כ"ק אדמור מסקולען שליט"א מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפ"ש

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:06 pm

די מצב איז ליידער נאך אלטס נישט בעסער מען האט אים פשוט אהיים געברענגט פון שפיטאל ווייל דארט קען מען אים נישט באהאנדלען ווי מען וויל
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:22 pm

אמביציע האט געשריבן:האט מען ארום געשפילט מיטן ציבור נעכטן?? די מצב איז געווען אזוי געפערליך און דא א טאג דערנאך, אינדערהיים. עפעס שטימט נישט דא

אהיימגיין פון שפיטאל מיינט נישט גארנישט...
ליידער איז דא מענטשן וואס גייען אהיים פון שפיטאל ווייל ס'נישטא וואס צו טוהן... האפענטליך איז דאס נישט די קעיס דא!

ווי אויך אין אסאך פעלער ווען די מצב איז סטאביל און מ'קען עס הענדלען פון דערהיים איז א שאד יעדע מינוט עקסטער אונטער די ביוראקראטישע שפיטאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:30 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וואס פארא דריידליך - למשל - קען מען טוהן אויף צו פארלענגערן א מענטשן'ס לעבן? אינטערסאנט צו וויסן!

קודם כל זיך אפגעבן מיט א אידיש הארץ, שנית געשעט נישט קיין פלוצלינגע זאכן... איר זאלט עס נישט דארפן פארשטיין

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:33 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:מבית אדמו"ר הרה"צ מסאדיגורא שליט"א

סקולענער רבי זז"ג, האלט זיך פאר א סאדיגערער חסיד

מקור?
לפי ידיעתי איז זיין טאטע (אדער זיידע) געווען א תלמיד פונעם הייליגן שטעפינעשטער זצ"ל, און ער האלט זיך פאר א רוזין'ער חסיד, אבער קיינמאל געהערט ער זאל האבן עפעס ספעציעל מיט סאדיגורא.

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:36 pm

כפי ידיעתי האט סקולענער רבי ז''ל געמאכט דעם באקאנטן ניגון 'ימים על ימי מלך' לכבוד דעם כנסת מרדכי פון סאדיגורא זיידע פון כ''ק אדמו''ר מסא''ג שליט''א

זעהט אויס אז ער איז יא געווען א חסיד
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:39 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:מבית אדמו"ר הרה"צ מסאדיגורא שליט"א

סקולענער רבי זז"ג, האלט זיך פאר א סאדיגערער חסיד

מקור?
לפי ידיעתי איז זיין טאטע (אדער זיידע) געווען א תלמיד פונעם הייליגן שטעפינעשטער זצ"ל, און ער האלט זיך פאר א רוזין'ער חסיד, אבער קיינמאל געהערט ער זאל האבן עפעס ספעציעל מיט סאדיגורא.

א וודאי זיין טאטע. אבער נאך די פטירה פונעם שטעפנעשטער זצ"ל איז ער געוועהן א גאנצע חסיד פונעם פשעמישל סא"ג רבי דער כנסת מרדכי זצ"ל דער זיידע פון דער היינטיגער סא"ג זז"ג. און אזוי ווייטער ביים עקבי אבירים זצ"ל

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:42 pm

אמביציע האט געשריבן:האט מען ארום געשפילט מיטן ציבור נעכטן?? די מצב איז געווען אזוי געפערליך און דא א טאג דערנאך, אינדערהיים. עפעס שטימט נישט דא

זיין אינדערהיים מיינט גארנישט, טאהש'ער רבי איז אוועק אינדערהיים, ס"ה האט ער אינדערהיים בעסערע קעיר ווי אין שפיטאל וואו זיי קענען שוין מילא גארנישט טוהן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:58 pm

SPUSMN האט געשריבן:אויב זיי רעכענען זיך שוין נישט מיט מנהיגי ישראל אויך, איז שוין צייט צו אויף שטעלען אייגענע שפיטעלער ווי מען וועט קענען באהאנדלען חולאים ווי אידען.


