נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » מאנטאג אפריל 22, 2019 10:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:גראדע יא, עכ''פ ווען ס'איז ק/פ..

אבי גערעדט.

עניוועי, ענדזשויט'ס ענק.

די פאקט איז אז ווען איינער קאפירט א אייוועלט תגובה, נישט געשריבן פאר פראפיט, הייבט מען אן א ויצעקו, איז די מינימאלסטע פארלאנג נישט צו ווייזן אפענע היפאקריטיע...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אפריל 22, 2019 11:01 pm

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:גראדע יא, עכ''פ ווען ס'איז ק/פ..

אבי גערעדט.

עניוועי, ענדזשויט'ס ענק.

די פאקט איז אז ווען איינער קאפירט א אייוועלט תגובה, נישט געשריבן פאר פראפיט, הייבט מען אן א ויצעקו, איז די מינימאלסטע פארלאנג נישט צו ווייזן אפענע היפאקריטיע...

אגרי!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אפריל 22, 2019 11:38 pm

מיך האט מען שוין עטליכע מאל קריטיקירט פארן נאכשרייבן די אדער יענע סייט, ווען אין פאקט איז די מעשה געווען פארקערט, אז זיי האבן מיר נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט.

איך בין נישט מקפיד, אבער רעד נישט פון היפאקריטיע...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » מאנטאג אפריל 22, 2019 11:59 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:מיך האט מען שוין עטליכע מאל קריטיקירט פארן נאכשרייבן די אדער יענע סייט, ווען אין פאקט איז די מעשה געווען פארקערט, אז זיי האבן מיר נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט.

איך בין נישט מקפיד, אבער רעד נישט פון היפאקריטיע...

אידישע נייעס שרייבט קיינמאל נישט נאך א צווייטן אהן רשות!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:24 am

א לעצטיגע דוגמא

https://www.yiddish.news/2019/04/Black- ... cture.html

דאס איז נאכגעשריבן (מיט שינויים) פון מיין תגובה דא אויף אייוועלט.

עגעין, פון מיין זייט איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעם, אדרבה זאלן ווי מער אידן הנאה האבן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אפריל 23, 2019 9:09 am

פעיק נוז האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:גראדע יא, עכ''פ ווען ס'איז ק/פ..

אבי גערעדט.

עניוועי, ענדזשויט'ס ענק.

דאונט טייק איט פערסאנעל, אבער די גמרא זאגט ''המיביא דבר בשמו אומרו מביא גאולה לעולם''
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 23, 2019 11:56 am

נתן אייזיקסאן האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:גראדע יא, עכ''פ ווען ס'איז ק/פ..

אבי גערעדט.

עניוועי, ענדזשויט'ס ענק.

די פאקט איז אז ווען איינער קאפירט א אייוועלט תגובה, נישט געשריבן פאר פראפיט, הייבט מען אן א ויצעקו, איז די מינימאלסטע פארלאנג נישט צו ווייזן אפענע היפאקריטיע...

קוק אין וויקיפידיע וואס היפאקראטיע מיינט....
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:01 pm

יאצמעך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:גראדע יא, עכ''פ ווען ס'איז ק/פ..

אבי גערעדט.

עניוועי, ענדזשויט'ס ענק.

דאונט טייק איט פערסאנעל, אבער די גמרא זאגט ''המיביא דבר בשמו אומרו מביא גאולה לעולם''

איך הער, סאו היות זייער אסאך באריכטן וואס איך ברענג זענען נישט 'קאפי-פעיסט', נאר איך שנייד אוועק דערפון שטיקלעך לויט מיין געשמאק, און אסאך מאל אויך אוועקצונעמען די בייעס פון געוויסע פון די סייט'ס, איז אי"ה פון היינט און ווייטער וועל איך די נייעס וואס איז קאפי פעיסט גיבן קרעדיט פאר די מקורות, און די נייעס וואס איז געעדיט וועל איך גיבן קרעדיט פאר מיין סעלף,
און שכח פאר אלע וואס גיבן קאנסטרוקטיווע קריטיציזם, און ווי אויך פאר אלע קאמפלימענטן....
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:04 pm

בד"וו, איינער וואס הערט קו"מ און ליינט 'דער איד דעילי' וועט זעהן אז זייער זייער אסאך מאל ביי די נייעס וואס קו"מ באריכטעט מער אזוי סוף טאג איז קאפי פעיסט פון 'דער איד דעילי' פונעם נעקסטן טאג, איך ווייס נישט ווער עס קאפיט פון וועם די דער איד פון קו"מ צו קו"מ פון דער איד, אבער דאס איז זיכער אז מען טוהט עס אין גרויסן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:07 pm

פעיק נוז האט געשריבן:בד"וו, איינער וואס הערט קו"מ און ליינט 'דער איד דעילי' וועט זעהן אז זייער זייער אסאך מאל ביי די נייעס וואס קו"מ באריכטעט מער אזוי סוף טאג איז קאפי פעיסט פון 'דער איד דעילי' פונעם נעקסטן טאג, איך ווייס נישט ווער עס קאפיט פון וועם די דער איד פון קו"מ צו קו"מ פון דער איד, אבער דאס איז זיכער אז מען טוהט עס אין גרויסן.


