כ"ק אדמור מסקולען שליט"א מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפ"ש

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:55 am

אבן יקרה האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:א בריסקע נוסח:
ווען דער בריסקער רב ר' וועלוועלה איז נישט געזונט געוועהן בערוב ימיו תשי"ט, אויב איינער האט געפרעגט זיינע קינדער זצוק"ל ויבלח"ט "וואס מאכט דעם רב"? "וואס איז די מצב פון רב"? האבן זיי ריאגירט:
"איר זענט א דאקטער"?
ונפטרו לשלום...

קינדער און אייניקלעך מעגן יא וויסן די מצב, אדער נאר דער וואס איז זיך מטפל מיט'ן חולה?
ס'איז א נארמאלע זאך מ'זאל זיך אינטערעסירן אויף די מצב פון א באקאנטן ובפרט טאמער האלט מען יענעם אלץ איינער שהדור נשען עליו. קיינער פרעגט נישט וויפול מאל מ'האט געטוישט די בגדים; מ'וויל וויסן כללית'דיגע זאכן

גערעכט

איך פארשטיי נישט וואס האט אייניקלעך מיט וויסן די מצב ווי עס האלט. זיי קענען עפעס העלפן? זיי קענען עפעס זאגן א מיינונג?
ס'איז דא א מאל עוואקסענע אייניקלעך וואס קענען טאקע העלפן איז לברכה, דאס איז זייער ויכטיג. אבער סתם אלט זיך אינטראסירן, מהיכי תיתי?
ווען איך בין געוועהן א בחור'ל און מיין זיידע איז געוועהן על ערש דווי ל"ע, האב איך נישט געוואוסט פון וואס ליידט ער, און וואס זאגן די דאקטוירים אא"וו. איך האב נאר געוואוסט אז די מצב איז נישט גוט, און מ'דארף דערמאנען זיין נאמען אין תהלים זאגן. די עלטערן מיט אלע ברידערס האבן זיך געהאנדלט אין די מעדיצענישע חלק, עצה נעמען ביי דעם און יענעם, מזכיר זיין ביי צדיקים, אבער ס'איז נישט געוועהן עולה על הדעת אז די אייניקלעך דארפן זיין א חלק מיט די מעדיצענישע האנדולנגען.

גערעכט, כ'האלט אויך נישט אז אין די חדרים און ישיבות זאל מען אלעס פונקטליך זאגן וואס די מצב איז...
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:06 pm

גרינע האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:א בריסקע נוסח:
ווען דער בריסקער רב ר' וועלוועלה איז נישט געזונט געוועהן בערוב ימיו תשי"ט, אויב איינער האט געפרעגט זיינע קינדער זצוק"ל ויבלח"ט "וואס מאכט דעם רב"? "וואס איז די מצב פון רב"? האבן זיי ריאגירט:
"איר זענט א דאקטער"?
ונפטרו לשלום...

קינדער און אייניקלעך מעגן יא וויסן די מצב, אדער נאר דער וואס איז זיך מטפל מיט'ן חולה?
ס'איז א נארמאלע זאך מ'זאל זיך אינטערעסירן אויף די מצב פון א באקאנטן ובפרט טאמער האלט מען יענעם אלץ איינער שהדור נשען עליו. קיינער פרעגט נישט וויפול מאל מ'האט געטוישט די בגדים; מ'וויל וויסן כללית'דיגע זאכן

גערעכט

איך פארשטיי נישט וואס האט אייניקלעך מיט וויסן די מצב ווי עס האלט. זיי קענען עפעס העלפן? זיי קענען עפעס זאגן א מיינונג?
ס'איז דא א מאל עוואקסענע אייניקלעך וואס קענען טאקע העלפן איז לברכה, דאס איז זייער ויכטיג. אבער סתם אלט זיך אינטראסירן, מהיכי תיתי?
ווען איך בין געוועהן א בחור'ל און מיין זיידע איז געוועהן על ערש דווי ל"ע, האב איך נישט געוואוסט פון וואס ליידט ער, און וואס זאגן די דאקטוירים אא"וו. איך האב נאר געוואוסט אז די מצב איז נישט גוט, און מ'דארף דערמאנען זיין נאמען אין תהלים זאגן. די עלטערן מיט אלע ברידערס האבן זיך געהאנדלט אין די מעדיצענישע חלק, עצה נעמען ביי דעם און יענעם, מזכיר זיין ביי צדיקים, אבער ס'איז נישט געוועהן עולה על הדעת אז די אייניקלעך דארפן זיין א חלק מיט די מעדיצענישע האנדולנגען.

