נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:32 am

עוג מלך הבשן האט געשריבן:פחיתות כבוד מחמת נישט דערמאנן ר' אדער אנדערע טיטלן איז נאר ווען אלע מענטשן זאגן ר' און איינער קומט און רופט אהן ר'. ווען רוב כלל ישראל רופט איינער אהן ר', לדוגמא ווי דער חיד"א (כך נהגו הספרדים והאשכנזים), נעמט דאס נישט אוועק פונ'ם גדלות אדער צדקות פון א מענטש.
ווער עד איז יא מקפיד אשרי חלקו, אבער כידוע אין לדבר סוף..

עי' ערך 'יעב"ץ'
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:50 am

עוג מלך הבשן האט געשריבן:סטריקוב'ער רבי, הרב דושינסקי און דער חיד"ו ווייס פון אנטווערפן געפינען זיך יעצט אין עיר הבירה וויען לרגל שמחת הנישואין במשפחת שרייבער - שפירא. ווער עס האט בילדער פונ'ם באזיך זאל ביטע ארויפלייגן.

@שמחת, מיר ווארטן א שיינע באריכט פונ'ם גרויסען חתונה...
צוגעלייגטע
photo_2021-10-12_18-50-53.jpg
photo_2021-10-12_18-50-53.jpg (151.76 KiB) געזעהן 1445 מאל
photo_2021-10-12_18-50-51.jpg
photo_2021-10-12_18-50-51.jpg (158.96 KiB) געזעהן 1445 מאל
photo_2021-10-12_18-50-54.jpg
photo_2021-10-12_18-50-54.jpg (110.25 KiB) געזעהן 1445 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 11:32 am

אוראייניקל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס קומצעך נישט פארן סאטמארע דיין פון אנטווערפן לפחות א ר׳ נאר ווייל איינער האט געטראכט א (נארישע לענ״ד הרמה) ר״ת אויף זיין נאמען?

גראדע, דער חיד"א אליינס זענען דא וואס זענען מקפיד נישט אזוי צו רופן, מחמת דעם טענה.

אין סקווירא זאגט מען נישט חיד"א נאר אזולאי.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 12:01 pm

פארצייטיש האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס קומצעך נישט פארן סאטמארע דיין פון אנטווערפן לפחות א ר׳ נאר ווייל איינער האט געטראכט א (נארישע לענ״ד הרמה) ר״ת אויף זיין נאמען?

גראדע, דער חיד"א אליינס זענען דא וואס זענען מקפיד נישט אזוי צו רופן, מחמת דעם טענה.

אין סקווירא זאגט מען נישט חיד"א נאר אזולאי.


איך גלייב נישט אז מטעם הנ"ל, וואלסטו נאכגעזאגט פונעם סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל 'דער טווערסקי ברענגט'...?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך פארצייטיש » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 12:13 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס קומצעך נישט פארן סאטמארע דיין פון אנטווערפן לפחות א ר׳ נאר ווייל איינער האט געטראכט א (נארישע לענ״ד הרמה) ר״ת אויף זיין נאמען?

גראדע, דער חיד"א אליינס זענען דא וואס זענען מקפיד נישט אזוי צו רופן, מחמת דעם טענה.

אין סקווירא זאגט מען נישט חיד"א נאר אזולאי.


איך גלייב נישט אז מטעם הנ"ל, וואלסטו נאכגעזאגט פונעם סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל 'דער טווערסקי ברענגט'...?

ס'איז יא מטעם הנ"ל, איך האב מיך גראדע אויך געווינדערט אויף דאס וואס די זאגסט...
גראדע איז אמאל געווען א שמועס אין גליון בחצר הקודש מיט האדמו"ר מבאבוב שליט"א בענין זה, און ער האט געזאגט אז ביי זיי רופט מען דעם חיד"א'ס זיידע הרה"ק רבי אברהם אזולאי זי"ע במח"ס חסד לאברהם, "דער אזולאי".

אוועטאר
אוראייניקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:37 pm

פארצייטיש האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס קומצעך נישט פארן סאטמארע דיין פון אנטווערפן לפחות א ר׳ נאר ווייל איינער האט געטראכט א (נארישע לענ״ד הרמה) ר״ת אויף זיין נאמען?

גראדע, דער חיד"א אליינס זענען דא וואס זענען מקפיד נישט אזוי צו רופן, מחמת דעם טענה.

