כ"ק אדמור מסקולען שליט"א מרן ישראל אברהם בן שיינא רחל לרפ"ש

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:54 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:ס׳דא װאס האלטן פארקערט אז אױב מ׳בעט דעם ציבור אײנצירײסען אין זאגן תהילים האט די ציבור רעכט צו װיסען אײנצלהײטען אין אז דער עולם װײסט אײנצלהײטען איז מען מער מתפלל אין גראדע איז דאס די מהלך יעצט אין סקולען אז די פובליק זאל װיסען די מצב װי מער אין דאס איז די סיבה פ״װ מ׳האט ארײנגעברענגט די רבי זז״ג 2 װאכן צוריק מצ״ש פ׳ בשלח אז די עולם זאל קלאהר זעהן אז די מצב איז נישט קײן מאנקי ביזנעס

איי סטראנגלי דיסעגרי! אז די ווילסט נישט מתפלל זיין סא-בי-איט, עס גיבט דיר נישט קיין שום רעכטן אריינצוטרעטן ווי די באלאנגסט נישט.

ס'דא וואס מאכן דעם זעלבן טעות ביי צדקה, און קלערן אז היות מען בעט אים געלט פאר א צוועק באקומט ער א רעכט צו גריבלן אין יענעמס פראבלעם'ן [דאס דארף איך אייך נישט זאגן אז די געבן נישטאמאל קיין געלט צום סוף, נאר אומגעבעטענע עצות..] אז די ווילסט נישט געבן, געב נישט ווער האט דיר געגעבן רשות צו טאנצן אין יענעמ'ס בלוט?!

פארשטייט זיך אז דער נצרך וויל ארויסגעבן די גאנצע מצב מיטן האפפענוג אז יענער זאל געבן מער, איז דאס זיין טשויס. און די זעלבע איז אמת דא, וויפיל די משפחה וויל מפרסם זיין איז דאס זייער רעכט. אבער מער פון דעם איז איבערגעגאנן א רויטן שטריך.

כ׳בין בכלל נישט ארײן אין דעם צו עס איז א נערמאלע זאך צו װיסען אײנצעלהײטען איך זאג נאר א פאקט אז סקולען האט גענימען די מהלך אז די עולם זאל יא װיסען װי מער אײנצעלהײטען אין דאס מאכט די עולם מער מתפלל זײן דאס איז דער מציעות

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:22 pm

איך בין אמאל געווען באזוכן און העלפן א יונגערמאן ע"ה וועלכער איז געווען אין א שווערן מצב ל"ע. און דער טאטע נ"י זיינער איז געווען דארט, האט ער זיך באקלאגט אז מענטשן קומען און פרעגן "וואס איז דער מצב" וכדומה, ענטפער איך - זאגט ער - פאר נייעס רוף קול מבשר, אז דו ווילסט קענסטו מתפלל זיין אהן צו וויסן פרטים. והבן
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:31 pm

רבותי איר פארקריכט דא אביסל...
קיינער האט נישט געבעטן דא מזאל אריינברעכן ביין רבין אין שטיב זען די מצב, און אויך נישט אנריפן די זין, מבעט צו ברענגען אינפארמיישן וואס דרייט זיך אין סקולען, און סאיז דא אינפארמיישן, אז זיי ווילן נישט זאלן זיי נישט ארויס געבן די מצב, אבער למעשה געט מען יא ארויס די מצב, וויל מען מזאל עס אהער ברענגן.
גאנץ פשוט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:58 pm

כבוד הרב לאזי א שאד אייער מי ליידער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:01 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:איך וויל וויסען וואס עס איז דער מצב ביי דעם צדיק נישט דיין מייננונג איבער שפיטעלער און דאקטוירים

כ'מיין נישט דייקא אייך, סתם אזוי גוט צו וויסן אז עס איז זייער נישט עטיש [און צומאל אפי' אומלעגאל] צו גריבלן אין די פונקטליכע מצב הבריאות פון א צווייטן, דאס איז א פריוואטקייט וואס יעדע מענטש פארדינט אפי' א רבי... דאס איז שוין חוץ די פאקט אז עס מאכט נישט אויס כי הוא זה לגבי מתפלל זיין. אויף דעם איז גענוג צו הערן באופן כללי אז די מצב איז שווער און איז זקוק לתפלת הרבים.