גערעכט, כ'האלט אויך נישט אז אין די חדרים און ישיבות זאל מען אלעס פונקטליך זאגן וואס די מצב איז...

און אין אייוועלט דארף מען יא אלע וויסן? זיי קענען יא עפעס העלפן?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:22 pm

ווען די מצב ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי זצ"ל איז געווען ערנסט, האט מיר זייער געשטערט דאס אויספויקן דא ברבים אלע פרטי פרטים, כ'האב געשריבן דא עטליכע תגובות דערוועגן, און כ'האב אריינגעכאפט אין אישי אז איך האב נישט קיין אמונת צדיקים ( :roll: ), איצטערט ווען די מצב איז אזוי ביי דעם סקולענע רבי זאל זיין געזונט, א צדיק צו וועם איך פלעג פארן אסאך שטערט מיר נאך אלס ווען מ'שיקט מעסידזשעס מיט פריוואטע איפארמאציע, מוז זיין ס'לאו דוקא פארבינדן מיט אמונת צדיקים...

איך בין מעתיק די שמועס דארט, ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן יעדנס מהלך המחשבה:

שמואל בארג האט געשריבן:מיין קליינע מחאה'לע.

דער מנהג פון בארעדן עמיצנס געזונטהייט מצב ברבים בפרטי פרטים, איז כפי המונח בזכרוני נישט געווען ביז ממש לעצטנס, כ'מיין אז דער געדאנק איז אריבערגעפלאסן פון די איזראעלישע לשה"ר סייטס (אריין אין ברוקלין של קודש אשכול, אר"י ווס אמעריקא טענה'ריי...), און ס'איז נישט משנה צו מען איז א פובליק פיגור.

ובזה יצאתי חובתי (ווער האט אייך געפרעגט?) ועוד חזון ל(חול ה)מועד.


אין אישי האט געשריבן:
עס האט נישט מיט אמעריקע אדער ארץ ישראל סבלאנגט אין דער אינטערנעט אשכול



רבניש האט געשריבן:הערט אויס. גערעד האט מען אייביג! נאר נישט בעת די רגעים וואס די זאך פאסירט.

סקומט ווייטער פון דעם וואס די וועלט ווערט פארגעשריטן מיט טעכענאלגיע, און אינפארמאציע גרייכט זייער שנעל און רגעים צו איר דענסטינאציע, אז נישטא וועט איר זיך באגענען דערמיט אויף אן אנדער מקום, און אויב נישט אויף אן אנדער מקום, וועט איר עס הערן אויף די קול מבשר בליץ נייעס.

אלזא דאס איז דע פאקטא וועלט אין וואס איר לעבט...

איר ווילט עס טוישן?

איר קענט!

וויאזוי?

נאר פאר זיך!

ווייל די וועלט פארט נאר מיט א גאלאפ ווייטער פאראויס, און הארכט נישט צו צו אייערע מחאה׳לעך....

למשל: מיך שמעקט ווען צו פארן מיט א שיינע קארעטע צוגעשפאנט מיט 4 הערליכע ווייסע פערד דערצו מיט א 7 נאפט לעמפ הענגן ארויס דערפון און שמייסן אויפן טראוועי, דאס געלט דערפאר האב איך. אבער איר זאגט מיר מיט שיינעם: רבניש איך הער עס גליסט אייך א קארעטע, אבער ניין! היינט פארט מען מיט אן אדדאסי.!

אלזא ווילט איר נישט מיטהאלטן האט איר די ברירה נישט צו ליינען, אדער אינגאנצן אויסמיידן צוטירט צו וועב זייטליך.


חיימ'ל האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער איר האט נישט קיין אמונת צדיקים. מ'רעדט נישט דא פון 'עמיצנס געזונטהייט'... מ'רעדט פון א רבן של ישראל ווואס פילע אידן זענען מקושר אין אים ברוחניות, און ווען דער רבי איז ח"ו נישט געזונט זענען די אידן אויך נישט געזונט, בבחינת 'ואת חליינו הוא נשא'. ס'איז א צרת רבים!

מ'האט שוין געהאקט


רבניש האט געשריבן:
און כוועל צולייגן אביסל קאממען סענס.
נאר די רבי זאל זיין געזונט האט אלע יארן געברויכט אויסהערן אלע צרות ישראל מיט אלע דעטאלן פון חולאים פונקטליך יעדע ריר?

