נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 21, 2021 12:21 pm

א פרישער סקאנדאל קאכט זיך קעגן דער פעיסבוק סאושעל מידיא פּלאטפארמע, נאכדעם וואס זיי האבן בלאקירט סיי וועלכע נייעס פון ווערן ארויפגעשטעלט אויף זייער פּלאטפארמע אין אוסטראליע.

די זאך דרייט זיך ארום א נייע געזעץ וואס די רעגירונג אין אויסטראליע האלט אינמיטן באשטעטיגן, וואס וועט דערקלערן אז מידיא קאמפּאניס און צייטונגען קענען בעטן פון פעיסבוק געלט יעדעס מאל וואס זייערע נייעס ארטיקלען ווערן פּובליצירט אויף פעיסבוק.

אויסטראליע צילט מיט'ן געזעץ צו פארזיכערן, אז אינדערצייט וואס פעיסבוק ווערט רייך פון דעם וואס מיליאנען נוצן זייער פּלאטפארמע צו דיסקוסירן נייעס, זאל זי אויך מיטטיילן אירע פארדינסטן מיט די נייעס קאמפּאניס. פעיסבוק ברויזט און האט דעריבער בלאקירט אלע נייעס פון זייער פּלאטפארמע אין אויסטראליע.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג פאברואר 22, 2021 12:55 pm

אויך מיר א סקאנדאל...

פעיסבוק (און אויך גוגל) האט קלאר געזאגט אז דעיס גייען זיי טון, ואעפ"כ האט אוסטראליע דורכגעפירט דאס געזעץ.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:34 am

פעיק ניוז האט געשריבן:א פרישער סקאנדאל קאכט זיך קעגן דער פעיסבוק סאושעל מידיא פּלאטפארמע, נאכדעם וואס זיי האבן בלאקירט סיי וועלכע נייעס פון ווערן ארויפגעשטעלט אויף זייער פּלאטפארמע אין אוסטראליע.

די זאך דרייט זיך ארום א נייע געזעץ וואס די רעגירונג אין אויסטראליע האלט אינמיטן באשטעטיגן, וואס וועט דערקלערן אז מידיא קאמפּאניס און צייטונגען קענען בעטן פון פעיסבוק געלט יעדעס מאל וואס זייערע נייעס ארטיקלען ווערן פּובליצירט אויף פעיסבוק.

אויסטראליע צילט מיט'ן געזעץ צו פארזיכערן, אז אינדערצייט וואס פעיסבוק ווערט רייך פון דעם וואס מיליאנען נוצן זייער פּלאטפארמע צו דיסקוסירן נייעס, זאל זי אויך מיטטיילן אירע פארדינסטן מיט די נייעס קאמפּאניס. פעיסבוק ברויזט און האט דעריבער בלאקירט אלע נייעס פון זייער פּלאטפארמע אין אויסטראליע.

דעילי איד

פעיסבוק געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט די ארטיגע רעגירונג דערוועגן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 24, 2021 11:54 am

באאמטע אין האללאנד האבן געמאלדן איבער א סוקסעספולע אפעראציע אין וועלכע שטייער באאמטע אין דייטשלאנד און בעלגיע האבן באוויזן צו פארהאלטן אזויפיל ווי 23 טאן פון די שעדליכע קאקעין מאטעריאל וואס האט געזאלט גרייכן האללאנד.

ווי די באאמטע שאצן טראגט די סחורה א ווערד פון 600 מיליאן יורא - 730 מיליאן דאללער.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך פאברואר 24, 2021 12:05 pm

א דייטשע געריכט האט היינט פאר'אורטיילט עיאד על-גאהריב צו פיר יאר אין טורמע פאר'ן באגיין פארברעכענס קעגן די מענטשהייט.

על-גאהריב האט סערווירט אינערהאלב די סירישע רעזשים זיכערהייט קרעפטן וואו ער האט ארויסגעהאלפן מיט די ארעסט און פייניגונג אויף אמווייניגסטענס דרייסיג מענטשן דורכאויס די ערשטע יארן פון די ארטיגע רעוואלוציע.