דאס איז ווייל ביידע נעמען פונעם זעלבן מקור, די לוח הציבור איז אויך אזוי ממש ווארט ביי ווארט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:09 pm

וועלכע מקור?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג אפריל 23, 2019 12:15 pm

עס איז דא א אינגערמאן וואס שרייבט די נייעס פאר זיי, איך געדענק נישט זיין נאמען.

קען זיין אז זיין ניק איז @פעיק נוז?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג אפריל 28, 2019 9:09 pm

יאפאן׳ס עמפעראר ניקיהיטא וועט אויפגעבן זיין קרוין און דאס איבערגעבן פאר זיין זון.

א יאפאנעזער עמפעראר האט נישט רעזיגנירט פרייוויליג פונעם טראן אין די לעצטע 200 יאר.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אפריל 28, 2019 9:11 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:בד"וו, איינער וואס הערט קו"מ און ליינט 'דער איד דעילי' וועט זעהן אז זייער זייער אסאך מאל ביי די נייעס וואס קו"מ באריכטעט מער אזוי סוף טאג איז קאפי פעיסט פון 'דער איד דעילי' פונעם נעקסטן טאג, איך ווייס נישט ווער עס קאפיט פון וועם די דער איד פון קו"מ צו קו"מ פון דער איד, אבער דאס איז זיכער אז מען טוהט עס אין גרויסן.


דאס איז ווייל ביידע נעמען פונעם זעלבן מקור, די לוח הציבור איז אויך אזוי ממש ווארט ביי ווארט.

דער זעלבע שרייבער. איד דעילי, קול מבשר, לוח הציבור און צומאל אויך אויף אייוועלט.... א אינגערמאן פון קרית יואל.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג אפריל 28, 2019 9:20 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:בד"וו, איינער וואס הערט קו"מ און ליינט 'דער איד דעילי' וועט זעהן אז זייער זייער אסאך מאל ביי די נייעס וואס קו"מ באריכטעט מער אזוי סוף טאג איז קאפי פעיסט פון 'דער איד דעילי' פונעם נעקסטן טאג, איך ווייס נישט ווער עס קאפיט פון וועם די דער איד פון קו"מ צו קו"מ פון דער איד, אבער דאס איז זיכער אז מען טוהט עס אין גרויסן.


דאס איז ווייל ביידע נעמען פונעם זעלבן מקור, די לוח הציבור איז אויך אזוי ממש ווארט ביי ווארט.

דער זעלבע שרייבער. איד דעילי, קול מבשר, לוח הציבור און צומאל אויך אויף אייוועלט.... א אינגערמאן פון קרית יואל.

ער הייסט יעקב זאב כ"ץ וואוינט אין קרית יואל דא איז ער ארויסגעקומען פאבליק מיט זיין פולע אינדענטפקאציע.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:23 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:יאפאן׳ס עמפעראר ניקיהיטא וועט אויפגעבן זיין קרוין און דאס איבערגעבן פאר זיין זון.

א יאפאנעזער עמפעראר האט נישט רעזיגנירט פרייוויליג פונעם טראן אין די לעצטע 200 יאר.

פארוואס געדענק איך אז דאס איז אלטע נייעס?
Innocent until proven Republican

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:27 am

מען גרייט זיך שוין צוויי יאר אויף דעם היסטארישן טראנספארירונג. עס גייט פאסירן מארגן - דינסטאג. א קעניגליכן צערעמאניע וועט נאכפאלגן קומענדיגן אקטאבער.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:08 pm

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט באשטעטיגט א ביל וואס וועט מאכן גרינגער פאר אייוואוינער אין מזרח אוקריינע צו באקומען רוסישע בירגערשאפט, צילנדיג מיט דעם צו ווייזן רוסישע קאנטראל אויף דעם ראיאן.

אין רעספאנס האט דער ניי-ערוועלטער אוקריינישער אידישער פרעזידענט זעלענסקי, געמאלדן אז אוקריינע איז גרייט צו שענקען בירגערשאפט פאר אלע רוסישע אייינוואוינער וואס זוכן צו אנטלויפן פון רוסלאנד....
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אפריל 30, 2019 11:18 pm

א ריזן ׳בעלוגע וואל פיש׳ איז געטראפן געווארן ארומשווימענדיג ביי די ברעגעס פון נארוועיגיע ארומגעבינדן מיט א באנד וואס איז געמאכט אין... ראשע.

נארוועגישע אפישעלס פארדעכטיגן אז דער בעלוגע איז א רוסישע שפיאנאזש אגענט וואס קומט צו שווימען סטרעיט פון א רוסישע מיליטערישע באזע ביים ארקטיק. נאו קידינג.

איינער זאל זיי איבערגעבן אז אין אמעריקע איז פארהאן עפעס א האנעסט גיי, איינער מולער, וואס איז זייער גוט אין אויספארשן די זאכן, און אויף די מינוט האט ער לאו דוקא וואס צו טון.

