נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 20, 2020 12:10 pm

איראן'ס העכסטע געריכט האט צייטווייליג סוספּענדירט די געפּלאנטע הינריכטונגען אויף דריי יונגע פּראטעסטירער, וואס די הינריכטונגען זענען געווען געסקעדזשועלט פארצוקומען אין די נאענטע טעג.

די דריי זענען ארעסטירט געווארן ביי די פּראטעסטן וואס האבן אויסגעבראכן פארגאנגענעם נאוועמבער, וואו די רעזשים קרעפטן האבן ארעסטירט טויזנטער און אומגעברענגט הונדערטער אומשולדיגע פּראטעסטירער.

דאס סוספּענדירן פונעם הינריכטונג פּראצעדור איז געקומען עטליכע טעג נאכדעם וואס פּרעזידענט טראמפּ האט קריטיקירט די טויט אורטיילן.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 21, 2020 11:23 am

דער סאודי אראביע קעניג סאלמאן, 84 יאר אלט, איז נעכטן שפיטאליזירט געווארן פאר א סעריע מעדיצינישע טעסטס, נאכדעם וואס ער האט געליטן פון גאל-שטיינער און אנדערע קאמפּליקאציעס, וואס האט געברענגט שפּעקולאציעס איבער זיין געזונט צושטאנד.

אויב סאלמאן שטארבט, ערווארט מען אז זיין מאכטפולער קרוין פּרינץ, דער 34 יעריגער מוכאמעד בין סאלמאן, וועט איבערנעמען די לייצעס, נאכדעם וואס ער דינט שוין סייווי אלס דע-פאקטא פירער אין לאנד די לעצטערע יארן.

דעילי איד
---------------
אויב איך געדענק גוט זענען דא נאך משפחה מיטגלידער דארט וואס וואלן געקענט באשטיין צו קריגן דאס בענקל אחר פגירתו. איז דא איינער וואס ווייסט אביסל מער אינפארמאציע דערוועגן?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יולי 21, 2020 11:54 am

כ'מיין אז לויט די טראדיציע גייט עס אריבער צו די ברידערס, דער אלטער קעניג האט געהאט אזא 40 קינדער.

אבער דער יעצטיגער קרוין פרינץ האט זיך שוין פארזיכערט מיט זיין מאכט. דער ערשטער דור שלישי וואס גייט איבערנעמען דארט.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re:

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך יולי 22, 2020 10:06 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין דייטשלאנד איז היינט - מיטוואך, יוה"ק - פארגעקומען א אנטי-סעמיטישע טעראר אטאקע.

די אטאקע האט פאסירט אינעם שטאט האלל"ע, וואס געפינט זיך אומגעפער 105 מייל (170 ק"מ) צו דרום/דרום-מערב פון בערלין, ווען א 27 יעריגע פארשוין האט זיך אנגערוקט צום געגענט פון די ארטיגע אידישע שוהל אומגעפער 12'ער מיטאג, אנגעטוען מיט די באקאנטע גרינע מיליטערישע קליידונג און באוואפענט מיט גאר מאכטפולע געווער. דער פארשוין האט צוערשט געווארפן גראנאטן פרובירענדיג צו שיסן אויף די טירן פונעם שוהל ווי אויך האט ער געפראוווט שיסן מיט זיין אסאול"ט רייפע"ל, וואס די פארזאמעלטע אינעווייניג (70-80 מיטגלידער) האבן געקענט מיטהאלטן אויפן סעקיוריטי קאמערע. ווען דאס איז נישט געלונגען, האט ער זיך אויסגעדרייט צום גאס און דערשאסן און אומגעברענגט אן אומשולדיג דורכגייער, ווי אויך איז ער אריין אין א דערנעבענדיגע רעסטוראנ"ט וואו ער האט דערשאסן איינעם און פארוואונדעט נאך עטליכע אנדערע.
דערנאך האט ער זיך ווידער אמאל צוריק געקערט צום שוהל און נאכאמאל דורכגעפאלן מיטן פראווו זיך איינצוברעכן. ער איז דאן אנטרינען געווארן פונעם געגענט, וואו אויפן וועג האט ער נאך געהיידזשעק"ט א קאר און געצווינגען א מעקאני"ק זאל אים צושטעלן א צווייטן קאר. עווענטועל האט אים די פאליציי פארכאפט אין א דערפל ארום 8.5 מייל פונעם ארט וואו די אטאקע איז פארגעקומען.