וכעין ששמעתי מאנשים זקנים וואס האבן מיטגעלעבט אין די צייטן וואס מרן מ'סאקמיר זי"ע איז נישט געווען געזונט והוא מחולל מפשעינו, אז דער ציבור האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן קיין דעטאלן! דעם רבינס געזונט איינציילהייטן איז געווען א מיליטערישע סוד. דעם פרייטאג צונאכטס ווען דער רבי האט געליטן דעם סטראק האט מען בסה"כ געלאזט וויסן אין ביהמ"ד אז דער רבי שפירט נישט גוט מען זאל נישט ווארטן. אזוי איז די גאנצע צייט געקומען מעסעטשעס וואס איז אלץ געווען נאר איבער דעם מצב בכלליות. אמאל האט מען געזאגט אז די מצב איז בעסער און אמאל געזאגט אז מען דארף גרויס רחמים. אפגרעדט אז דער רבי איז געווען סגור ומסוגר אז כמעט קיינער זאל נישט קענען 'זעהן' דעם מצב.

היינט איז א וועלט וואס מ'האט נישט דאס ביסעלע אנשיות צו רעספעקטירן דעם נאטירליכן פריוואטקייט וואס יעדע פשוטע מענטש האט. בתקוה להבנה.


יאפס,די רעבצעין זכרונה לברכה איז געווען די וואס האט געהאלטען די זאכען ווי א מיליטערישע סוד, זי האט געהיט אויפן רבין'ס כבוד, און קיינעם נישט געלאזט וויסען אדער רעדן.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:04 pm

לעצטענס איז נפטר געווארען גאר א טייערער איד אין קר"י וואס איז געווען א שטארקע מעורב בין הבריות און יעדער האט אים געקענט - האט אפילו א עקסטערע אשכול דא אויף אייוועלט, האט ער איין זון וואס ווען אימער איינער האט אים געפרעגט: וואס מאכט די טאטע? האט ער צירוק געפרעגט: וואס איז זיין מאמע'ס נאמען? ס'טיישט אז דו ווייסט נישט זיין מאמע'ס נאמען זאגסט נישט קיין תהילים פאר אים איז וואס דרייסטו א קאפ מיט וואס ער מאכט.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:09 pm

אלפאנס מען דארף זאגען תהילים, זאגען תהילים, און נאכאמאל זאגען תהילים ווען מען האט א פרייע מינוט, די אשכול דא מיט די קיבוץ גליות פון אלע צעטליך האט שוין באלד אזא פנים ווי להאא"ה די גוים שיקען ארויס א סטעטמעינט נאך יעדע געשיכטע: my thoughts and prayers are with the family יעדער מאכט זיכער אז ער האט געקאווארט א צעטיל און מען פארגעסט א רגע שפעטער.

אידן מען דארף זאגען תהילים, די דור רבי'ס ווערט נישט נאכאמאל באשאפן,

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:33 pm

א מודעה וואס מען האט געהאנגען אין ר' ישעי'לע קערעסטירער'ס הייליגען קוויטעל שטוב און ווי אויך ביים ציון הק' דאס מען זאל מתפלל זיין לרפואת דעם רבי'ן שליט"א לרופ"ש
צוגעלייגטע
קערעסטיר.PNG
קערעסטיר.PNG (206.59 KiB) געזעהן 3005 מאל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3020
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך פאברואר 06, 2019 4:29 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:די אשכול דא מיט די קיבוץ גליות פון אלע צעטליך האט שוין באלד אזא פנים ווי להאא"ה די גוים שיקען ארויס א סטעטמעינט נאך יעדע געשיכטע: my thoughts and prayers are with the family יעדער מאכט זיכער אז ער האט געקאווארט א צעטיל און מען פארגעסט א רגע שפעטער.

מאן יימר? אבי בארעדן כלל ישראל?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 4:32 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:אלפאנס מען דארף זאגען תהילים, זאגען תהילים, און נאכאמאל זאגען תהילים ווען מען האט א פרייע מינוט, די אשכול דא מיט די קיבוץ גליות פון אלע צעטליך האט שוין באלד אזא פנים ווי להאא"ה די גוים שיקען ארויס א סטעטמעינט נאך יעדע געשיכטע: my thoughts and prayers are with the family יעדער מאכט זיכער אז ער האט געקאווארט א צעטיל און מען פארגעסט א רגע שפעטער.