און דורכן באקומען ברכת קודש האט מען געהאט ישועות.

יעצט ווען די רבי איז אין א מצב פון קריטיש, וויל דער כלל ישראל אויסהערן יעדע ריר און יעדן שינוי לטובה מיט אלע דעטאלן פונקטליך.!

און דורך די תפילת קודש ותפילת דרבים וויל מען הערן ישועות פארן רבין און גוטע נייעס.


מומחה יוחס האט געשריבן:גערעכט גערעכט
מיר דארפן וויסען דער מצב פין דער רבי'ן
ווייל מיר אלע זענען זעהר באזארגט פין דער מצב הבריאות פין א מנהיג ישראל א גרויסע איד
וואס דער וועלט בעדארף איהם האבן


יידישע קהילות האט געשריבן:מ'דארף נישט וויסן דער מצב (ליידער ווייסט מען צו גוט, די פרטים זענען נישט אזוי וויכטיג) מ'דארף זאגן תהלים.


שמואל בארג האט געשריבן:איך פארשטיי אז דער עולם איז גאר שטארק נייגעריג וואס די מצב איז, ובפרט חסידיו ומעריציו וואס זענען אדוק ומקושר שוין רבות בשנים, אבער הארכט מיר צו, מה דעלך סאני לחברך לא תעביד, קיינער האט נישט ליב ווען זיין פריוואטע לעבן ווערט אויסגעפראקט און צושמירט אויף פיצי פיצלעך, און אפילו א רבן של ישראל פארדינט אויך די מינדעסטע מענטשליכע פריוואטקייט.

ווען מען זאגט די מצב איז ערענסט, ווי איידער צו זיין פארנומען ביז וויפיל אינטשעס דער טרעיק איז אריינגעשטעקט, און אויף וועלכע אופן מען רייניגט די בלוט, נעם א תהלים'ל און זאג אפאר קאפיטלעך מיט א השתפכות הנפש.

'רבניש' קאמאן סענס, צום רבי'ן איז מען אריין פריוואט זיך אויסוויינען, און דער רבי האט דאס נישט איבערפארציילט ביים כל נדרי דרשה צו מעורר זיין דעם עולם, איצטערט גיבט אפ דעם רבי'ן די כבוד.

איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם פארשטייט נישט.


חיימ'ל האט געשריבן:לדעתי איז דא צוויי סיבות פארוואס געוויסע ווילן נישט מ'זאל שרייבן דעטאלן פון דעם רבינ'ס געזונט. איינס, אויב איינער איז בר מצוה געווארן שוין נאך כ"ו אב תשל"ט איז פארשטענדליך אויב ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט אז מ'לעבט מיט א רבי'ן און ווען די רבי איז אים אזא מצב וויל מען וויסן א יעדער דעטאל אזוי ווי ס'וואלט געווען זייערס א נאנטע, ער וועט דאס אנקוקן ווי משוגע ווייל ס'איז שוין נישט געווען אין זיינע צייטן (האפנטליך נישט קיין קנאה...)
די צווייטע סיבה איז אז ער קען דאס פשוט נישט פארנעמען. געוויסע פארנעמען נישט ווען מ'דיסקאסירט מעדיצינשע ענינים און ס'נעמט זיי אוועק דאס רואיגקייט בלשון המעטה.

ווייסט וואס? אפשר זענען זיי גערעכט. איך ווייס נישט.


נאך א טענה'ריי אין אישי האט מיר איינער דאס געשריבן:

אישי האט געשריבן:דו האסט נישט קיין אמונת צדיקים.

עפען א מאור ושמש אדער אן עבודת ישראל וכו' וכו' וועסטו האפנטליך אביסל פארשטיין וואס דאס מיינט אמונת צדיקים. ביים זיך באציען צו א רבינ'ס מצב ווי 'עמיצנ'ס געזונטהייט' זעט מען גלייך אז דא איז נישט דא קיין מאור ושמש און נישט קיין באר מים חיים, און אויב ס'געפעלט דיר נישט איז בלייב טאקע א ליטוואק אדער אן אויבערלענדישע. זיי האבן אויכט ערליכע אידן.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:43 pm

ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו וויסן די מצב פון א גרויסע איד וואס איז אטעמאטיש א פאבליק פיגור

