 150 מיליאן פאסאנדזשירן א יאר, וועלכע שטעלט עס טעכניש אלס 'די' גרעסטע עירפארט אין די וועלט, מיט א מעגליכקייט צוצולייגן ביז 200 מיליאן א יאר.

די חשבון פון די טערקישע רעגירונג איז, אז צוליב די סטראטעגישע לאקעישן פון טערקיי וועלן זיי קענען איבערנעמען דאס פלאץ אלס אן האב פאר די אייראפע-אזיע רייזעס, וואס ווערט איצט געהאלטן דורך די גאלף עירפארטס ווי דובאי און אבו דאהאבי, און דאס וועט אויך געבן אן עדווענטידזש פאר די טורקיש עירליין איבער די יעצטיגע דאמינירענדע מידל-איסט קעריערס ווי עמירעטס און עטיהאד.

א 5 ביליאן דאלער 'איסטאנבול פיינענס סענטער' וועלכע זאל ענטהאלטן די פינאנץ און בענקינג אינסטיטוציעס, א שטייגער ווי וואל סטריט אין אמעריקע.

א 10 ביליאן דאלערדיגע 48 קילאמעטער קאנאל וואס וועט דורכשניידן די שטאט איסטאנבול, פאראלעל צום באספורוס איבערגאנג וועלכע צוטיילט די שטאט איסטאנבול און טעכניש אויך די קאנטינענטן פון אייראפע און אזיע.
די באספורוס וועלכע פארבינד די שווארצע ים מיטן מיטללענדישן ים, איז איינע פון די פארנומענסטע שיף ראוטס אויף די וועלט (עס זעט דריי מאל אזויפיל שיפן א יאר ווי די סועץ קאנאל) עס איז אבער געדרייט און שווער צו נעוויגעיטן און קען שווער פארנעמען די טראפיק, מיט די פרישע קאנאל האפט די ארטיגע רעגירונג צו פארמערן די טרעפיק און אריינברענגען א פרישע פלוס געלט.
די פראיעקט איז גאר טייער און קאמפליצירט אזש אפילו די טערקישע פרעזידענט האט עס אנגערופן "קרעיזי".

א 45 ביליאן דאלערדיגע היי-ספיד רעילראוד סיסטעם וואס וועט זיך ציען א שטרעקעפון 10,000 קילאמעטער, די לענגסטע אין אייראפע, און די צווייט לענגסטע אין די וועלט נאך טשיינע.

א 6.5 ביליאן דאלערדיגע איסטאנבול-איזמיר זעקס לעין הייוועי פראיעקט וועט פארבינדן די צוויי גרעסטע שטעט אינעם לאנד.

א 10 ביליאן דאלאר נעטשרול-געז פייפליין וועט לויפן פון די דערנעבענדיגע אזערביזשאן דורך גאנץ טערקיי אריין קיין אייראפע, האפנדיג מיט דעם צו ווערן א ענערגיע צענטער פארן ראיאן, צוזאמען מיט א 5.5 ביליאן דאלער רעפיינערי אויף די מערב ברעג פון טערקיי.

א 1 ביליאן דאלער איז אוועקגעלייגט צו דעוועלאפן אן אייגענע ספעיס פראגראם, האפנדיג צו האבן 10 סעטעלייטס אויבן אין 2020.

דאס איז חוץ די שוין פארענדיגטע פראיעקטן א שטייגער ווי די בריק און טאנעל איבער די באספורוס דורכגאנג, צוויי מעגא פראיעקטן וועלכע זענען פארטיג געווארן אין 2016.

אין איבער אלעם קומט די הויפט אונטערנעמונג: א 200 ביליאן דאלער פראיעקט צו ציווארפן 7 מיליאן אלטע געביידעס לענגאויס די לאנד און זיי איבערבויען פון פריש, לויט די היינטיגע סעיפטי סטאנדארטן פאר א געגנט וואס פלאגט זיך מיט ערדציטערנישן.

