רעוועלאציע אין ווענעזואלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:48 am

שוואכע תירוץ.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:51 pm

אין צפון קארעא 1) זענען די מענטשען מיט קים 2)און ער האט נאקלאערע וואפען אויב זעהט ער אז ער האלט ביים פאלן עט ער נישט טראכטען קיין צוויי און שיסען.
משא'כ אין ווענעזואלע 1) זענען א גרויסע פראצענט קעגען מאדורא 2) און ער האט נישט קיין ערענסטע וואפען.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:35 pm

קודם כל קענסטו נישט וויסן צו דער עולם אין נ"ק איז מיט אים צו נישט, און אפי' ווען יא, דאס אז די מענטשן זענען מיט קים דארף נישט אפהאלטן אמעריקע פון מאכן א בלאקאדע.

צווייטנס, וואס דו זאגסט אז ער האט נוקלער, אויב לייגט מען אויף אים ארויף גענוג פחד אז ער זאל ציטערן צו אטאקירן אמעריקע, וועט ער נישט אטאקירן וויסענדיג אז דאס איז זעלבסמארד. און די שאנסן אז ער זאל זיך ברעכן זענען שטערקער.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:51 pm

אמעריקע גייט נישט געוואונען מיט א בלאקאדע קעגן נ"ק. זיי זענען נישט אזוי אויף צרות ווי ווענעזועלע ווי אויך האבן זיי אייגענע פראדוקציעס אויף וואס זיי קענען לעבן משא"כ ווענעזועלע.

און יא, נוקלעאר איז אויך א סיבה, אבער מ'דארף נישט אנקומען ביז אהין.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:קודם כל קענסטו נישט וויסן צו דער עולם אין נ"ק איז מיט אים צו נישט, און אפי' ווען יא, דאס אז די מענטשן זענען מיט קים דארף נישט אפהאלטן אמעריקע פון מאכן א בלאקאדע.

צווייטנס, וואס דו זאגסט אז ער האט נוקלער, אויב לייגט מען אויף אים ארויף גענוג פחד אז ער זאל ציטערן צו אטאקירן אמעריקע, וועט ער נישט אטאקירן וויסענדיג אז דאס איז זעלבסמארד. און די שאנסן אז ער זאל זיך ברעכן זענען שטערקער.

וואס זאל אמעריקע בלאקירן? וועלכע וואסערן?

ווענעזועלע דארף אלעס דורכגיין דעם אטלאנטיק, אמעריקע'ס נאז.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:56 pm

איך ווייס נישט. וויאזוי ליפערן לענדער - וואס פארלעצן די סאנקציעס - אריין זאכן קיין נ"ק?
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:59 pm

זיי ליפערן דורכ'ן וואסער, אבער אמעריקע קען נישט אנקומען אהין. מ'קען נישט גיין בלאקירן צו יענע עק וועלט.

צווייטנס, אפי' אמעריקע וועט יא בלאקירן, נ"ק האט טשיינע און רוסלאנד אינעם בעק יארד, אן קיין שום וואסער. אלעס וועט אנקומען דורך יבשה.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:53 pm

א פרישער באריכט אין "וואל סטריט זשורנאל" באשטעטיגט באריכטן וואס צירקולירן שוין עטליכע טעג אין די מידיא, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט די לעצטע שטיק צייט אנגעהויבן דירעקטע געהיימע געשפרעכן מיט דעם מאדורא רעזשים אין ווענעזועלע.

לויט'ן באריכט, קומען די געשפרעכן פאר צווישן אמעריקאנער דיפלאמאטן און דיאסדאדאו קאבעלאו, דער פארזיצער פון די ווענעזועלער נאציאנאלע אסעמבלי, וואס די קערפערשאפט איז אונטער אמעריקאנער סאנקציעס צוליב פארדאכטן אז זיי זענען פארמישט אין דראג האנדל.

די געשפרעכן צילן צו ברענגען א פאליטישע לעזונג צום אנגייענדיגן קריזיס אין ווענעזועלע, וואס אמעריקע האט שוין אפילו געסטראשעט מיט מיליטערישע שריט קעגן דעם רעזשים. דער ציל פון די געשפרעכן איז צו לייגן דרוק אז מאדורא זאל אראפלייגן די לייצעס און אפטרעטן פון אמט.

איד דעילי
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 07, 2020 2:40 pm

דער רעזשים פון ניקאלעס מאדורא האט אייער נעכטן אריינגעשטורעמט אינעם נאציאנאלן אסעמבלי – וואו דער אפאזיציע פירער וואן גאאידא איז דער פירער – און האט פארכאפט דארטן קאנטראל. גאאידא איז בלאקירט פון אריינקומען אהין.

וויצע פרעזידענט מייק פענס האט גערעדט טעלעפאניש נעכטן צו גאאידא, און אים געזאגט אז אמעריקע אנערקענט אים אלס דער איינציגסטער עכטער און לעגיטימער פרעזידענט פון ווענעזועלע.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג ינואר 24, 2020 1:04 pm

דער ווענעזועלער אפאזיציע פירער הואן גאאידא האט אויסגענוצט זיין רעדע ביים "וועלט עקאנאמישן פארום" אין דאוואס, שווייץ צו אפעלירן ביי אייראפעאישע לענדער אז זיי זאלן מער שטיצן די ווענעזועלער אפאזיציע, און לייגן דרוק אויפ'ן דיקטאטור מאדורא אז ער זאל ערלויבן עלעקשאנס.

גאאידא האט מיט זיין באזוך אין דאוואס באוויזן אויסצומיידן א טראוועל בלאקאדע וואס דער מאדורא רעזשים האט ארויפגעלייגט אויף אים. דער רעזשים וועט מעגליך בלאקירן אז ער זאל נישט קענען צוריקפארן.
קאנספיראציע אין לשה"ק הייסט מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך ווייס אז דו האלטסט אנדערש...

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 9:21 pm

ברעקינג: די אמעריקאנע דעפארטמענט אף יוסטיץ האט אנגעקלאגט די פרעזידענט פון ווענוזועלע ניקאלעס מאדורע אויף שווערע דראג טרעפיקינג קלאגעס, און ארויסגעשטעלט א באלויניג פון 15 מיליאן דאלער ווער סקען העלפען פירען צי זיין ארעסט

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רעוועלאציע אין ווענעזואלע

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:36 am

העללווו??? איינער איז דא? איך הער א ווידער קול!
wow אזא גרויסע זאל אזוי ליידיג?

ווי איז דער עולם געלאפען? אקעי לאמיר זען ווי מקומט אראפ פון די וויליאמסבורג בריזש צי די עולם ווארט דארט אפ משיח, מיט שטריימעל בעקיטשע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דוקטור און 27 געסט