דאס איז ס'ערשטע מאל וואס א געריכט באצייכענט די אויפפירונג פון די אססאד רעזשים אלס א Crime Against Humanity.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג מארטש 22, 2021 9:38 pm

א באמבע אויפרייס ביי א לאקאלע רעגירונג געביידע אין די כינעזער שטאט גואנגזשאו האט אומגעברענגט פינעף און איבערגעלאזט נאך פינעף פארוואונדעטע.

ווי לאקאלע אוטאריטעטן פארדעכטיגן האט די אויפרייס פאסירט נאך וואס א 59 יעריגער האט אריינשפאצירט אין די געביידע מיט די אויפרייס אפאראט.

אין די לעצטערע שטיק צייט קומט פאר געפעכטן צווישן לאקאלע באאמטע און די ארטיגע איינוואוינער איבער א אנגעבליכע פראוו דורך רעגירונג באאמטע צו פארכאפן פראפערטי פון די אייגענטומער.

פאר מער דעטאלן, זעה דא.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג מארטש 23, 2021 7:30 pm

א מאסיווע פייער האט היינט אויסגעבראכן ביי א ראהינגא פלטים לאגער אין באנגלאדעש.

ווי די יו.ען. פלטים אגענטור גיבט איבער זענען אמווייניגסטענס פופצן מענטשן אומגעקומען פון די פייער, העכער 500 זענען פארוואונדעט געווארן, און איבער 400 אנדערע פעלן נאך.

צענדליגע טויזענטער -לויט טייל שאצונגען, מעגליך אזויפיל ווי פופציג טויזענט- האבן פארלוירן זייער דאך איבערן קאָפ.

טיילווייזע בילד פון די מאסיווע שאדענס.
Screenshot 2021-03-23 232724.jpg
Screenshot 2021-03-23 232724.jpg (434.54 KiB) געזעהן 1569 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג אפריל 02, 2021 7:18 am

א שווערע באן עקסידענט איז פארגעקומען אין טייוואן ווי אומווייניגסטנס 48 מענטשן זענען געשטארבן און 66 פארוואונדערטע.

די אכט-וואגאנען באן מיט אירע קרוב צו 500 מענטשן און געווען אויפן וועג פונעם הויפטשטאט טאפעי קיין טעיטונג איז אריינגעפארן אין א קאר וואס האט זיך אריינגעגעליטשט אויף די שינעס ממש פאר די באן האט געזאלט אריינפארן אין א טונעל.

_117821133_b5a5669f-4a7b-47a5-aed1-3510c884085e.jpg
_117821133_b5a5669f-4a7b-47a5-aed1-3510c884085e.jpg (118.3 KiB) געזעהן 1448 מאל


ezgif.com-gif-maker-2-724x483.png
ezgif.com-gif-maker-2-724x483.png (364.23 KiB) געזעהן 1445 מאל
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אייער_קיכל » פרייטאג אפריל 02, 2021 1:59 pm

55,000 דייטשע חזירים פארברענט

https://www.usatoday.com/story/news/wor ... 835139001/
לעצט פאראכטן דורך אייער_קיכל אום דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:23 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך כל טוב » פרייטאג אפריל 02, 2021 2:50 pm

פאר אינטערעסאנטקייט,
די שאדן איז זיי נישט אזוי גרויס וויל זיי דארפן נישט קיין שחיטה און יעצט האבן זיי גרייטע פלייש, גערעכט?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 04, 2021 10:38 pm

געוועזענע ירדן קרוין-פרינץ חאמזא בין-חוסעין איז געשטעלט געווארן אונטער הויז ארעסט, נאך וואס ארטיגע באאמטע האבן איהם באשולדיט אין זיין א "געפאר פאר די סטאביליטעט פונעם לאנד".

אויסערן מיניסטער איימאן סאפאדי זאגט אז דער פרינץ, אינאיינעם מיט נאנטע געהילפן, איז געווען אין פארבינדונג מיט מענטשן אינדרויסן פון לאנד וואס פאררופן זיך אלס אפאזיציע צו די מלוכה פון קעניג אבדוללאה. אין די זעלבע צייט איז דער פרינץגעווען פארנומען מיטן פרובירן אונטערהעצן לאקאלע שבטים און עלעמענטן זאלן רעוואלטירן.