אידן מען דארף זאגען תהילים, די דור רבי'ס ווערט נישט נאכאמאל באשאפן,

נישט צו גלייבן אז וואס מ'וועט נאר טאן וועט זיין מענטשן וואס גייען עס אוועק מאכן

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:59 am

עצרת התעוררות היום יום חמישי בערב בביהמ"ד סקולען בארא פארק
עצרת התעוררות סקולען - תרומה תשע''ט.pdf
(99.79 KiB) דאונלאודעד 97 מאל

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:36 am

אמביציע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:אלפאנס מען דארף זאגען תהילים, זאגען תהילים, און נאכאמאל זאגען תהילים ווען מען האט א פרייע מינוט, די אשכול דא מיט די קיבוץ גליות פון אלע צעטליך האט שוין באלד אזא פנים ווי להאא"ה די גוים שיקען ארויס א סטעטמעינט נאך יעדע געשיכטע: my thoughts and prayers are with the family יעדער מאכט זיכער אז ער האט געקאווארט א צעטיל און מען פארגעסט א רגע שפעטער.

אידן מען דארף זאגען תהילים, די דור רבי'ס ווערט נישט נאכאמאל באשאפן,

נישט צו גלייבן אז וואס מ'וועט נאר טאן וועט זיין מענטשן וואס גייען עס אוועק מאכן

ער רעדט נישט פון דאס לייגן די צעטלעך, ער רעדט פון דאס אהערשטעלן א לאנגע ליסטע מיט צעטלעך נוסח טוויטער.
Innocent until proven Republican

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:57 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:
געשיקטער האט געשריבן:איך וויל וויסען וואס עס איז דער מצב ביי דעם צדיק נישט דיין מייננונג איבער שפיטעלער און דאקטוירים

כ'מיין נישט דייקא אייך, סתם אזוי גוט צו וויסן אז עס איז זייער נישט עטיש [און צומאל אפי' אומלעגאל] צו גריבלן אין די פונקטליכע מצב הבריאות פון א צווייטן, דאס איז א פריוואטקייט וואס יעדע מענטש פארדינט אפי' א רבי... דאס איז שוין חוץ די פאקט אז עס מאכט נישט אויס כי הוא זה לגבי מתפלל זיין. אויף דעם איז גענוג צו הערן באופן כללי אז די מצב איז שווער און איז זקוק לתפלת הרבים.

וכעין ששמעתי מאנשים זקנים וואס האבן מיטגעלעבט אין די צייטן וואס מרן מ'סאקמיר זי"ע איז נישט געווען געזונט והוא מחולל מפשעינו, אז דער ציבור האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן קיין דעטאלן! דעם רבינס געזונט איינציילהייטן איז געווען א מיליטערישע סוד. דעם פרייטאג צונאכטס ווען דער רבי האט געליטן דעם סטראק האט מען בסה"כ געלאזט וויסן אין ביהמ"ד אז דער רבי שפירט נישט גוט מען זאל נישט ווארטן. אזוי איז די גאנצע צייט געקומען מעסעטשעס וואס איז אלץ געווען נאר איבער דעם מצב בכלליות. אמאל האט מען געזאגט אז די מצב איז בעסער און אמאל געזאגט אז מען דארף גרויס רחמים. אפגרעדט אז דער רבי איז געווען סגור ומסוגר אז כמעט קיינער זאל נישט קענען 'זעהן' דעם מצב.

היינט איז א וועלט וואס מ'האט נישט דאס ביסעלע אנשיות צו רעספעקטירן דעם נאטירליכן פריוואטקייט וואס יעדע פשוטע מענטש האט. בתקוה להבנה.


יאפס,די רעבצעין זכרונה לברכה איז געווען די וואס האט געהאלטען די זאכען ווי א מיליטערישע סוד, זי האט געהיט אויפן רבין'ס כבוד, און קיינעם נישט געלאזט וויסען אדער רעדן.