אין סקווירא זאגט מען נישט חיד"א נאר אזולאי.

לזה היה כוונתי, ואכהמ"ל.

אוועטאר
אוראייניקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 3:01 pm

moishy56 האט געשריבן:אינטערוויו:
"ברוך שעשה לי נס במקום הזה", אין וויען עסטרייך, אינמיטן א הכנסת ספר תורה, האט זיך אפגעשטעלט דער מלחמה איבערלעבער הישיש הרב ישכר דוב קערן, ביים גאס וואו ער איז געראטעוועט געווארן קריסטאל נאכט תרצ"ט, און הויך געמאכט די ברכה "שעשה לי נס במקום הזה" בשם ומלכות

ב' נח פ״ב

הישיש הרב ישכר דוב קערן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/47914

https://drive.google.com/file/d/1PQ1hmk ... sp=sharing

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 4:17 pm

וועלכע שרייבער איז דאס, ר' יואל פון בארא פארק?

אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך nice man » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 4:23 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וועלכע שרייבער איז דאס, ר' יואל פון בארא פארק?

יא

קארן
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך קארן » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 4:26 pm

בן הנגיד ר' יחזקאל פון לאנדאן.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 4:37 pm

nice man האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וועלכע שרייבער איז דאס, ר' יואל פון בארא פארק?

יא

אזוי, גארנישט געוויסט
מזל טוב ר' יואל!!

פאלעסיידס
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 6:15 pm

ווי מאכט מען דארט חתונה?

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך עוג מלך הבשן » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 6:27 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:ווי מאכט מען דארט חתונה?

וואס הייסט ווי? מען דינגט גויש'ע זאלן, איש לפי הבנתו ואיש לפי השגתו
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

כל טוב
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך כל טוב » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 7:34 pm

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:ווי מאכט מען דארט חתונה?

וואס הייסט ווי? מען דינגט גויש'ע זאלן, איש לפי הבנתו ואיש לפי השגתו

אין אסטראליע איז די זעלבע זאך מען דינגט גוי'שע זאלן

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:12 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
nice man האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וועלכע שרייבער איז דאס, ר' יואל פון בארא פארק?

יא

אזוי, גארנישט געוויסט
מזל טוב ר' יואל!!

ברוכים תהיו מערצעשעם ביי אייך אויף שמחות מתוך נחת והרחבה!!
דביה תחדי נפשא

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:17 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
nice man האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וועלכע שרייבער איז דאס, ר' יואל פון בארא פארק?

יא

אזוי, גארנישט געוויסט
מזל טוב ר' יואל!!

ברוכים תהיו מערצעשעם ביי אייך אויף שמחות מתוך נחת והרחבה!!


ממש אזוי אפען?

הײמישער זײגער
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך הײמישער זײגער » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:35 pm

לעכטיגער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
nice man האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:וועלכע שרייבער איז דאס, ר' יואל פון בארא פארק?

יא

אזוי, גארנישט געוויסט
מזל טוב ר' יואל!!

ברוכים תהיו מערצעשעם ביי אייך אויף שמחות מתוך נחת והרחבה!!


ממש אזוי אפען?

האט א שייכות מיט
יואל שרייבער האט געשריבן:
פון אונזער וועלטל?... :grin: :grin: :grin:
אגב איז דא נאך בילדער? מען זעהט נישט אין ערגעץ ר יחזקאל און ר יואל

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך זילבערווערק » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 2:01 am

כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז פארבליבן אין וויען פאר א טאג, זיך משתתף צו זיין ביים שבע ברכות נעכטן נאכט, האט געדאוונט מנחה מעריב אין 'מחזיקי הדת', און זיך צוגעזעצט צום שיעור פון דער רב הקהלה והמוסדות הרב הגאון ר' משה אליעזר ווייס שליט"א
לעצט פאראכטן דורך זילבערווערק אום דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 5:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך גרינע » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 3:34 am

"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 4:57 am

זילבערווערק האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז פארבליבן אין וויען פאר א טאג, זיך משתתף צו זיין ביים שבע ברכות נאכטן נאכט, האט געדאוונט מנחה מעריב אין 'מחזיקי הדת', און זיך צוגעזעצט צום שיעור פון דער רב הקהלה והמוסדות הרב הגאון ר' משה אליעזר ווייס שליט"א