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:45 pm

עס איז א גרויסע חילוק די וועג וויאזוי מען האט גערעדט ביי וויזשניץ דארט האט מען אויפן אפציעלן ליין גערעדט פון די קישקע און די לונגען, און יעדע ריר און דעטאל, מש"כ דא קען איך נאר זאגן וואס מען הערט אויפן ליין, מען רעדט דארט נאר בכלליות, למשל די רבי גייט אריבער א פראצעדור, דאקטוירים גייען קומען, וכדומה, ווייט פון בפרטיות, ממילא און דעם זעה נישט קיין שום פראבלעם, עס איז נארמאל צו זאגן, אז "די רבי גייט אריבער א פראצעדור און מען דארף מתפלל זיין" אדער זאגן "די מצב איז ליידער נישט גיט די רבי איז פארשלאפט" איך מיין אז מען רעדט זייער נארמאל
קען זיין אז בפרטיות, זענען דא מענטשן וואס קוועטשן זיך אריין ווי מען דארף נישט, אויב אזוי איז די נושא נישט נוגע צו דעם אשכול, נאר מען קען עפענען א באזינדערן אשכול דן צו זיין וועגן די פראבלעם, וואס איז נוגע איבעראל, אונז איז נאר נוגע אויב אפציעל רעדט מען פון זאכן וואס איז נישט שיין,
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:53 pm

#אישו פון א טישו.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:57 pm

טיפיקל אייוועלט סינדראם צו אנפילן בלעטער מיט מינדערוויכטיגע פייטס.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3099
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:48 pm

אויב ווילן זיי אז מ'זאל נישט רעדן, זאלן זיי הענגן א צעטל נעבן ארון קודש ביים בעל תפילה'ס שטענדער נא להתפלל... אויב עס גייען ארום ראבא-קאללס, עס ווערן געהאנגן פלאקאטן אויף די גאסן דאן איז דאס א נייעס ארטיקל. אויב מ'בעט אז רבנים רבי'ס און קהילות זאלן שרייבן העתירו אל ה' צעטלעך, איז דאס א אינדארסירונג קאמפיין. קאמפיינס האבן א רעכט צו ווערן אויסג'פארשט.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:53 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אויב ווילן זיי אז מ'זאל נישט רעדן, זאלן זיי הענגן א צעטל נעבן ארון קודש ביים בעל תפילה'ס שטענדער נא להתפלל... אויב עס גייען ארום ראבא-קאללס, עס ווערן געהאנגן פלאקאטן אויף די גאסן דאן איז דאס א נייעס ארטיקל. אויב מ'בעט אז רבנים רבי'ס און קהילות זאלן שרייבן העתירו אל ה' צעטלעך, איז דאס א אינדארסירונג קאמפיין. קאמפיינס האבן א רעכט צו ווערן אויסג'פארשט.

;l;p- ;l;p-

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:03 pm

אין וויזשניץ איז די נייעס "אפציעל" איבערגעגעבן געווארן דורך די רביס זון (כהיום אדמו"ר ממאנסי), פונקטליך די בלוט טעסטן וכו'. די רבי זצ"ל אליינס פלעגט כסדר דערציילן זיינע פריוואטע געזונטהייט ענינים אפילו ווען מען פלעגט וועלן באהאלטן אביסל. און זיינע קינדער האבן געהאלטן אז די חסידים זענען אינטייטעלט צו וויסן פונקטליך וואס טוט זיך מיט זייער רבי.
און פאר די זעלבע סיבה האט מען אריינגעלאזט די חסידים אין שפיטאל אויך, שעות פאר יציאת נשמה (בערך 3 AM) איז געווען א שורה פון איבער 50 אידן וואס זענען געקומען זיך געזעגענען - און מען האט יעדעם אריינגעלאזט.

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:48 pm

רבותי געניג געווען מיט די שמועסערייען יעצט דארף מען מתפלל זיין! היינט איז באשטימט דורך די קינדער פון רבין אלטס א יום תפלה ביטע נעמט ארויס א תהלים און זייט מתפלל!!!
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג פאברואר 08, 2019 8:35 am

די רבי זז׳ג איז די נאכט אפגעפירט געװארן צו א שפיטאל אין באלטימאר װי ער װעט באהאנדלט װערן די קימענדיגע טעג

מתוקים
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » פרייטאג פאברואר 08, 2019 9:17 am

ויציב ונכון האט געשריבן:רבותי געניג געווען מיט די שמועסערייען יעצט דארף מען מתפלל זיין! היינט איז באשטימט דורך די קינדער פון רבין אלטס א יום תפלה ביטע נעמט ארויס א תהלים און זייט מתפלל!!!