האט נישט נישט מיטן רבין און נישט מיטן רביצין, פשוט'ע אידישע התנהגות בנוסף צו אנושיות, וואס נישט לאנג צוריק האט יעדער בירגער נישט פארשטאנען אנדערש.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3488
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 6:13 am

abeg האט געשריבן:ס׳דא װאס האלטן פארקערט אז אױב מ׳בעט דעם ציבור אײנצירײסען אין זאגן תהילים האט די ציבור רעכט צו װיסען אײנצלהײטען אין אז דער עולם װײסט אײנצלהײטען איז מען מער מתפלל אין גראדע איז דאס די מהלך יעצט אין סקולען אז די פובליק זאל װיסען די מצב װי מער אין דאס איז די סיבה פ״װ מ׳האט ארײנגעברענגט די רבי זז״ג 2 װאכן צוריק מצ״ש פ׳ בשלח אז די עולם זאל קלאהר זעהן אז די מצב איז נישט קײן מאנקי ביזנעס

פון די מערסט אומפארשטענדליכסטע תגובות וואס כ'האב געזען אויף אייוועלט.

ס'דא וואס האלטן פארקערט' - ווער זענען די וואס האלטן פארקערט? וועלכע דיינים אדער ראשי ישיבות? יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אנדערש.'האט די ציבור א רעכט' - וועלכע נאך רעכטן באקומט דער ציבור פארן בעטן זיי זאלן מתפלל זיין?? מ'זאל אפשר יעדעם אריינלאזן יעצט אין צימער פארן מתפלל זיין?
מען איז מער מתפלל ווען מ'ווייסט מער איינצלהייטן? מען איז אויך מער מתפלל ביים זען בילדער פונעם רבי'ן ליגן אויפן שפיטאל בעט...

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 7:05 am

איך האב אליין געזען מיט די אויגן, א היבשע צייט צוריק:

א אינגערמאן איז ארומגעגאנגען אין א גרויסע ביהמ"ד, נאך געלט פאר א בחור וואס גליטשט אין אידישקייט, אז מען זאל האבן געלט פאר פריוואטע חברותות און מומחים וכו' אים צו האלטן אויף די רעלסן.

ער קומט צו צו א איד, זעט אויס א איש מכובד מיט א גרוי-ווייסע בארד, הרוצה בלעם שמו... יענער גיט אים דאלער, און פרעגט בשעת מעשה "ווער איז דער בחור"? דער אינגערמאן ווערט אביסל אומבאקוועם, ענדליך גיט ער א זאג "מיין ברודער", שאקלט יענער מיט'ן קאפ און לאזט אים גיין ווייטער...

איך האב באטראכט דעם אינגערמאן נאכדעם, ער איז מסתמא אפגעקומען אלע זיינע עבירות פון אלע זיינע פריערדיגע גלגולים.

דאס איז שוין נישט די אינגווארג, נאר א איד וואס האט שוין אור אייניקלעך.

משוגעים און אוממענטשן זענען אייביג דא...

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 7:32 am

קען מיר איינער מסביר זיין וואס מ'וויל דא? דער עולם האלט זיך זייער מקושר צום סקולענער רבי זאל זיין געזונט יעדער איז מתפלל און טאקע דערפאר וויל יעדער מיטהאלטן וואס די מצב איז, ווען א טאטע, מאמע, זיידע... איז נישט געזונט מעג מען פרעגן יא? פארוואס ווייל מ'איז נאנט צו דעם, די זעלבע איז ביי א רבי און אוודאי סקולען וויל יעדער מיטהאלטן וואס איז די מצב ביים רבי'ן (אוודאי אויף א נארמאלע אויפן...)
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:02 am

גרינע האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואס מ'וויל דא? דער עולם האלט זיך זייער מקושר צום סקולענער רבי זאל זיין געזונט יעדער איז מתפלל און טאקע דערפאר וויל יעדער מיטהאלטן וואס די מצב איז, ווען א טאטע, מאמע, זיידע... איז נישט געזונט מעג מען פרעגן יא? פארוואס ווייל מ'איז נאנט צו דעם, די זעלבע איז ביי א רבי און אוודאי סקולען וויל יעדער מיטהאלטן וואס איז די מצב ביים רבי'ן (אוודאי אויף א נארמאלע אויפן...)