0000011111.jpg
0000011111.jpg (182.31 KiB) געזעהן 299 מאל

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 5:09 am

א קרישקעלע בנוגע דעם באזוך פון די צוויי אדמור"ים שליט"א (דושינסקיא, סטריקוב) אין וויען:

די ביידע רבי'ס וואס זענען געווען אויפ'ן זעלבן פליגער פון א"י האבן געלאנדעט אין וויען אביסל נאך 7 אזייגער אווענט, ביז'ן אריינקומען אין שטאט איז עס שוין געווען אין א צייט וואס אלע זמן מנינים מעריב האבן שוין געהאט געענדיגט און צו די זעלבע צייט זענען א גרויס טייל פון שטאט געווען ביים חופה פון משפחת שפירא-שרייבער.

וויבאלד זיי האבן געוואלט דאווענען גלייך מעריב, האט מען אפגעמאכט אז מען וועט זיך טרעפן אין ביהמ"ד קהל חסידים וואו די גבאים האבן גלייך ארויסגעשיקט א מעלדונג אז ווער ס'קען זאל קומען מצרף זיין צום מנין, גלייך זענען אנגעקומען אסאך מער יודן ווי ערווארטעט.

בשעת דער רבי פון דושינסקיא שליט"א איז שוין געווען אין ביהמ"ד, איז דער סטריקובער רבי שליט"א נאך געווען אין עירפארט צוליב א קליינע פראבלעם מיט זיין רענצל וואס האט אים אויפגעהאלטן, און די גבאים האבן מציע געווען פאר'ן דושינסקיא רבי אז מען זאל דאווענען און מען וועט שוין זארגן אז דער סטריקובער שליט"א זאל האבן אן אייגענע מנין, אבער דער רבי פון דושינסקיא שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיין פשטות און גאלדענע מדות איז באשטאנען דערויף אז מען זאל ווארטן אויפ'ן סטריקובער רבי ווי אפגעמאכט אז מען וועט דאווענען צוזאמען.

דערווייל האט דער רבי זיך געזעצט אריינקוקן און א ספר און גענומען שלום פון אסאך יודן, בחורים און קינדער וואס זענען זיך צוזאמגעלאפן.

ווען דער סטריקובער רבי איז אנגעקומען האט ער זיך זייער באדאנקט און דערנאך געזאגט פאר זיין גבאי אז אלץ תושבי א"י דארף מען געדענקן צו זאגן "ותן טל ומטר" ביי שומע תפילה (ס'איז געווען אור לז' חשון ווען אין א"י הייבט מען אן צו זאגן ותן טל ומטר).

ביידע רבי'ס האבן זיך געשטעלט אויף פשוטע פלעצער און נישט געוואלט אנעמען קיין כבוד, יעדע עקסטער האט זיך אויסגעדרוקט אויף זייער נוסח אבער מיט די זעלבע כוונה, אז זיי זענען דא אין וויען איז פאר זיי א געלעגענהייט צו זיין אביסל ווי פשוטע יודן און געניסן א רואיגקייט.

נאכ'ן דאווענען האט דער דושינסקיא רבי שליט"א זיך אינטערעסירט ביים סטריקובער רבי שליט"א וויאזוי ער האט זיך נוהג געווען בנוגע "ותן טל ומטר" און ס'איז געווארן א שמועס ארום דעם נושא צוזאמען מיט הרה"ג ר' יעקב יחזקי' סופר שליט"א, איידעם פונ'ם מרא דאתרא הרה"ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט"א.


20211014_100532--1-.jpg
20211014_100532--1-.jpg (187.01 KiB) געזעהן 1015 מאל
צוגעלייגטע
20211014_110004.jpg
20211014_110004.jpg (210.07 KiB) געזעהן 1015 מאל

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך לעכטיגער » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 7:58 am

וואס איז די שייכות פון האדמורי"ם מסטריקוב ודושינסקיא צו די שמחה אזש צו קומען צו פארען פון אר"י?

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך עוג מלך הבשן » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 10:28 am

לויט ווי איך פארשטיי איז די מחותן רש"ב שפירא א גרויסע תומך. אגב, לויט וואס איך האב געהערט ערווארטעט דער וויזניץ-מונסי רבי פון לונדון זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות, פיללייכט האט @שמחת מער דעטאלן..
לעצט פאראכטן דורך עוג מלך הבשן אום דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 10:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך זילבערווערק » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 10:33 am

עוג מלך הבשן האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי איז די מחותן רש"ב שפירא א גרויסע תומך. אגב, לויט ווי איך האב פארשטאנן ערווארטעט דער וויזניץ-מונסי רבי פון לונדון זיך אויך באטייליגן ביי א שבע ברכות, פיללייכט האט @שמחת מער דעטאלן..