ווי סאפאדי זאגט זוכט דער קעניג, אבדוללאה דער צווייטער, צו שליכטן די געפכעט מיט זיין ברודער אויף א שטילע פארנעם, און זיינע געהילפן וועלן באהאנדעלט "אין איינקלאנג מיטן געזעץ".

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אפריל 04, 2021 10:39 pm

א ריכטער אין האנג-קאנג האט געפונען שולדיג ניין פרא-דעמאקראטיע אקטיוויסטן אין איליגעל אסעמבלי.

זיי שטייען אויס די מעגליכקייט פון עטליכע יאר אין טורמע פארן דאזיגן פארלעצונג.

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 10:54 am

JAKARTA: At least 70 were killed and thousands displaced after flash flooding and landslides struck Indonesia and Timor
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אנטי-טעראר ריכטער און זיין פאמיליע אומגעברענגט אין פאקיסטאן

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 8:05 pm

א שרעקליכע מארד איז פארגעקומען אין פאקיסטאן, ווען אן אנטי-טעראר ריכטער און זיין פאמיליע זענען אומגעבראכט געווארן.

דער ריכטער איז געווען אויפן וועג פון א זייטיגע שטעטל, אריין צו די גרויסע שטאט פאשוואר, ווען זיין אויטא איז באפאלן געווארן דורך אומבאקאנטע מענטשן. די פארברעכער האבן געשאסן צענדליגע קוילן אויף זיין קאר, פון וואס ער, זיין ווייב און צוויי זון זענען אומגעקומען.

א פייער אויסטויש איז אנטשטאנען צווישן די זיכערהייט קרעפטן און די שיסער, פון וואס צוויי זעלנער זענען שווער פארוואונדעט געווארן. אויך איז דער דרייווער פונעם ריכטער פארוואונדעט געווארן, ווי אויך איינער פון די טעראריסטן.

דער פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש וואו ער פארדאמט שארף די אטאקע אויף דער ריכטער, און אז די פארברעכער וועלן באצאלן א טייערע פרייז פאר זייער שרעקליכע אקט.
JPFN
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

אנגעצויגנקייט פארשטארקערט אין די דרום כינעזער ים געגנט

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 8:22 pm

די אנגעצויגנקייט וואס הערשט אין די לעצטע עטליכע יאר אין די דרום כינעזער ים געגנט, האט זיך נאר פארשטארקערט אין די לעצטע עטליכע וואכן.

די פיליפינס, איינע פון די לענדער אין יענעם ראיאן, האט ארויסגעלייגט א באשולדיגונג, אז כינע שיקט אלס מער פון זייערע שיפן אין די געגנטער פון געוויסע אינזלען אין יענעם געגנט. "כינע וויל אוועקנעמען נאך אינזלען אויף די דרום כינעזער ים", זאגט דער אויסערן מיניסטער פון די פיליפינס. א ווארטזאגער פאר די כינעזער רעגירונג האט אוועקגעמאכט די באשולדיגונג, און קלארגעשטעלט אז די אנוועזנהייט פון זייערע שיפן זענען א רוטינע זאך, און עס האט גארנישט צוטון מיט אקופירטע אינזלען. אויך האט ער אנגעגעבן אז די כינעזער שיפן זענען דארט צו זען אז אלעס זאל גיין געשמירט, דערנאך וואס שלעכטע וועטערס האבן באטראפן יענעם ראיאן. די פיליפינער האבן רעאגירט, זאגנדיג, אז די וועטערס זענען שוין בארואיגט געווארן, אבער די אנוועזנהייט פון די כינעזער מיליטער איז עפעס נישט אוועקגעגאנגען.


די דרום כינעזער ים פארמאגט מער פון 250 קליינע אינזלען, וואס זענען מערסטנסטייל פאררעכנט אלס אינטערנאציאנאלע טעריטאריע (וואס באדייט אז ס'געהערט נישט צו קיין שום לאנד).

