נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 05, 2021 11:08 am

איראן'ס רעוואלוציאנערע גארד האט פארכאפּט א דרום קארעא טאנקער שיף אינעם גאלף ים, לויט א באריכט אין איראנער מידיא.

דאס קומט אין א צייט פון אנגעצויגנקייט צווישן איראן און די מערב-וועלט, אבער ספּעציפיש אויפברויז פון איראן קעגן דער דרום קארעא רעגירונג, איבער דעם וואס דרום קארעא האלט איינגעפרוירן איראנער געלטער און וויל עס נישט ארויסגעבן פאר איראן צוליב מורא אז דאס פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג ינואר 05, 2021 7:58 pm

קומען אריין באריכטן איבער צענדליגער ארעסטירטע אין האנג קאנג.

ארטיגע פאליציי האבן זעך א לאז געטאן אין די ארטיגע פארטאג'ס שטונדן און ארעסטירט ארום 50 פרא-דעמאקראטיע אקטיוויסטן אויף באשולדיגונגען אז זיי האבן פארלעצט די פרישע "נאציאנאלע זיכערהייט געזעץ" וואס טוט פארבאטן סיי וועלכע אקטיוויטעטן וואס די בעיזשינג באזירטע קאמוניסטישע פארטיי באטראכט אלס געפאר פאר איר עקזיסטענץ.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש ינואר 09, 2021 6:52 pm

א פליגער וואס האט זיך געהויבן פון די אינדאנעזישע הויפטשטאט זשאקארטא האט געקראכט אינעם "זשאווא ים".

ווי ארטיגע באאמטע פארציילן, האט די פליגער געהאלטן געציילטע מינוט נאכ'ן זיך הייבן - מיט ארום 50 פאסאזשירן דערויף - ווען עס האט פלוצלינג געטראסקעט, פאלענדיג 10,000 פיס אין אונטער א מינוט - דערנאך האבן די באאמטע פארלוירן קאנטאקט מיט די פילאטן.

די רעדע איז איבער א באואינג 737-500 פליגער.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך גרשון » זונטאג ינואר 10, 2021 7:31 pm

*62 מענטשן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנעלן מענטש

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג ינואר 10, 2021 8:53 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פליגער וואס האט זיך געהויבן פון די אינדאנעזישע הויפטשטאט זשאקארטא האט געקראכט אינעם "זשאווא ים".

ווי ארטיגע באאמטע פארציילן, האט די פליגער געהאלטן געציילטע מינוט נאכ'ן זיך הייבן - מיט ארום 50 פאסאזשירן דערויף - ווען עס האט פלוצלינג געטראסקעט, פאלענדיג 10,000 פיס אין אונטער א מינוט - דערנאך האבן די באאמטע פארלוירן קאנטאקט מיט די פילאטן.

די רעדע איז איבער א באואינג 737-500 פליגער.





א 737 מעקס?
נישט נארמאלע רייזעס ארום די וועלט מיט נארמאליזעם.



אלעס איבער לענדער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 11, 2021 12:19 am

א בלעקאוט אין פאקיסטאן נעכטן נאכט האט איבערגעלאזט צענדליגע מיליאנען איינוואוינער אן סיי וועלכע עלקטרישע קראפט פאר עטליכע שעה.

לויט א מעסעזש פון א גרופע וואס האלט אן אויג אויף אזוינע אינצידענטן, איז דערווייל די עלעקטריציטעט צוריקגעשטעלט אויף 62% פון די געווענליכע קראפט.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 11, 2021 12:21 am

אמווייניגסטענס 23 מענטשן זענען אומגעקומען דורכאויס שלאכטן צווישן ספעציעלע פאליציי קרעפטן און פארברעכערישע באנדעס אין די ווענעזועלא הויפטשטאט, קאראקאס.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4421
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג ינואר 11, 2021 9:23 am

נארמאליזעם האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א פליגער וואס האט זיך געהויבן פון די אינדאנעזישע הויפטשטאט זשאקארטא האט געקראכט אינעם "זשאווא ים".

ווי ארטיגע באאמטע פארציילן, האט די פליגער געהאלטן געציילטע מינוט נאכ'ן זיך הייבן - מיט ארום 50 פאסאזשירן דערויף - ווען עס האט פלוצלינג געטראסקעט, פאלענדיג 10,000 פיס אין אונטער א מינוט - דערנאך האבן די באאמטע פארלוירן קאנטאקט מיט די פילאטן.

די רעדע איז איבער א באואינג 737-500 פליגער.





א 737 מעקס?

ניין, א עלטערע ווערסיע פון די 737 משפחה וואס איז שוין אין באניץ ארום 25-30 יאר און איז די מערסטע אדער פון די מערסטע געקויפטע פליגער,
כדי אנצומערקן אז סיז געווען א שווערע וועטער אין די געגענט בשעת די עקסידענט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג ינואר 11, 2021 11:59 pm

די קעניג פון מאלאזיע - אל-סולטאן אבדוללא - האט איינגעשטעלט א "סטעיט אוו עמערזשענסי" אין זיין לאנד אויפ'ן פארלאנג פונעם ארטיגן פרעמיער, אנגעבליך מיט'ן ציל צו קענען קאנטראלירן די וויירוס.