מיר האט לעצטנ'ס געזאגט איינער די שעדליכקייט פון ארץ ישראל'דיגע שפיטעלער
איך האב נישט געוויסט אז אמעריקנע זענען אויך נישט גוט
אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:22 pm

אינעם תהלים׳ל נועם אליעזר ברענגט ער אראפ א שיינע פאר מאל דברי תורה וואס ער האט געהערט פון ר׳ מש׳׳י מסאדיגורא, פונעם בוהוש׳ן רבי׳ן און פונעם פאשקאן׳עם רבין וועלכע זענען אלע דריי געווען ריזינע אייניקלעך.
איך קען נישט די נעמען פון די ספרים ווער איז ווער לאז איך דאס פאר אנדערע

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:26 pm

) דער סא׳׳ג רבי וואס איז לעצטנס אוועק איז בעל עקבי אבירים ?
ב) זיין טאטע איז געווען רבי מרדכי שלום יוסף (כנסת מרדכי) ?
אדער איז דא נאך א דור אינצווישן ?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:30 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:) דער סא׳׳ג רבי וואס איז לעצטנס אוועק איז בעל עקבי אבירים ?
ב) זיין טאטע איז געווען רבי מרדכי שלום יוסף (כנסת מרדכי) ?
אדער איז דא נאך א דור אינצווישן ?

א) יא.
ב) יא

וכך הוא סדר הדורות בן אחר בן
האדמו"ר שליט"א
ר' אברהם יעקב עקבי אבירים
ר' מרדכי שלום יוסף כנסת מרדכי
ר' אהרן קדושת אהרן [אחי ר' אברהם יעקב האביר יעקב]
ר' ישראל אור ישראל
ר' אברהם יעקב אדמוה"ז
אור ישראל מריז'ין
ולמעב"ק

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:40 pm

806009380_187887.jpg
806009380_187887.jpg (94.09 KiB) געזעהן 2013 מאל

היינט פארטאגס
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:52 pm

ייש׳׳כ

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:02 pm

אפדעיט סקולען: במשך היינטיגן טאג זענען אראפגעקומען צום רבין שליט''א פארשידענע גרוסע דאקטורים וואס צו טון די ווייטערדיגע שריט וויאזוי צו באהאנדלן דעם רבינ'ס שליט''א שווערע מצב
טייערע אידן! לא עת לחשות!! מען בעט דעם עולם צו ווייטער מרבה זיין בתפלה און זאגן תהילים פאר מרן רבינו ישראל אברהם בן שינא רחל לרפו״ש בתוך שאר חולי ישראל

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:04 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20190205_200428_472.jpg
IMG_20190205_200428_472.jpg (115.63 KiB) געזעהן 1904 מאל

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך פאברואר 06, 2019 5:01 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:מבית אדמו"ר הרה"צ מסאדיגורא שליט"א

סקולענער רבי זז"ג, האלט זיך פאר א סאדיגערער חסיד

מקור?
לפי ידיעתי איז זיין טאטע (אדער זיידע) געווען א תלמיד פונעם הייליגן שטעפינעשטער זצ"ל, און ער האלט זיך פאר א רוזין'ער חסיד, אבער קיינמאל געהערט ער זאל האבן עפעס ספעציעל מיט סאדיגורא.

שמעתי מנכד, שבחיי בעל עקבי אבירים היה הרבי שולח כל שנה לפני ימים נוראים שליח להזכיר את עצמו אצל הסאדיגערער.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:00 am

קדוש ונורא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אויב זיי רעכענען זיך שוין נישט מיט מנהיגי ישראל אויך, איז שוין צייט צו אויף שטעלען אייגענע שפיטעלער ווי מען וועט קענען באהאנדלען חולאים ווי אידען.


מיר האט לעצטנ'ס געזאגט איינער די שעדליכקייט פון ארץ ישראל'דיגע שפיטעלער
איך האב נישט געוויסט אז אמעריקנע זענען אויך נישט גוט
אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים!

וואס איז מיט די "בעסטע העלטקעיר אין די וועלט"?
אמר החכם "זשורנאליזם מיינט פאבליצירן דאס וואס איינער וויל נישט זאל זיין פאבליצירט, אלעס אנדערש איז פאבליק רילעשאן".

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:35 am

בעריש'ל האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:אויב זיי רעכענען זיך שוין נישט מיט מנהיגי ישראל אויך, איז שוין צייט צו אויף שטעלען אייגענע שפיטעלער ווי מען וועט קענען באהאנדלען חולאים ווי אידען.