כינע, מיט איר גרויס אפעטיט פאר מער מאכט, האט אין די לעצטע עטליכע יאר אונטערגענומען שריט צו פארכאפן די אינזלען, און שיקן א זענדונג צו די ארומיגע לענדער אז די אינזלען זענען כינעזער טעריטאריע. אבער די ארומיגע לענדער זענען בשום אופן נישט גרייט צו נאכגעבן די כינעזער זייער זעלבסט-דערקלערטע בעלות. שוין עטליכע יאר וואס די לענדער ארום ערלויבן נישט די טעמע אראפצוגיין פון טיש, דערנאך וואס זיי ברענגען ארויף די כינעזער אגרעסיע ביי יעדע געלעגנהייט. אויך דער וועלטס-מאכט, אמעריקע, איז נישט גרייט צו נאכגעבן פאר כינע אנבאלאנגט די אינזלען. אמעריקאנער שיפן רייזן כסדר דורך יענע פונקטן וואו כינע געבט זיך אן אלס בעלי בתים. אויך אנקערט די אמעריקאנער נעיווי מלחמה-שיפן ביי די אינזלען, צו צייגן מאכט פאר די כינעזער, און ארויסווייזן סימפאטיע מיט די ארומיגע לענדער. ווי ס'זעט זיך אויס וועט אמעריקע גיין אויף אלע פראנטן נישט צו ערלויבן כינע צו פארכאפן די אינזלען.
JPFN
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

ירדן מלוכה קריזיס פארטיפערט

תגובהדורך תנא-קמא » דינסטאג אפריל 06, 2021 8:56 am

אמאן – די קריזיס אינערהאלב דער מלוכה אין ירדן איז פארטיפערט געוואָרן נעכטן, ווען דער ארויסגעווארפענער פּרינץ האמזא האט געזאגט אַז ער גייט זיך נישט האלטן שטיל און וועט ווייטער פארפירן. פּרינץ האמזא, וועלכער האט פארלוירן זיין ראנג אלס קרוין פּרינץ און יורש אין יאר 04', איז געוואָרן געשטעלט אונטער הויז ארעסט מיט עטליכע טעג צוריק נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געוואָרן אַז ער האט פּלאנירט אומצואווארפן קעניג אבדולא פון אמט. יעצט זאגט ער אַז ער וועט ווייטער אנגיין.

DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
שיינער חלום
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:29 am

Re: ירדן מלוכה קריזיס פארטיפערט

תגובהדורך שיינער חלום » דינסטאג אפריל 06, 2021 10:14 am

תנא-קמא האט געשריבן:אמאן – די קריזיס אינערהאלב דער מלוכה אין ירדן איז פארטיפערט געוואָרן נעכטן, ווען דער ארויסגעווארפענער פּרינץ האמזא האט געזאגט אַז ער גייט זיך נישט האלטן שטיל און וועט ווייטער פארפירן. פּרינץ האמזא, וועלכער האט פארלוירן זיין ראנג אלס קרוין פּרינץ און יורש אין יאר 04', איז געוואָרן געשטעלט אונטער הויז ארעסט מיט עטליכע טעג צוריק נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געוואָרן אַז ער האט פּלאנירט אומצואווארפן קעניג אבדולא פון אמט. יעצט זאגט ער אַז ער וועט ווייטער אנגיין.

DYD

סתירא?!
Screenshot 2021-04-06 101309.png
Screenshot 2021-04-06 101309.png (41.35 KiB) געזעהן 769 מאל

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/36953

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:05 pm

דער איראקער פּרעמיער מיניסטער האט געשיקט א א שארפן מעסעדזש צו די פירער פון איראן, אז זיי זאלן איינצוימען די אקטיוויטעטן פון די מיליצע באוואפנטע באנדעס אין איראק וואס האבן זייער שטיצע.

