נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג מאי 10, 2022 9:06 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר

ס'קען אויך פלעין מיינען אז מ'האט דארט געטראפן די ערשטע קאוויד קעיס...

שוין געווען דארט קאוויד
די סאלדאטן זענען געגאנגן מיט מאסקעס פאריאר
מיטן פנים ארויף שטייט ער,
ספירה רעגן וואסער שפייט ער.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך מאי 11, 2022 8:28 am

טערקיי און קאזאכסטאן האבן אונטערגעשריבן אן אפמאך איבער מיליטערישע קאאפעראציע צווישן די צוויי לענדער.
צוגעלייגטע
IMG_20220511_082410_374.jpg
IMG_20220511_082410_374.jpg (70.29 KiB) געזעהן 1116 מאל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 4813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך מאי 11, 2022 11:24 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:עלף עגיפטישע זעלנער זענען אומגעקומען -און נאך עטליכע פארוואונדעט- ווען טעראריסטן זענען איבערגעפאלן זייער פאזיציע אינעם קוואנטארא שטעטל אין די סיני האלב-אינזל.

פינף זעלנער היינט אומגעקומען דורכאויס אן אטאקע אויף זייער פאזיציע אין די סיני האלב-אינזל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 4813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך מאי 11, 2022 11:24 am

אין אנדערע נייעס פון עגיפטן:

פרעזידענט על-סיסי טרעפט זיך היינט פאר געשפרעכן מיט דער אמעריקאנע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער זשעיק סוליווען.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 10203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך מאי 11, 2022 8:05 pm

צפון קארעא מעלדט איבער די ערשטע פאל פון די קאראונע אמיקראן וואריאנט אין לאנד.

Wow a1
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך Wow a1 » מיטוואך מאי 11, 2022 8:34 pm

נקדימון האט געשריבן:צפון קארעא מעלדט איבער די ערשטע פאל פון די קאראונע אמיקראן וואריאנט אין לאנד.



ער קליינטשיגער מאכט לצנות פון די וועלט..
:lol:

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך מאי 11, 2022 9:28 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:דאס אישוין אביסל א פריעקישע נייעס, לאמיר האפן אז זיי וועלן בעטן הילף אלטוועלטליך אויב ס’צרות און נישט אנברענגן א פרישן קעראנא אנזעץ.

#ימים_ידברו - #אם_השם_לא_ישמר_עיר

ס'קען אויך פלעין מיינען אז מ'האט דארט געטראפן די ערשטע קאוויד קעיס...

שוין געווען דארט קאוויד
די סאלדאטן זענען געגאנגן מיט מאסקעס פאריאר

העיר ווי גאו... אמיקראן איז אנגעקומען אהין
נקדימון האט געשריבן:צפון קארעא מעלדט איבער די ערשטע פאל פון די קאראונע אמיקראן וואריאנט אין לאנד.
ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ, און שאקלט אים צו מיטן קאפ, נא נא...

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג מאי 12, 2022 7:41 am

צפון קארעא שיסט ארויס דריי קורץ שטרעקיגע באליסטישע מיסילס. דער נייער פרעזידענט פון דרום קארעא רופט אן עמערדשענסי זיצונג פון זיין נאציאנאלע זיכערהייטס אפיס.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג מאי 12, 2022 8:23 am

צפון קארעא פרעזידענט איז פאטאגראפירט געווארן היינט אנגעטוהן אין א מאסקע.
צוגעלייגטע
IMG_20220512_082213_146.jpg
IMG_20220512_082213_146.jpg (129.12 KiB) געזעהן 857 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג מאי 12, 2022 11:49 am

דער עמיר פון קאטאר האט זיך היינט געטראפן מיט איראן'ס סופרים פירער כומעיני אין טעהראן.
צוגעלייגטע
IMG_20220512_114859_858.jpg
IMG_20220512_114859_858.jpg (82.49 KiB) געזעהן 802 מאל
IMG_20220512_114903_037.jpg
IMG_20220512_114903_037.jpg (79.08 KiB) געזעהן 802 מאל

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג מאי 12, 2022 5:30 pm

צפון קארעא זאגט אז 18,000 מענטשן זענען שוין אנגעשטעקט מיטן קאוויד ווירוס אין לאנד, און 6 זענען שוין אומגעקומען.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מאי 16, 2022 12:37 am

קים דשאנג און דער פירער פון צפון קארעא האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר א פולע מאביליזאציע פון דאס מיליטער צו קענען באשיצן די סופליי פון מעדיצין און אנדערע סטראטעגישע ריסארסעס אין ליכט פון די ערענסטע קאוויד ווירוס אויסברוך אין לאנד.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מאי 16, 2022 8:25 am

שרעקליכע היצן האבן זיך אראפגעלאזט אויף אינדיע און פאקיסטאן. די תבואה אין לאנד איז אין א סכנה פון פארברענט ווערן. אינדיע האט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף עסן עקספארטן, פאקיסטאן וועט לכאורה נאכפאלגן מיט אן ענליכע פארבאט.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מאי 16, 2022 10:38 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:שרעקליכע היצן האבן זיך אראפגעלאזט אויף אינדיע און פאקיסטאן. די תבואה אין לאנד איז אין א סכנה פון פארברענט ווערן. אינדיע האט ארויפגעלייגט א פארבאט אויף עסן עקספארטן, פאקיסטאן וועט לכאורה נאכפאלגן מיט אן ענליכע פארבאט.


רויטערס באריכטעט אז 1.8 מיליאן טאנען פון ווייץ איז געבליבן שטעקן אין די אינדיאנער פארטן אלס א רעזולטאט פון די עקספארט פארבאט, ארויפשטויסענדיג די פרייז פון איין טאן ווייץ צו 453 דאלער אויף די אייראפעאישער מארקעטס.

ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 9494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מאי 16, 2022 11:12 am

דער נייער פרעמיער פון סרי לאנקא זאגט אז זיי זענען היינט אויסגעלאפן פון אויל. ער זאגט זיין לאנד האט נישט מצליח געווען צו שאפן די נויטיגע פאנדן צו פינאנצירן עטליכע וויכטיגע אימפארטן. סרי לאנקא גייט יעצט אריבער גאר א שווערע עקאנאמישע קריזיס אין וואס אירע 22 מיליאן בירגער מוטשען זיך מיט עסן, אויל, מעדיצין און א רעקארד אינפלאציע ווי אויך פארלענגערטע קורצשלוסן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 6:15 pm

נאכפאלגנדיג די גאסן ראיאטן אין סרי לאנקא האבן בירגער אין טאזשיקסטאן אנגעהויסן דורכפירן ווילדע גאסן פראטעסטן צוליב העכערע עסן פרייזן און אינפלאציע אין אלגעמיין

SPXUP
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך SPXUP » מאנטאג מאי 16, 2022 10:19 pm

מאסיווע פראטעסטען אין איראן צוליב הויכע פרייזען אויף לעבנס וויכטיגע מאטריאלן.

SPXUP
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך SPXUP » מאנטאג מאי 16, 2022 10:48 pm

200 טויט אין סרי לאנקע ראיאטען איבער עסן אין אויל שארטעדזש


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”