מיר האט לעצטנ'ס געזאגט איינער די שעדליכקייט פון ארץ ישראל'דיגע שפיטעלער
איך האב נישט געוויסט אז אמעריקנע זענען אויך נישט גוט
אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים!

וואס איז מיט די "בעסטע העלטקעיר אין די וועלט"?

רעדסט פון אלטע אידן, איא?! די גאנצע וועלט איז אייניג ארג ביי די מיינונג אז מען ברויך פון די מענטשן פטור ווערן ווי נאר מען קען.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:46 am

איך וויל וויסען וואס עס איז דער מצב ביי דעם צדיק נישט דיין מייננונג איבער שפיטעלער און דאקטוירים
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21178
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:57 am

געשיקטער האט געשריבן:איך וויל וויסען וואס עס איז דער מצב ביי דעם צדיק נישט דיין מייננונג איבער שפיטעלער און דאקטוירים

איר ווייסט דען נישט?

מ'דארף מעורר רחמים זיין, לערנען דאווענען און טאן מצוות לזכות פון דעם שריד דור הישן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:11 pm

געשיקטער האט געשריבן:איך וויל וויסען וואס עס איז דער מצב ביי דעם צדיק נישט דיין מייננונג איבער שפיטעלער און דאקטוירים

כ'מיין נישט דייקא אייך, סתם אזוי גוט צו וויסן אז עס איז זייער נישט עטיש [און צומאל אפי' אומלעגאל] צו גריבלן אין די פונקטליכע מצב הבריאות פון א צווייטן, דאס איז א פריוואטקייט וואס יעדע מענטש פארדינט אפי' א רבי... דאס איז שוין חוץ די פאקט אז עס מאכט נישט אויס כי הוא זה לגבי מתפלל זיין. אויף דעם איז גענוג צו הערן באופן כללי אז די מצב איז שווער און איז זקוק לתפלת הרבים.

וכעין ששמעתי מאנשים זקנים וואס האבן מיטגעלעבט אין די צייטן וואס מרן מ'סאקמיר זי"ע איז נישט געווען געזונט והוא מחולל מפשעינו, אז דער ציבור האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן קיין דעטאלן! דעם רבינס געזונט איינציילהייטן איז געווען א מיליטערישע סוד. דעם פרייטאג צונאכטס ווען דער רבי האט געליטן דעם סטראק האט מען בסה"כ געלאזט וויסן אין ביהמ"ד אז דער רבי שפירט נישט גוט מען זאל נישט ווארטן. אזוי איז די גאנצע צייט געקומען מעסעטשעס וואס איז אלץ געווען נאר איבער דעם מצב בכלליות. אמאל האט מען געזאגט אז די מצב איז בעסער און אמאל געזאגט אז מען דארף גרויס רחמים. אפגרעדט אז דער רבי איז געווען סגור ומסוגר אז כמעט קיינער זאל נישט קענען 'זעהן' דעם מצב.

היינט איז א וועלט וואס מ'האט נישט דאס ביסעלע אנשיות צו רעספעקטירן דעם נאטירליכן פריוואטקייט וואס יעדע פשוטע מענטש האט. בתקוה להבנה.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:23 pm

ס׳דא װאס האלטן פארקערט אז אױב מ׳בעט דעם ציבור אײנצירײסען אין זאגן תהילים האט די ציבור רעכט צו װיסען אײנצלהײטען אין אז דער עולם װײסט אײנצלהײטען איז מען מער מתפלל אין גראדע איז דאס די מהלך יעצט אין סקולען אז די פובליק זאל װיסען די מצב װי מער אין דאס איז די סיבה פ״װ מ׳האט ארײנגעברענגט די רבי זז״ג 2 װאכן צוריק מצ״ש פ׳ בשלח אז די עולם זאל קלאהר זעהן אז די מצב איז נישט קײן מאנקי ביזנעס

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:29 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:איך וויל וויסען וואס עס איז דער מצב ביי דעם צדיק נישט דיין מייננונג איבער שפיטעלער און דאקטוירים

כ'מיין נישט דייקא אייך, סתם אזוי גוט צו וויסן אז עס איז זייער נישט עטיש [און צומאל אפי' אומלעגאל] צו גריבלן אין די פונקטליכע מצב הבריאות פון א צווייטן, דאס איז א פריוואטקייט וואס יעדע מענטש פארדינט אפי' א רבי... דאס איז שוין חוץ די פאקט אז עס מאכט נישט אויס כי הוא זה לגבי מתפלל זיין. אויף דעם איז גענוג צו הערן באופן כללי אז די מצב איז שווער און איז זקוק לתפלת הרבים.