87B22D93-77DB-456A-A076-2350BF751056.jpeg
87B22D93-77DB-456A-A076-2350BF751056.jpeg (90.17 KiB) געזעהן 836 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג מאי 06, 2019 9:48 am

א פרישע מיטגליד אין די בריטיש ראיעל פאמיליע

די קרוין פרינץ טשארל האט היינט באקומען זיין פערטע אייניקל, די ערשטע קינד ביים צווייטן זון פרינץ הערי, א אינגל בעיבי.

דאס קינד וועט זיין די זיבעטער אין רייע צום טראן, נאך זיין זיידע, זיין פעטער פרינץ וויליאם און זיינע דריי קינדער, און זיין פאטער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 07, 2019 3:25 pm

טערקיי'ס נאציאנאלע עלעקשאן באורד האט אנולירט די רעזולטאטן פון די מעיאר וואלן אין איסטאנבול, נאכדעם וואס דער ארטיגער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט פארפירט אז די וואלן זענען געווען געפעלשט.

ערדואן קען נישט אראפשלינגען די מאסיווע לאקאלע פארלוסטן וואס זיין פארטיי האט געליטן ביי די וואלן איבער'ן לאנד פינף וואכן צוריק, דעריבער האט ער באוויזן, סוקסעספול, צו לייגן דרוק אז מ'זאל דארפן איבערמאכן די וואלן אין איסטאנבול.

אין אנקארא, די הויפטשטאט, איז אבער דערווייל דער וואל-רעזולטאט באשטעטיגט, אז די אפאזיציע האט איבערגענומען קאנטראל פון דער לאקאלער רעגירונג.

איד דעילי
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מאי 13, 2019 5:07 pm

באריכטן אין סרי-לאנקע געבן אן אז די טויטליכע טעראר אטאקעס פאריגן חודש ברענגען דאס לאנד צום שוועל פון א ציווילע קריג.

די שוידערליכע אטאקע האבן געפירט צו מאסיווע געוואלדטאטן און פאגראמען וועלכע ווערן דורכגעפירט קעגן מוסלעמענער געמיינדעס דורך אויפגעברויזטע מאסן.

הונדערטער געשעפטן און היימען אין מוסלעמענער שטעטלעך זענען אטאקירט געווארן דורך די מאסן, און האט געברענגט די פאליציי צו איינשטעלן קורפיו איבער׳ן גאנצן ראיאן, און געווארנט אז זיי וועלן נוצן הייס געווער צו באקעמפן די ראיאטן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג מאי 13, 2019 10:01 pm

געוויסע באריכטן אז טערקיי ציהט צוריק פון זייער החלטה איינצוהאנדלן די מאכטפולע S-400 אנטי-פליגער ראדאר און מיסיל סיסטעם פון רוסלאנד, צוליב די דרוק פון אמעריקא.

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט, אז מ'האט אנטפלעקט א S300 מיסיל סיסטעם אין אמעריקא, וואס מ'שפעקולירט איז געגבן געווארן דורך אוקריינע, כדי צו קענען אויספרואוון און טרעפן אירע שוואכקייטן.

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 15, 2019 4:42 pm

אין א היסטארישע אנטוויקלונג האט די רעגירונג אין די יונייטעד ערעב עמירעט'ס געמאלדן אז זיי וועלן אויפנעמען אלס הויפט רב אין לאנד הרב ר׳ יהודה סארנא שיחי׳ וועלכער דינט היינט אלס הויפט טשאפלעין אין ״ען-ווי-יו״.

הרב סארנא וועט פארן עטליכע מאל א יאר, ספעציעל אין ימים טובים צו דעם נייעם פראכטפולע בית המדרש וואס די דארטיגע קעניגליכע פאמיליע האט אויפגעשטעלט אין דובאי.
רעדנדיג צו די פרעסע האט הרב סארנא געזאגט אז דאס איז א גאר היסטארישע געשעעניש נעמנדיג אין באטראכט אז דאס איז די ערשטע גרינדונג פון א אידישע קהלה אין די אראבישע האלב-איזנל די לעצטע הונדערט יאר.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 17, 2019 12:19 pm

סאודיער פליגער האבן באמבארדירט געגנטער אין תימן וועלכע זענען אונטער קאנטראל פון די איראן-געשטיצטע האוטי רעבעלן.

סאודיער באאמטע באשולדיגן איראן אין פארארדענען די רעבעלן סאבאטאזש אטאקעס אויף עטליכע פון אירע אויל-שיפן און אן אויל פייפליין איינריכטונג, און עס ווערט באטראכט ווי די באמבארדירונג נעכטן איז געקומען אלס נקמה צו די סאבאטאזש אטאקעס. לויט מעדיקל וואלונטירן אויף דער ערד אין תימן, זענען אמווייניגסטנס זעקס אומגעקומען אין דער סאודיער באמבארדירונג;

עס איז נישט קלאר וויפיל רעבעלן זענען אומגעקומען.

איד דעילי
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רעסטאראנט און 28 געסט