כ'וועל פרובירן נאך איינמאל זאָגן זייער קלאָר. גריבלן אין דעטאלן פון א צווייטענס געזונט האט נישט קיין שום שייכות מיט מתפלל זיין, דאס שטאמט פון א אומגעזונטע דראנג אריינצושטופן די נאז ווי מען באלאנגט נישט.
פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויף פרובירן דערשנאפן אינפארמאציע פון אן אייניקל אין שפיטאל וכדו' דעטאלן פונקטליך וואס ווען ווי, איבער די אויבערפלעכליכע מצב טוט די משפחה מפרסם זיין (עס איז דא טעלעפאן נומער אין דעם אשכול) און דאָס איז 'מער' פון גענוג צו וויסן אז מען ברויך מער תפילה טאָן.

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 8:58 am

היינט וועט פארקומען א עצרת תפילה והתעוררות אין ביהמ"ד סקולען ב"פ.

skulen.PNG
skulen.PNG (56.12 KiB) געזעהן 1897 מאל

skulen1.PNG
skulen1.PNG (38.35 KiB) געזעהן 1897 מאל

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 9:48 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:ס׳דא װאס האלטן פארקערט אז אױב מ׳בעט דעם ציבור אײנצירײסען אין זאגן תהילים האט די ציבור רעכט צו װיסען אײנצלהײטען אין אז דער עולם װײסט אײנצלהײטען איז מען מער מתפלל אין גראדע איז דאס די מהלך יעצט אין סקולען אז די פובליק זאל װיסען די מצב װי מער אין דאס איז די סיבה פ״װ מ׳האט ארײנגעברענגט די רבי זז״ג 2 װאכן צוריק מצ״ש פ׳ בשלח אז די עולם זאל קלאהר זעהן אז די מצב איז נישט קײן מאנקי ביזנעס

פון די מערסט אומפארשטענדליכסטע תגובות וואס כ'האב געזען אויף אייוועלט.

ס'דא וואס האלטן פארקערט' - ווער זענען די וואס האלטן פארקערט? וועלכע דיינים אדער ראשי ישיבות? יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אנדערש.'האט די ציבור א רעכט' - וועלכע נאך רעכטן באקומט דער ציבור פארן בעטן זיי זאלן מתפלל זיין?? מ'זאל אפשר יעדעם אריינלאזן יעצט אין צימער פארן מתפלל זיין?
מען איז מער מתפלל ווען מ'ווייסט מער איינצלהייטן? מען איז אויך מער מתפלל ביים זען בילדער פונעם רבי'ן ליגן אויפן שפיטאל בעט...

די רבי׳ס קינדער ובתוכם דינײם האבן גענימען די מהלך אז מ׳זאל מודיע זײן פאר די עולם װי מער אײנצעלהײטען װאל דאס מאכט אז די עולם זאל מער מתפלל זײן דײן אלע פראגס קענסטי זײ פרעגען


מי זה
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 11:48 am

תגובהדורך מי זה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:47 am

שואלכענין האט געשריבן:איך האב אליין געזען מיט די אויגן, א היבשע צייט צוריק:

א אינגערמאן איז ארומגעגאנגען אין א גרויסע ביהמ"ד, נאך געלט פאר א בחור וואס גליטשט אין אידישקייט, אז מען זאל האבן געלט פאר פריוואטע חברותות און מומחים וכו' אים צו האלטן אויף די רעלסן.

ער קומט צו צו א איד, זעט אויס א איש מכובד מיט א גרוי-ווייסע בארד, הרוצה בלעם שמו... יענער גיט אים דאלער, און פרעגט בשעת מעשה "ווער איז דער בחור"? דער אינגערמאן ווערט אביסל אומבאקוועם, ענדליך גיט ער א זאג "מיין ברודער", שאקלט יענער מיט'ן קאפ און לאזט אים גיין ווייטער...

איך האב באטראכט דעם אינגערמאן נאכדעם, ער איז מסתמא אפגעקומען אלע זיינע עבירות פון אלע זיינע פריערדיגע גלגולים.

דאס איז שוין נישט די אינגווארג, נאר א איד וואס האט שוין אור אייניקלעך.

משוגעים און אוממענטשן זענען אייביג דא...