וכעין ששמעתי מאנשים זקנים וואס האבן מיטגעלעבט אין די צייטן וואס מרן מ'סאקמיר זי"ע איז נישט געווען געזונט והוא מחולל מפשעינו, אז דער ציבור האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן קיין דעטאלן! דעם רבינס געזונט איינציילהייטן איז געווען א מיליטערישע סוד. דעם פרייטאג צונאכטס ווען דער רבי האט געליטן דעם סטראק האט מען בסה"כ געלאזט וויסן אין ביהמ"ד אז דער רבי שפירט נישט גוט מען זאל נישט ווארטן. אזוי איז די גאנצע צייט געקומען מעסעטשעס וואס איז אלץ געווען נאר איבער דעם מצב בכלליות. אמאל האט מען געזאגט אז די מצב איז בעסער און אמאל געזאגט אז מען דארף גרויס רחמים. אפגרעדט אז דער רבי איז געווען סגור ומסוגר אז כמעט קיינער זאל נישט קענען 'זעהן' דעם מצב.

היינט איז א וועלט וואס מ'האט נישט דאס ביסעלע אנשיות צו רעספעקטירן דעם נאטירליכן פריוואטקייט וואס יעדע פשוטע מענטש האט. בתקוה להבנה.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
יישר כח פאר די אויפריכטיגע ווערטער, שטארקע נקודה למחשבה.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:43 pm

abeg האט געשריבן:ס׳דא װאס האלטן פארקערט אז אױב מ׳בעט דעם ציבור אײנצירײסען אין זאגן תהילים האט די ציבור רעכט צו װיסען אײנצלהײטען אין אז דער עולם װײסט אײנצלהײטען איז מען מער מתפלל אין גראדע איז דאס די מהלך יעצט אין סקולען אז די פובליק זאל װיסען די מצב װי מער אין דאס איז די סיבה פ״װ מ׳האט ארײנגעברענגט די רבי זז״ג 2 װאכן צוריק מצ״ש פ׳ בשלח אז די עולם זאל קלאהר זעהן אז די מצב איז נישט קײן מאנקי ביזנעס

איי סטראנגלי דיסעגרי! אז די ווילסט נישט מתפלל זיין סא-בי-איט, עס גיבט דיר נישט קיין שום רעכטן אריינצוטרעטן ווי די באלאנגסט נישט.

ס'דא וואס מאכן דעם זעלבן טעות ביי צדקה, און קלערן אז היות מען בעט אים געלט פאר א צוועק באקומט ער א רעכט צו גריבלן אין יענעמס פראבלעם'ן [דאס דארף איך אייך נישט זאגן אז די געבן נישטאמאל קיין געלט צום סוף, נאר אומגעבעטענע עצות..] אז די ווילסט נישט געבן, געב נישט ווער האט דיר געגעבן רשות צו טאנצן אין יענעמ'ס בלוט?!

פארשטייט זיך אז דער נצרך וויל ארויסגעבן די גאנצע מצב מיטן האפפענוג אז יענער זאל געבן מער, איז דאס זיין טשויס. און די זעלבע איז אמת דא, וויפיל די משפחה וויל מפרסם זיין איז דאס זייער רעכט. אבער מער פון דעם איז איבערגעגאנן א רויטן שטריך.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:46 pm

א בריסקע נוסח:
ווען דער בריסקער רב ר' וועלוועלה איז נישט געזונט געוועהן בערוב ימיו תשי"ט, אויב איינער האט געפרעגט זיינע קינדער זצוק"ל ויבלח"ט "וואס מאכט דעם רב"? "וואס איז די מצב פון רב"? האבן זיי ריאגירט:
"איר זענט א דאקטער"?
ונפטרו לשלום...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, בבל, גאפל, לעגאו מענטשעלע, משמש, פוילישער קארגער, קרייסלער, שטארקע חסיד, שטילער און 36 געסט