נעכטן - דינסטאג - האט זיך אנגעהויבן די געריכט פראצעס פאר סטעפען באליעט - דער וואס האט פרובירט דורכצופירן די אטאקע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יולי 23, 2020 10:55 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'מיין אז לויט די טראדיציע גייט עס אריבער צו די ברידערס, דער אלטער קעניג האט געהאט אזא 40 קינדער.

אבער דער יעצטיגער קרוין פרינץ האט זיך שוין פארזיכערט מיט זיין מאכט. דער ערשטער דור שלישי וואס גייט איבערנעמען דארט.

איז די שאלה צו זיי גייען זיך נישט אויפוועקן איינמאל דער אלטער שטארבט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יולי 23, 2020 10:58 am

די דריי לענדער עטיאפּיע, עגיפּטן און סודאן האבן געמאלדן אז זיי האלטן ביים דערגרייכן א דיעל וואס וועט ערלויבן עטיאפּיע צו אקטיוויזירן די לאנג-פארצויגענע דאמבע פּראיעקט ביים טייך נילוס.

עגיפּטן ברויזט שוין עטליכע יאר אויף עטיאפּיע'ס מולטי-ביליאן דאלערדיגע פּראיעקט צו בויען א דאמבע ביים נילוס צו העלפן פּראדוצירן עלעקטעריציטעט, ווייל עגיפּטן איז באזארגט אז דאס וועט אפּשוואכן פאר זיי דעם פלייץ פונעם נילוס, אויף וועלכע זיי זענען אנגעוויזן פאר וואסער סופּליי.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

יש לו מנה
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג יולי 23, 2020 2:22 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'מיין אז לויט די טראדיציע גייט עס אריבער צו די ברידערס, דער אלטער קעניג האט געהאט אזא 40 קינדער.

אבער דער יעצטיגער קרוין פרינץ האט זיך שוין פארזיכערט מיט זיין מאכט. דער ערשטער דור שלישי וואס גייט איבערנעמען דארט.

איז די שאלה צו זיי גייען זיך נישט אויפוועקן איינמאל דער אלטער שטארבט.

טאמער דער יעצטיגער קרוין פרינץ האט נאר אפילו א ספק אז איינער פון זיינע פעטערס וועלן זיך אויפוועקן וועט ער יענעם שטיל מאכן אזויווי ער האט געטוהן מיטן פאריגן קרוין פרינץ.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 27, 2020 11:20 am

די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יולי 27, 2020 12:23 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד

ביטע זיי מסביר,
די באריכט איז זיך סותר
ער ערווארט ביידן צו געוואונען, אדער ער האפט?
אז יענער קען קענסטו אויך

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג יולי 27, 2020 12:35 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד

ביטע זיי מסביר,
די באריכט איז זיך סותר
ער ערווארט ביידן צו געוואונען, אדער ער האפט?


פארוואס קען נישט זיין ביידע ?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יולי 27, 2020 12:47 pm

איך האב בלויז געברענגט א נייעס ווארט ביי ווארט פון דעם מקור. אבער ווי איך פארשטיי רעדן זיי פון ביידע וכקענטאקי.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

עירוב תבשילין
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך יולי 29, 2020 7:03 am

פעיק ניוז האט געשריבן:די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד

וואס איז פשט אין דעם? ער איז דאך אלס געווען א טראמפ ליבער? האבן זיי זיך צוקריגט?

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך יולי 29, 2020 8:24 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד

וואס איז פשט אין דעם? ער איז דאך אלס געווען א טראמפ ליבער? האבן זיי זיך צוקריגט?

שוין א צייט צוריק

זיי זענען ביידע פערזאנען מיט גאנץ שווערע נאטורן אז א פריינטשאפט זאל לאנג קענען אנהאלטן..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך יולי 29, 2020 8:28 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד

וואס איז פשט אין דעם? ער איז דאך אלס געווען א טראמפ ליבער? האבן זיי זיך צוקריגט?

ער זעהט די סטאטיסטיקס און ער גרייט זיך אויף דעם.

עירוב תבשילין
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:56 am

אה, הייסט נישט פשט אז ער וויל אז טראמפ זאל פארלירן פשוט ער זעט די סטאטיסיקס

עירוב תבשילין
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:58 am

באקסער בוים האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די בריטישע מידיא האט נעכטן געקאכט מיט סענזאציע, ווען עס איז באריכטעט געווארן אז פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן וואונטשט זיך און האפט אז פּרעזידענט טראמפּ וועט פארלירן די וואלן.