און פארוואס למען השם האט איהם די אינגערמאן פארקויפט זיין כבוד אויף א נעבעכדיגע דאלער?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:03 am

ווייל ער האט זיך נעבעך אומזיסט איינגערעט אז ער וועט באקומען נאך א דאלאר

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

אבן יקרה האט געשריבן:א בריסקע נוסח:
ווען דער בריסקער רב ר' וועלוועלה איז נישט געזונט געוועהן בערוב ימיו תשי"ט, אויב איינער האט געפרעגט זיינע קינדער זצוק"ל ויבלח"ט "וואס מאכט דעם רב"? "וואס איז די מצב פון רב"? האבן זיי ריאגירט:
"איר זענט א דאקטער"?
ונפטרו לשלום...

קינדער און אייניקלעך מעגן יא וויסן די מצב, אדער נאר דער וואס איז זיך מטפל מיט'ן חולה?
ס'איז א נארמאלע זאך מ'זאל זיך אינטערעסירן אויף די מצב פון א באקאנטן ובפרט טאמער האלט מען יענעם אלץ איינער שהדור נשען עליו. קיינער פרעגט נישט וויפול מאל מ'האט געטוישט די בגדים; מ'וויל וויסן כללית'דיגע זאכן

גרינע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:46 am

דריידל האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:א בריסקע נוסח:
ווען דער בריסקער רב ר' וועלוועלה איז נישט געזונט געוועהן בערוב ימיו תשי"ט, אויב איינער האט געפרעגט זיינע קינדער זצוק"ל ויבלח"ט "וואס מאכט דעם רב"? "וואס איז די מצב פון רב"? האבן זיי ריאגירט:
"איר זענט א דאקטער"?
ונפטרו לשלום...

קינדער און אייניקלעך מעגן יא וויסן די מצב, אדער נאר דער וואס איז זיך מטפל מיט'ן חולה?
ס'איז א נארמאלע זאך מ'זאל זיך אינטערעסירן אויף די מצב פון א באקאנטן ובפרט טאמער האלט מען יענעם אלץ איינער שהדור נשען עליו. קיינער פרעגט נישט וויפול מאל מ'האט געטוישט די בגדים; מ'וויל וויסן כללית'דיגע זאכן

גערעכט
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:51 am

גרינע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:א בריסקע נוסח:
ווען דער בריסקער רב ר' וועלוועלה איז נישט געזונט געוועהן בערוב ימיו תשי"ט, אויב איינער האט געפרעגט זיינע קינדער זצוק"ל ויבלח"ט "וואס מאכט דעם רב"? "וואס איז די מצב פון רב"? האבן זיי ריאגירט:
"איר זענט א דאקטער"?
ונפטרו לשלום...

קינדער און אייניקלעך מעגן יא וויסן די מצב, אדער נאר דער וואס איז זיך מטפל מיט'ן חולה?
ס'איז א נארמאלע זאך מ'זאל זיך אינטערעסירן אויף די מצב פון א באקאנטן ובפרט טאמער האלט מען יענעם אלץ איינער שהדור נשען עליו. קיינער פרעגט נישט וויפול מאל מ'האט געטוישט די בגדים; מ'וויל וויסן כללית'דיגע זאכן

גערעכט

איך פארשטיי נישט וואס האט אייניקלעך מיט וויסן די מצב ווי עס האלט. זיי קענען עפעס העלפן? זיי קענען עפעס זאגן א מיינונג?
ס'איז דא א מאל עוואקסענע אייניקלעך וואס קענען טאקע העלפן איז לברכה, דאס איז זייער ויכטיג. אבער סתם אלט זיך אינטראסירן, מהיכי תיתי?
ווען איך בין געוועהן א בחור'ל און מיין זיידע איז געוועהן על ערש דווי ל"ע, האב איך נישט געוואוסט פון וואס ליידט ער, און וואס זאגן די דאקטוירים אא"וו. איך האב נאר געוואוסט אז די מצב איז נישט גוט, און מ'דארף דערמאנען זיין נאמען אין תהלים זאגן. די עלטערן מיט אלע ברידערס האבן זיך געהאנדלט אין די מעדיצענישע חלק, עצה נעמען ביי דעם און יענעם, מזכיר זיין ביי צדיקים, אבער ס'איז נישט געוועהן עולה על הדעת אז די אייניקלעך דארפן זיין א חלק מיט די מעדיצענישע האנדולנגען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, א גולם, א מוח, איגערקע, גרינע רויזן, יישר כח, כאפצעם, משמש, נא_שכל, שטיל און 66 געסט