ווי אויך דער מוחתן ר' יואל שרייבער..

זילבערווערק
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון שטאט וויען

תגובהדורך זילבערווערק » דאנארשטאג אוקטובער 14, 2021 10:34 am

שמחת עולם האט געשריבן:א קרישקעלע בנוגע דעם באזוך פון די צוויי אדמור"ים שליט"א (דושינסקיא, סטריקוב) אין וויען:

די ביידע רבי'ס וואס זענען געווען אויפ'ן זעלבן פליגער פון א"י האבן געלאנדעט אין וויען אביסל נאך 7 אזייגער אווענט, ביז'ן אריינקומען אין שטאט איז עס שוין געווען אין א צייט וואס אלע זמן מנינים מעריב האבן שוין געהאט געענדיגט און צו די זעלבע צייט זענען א גרויס טייל פון שטאט געווען ביים חופה פון משפחת שפירא-שרייבער.

וויבאלד זיי האבן געוואלט דאווענען גלייך מעריב, האט מען אפגעמאכט אז מען וועט זיך טרעפן אין ביהמ"ד קהל חסידים וואו די גבאים האבן גלייך ארויסגעשיקט א מעלדונג אז ווער ס'קען זאל קומען מצרף זיין צום מנין, גלייך זענען אנגעקומען אסאך מער יודן ווי ערווארטעט.

בשעת דער רבי פון דושינסקיא שליט"א איז שוין געווען אין ביהמ"ד, איז דער סטריקובער רבי שליט"א נאך געווען אין עירפארט צוליב א קליינע פראבלעם מיט זיין רענצל וואס האט אים אויפגעהאלטן, און די גבאים האבן מציע געווען פאר'ן דושינסקיא רבי אז מען זאל דאווענען און מען וועט שוין זארגן אז דער סטריקובער שליט"א זאל האבן אן אייגענע מנין, אבער דער רבי פון דושינסקיא שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיין פשטות און גאלדענע מדות איז באשטאנען דערויף אז מען זאל ווארטן אויפ'ן סטריקובער רבי ווי אפגעמאכט אז מען וועט דאווענען צוזאמען.

דערווייל האט דער רבי זיך געזעצט אריינקוקן און א ספר און גענומען שלום פון אסאך יודן, בחורים און קינדער וואס זענען זיך צוזאמגעלאפן.

ווען דער סטריקובער רבי איז אנגעקומען האט ער זיך זייער באדאנקט און דערנאך געזאגט פאר זיין גבאי אז אלץ תושבי א"י דארף מען געדענקן צו זאגן "ותן טל ומטר" ביי שומע תפילה (ס'איז געווען אור לז' חשון ווען אין א"י הייבט מען אן צו זאגן ותן טל ומטר).

ביידע רבי'ס האבן זיך געשטעלט אויף פשוטע פלעצער און נישט געוואלט אנעמען קיין כבוד, יעדע עקסטער האט זיך אויסגעדרוקט אויף זייער נוסח אבער מיט די זעלבע כוונה, אז זיי זענען דא אין וויען איז פאר זיי א געלעגענהייט צו זיין אביסל ווי פשוטע יודן און געניסן א רואיגקייט.

נאכ'ן דאווענען האט דער דושינסקיא רבי שליט"א זיך אינטערעסירט ביים סטריקובער רבי שליט"א וויאזוי ער האט זיך נוהג געווען בנוגע "ותן טל ומטר" און ס'איז געווארן א שמועס ארום דעם נושא צוזאמען מיט הרה"ג ר' יעקב יחזקי' סופר שליט"א, איידעם פונ'ם מרא דאתרא הרה"ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט"א.


20211014_100532--1-.jpg


ישר כח פאר די באריכט, א נחת צו הערן די אחדות פון וויען, אז דושינסקינער רבי איז עגווען אויך אין מחזיקי הדת און אויך אין קהל חסידים


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Hershy21, no way, zugurnish, בלתי לה' לבדו, געפרואווטער, השקפה ברורה, טאביק, ידבש, כאפצעם, פארצייטיש, קנעטענע קיגעל און 55 געסט