קען איינער ברענגען עפעס אויסצודן פון די נעכטיגע אסיפה ?
די הוק-אפ איז געווען אביסל אומקלאר

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:45 am

א האלבע באריכט
עס האט גערעדט ר שמואל מרדכי מיט איינער הרב שנעבאלג ר שמואל מרדכי האט געזאגט אז די עיקר פראבלעם וואס איז יעצט דא איז אז די רבי איז פארשלאפט, אויך האט ער פארציילט א מעשה פלא איבער א קמיע וואס די רבי האט שוין געבעטן 8 יאר צוריק צו שרייבן נאך די באזיך אין לאנדאן ביי ר אלחנן האלפערין און עס האט זיך פארלוירן אפאר מאל און די וואך האט מען עס באופן פלא געטראפן און די חידוש איז אז די קמיע איז עפעס מיט פרשת תרומה
ווער עס ווייסט זאכן קלארער איז מכובד אריינצוקומען איך שרייב נאר די האלבע ווערטער וואס איך האב געהערט
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

מתוקים
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » פרייטאג פאברואר 08, 2019 10:53 am

יישר כח
איינער מיט מער אינפא ביטע קומט אריין

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:09 pm

מתוקים האט געשריבן:יישר כח
איינער מיט מער אינפא ביטע קומט אריין

רבותי איר ווייסט געוויס אז איך בין נישט קיין מגזם, אבער וואס זאל איך זאגן - און דאס זענען געוויס אויך די געפיהל פון יעדן איינציגן פון די הונדערטער משתתפים ביי דעם עצרת תפלה - נאך די דרשות ווען מען האט אנגעהויבן דעם אמירת תהלים האט געהערשט אינעם גאנצן ביהמ"ד אן אויסערגעווענליכן התעוררות, אויף א פארנעם וואס איך נאך אין מיין לעבן נישט בייגעוואוינט אינמיטן יאר [ד.מ. נישט אין די הייליגע טעג], עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי פילע אידן שטייען און שרייען אויס זייער הארץ צום באשעפער מיט טרערן אין די אויגן, וואס איז זיכער אז דאס וועט שפאלטן הימלען און עושה רושם זיין לרפואת רבינו שליט"א, בקרוב אמן!

ווער עס קען זאל אויך אביסל איבערגעבן זיינע געפיהלן פון דעם מעמד הוד ונורא.

בר חכים
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

תגובהדורך בר חכים » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:13 pm

ביטע אין זין האבען ביים לעכט בענטשען
מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפש

מי זה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 11:48 am

תגובהדורך מי זה » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 2:35 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:א האלבע באריכט
עס האט גערעדט ר שמואל מרדכי מיט איינער הרב שנעבאלג ר שמואל מרדכי האט געזאגט אז די עיקר פראבלעם וואס איז יעצט דא איז אז די רבי איז פארשלאפט, אויך האט ער פארציילט א מעשה פלא איבער א קמיע וואס די רבי האט שוין געבעטן 8 יאר צוריק צו שרייבן נאך די באזיך אין לאנדאן ביי ר אלחנן האלפערין און עס האט זיך פארלוירן אפאר מאל און די וואך האט מען עס באופן פלא געטראפן און די חידוש איז אז די קמיע איז עפעס מיט פרשת תרומה
ווער עס ווייסט זאכן קלארער איז מכובד אריינצוקומען איך שרייב נאר די האלבע ווערטער וואס איך האב געהערט


ס'שטייט פון צדיקים אז 'תרומה' איז גימטריא 'רפא שלם' און ווען מ'לייגט צו שם הוי"ה ווערט עס 'רפואה שלימה'.
און ס'איז מרומז און רש"' 'לי לשמי'.
כ'האב נישט געזען די קמיע אבער דאס האב איך יא געהערט אז ס'איז געשטעלט לויט דעם ווארט.

עשר קדושות-בשם הרה''ק רבי צבי מזידיטשויב-עמ' נה-רפואה שלימה.png
עשר קדושות-בשם הרה''ק רבי צבי מזידיטשויב-עמ' נה-רפואה שלימה.png (235.02 KiB) געזעהן 2554 מאל
דברי מאיר-בשם הרה''ק רבי מאיר מפרמישלאן-רפואה שלימה-עמ' ל-1.png
דברי מאיר-בשם הרה''ק רבי מאיר מפרמישלאן-רפואה שלימה-עמ' ל-1.png (24.92 KiB) געזעהן 2554 מאל
דברי מאיר-בשם הרה''ק רבי מאיר מפרמישלאן-רפואה שלימה-עמ' ל-2.png
דברי מאיר-בשם הרה''ק רבי מאיר מפרמישלאן-רפואה שלימה-עמ' ל-2.png (35.65 KiB) געזעהן 2554 מאל