אונטער די ארטיגע געזעץ, ווען עס ווערט איינגעשטעלט אן עמערזשענסי צושטאנד האט די פרעמיער מיניסטער די רעכט צו אליינס מאכן/טוישן געזעצן.

די יעצטיגע שריט פונעם פרעמיער -צו פארלאנגען אזא דעקלעראציע- ווערט געזעהן אלס א פראוו אנצוהאלטן זיין מאכט, זינט ער האט געוואונען די וואלן פאריאר מיט א גאר שמאלע מאיאריטעט.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג ינואר 12, 2021 12:03 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אין קירגיזסטאַן הערשט אומרוען, ווען דאָס פאָלק האָט אָפּגעזאָגט צו אַקצעפּטירן די רעזולטאַטן פון די אָרטיגע וואַלן, פירנדיג צו אָפּאָזיציע פּראָטעסטירער צו פאַרכאַפּן קאָנטראָל פון רעגירונג געביידעס, און פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו איז אַנטלאָפן און איז אין באַהעלטעניש.

עס האַלט יעצט ביי דעם אַז פּאַרלאַמענט מיטגלידער האָבן באַפרייט פון טורמע א געוועזענעם קאָנטראָווערסיאַלן פירער און אים גענומען אַלס צייטווייליגער פירער.

דעילי איד

פּרעזידענט סוראנביי דזשינבאקאוו האט דאנערשטאג געמאלדן אז ער טרעט אפ פון פאזיציע - זיין פלאץ האט איבערגענומען דער קאנטראווערסיאלע פיגור, סאדיר זשאפאראוו.

לויט די ארטיגע קאנסטיטוציע דארף פארקומען פרעזידענטליכע וואלן ביז 3 מאנאטן נאך וואס די פרעזידענט רעזיגנירט.

די וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן נעכטן, זונטאג, און זשאפאראוו האט געוואונען מיט א גאר ברייט 80% פון די שטימען - זיין נאנסטע קעגנער איז אריינגעקומען מיט א נישטיגע 7% פון די שטימען.

אין די זעלבע צייט איז אויך אפגעהאלטן געווארן א רעפרענדום איבער די ארטיגע רעגירונג'ס סיסטעם, ווי וויילער האבן געשטימט צו פארשטעקערן די מאכט פונעם פרעזידענט.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג ינואר 12, 2021 12:06 am

"פארד" האט געמאלדן אז זי וועט אפשפארן 3 פאבריקן אין בראזיל - און אין די זעלבע צייט וועט די פירמע ארויסגיין מיט א 2.5 ביליאן דאללער פארלוסט פאר די לעצטע קווארטל פאריאר, און א 1.6 ביליאן פארלוסט פאר די ערשטע קווארטל פון 2021.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג ינואר 12, 2021 10:50 pm

בריישע ביליאנער און אייגענטומער פון די ארטיגע "דעילי טעלעגראף" דעיוויד בארקלעי איז געשטארבן אין עלטער פון 86 יאר.

לויט א מעלדונג פון די צייטונג איז דאס געקומען נאך א קורצע צייט זיין נישט געזונט, אבער איז נאכאלץ געווען אומערווארטערט.

לויט שאצונגען, איז ער אין יאר 2020 געווען ווערט ארום 7 ביליאן בריטישע פונט - 9.5 ביליאן דאללער.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג ינואר 12, 2021 11:49 pm

געשפרעכן צווישן עגיפטן, סודאן און עטיאפיע איבער א דאמבע פאר די "בלויע נילוס" זענען צוזאמגעפלן, מיט עגיפטן און עטיאפיע באשולדיגענדיג סודאן אויף די יעצטיגע צוזאמבראך.

די געשפרעכן גייען שוין אן פאר לענגערע יארן, אבער האבן דערווייל נישט געפירט אין ערגעץ.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג ינואר 17, 2021 4:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג ינואר 17, 2021 3:44 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:ברעיקינג! רוסישער אפאזיציע פירער נאוואלני, וואס איז געווארן געפויזענט דורך די פוטין רעגירונג און איז געווארן אויסגעהיילט אין דייטשלאנד איז היינט צוריק געקומען קיין רוסלאנד ווי ער איז געווארן ארעסטירט תיכף ביים לאנדן.

ווערט באריכטערט אז נאוואלני האט געזאגט גוד ביי פאר זיין ווייב פארן ווערן ארעסטירט.

זיינע פריינט און פאמיליע האבן אויסגעדריקט זארג אויף זיין פלאן צוריק צוקומען קיין רוסלאנד ווי מהאט מורא געהאט אז סוועט געשען צו אים דאס וואס סגעשעט געווענטליך צו פוטינס אפאזיציע פירער...

נישט געזען קיין אשכול דערפאר.

איז פארוואס איז ער אהיים? פשוט צו ווייזן אז ער האט נישט מורא?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג ינואר 21, 2021 10:43 pm

די "גאווערנאר-זשענעראל" פון קאנאדע -די פערזעליכע פארטרעטער פונעם קעניגן- האט רעזיגנירט פון אמט, צוליב א סקאנדאליעזע באריכט איבער וויאזוי זי האט באהאנדעלט ארבעטער.

דאס איז די ערשטע מאל וואס א גאווערנאר-זשענעראל רעזיגנירט פון אמט אין קאנאדע.
שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, אונז, הערינג מיט ברוינפען, לייברערין און 52 געסט