די ארטיגע מידיא זאגט אז דזשאנסאן האט גענומען פארשידענע שריט זיך צו דערווייטערן פון זיין אמאליגע פריינטשאפט מיט טראמפּ, וויבאלד ער ערווארט און גלייבט אז דזשאו ביידען גייט געווינען און זיין אמעריקע'ס קומענדיגער פּרעזידענט, און די קוועלער זאגן אז דזשאנסאן קוקט שטארק ארויס דערויף.

דעילי איד

וואס איז פשט אין דעם? ער איז דאך אלס געווען א טראמפ ליבער? האבן זיי זיך צוקריגט?

שוין א צייט צוריק

זיי זענען ביידע פערזאנען מיט גאנץ שווערע נאטורן אז א פריינטשאפט זאל לאנג קענען אנהאלטן..

אינטערעסאנט לויט ווי סיז באקאנט זענען זיי יא פריינט ווען האבן זיי זיך צוקריגט?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יולי 30, 2020 12:23 pm

ווער זאגט זיי האבן?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 30, 2020 10:29 pm

רבותי!

ווערט'ס נישט אזוי פארלוירן פאר די בריטישע מידיע!

זי גלייכן אזעלכע סארט סענסעישאנעל נייעס - אפילו ווען ס'הייבט נישט אן צו שטימען מיט די מציאות.

ביודעי ובמכירי קאמינא - די העדליין'ס מוזן דירעקט נישט האבן קיין שייכות מיט די ארטיקל - ווילאנג ס'ציט צו זיך קליקס און אז מ'זאל לינקן דערצו, האבן זיי אויפגעטוען.

- - - - -
לגבי דער ספעציפישע באריכט, לכאורה שטאמט עס פון "ביזנעס אינסיידער" - וואס זענען גראדע לאו דוקא א בריטישע צייטונג.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יולי 31, 2020 1:32 am

א צייט צוריק געווען א קליפ וויאזוי ער מאכט חוזק פון טראמפ און טראמפ האט נישט געכאפט דעם ליצנות און געשיקט אויף טוויטער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

עירוב תבשילין
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג יולי 31, 2020 5:44 am

הענדימען האט געשריבן:א צייט צוריק געווען א קליפ וויאזוי ער מאכט חוזק פון טראמפ און טראמפ האט נישט געכאפט דעם ליצנות און געשיקט אויף טוויטער

לייג ארויף דעם ווידיאו

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג יולי 31, 2020 3:15 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:א צייט צוריק געווען א קליפ וויאזוי ער מאכט חוזק פון טראמפ און טראמפ האט נישט געכאפט דעם ליצנות און געשיקט אויף טוויטער

לייג ארויף דעם ווידיאו

ס'איז געווען ערגעץ דא אויפן וועלטל. איך געדענק נישט וואו
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג יולי 31, 2020 6:42 pm

אין א שטוינענדע אנטוויקלונג האט די גאווערמענט פון בעלערוס ארעסטירט אינמיטען נאכט 23 רוסישע מערסענעריס (שכירי חרב) פון א האטעל אין מינסק,

די דיקטאטאר/פרעזידענט פון בעלערוס, לוטשענקע, א בוזעם פריינט פאר פוטין, איז א געוועזענע הויעך ראנגיקע קעי זשי בי אפיציר וועלכע האט פארכאפט די מאכט תיכף ווען קאמוניזעם איז ציזאם געפאלען אין פירט שוין דאס לאנד מיט א אייזערנע פויסט זינט 1992 ווי ער ווערט באטיטעלט אלטס אייראפעס לעצטע דיקטאטאר,
ער איז פאניע בראט מיט די רוסישע פרעזידענט, און וואס מאנכע האלטען גאר אז ער האט געהאלפען פוטין קומען צום מאכט, ווי סהייסט האט רוסלאנד נישט אזא שטייגער אליאירטע איבער די גאנצע וועלט,