דער מעסעדזש פון פּרעמיער מיניסטער מוסטאפא על קאדימי איז געקומען ערב די פרישע רונדע געשפּרעכן וואס די איראקער רעגירונג גייט פירן מיט אמעריקע, די ערשטע רונדע אונטער ביידען, צו באשליסן דעם צוקונפט פון אמעריקאנער טרופּן אין איראק.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13637
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:12 pm

אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע ווארענען אז דאס כינעזער מיליטער רוקט פאראויס אירע פּלענער צו פארכאפּן קאנטראל אויף טייוואן.

די זארג קומט נאכדעם וואס מען האט געזען פארשידענע אגרעסיווע שריט דורך דעם כינעזער מיליטער אין די וואסערן און הימלען ארום טייוואן, דער אינזל פון דעמאקראטיע וועלכע כינע טענה'ט אז עס איז זייערס א טעריטאריע.

אמעריקע זאגט אז עס איז שטארק מעגליך אז אינעם גאר נאענטן צוקונפט וועט כינע דורכפירן א פולקאמע מיליטערישע אינוואזיע און אקופּירן טייוואן.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » פרייטאג אפריל 09, 2021 12:52 pm

קען זיין סקומט א טעסט פאר אמעריקא מילטעריש
פון איין זייט רוסלאנד/אוקריינע
אנדערע זייט טשיינע/טייוואן

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אפריל 10, 2021 8:52 pm

כינעזער אי-קאממערס ריז "אליבאבא" באשטראפט געווארן מיט א רעקארד 2.8 ביליאן דאללער קנס, פאר'ן אנגעבליך פארלעצן ארטיגע אנטי טראסט געזעצן.
וואל סטריט זשורנאל האט געשריבן:
Screenshot 2021-04-11 015004.jpg
Screenshot 2021-04-11 015004.jpg (34.66 KiB) געזעהן 457 מאל

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 1:14 am

BREAKING: Iran's Atomic Energy Organisation spokesman says an incident occurred in a part of the electricity distribution network of Natanz enrichment facility. The causes of the incident are under investigation- Fars
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

אוועטאר
הארזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re:

תגובהדורך הארזים » זונטאג אפריל 11, 2021 2:37 am

תנא-קמא האט געשריבן:BREAKING: Iran's Atomic Energy Organisation spokesman says an incident occurred in a part of the electricity distribution network of Natanz enrichment facility. The causes of the incident are under investigation- Fars

עפעס מער דעטאלען?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

איראן באפרייט דרום קארעא שיף

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 8:41 am

טעהראן – דער איראנער רעזשים האט פרייטאג באפרייט א דרום קארעא שיף און איר קאפּיטאן וועלכע זי האט געהאלטן אונטער פארכאפּונג זינט יאנואר. איראן האט פארכאפּט די שיף וועלנדיג לייגן דרוק אויף דער דרום קארעא רעגירונג איבער פארשידענע איראנער געלטער וואס זענען געליגן איינגעפרוירן אין קארעאנער בענק אונטער אמעריקאנער סאנקציעס. יעצט נאכדעם וואס דרום קארעא האט פארשפּראכן צו פּרובירן באפרייען די געלטער, האט איראן באפרייט די שיף.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

גרינלאנד וואל רעזולטאט צוליב מינע

תגובהדורך תנא-קמא » זונטאג אפריל 11, 2021 8:43 am

דענמארק – אן עלעקשאן אין גרינלאנד האט זיך קאנצענטרירט איבער א גרויסע אונטערערדישע מינע פּראיעקט, און די ענווייראמענטאלע פּארטיי וואס האט קאמפּיינט קעגן דער מינע האט געוואונען. די רעדע איז פון א מינע וואס אנטהאלט ווערדפולע "רעיר אורט" מאטעריאל וואס מ'נוצט פאר באטעריעס און מאגנעטן פּראדוקציע, און כינע האט געהאט א דיעל צו פּראצעסירן אלע מאטעריאל וואס מ'וואלט אויסגעגראבן פון דער מינע – שאפנדיג זארג ביי אמעריקע, וועלכע איז דעריבער ווארשיינליך צופרידן מיט'ן וואל רעזולטאט.
DYD
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט