נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין קירגיזסטאַן הערשט אומרוען, ווען דאָס פאָלק האָט אָפּגעזאָגט צו אַקצעפּטירן די רעזולטאַטן פון די אָרטיגע וואַלן, פירנדיג צו אָפּאָזיציע פּראָטעסטירער צו פאַרכאַפּן קאָנטראָל פון רעגירונג געביידעס, און פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו איז אַנטלאָפן און איז אין באַהעלטעניש.

עס האַלט יעצט ביי דעם אַז פּאַרלאַמענט מיטגלידער האָבן באַפרייט פון טורמע א געוועזענעם קאָנטראָווערסיאַלן פירער און אים גענומען אַלס צייטווייליגער פירער.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אוטאריטעטן אין טערקיי האבן היינט ארויסגעשטעלט ארעסט וואראנט'ס אויף 110 מענטשן אלס טייל פון די אנגייענדע פראוון צו שטעלן פאר'ן געריכט די שולדיגע אין די דורכגעפאלענע 2016 פוטש פארזוך.

זינט יענע פוטש פארזוך זענען שוין העכער 80,000 מענטשן ארעסטירט געווארן אויף פארשידענע קלאגעס - 150,000 רעגירונג'ס איינגעשטעלטע און מיליטערלייט זענען אפגעזאגט געווארן פון זייערע פאזיציעס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דורכאויס א רעדע פארלאפענע ענדע וואך האט קים יאנג-און - די ברוטאלע דיקטאטור פון צפון קארעא - זיך אנטשולדיגט פאר זיין פאלק אז ער האט זיי נישט צוגעשטעלט דאס וואס זיי האבן ערווארטערט פון איהם.

נאך מער א חידוש איז געווען אז ער האט געלאזט פאלן טרערן אין פובליק - א זאך וואס אנאליסטן שרייבן צו צו א לעצטיגע פארזוך פונעם רעזשים אהערצושטעלן קים אלס א "מענטש צווישן מענטשן" און איינער וואס פארשטייט די ליידן און ווייטאג פונעם פאלק.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:דורכאויס א רעדע פארלאפענע ענדע וואך האט קים יאנג-און - די ברוטאלע דיקטאטור פון צפון קארעא - זיך אנטשולדיגט פאר זיין פאלק אז ער האט זיי נישט צוגעשטעלט דאס וואס זיי האבן ערווארטערט פון איהם.

נאך מער א חידוש איז געווען אז ער האט געלאזט פאלן טרערן אין פובליק - א זאך וואס אנאליסטן שרייבן צו צו א לעצטיגע פארזוך פונעם רעזשים אהערצושטעלן קים אלס א "מענטש צווישן מענטשן" און איינער וואס פארשטייט די ליידן און ווייטאג פונעם פאלק.

וואס האבן זיי ערווארטערט...?!
ערענסט גערעדט וואס איז די רעדע?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רוסלאנד'ס אויסערן מיניסטער האט געווארנט נעכטן אז די רוסישע רעגירונג וועט איינפרירן אלע זייערע קאנטאקטן און באציאונגען מיט די אייראפּעאישע יוניאן.

די סטראשע פון מיניסטער סערגעי לעווראוו איז געקומען אלס רעאקציע צו דעם וואס פראנקרייך און דייטשלאנד האבן אפּעלירט צו אנדערע אייראפּעאישע לענדער אז מען זאל שטעלן סאנקציעס אויף רוסלאנד וועגן די לעצטיגע פאר'סמ'ונג פונעם אפּאזיציע פירער אלעקסיי נאוואלני.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

למעשה האט די אי יו נעכטן באשטעטיגט סאנקציעס אויף זעקס באאמטע אינערהאלב דער רוסישער רעגירונג, און אויף איין רוסישע ארגאניזאציע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

העקערס האבן אונטערגענומען עטליכע גרויסע אטאקעס אויף צוויי איראנער רעגירונג אינסטיטוציעס אין לויף פון די לעצטע טעג, לויט א מעלדונג נעכטן פון דער איראנער רעגירונג, וועלכע האט נישט פּובליצירט מער דעטאלן איבער דעם.

איראן זאגט אז זי איז אויף הויכן אלערט איבער סייבער אטאקעס, וואס אין דער פארגאנגענהייט האט זי שוין באשולדיגט אמעריקע און מדינת ישראל אין די סארט אינצידענטן, וואס זענען געווען געצילט צו שטערן דעם ארטיגן רעזשים'ס פארשריט.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

FRANCE: BREAKING: Terrorist shouting ‘Allahu Akbar’ beheads man near Paris, is shot by police
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

געוועזענע מעקסיקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר, גענעראל סאלוואדאר סיענפיוזשאס, איז ארעסטירט אין לאס אנזשלעס, קאליפארניע, אויף דראג שמוגלעריי און געלט וואשן קלאגעס.

דאס איז אויסער דעם וואס א געווזענע פובליק זיכערהייט מיניסטער ווארט אויף א באזונדערע פראצעס אין אמעריקא.

די אנטוויקלונג איז געקומען ווי אגאר א שטארקע שאק אין מעקסיקא ווי די מיליטער ווערט באטראכט אלס די טרויבארסטע רעגירונגס אינסטיטוציע, נאך וואס די פאליצי איז באקאנט צו זיין אנגעפיקעוועט מיט אינפארמאנטן און געלט גייציגע אפיצירן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

נעטן איז פארגעקומען עלעקשאן'ס אין ניו זילאנד, נאכ'ן ווערן אפגעטופט צוליב די וויירוס, און די אמטירענדע פרעמיער מיניסטער ארדען מיט איר לעיבאר פארטיי האבן געוואונען מיט גאר א באקוועמע מארזשין.

ווי עס שטייט יעצט, האלט די לעיבאר פארטיי ביי ארום 49 פראצענט פון די שטימען וואס דאס באדייט 65 בענקלעך פון די 120 בענקלעך אינעם ארטיגן פארליאמענט - די ערשטע מאל אין צענדליגע יארן וואס סיי וועלכע פארטיי אין לאנד האט א קלארע מאיאריטעט אין די פארליאמענט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

איראנער באאמטע האבן היינט באגריסט דאס וואס די יו.ען. וואפן עמבארגאו אויפ'ן לאנד איז אפגעלאפן - זיי זענען יעצט שוין ערלויבט צו קויפן וואפן און אנדערע מיליטערישע טעכנעלאגיע פון לענדער ארום די וועלט.

אנאליסטן ערווארטן אבער נישט אז איראן וועט זיך לאזן וואוילגיין, צוליב וואס די ארטיגע עקנאמיע איז טיף אין דער'ערד ווי אויך איז רוסלאנד אביסעלע איינגעהאלטן ווען ס'קומט צו איבערגעבן געוויסע פארגעשריטענע סיסטעמ'ס פאר איראן.

- - - -
אמעריקאנע סאנקציעס זענען נאך יא אין קראפט - אויסער דעם איז דא א באזונדערע אי.יו. עמבארגאו אויף איראן.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

יישר כח אלע נייעס ברענגער, ס'איז זייער אינטערסאנט!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אור האט געשריבן:FRANCE: BREAKING: Terrorist shouting ‘Allahu Akbar’ beheads man near Paris, is shot by police

די טעראריסט איז געווען אן 18 יעריגער וואס האט אומגעברענגט א טיטשער - פארנט פון די סקול ווי ער האט געארבעט - פאר'ן ווייזן קארטונס פון זייער שמייליגן.

11 זענען שוין פארהאלטן געווארן דורך די פאליציי אין פארבינדונג מיט'ן ברוטאלן מארד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעיק ניוז האט געשריבן:אין קירגיזסטאַן הערשט אומרוען, ווען דאָס פאָלק האָט אָפּגעזאָגט צו אַקצעפּטירן די רעזולטאַטן פון די אָרטיגע וואַלן, פירנדיג צו אָפּאָזיציע פּראָטעסטירער צו פאַרכאַפּן קאָנטראָל פון רעגירונג געביידעס, און פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו איז אַנטלאָפן און איז אין באַהעלטעניש.

עס האַלט יעצט ביי דעם אַז פּאַרלאַמענט מיטגלידער האָבן באַפרייט פון טורמע א געוועזענעם קאָנטראָווערסיאַלן פירער און אים גענומען אַלס צייטווייליגער פירער.


דעילי איד

פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו האט דאנערשטאג געמאלדן אז ער טרעט אפ פון פאזיציע - זיין פלאץ האט איבערגענומען דער קאנטראווערסיאלע פיגור, סאדיר זשאפאראוו.

לויט די ארטיגע קאנסטיטוציע דארף פארקומען פרעזידענטליכע וואלן ביז 3 מאנאטן נאך וואס די פרעזידענט רעזיגנירט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייענדיג אין א מלחמה צושטאנד צווישן זיך פאר די לעצטע צענדליגע יארן נאכדעם וואס די מלחמה איז טעכניש קיינמאל נישט פארענדיגט געווארן, וועלן אצינד פארשטייער פון לבנון און מדינת ישראל פרובירן צו אויסהאמערן א אפמאך בנוגע א שטח פון 330 סקווער מייל אינעם ים איבער וועלכע עס איז דא א סכסוך צווישן די לענדער צו וועמען געהערן די עקאנאמישע רעכטן.

אמעריקע לייגט שוין דרוק אויף ביידע זייטן צו ענדיגן די קריגערייען און קומען צו א אויסגלייך, און לבנון ווילכע געפונט זיך אצינד אין גאר א שווערן עקאנאמישן צושטאנד האפט אז א אפמאך וועט איר נענטער ברענגען צו קענען געניסן פון די אויל און גאז רעזערוון אונטערן וואסער וועלכע קען זיין א שיינע איינקונפט פאר די מיטל מזרח לענדל און איר העלפן זיך ארויס דראפען פון די שווערע עקאאנאמישע צושטאנד.


JD Media
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מדינת ישראל עליטע סאלדאטן האבן שטילערהייט אינפילטרירט די סירישע גרעניצן און אויפגעריסן 2 מיליטערישע באזעס וועלכע סיריע האט לעצטנס אויפגעשטעלט נעבן די גרעניץ.

עס האנדלט זיך איבער א שטח צווישן מדינת ישראל און סיריע וועלכע ווערט אנגערופן "די דעמיליטאזירטע זאנע" ווי עס טאר אפיציעל נישט זיין קיין שום מיליטערישע איינריכטונגען לויט א אפמאך צווישן מדינת ישראל און סיריע נאך די יו"כ מלחמה אין תשל"ד.

לעצטנס האט סיריע אנגעהויבן בויען באזעס ארין די געגנט און די אקציע פון מדינת ישראל האט געזאלט דינען ווי א ווארענונג אז זי האלט א נאנטע אויג אויף די אנטוויקלונגען און וועט עס נישט דערלאזן.


JD Media
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א אויפרייס אין די אפגאנער הויפטשטאט, קאבול, האט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 18 און פארוואונדעט העכער 50 אנדערע.

אויף דערווייל האט קיין איינע פון די גרופעס אקטיוו אינעם לאנד גענומען פאראנטווארטליכקייט דערפאר. די "טאליבאן" האט געלייקענט אז זיי זאלן האבן סיי וועלכע פארבינדונג דערמיט - עס ווערט אנגעוויזן אז אין 2018 איז פארגעקומען אן ענליכע אויפרייס און אייסיס פארבינדעטע גרופעס האבן דערקלערט בעלות דערויף.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

צפון קארעא האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג פאר אירע בירגער זאלן נישט זיך דרייען אויפן גאס, צוליב וואס די "געלע שטויב" וואס קומט פון טשיינע קען מעגליך מיטברענגען מיט זיך די וויירוס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די יו.ען. פארשטייער אין ליביע האט געמאלדן אז די קעמפערישע זייטן אין לאנד האבן פרייטאג געשלאסן א פערמענאנטע פייער אפשטעל!

אלס טייל פון די אפמאך וועלן אלע אויסלענדישע קעמפער פארלאזן דאס לאנד.

- - - - -
צום ערשטן מאל אין העכער א יאר, איז א קאמערציאלע פליגער געפלויגן פון די הויפטשטאט טריפאלי צו די שטאט בענגאהזי - נאך וואס די פלי רייזעס זענען אפגעשטעלט געווארן צוליב די שלאכטן אין די געגענטער ארום די טריפאלי לופטפעלד.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אין נייזשעריע קומען פאר אומרוען שוין צוויי וואכן.

די אומרוען האבן זיך אנגעהויבן אלס פראטעסט קעגן די ברוטאליטעט פון די SARS פאליציי אפטיילונג - די ספעציעלע אנטי גניבה איינהייט - וואס זענען געווען באקאנט מיט'ן פייניגן און אפילו אומברענגן ארעסטאנטן.

פראטעסטירער זענען אבער אנטפאנגען געווארן מיט אט די ברוטאליטעטן קעגן וואס זיי פראטעסטירן און פארלאנגען אז זיי זאלן זיך אויפהערן.

אין רעאקציע צו די אומרוען האט די ארטיגע פרעזידענט געמאלדן אז מ'וועט אויפלעזן די איינהייט.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וויילער אין די דרום אמעריקאנער לאנד "טשילעי" וועלן מארגן שטימען אין א נאציאנאלע רעפערענדום צו מ'זאל טוישן די ארטיגע קאנסטיטוציע.

די יעצטיגע קאנסטיטוציע איז געשריבן געווארן אין 1980 - דורכאויס די דיקטאטורשאפט פון גענעראל אוגסטאו פינאשעי, וואס האט געהערשט אויפן לאנד פון 1973 ביז 1990.

די קאנסטיטוציע האט געעפענט די וועג פאר פרייועטייזעישאן אין די ארטיגע עקאנאמיע - וואס האט געפירט דערצו אז די לאנד איז געווארן פון די רייכסטע - און מערסטע אנאיקוועל - אין יענע ראיאן.

די מארגענדיגע רעפערענדום וועט פרעגן פון די וויילער צו זיי ווילן א טויש אין די קאנסטיטוציע - דאס איז ערווארטערט צו ווערן באשטעטיגט מיט גאר א גרויסע מערהייט. דערנאך וועט זיין א באזונדערע פראגע איבער ווער ס'זאל עס איבערשרייבן.

- - - - -
די יעצטיגע רעפערענדום קומט נאך לאנגע חדשים פון פראטעסטן און ווילדע צוזאמשטויסן צווישן ארטיגע איינוואוינער און רעגירנונג'ס קרעפטן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די פראנצויזישע רעגירונג האט נעכטן אהיימגערופן אירע דיפּלאמאטן פון טערקיי, נאכדעם וואס דער טערקישער פּרעזידענט ראסיפ ערדואן האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן דעם פראנצויזישן פּרעזידענט, זאגנדיג אז פּרעזידענט מאקרון דארף "מענטל באהאנדלונג".

ערדואן'ס שארפע אויסדרוק איז געקומען איבער דעם וואס מאקרון האט באצייכנט א ברוטאלע טעראר אטאקע 2 וואכן צוריק אלס אן איסלאמישע אטאקע.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

אין אנדערע נייעס האט דער טערקישע פירער געווארנט אמעריקע אז זיי זאלן זיך אובאכט געבן ווייל זיי ווייסן נישט מיט וועם זיי האנדלן דא

טוט אפ אויף טערקיש
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דאס אפגאנער מיליטער האט געמאלדן אז ס'איז זיי געלונגען אומצוברענגען דעם על קאידא פיגור הוסאם אבדעל ראאוף, וועלכער איז געווען אויף דער עף-בי-איי "מערסט געזוכטע טעראריסטן" ליסטע.


דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט נעכטן פארגעשלאגן א דיעל, אז די אנטי-רוסלאנד נאטא אליאנץ פון די מערב-וועלט קען אראפּשיקן מיליטערישע אינספּעקטארס צו רוסישע באזעס, צו באטראכטן און זען אז רוסלאנד נוצט נישט קיין איינס פון די וואפנס וואס זענען פארבאטן אונטער'ן 987' אפּמאך מיט אמעריקע, און רוסלאנד וועט אין אויסטויש שיקן אינספּעקטארס צו נאטא באזעס, מיט'ן ציל צו מאכן זיכער דאס זעלביגע.

דעילי איד
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”