אבער יעצט האט לוטשענקע ארויס געקומען מיט א שטוינענדע באשילדונג אז פוטין האט געשיקט א ספעציעלע יוניט פון די וואגנער גרופע -וואס איז אומאפיצעל אונטער די געהיימע זשי אר יו ארעם פון די רוסישע מיליטער- אים אראפציווארפען פון בענקעל.. די יוניט ווערט גענוצט צי דיסטאבעלעזירען לענדער מיט גאר סאפעסקירטע מיטלען אראפציווארפען גאווערמענטס אין אנדרייען ראסע אומריען איבער די וועלט ווי אויך זענען זיי עקספערטס אין ארויסברענגען אלטע חטאים און שוואכקייטען פון פארשידענע לענדער וואס זיי נוצען צי דיסטאבעליזערען און אנדרייען ראיאטען אין פראטעסטען, ווי זיי באנוצען זיך מיט א רייע הייבריד טאקטיקען פון שיקען פאלשע שעדליכע אימעל צווישען פאליטישע פירער און גרופעס העקען פירען סייבער מלחמהס אין נאך,
אין די יעצטיגע טעג קומט דארט פאר גרויסע אומריען אין בעפארברייטונג צי די פרעזידענטליכע וואלען ווי דאס פאלק שרייט גענוג איז גענוג אין זיי האבען זיך ציזאם געשטעלט אונטער א פרא דעמאקראטישע פרוי קאנדידאט וועמענס מאן איז ארעסטירט געווארען ווען ער איז יעצט געלאפען אנטקעגען לוטשענקא, זי איז אבער ארויס געקומען דרייסט אין לויפט אויף זיין פלאץ און פירט אן מאסיווע ראליס אויף די גאס, וואס דאס איז א היסטארישע זאך פאר מינסק ווי סאיז נישט פארגעקומען אזאלעכע ראליס זינט די ציזאמפאל פון די סאוויעטען פארבאנד,

במילא איז א שטיקעל חידוש וואס דא איז פארגעקומען צווישען אים אין זיין בוזעם פריינט פוטין, ווען ער האט ארעסטירט די געהיימע רוסישע וואגנער אגענטען אין פאראדירט מיט זיי אין פראנט פון די אלע קעמרעס ,

א ווארטזאגער פאר די קרעמלין.. לייקענט די אלע באשולדינגען!

ער זאגט אז זיי זענען ווארשיינליך געווען אויפן וועג צי א דריטע לאנד (אנזייען כאאס),

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 9:58 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:"ווייערקארד" איז געווען א ריזיגע פעימענט פראסעסינג פירמע, הויפטקווארטירט אין דייטשלאנד, וואס האט באנקראטירט פאריגע מאנאט צוליב 1.9 ביליאן יורא וואס מ'האט אנדעקט אז עס עקזיסטירט נאר אויף זייערע ביכער אבער נישט זייערע אקאונט'ס.
היינט האבן פראסעקיוטאר אין מינכן געמדלן די ארעסט פון מארקוס בראון - די געוועזענע סי.אי.או. - צוזאמען מיט נאך צוויי געוועזענע עקזעיוטיוו'ס פון די פירמע.
פראסעקיוטאר זענען יעצט ביי די מינונג אז די פירמע ווייסט שוין זינט 2015 אז זיי דערלייגן געלט, און אז די פירמעס פירערשאפט האט קאנספירירט צוזאמען אין א 3.7 ביליאן דאללער שווינדל.

היינט האט די דייטשע עקאנאמיע מיניסטעריום געמאלדן אז עס ווערט אונטערגענומען א פולע אויספארשונג אויף "אי.וויי" - די אודיטאר'ס פון די ווייערקארד פירמע.

די ריזן פירמע "EY" איז איינער פון די אזויגערופענע "4 גרויסע" אודיטינג פירמעס איבער די וועלט - די אנדערע זענען "קעי.פי.עמ.זשי." "פי.דאבעליו.סי." און "דעלויט" וואס אלע 4 קומען שוין א שטיק צייט אונטער קריטיק פון פארשידענע ריכטונגען איבער זייערע פראקטיצירונגען.

* * * * *
אויך ווערט היינט באריכטעט אז די פירמע האט דורכאויס גע'פראסעסד פעימענטס פאר איטאליע'נע קאסינאוס פארבינדן מיט די מאפיא - אין א קלארע פארלעצונג פון "אנטי מאני-לאונדרינג רעגולאציעס".
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:05 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:אין א שטוינענדע אנטוויקלונג האט די גאווערמענט פון בעלערוס ארעסטירט אינמיטען נאכט 23 רוסישע מערסענעריס (שכירי חרב) פון א האטעל אין מינסק

זייער דראמאטיש!! שכוח פאר די הערליכע באריכט.

איז דא עפעס אנטוויקלונגען?
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:50 pm

זיכערהייט קרעפטן אין אפגאניסטאן האבן היינט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 10 "איסלאמישע שטאַט" מיליטאנטן וואס האבן פארכאפט א טורמע קאמפלעקס אין די שטאט זשאלאלאבאד.

ווייניגסטענס 29 זענען אומגעקומען בשעת ווען די טעראריסטן האבן פארכאפט די טורמע - און נאך העכער טויזענט האבן פרובירט צו אנטרינען ווערן, וואס עס איז געלונגען פאר ארום 300 ארעסטאנטן צו איבערלאזן די שטח.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”