אלזא, די ערשטע פאזע פון די וועלטס גרעסטע עירפארט איז אפן, עס באשטייט פון איין טערמינאל בילדינג פון העכער אנדערהאלבן מיליאן סקווער פיס, מיט 566 טשעק-אין קאונטערס ווי אויך א סעלף טשעק-אין סיסטעם, 2 ראנוועיס מיט א פלאן פאר נאך 4, 228 פאספארט קאנטראל פונקטן, 143 באורדינג געיטס, און 371 עירקרעפט פארקינג ספעיסעס.
די עירפארט פארמאגט אויך נייע לוקסריעזע סטאנדארטן פאר די ביזנעס און ערשטע קלאס פאסאדזשירן, ספעציעל פאר די טורקיש עירליין קאסטומערס.

אויב קומט אייך אויס צו נעמען א פלייט דורך איסטאנבול, טוט אייך אן באקוועמע שיך, און לאזט מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:03 pm

זייער זייער אינטערסאנט!!!

פארוואס נעמט נישט אמעריקע אונטער אזעלכע מעגא פראיעקטן???
#מעיק אמעריקע גרעיט עגעין!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:07 pm

אגב אז דו האסט גערעדט פון איסטאנבול'ס וואסער באספארוס האביך געגעבן א בליק דערויף אויף גוגל מעפס.
און באמערקט אז די שטאט איסטאנבול קוקט אויס ווי א רעפובליקאנע געשניטענע דיסטריקט מאפע... :roll:
צוגעלייגטע
Screenshot_20190408-190401~2.png
Screenshot_20190408-190401~2.png (277.06 KiB) געזעהן 999 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:50 pm

@נאך פונדערהיים, הערליכע און אינפארמאטיווע תגובה !
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:53 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@נאך פונדערהיים, הערליכע און אינפארמאטיווע תגובה !
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

וואס טוט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 08, 2019 11:31 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:אגב אז דו האסט גערעדט פון איסטאנבול'ס וואסער באספארוס האביך געגעבן א בליק דערויף אויף גוגל מעפס.
און באמערקט אז די שטאט איסטאנבול קוקט אויס ווי א רעפובליקאנע געשניטענע דיסטריקט מאפע... :roll:

שכח פארן אנווייזען, איך האב אייביג געמיינט אז איסטאנבול לויפט דורך די גאנצע גרעניץ, צווישן אזיע מיט יוראפ
איך פרוביר נישט צו גײַ אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:01 am

פון ווי האבן זיי טאקע די ביליאנען? אפשר קען איך אויך האבן? איינס איז מיר גענוג.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:06 am

כא כא כא האט געשריבן:פון ווי האבן זיי טאקע די ביליאנען?.

רוב מעגא אינטערנעמונגען פון טערקיי און אנדערע לענדער (אחוץ טשיינע) ווערט ׳נישט׳ געפיינענסט דורך רעגירונג געלטער, נאר דורך אן אינוועסטמענט מאדעל גערופן PPP, פאבליק-פרייוועט פארטנערשיפ.

אין קורצן:

די געווענליכע וועג וויאזוי רעגירונגען פלעגן אויפבויען פראיעקטן, פון העלטקעיר, עדיוקעישן, ביז אינפאסטרוקטור אאוו, איז געווען דורך פשוט הייערן א קאמפעני צו טון די ארבעט און באצאלן פול פרייז אויפן פלאץ, און ווען די ארבעט איז פארטיג געווארן איז די קאנטראקטער זיך געגאנגען ווייטער און די רעגירונג איז געבליבן מיטן פארטיגן פראדוקט.

די היינטיגע ppp מאדעל ארבעט אז די רעגירונג נעמט פריוואטע אינוועסטארס וואס טוען פולי פינאנצירן די גאנצע אינטערנעמונג אן דעם וואס די רעגירונג זאל דארפן אריינלייגן א צענט, און די חשבון פון די אינוועסטירער איז אז ווען די פראדורט וועט זיין פארטיג וועלן זיי צוריקמאכן זייער געלט מיט רווחים, צבש א ראוד דורך טאלל, א עירפארט דורך די איינקונפט אאוו, און דאס ווערט אפגעמאכט פון פאראויס פאר וויפיל יאר די פראדוקט וועט בלייבן ביי די אינוועסטאר צו איינמאנען די רווחים, געווענליך מער פון 20 יאר.