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 11:02 pm

וועלכע האספיטעל אין באלטימור האפקין'ס אדער יוניווערסעטי?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 11:08 pm

דורכאויס דעם גאנצן שב"ק האט געהערשט א געוואלדיגן ערנסטקייט בבית מדרשנו אין בארא פארק, וואו מיר האבן אויך געהאט די זכי' אז הרה"צ ר' ישעי' יעקב שליט"א איז געווען דא אויף שב"ק און געפראוועט די תפלות און שירות ותשבחות, וואס איז פארגעקומען אויפ'ן אריגינעלן סקולענעם פארנעם בזעיר אנפין, און האט מעורר געווען דעם צבור נישט נאכצולאזן פון ווייטער איינרייסן מיט תפלות און קבלת טובות לרפואתו השלימה והמהירה פון מרן רבינו ישראל אברהם בן שינא רחל.
היינט ביי קריאת התורה האט הרה"צ שליט"א עולה געווען און דערנאך בקול מעורר רחמים געמאכט דעם מי שבירך לרפואתו השלימה והמהירה פון רבינו שליט"א, און נאך די ברכות ההפטרה האט ער מיט א קול חוצב להבות אש געמאכט דעם מי שבירך פון תוס' יו"ט זי"ע פאר די וועלכע רעדן נישט ביים דאווענען.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 11:12 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:וועלכע האספיטעל אין באלטימור האפקין'ס אדער יוניווערסעטי?

John Hopkins

שם התלמוד
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 3:52 pm

תגובהדורך שם התלמוד » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:27 am

יידישע קהילות האט געשריבן:אויב ווילן זיי אז מ'זאל נישט רעדן, זאלן זיי הענגן א צעטל נעבן ארון קודש ביים בעל תפילה'ס שטענדער נא להתפלל... אויב עס גייען ארום ראבא-קאללס, עס ווערן געהאנגן פלאקאטן אויף די גאסן דאן איז דאס א נייעס ארטיקל. אויב מ'בעט אז רבנים רבי'ס און קהילות זאלן שרייבן העתירו אל ה' צעטלעך, איז דאס א אינדארסירונג קאמפיין. קאמפיינס האבן א רעכט צו ווערן אויסג'פארשט.

איך וויל אביסל ענטפערן א נקודה עס קען זיין אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט א חלק אדער גאר די גאנצע וואס איך שרייב איך״כל וועל איך שרייבן
דאס וואס די ברענגסט ארויס פון די ראבא קאלס טראכט איין מינוי ווער שיקט די קאלס? איז עס קהל נצח ישראל סקולען? די משמשים? די שטוב מענטשען? ניין דאס איז א פריוואטע איד וואס וויל מען זאל מתפלל זיין צאלט ער פאר די קאלס
איז אז איינער מאכט מצב דארף די שטוב מענטשען אדער די קינדער נאך נישט אלע קליינע פרטים מפרסם זיין.
און דעס וואס מען האט אויוון ארויס געברענגט אז די שטוב מענטשען מיט די קינדער האבן גענומען א מהלך אלעס צו זאגן איז נאר ווייל היינט מיט די סאשעל מידיע און מעססעדזעס וואס פארט ארום צו די גאנצע וועלט אין א רגע ממילא זאגט די מצב כדי עס זאל נישט וערן פאלשע מעשיות דערפאר זאגן זיי נאר וויפיל עס פעלט אויס
כנלע״ד

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:50 pm

Due to a complication in the condition, The Rebbe Shlite was admitted overnight into the ICU for further treatment.

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג פאברואר 10, 2019 4:34 pm

בילדער פונעם עצרת אין ב"פ
https://www.boropark24.com/skulener-reb ... treatment/

מחאה
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » זונטאג פאברואר 10, 2019 5:37 pm

איך מיין אז מען זאל עפענען א אשכול ווי מען זאל זיך טענה'ן איבער דעם אויב מען זאל אלעס מפרסם זיין, און נאך א אשכול איבער די עצרת, און דא זאל מען נאר רעדן איבער די מצב הבריאות, יעדער זאל שרייבן וואס ער וויל און ווער עס וויל מוחה זיין זאל אהינגיין....
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שואל ומשיב און 18 געסט