און צוגאב צו דעם ווערט צוגעלייגט צום קאנטרעקט אז דורכאויס די צייט וועט די פריוואטע קאמפעני ווייטער מעינטעינען און אויפהאלטן די פראיעקט אונטער די איבערזיכט פון די רעגירונג, און אויב וועלן זיי אנהאלטן א צופרידנשטעלנדן מצב וועלן זיי באקומען פעימענטס פון די רעגירונג לויט ווי פון פאראויס באשטימט.

די סיסטעם האט אסאך מעלות, צבש אז סיי די אויפבויען און סיי די מעינטעינענס ווערט געטריבן דורך פריוואטע אינטערעסע וואס מאכט אלעס מער עפישענט און עפעקטיוו, אבער פון די אנדערע זייט ווערט אלעס דיזיינט אין א וועג צו מאכן געלט פארן יחיד, כאטש וואס עס ווערט אויך אריינגעלייגט שטייערצאלער געלטער.

(א גוטע משל איז די היטראו לופטפעלד אין לאנדאן וועלכע איז א פריוואטע אייגנטום, (נישט ppp נאר ממש פריוואט) עס הייסט אז עס איז געראנט גאר גוט און עפעקטיוו און איז טאקע פון די איינצעלנע גרויסע עירפארטס מיט א נעט פראפיט, אבער פון די אנדערע זייט טוט עס אפערעיטן אין א וועג צו מאכן וואס מער געלט א שטייגער ווי די ענדלאזע שטרעקעס וואס מען דארף דורכשפאנען צווישן די דוטי-פרי ביזן אנקומען צום געיט...)

די מאדעל איז אבער זייער ניצבאר פאר לענדער וואס פארמאגן נישט אליין די פאנדס צו פינאנצירן די ריזיגע פראיעקטן וואס פעלט דארט אויס, א שטייגער ווי אינדיע׳ס אנדערהאלבן טריליאן דאלער טראנספארטאציע טראנספארמירונג, און די זעלבע איז מיט טערקיי, אסטראליע, ניידזשיריע, אאאוו.
לעצט פאראכטן דורך נאך פונדערהיים אום דינסטאג אפריל 09, 2019 10:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:30 am

זייער אינטערסאנט, מיטן טעם @נאךפונדערהיים
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:35 am

א הערליכע קלארע ארבעט הרב נאך פונאינדערהיים! א גרויסן ישר כח

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אפריל 09, 2019 5:14 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, מיטן טעם @נאךפונדערהיים

;l;p-

דאכצעך מיר אז די כביש שש אין ארץ ישראל איז אויך געבויט געווארן דורך א פריוואטע קאמפאני, און זיי באקומען טאקע די טאל פונעם כביש.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אפריל 09, 2019 6:38 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, מיטן טעם @נאךפונדערהיים


גא"מ

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אפריל 09, 2019 7:09 pm

ענדע צדיק. ! האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, מיטן טעם @נאךפונדערהיים



גא"מ
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:30 pm

אינטערעסאנט!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:45 pm

וואף!

א שכח פאר אלע באדאנקערס, נישט געוואוסט אז עס וועט זיין אזוי טערעסאנט פארן עולם...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:13 pm

יאפ עס איז זייער אינטערעסאנטע אינפארמאציע

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:38 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, מיטן טעם @נאךפונדערהיים


גא"מ
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אפריל 09, 2019 11:44 pm

נישט נאר איז עס אינטערעסאנט, נאר אויך שטארק קלאר באשריבן..
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך אפריל 10, 2019 1:07 am

ישר כח זייער רייך

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2526
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:51 am

הערליך שיין און אינפארמאטיוו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 25 געסט