רעוועלאציע אין ווענעזואלע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פענס האט דערקלערט אז ער גייט פארמערן סאנקציעס אויף מאדורא'ס רעזשים נאך לעצטיגע מיליטערישע אקטן קעגן ציווילע בירגער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

יו ען סעקיוריטי קאונסיל וועט אט אט אפהאלטן א וואוט איבער א רעזולוציע צו פארלאנגען פון ווענעזועלע אפצוהאלטן פרישע טרענספערענט עלעקשענס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין א פארזוך צו לייגן דרוק אויף קובא צו ענדיגן איר שטיצע פאר ווענעזועלער דיקטאטור האט דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטעמענט האט געמאלדן אז זי וועט ערלויבן אמעריקאנער אינדיווידועלן און פירמעס צו איינרייכן קלאגעס אין אמעריקאנער געריכט הייזער קעגן פירמעס אין קובא איבער שטחים וואס די רעשים האט פארכאפט דורכאויס דעם פידל קאסטרא רעוואלוציע אין די פופציגער יארן, ווען דאס לאנד איז געווארן קאמוניסטיש און קאנפיסקירט אלע פריוואטע שטחים צו די רעגירונג קאסע, און ווערן היינט קאנטראלירט דורך די פירמעס.

די סארט קלאגעס זענען ערלויבט אונטער דער קובא-עמבארגא געזעץ דורכגעפירט אין 1996 באקאנט אלס העלמס-בורטאן אקט, אבער יעדער איינציגער פרעזידענט זינט ביל קלינטאן האט צוריקגעהאלטן אזא לעגאלע פרעצעדענט וויבאלד דאס קען פירן צו קאנטער-קלאגעס פון אינטערנאציאנאלע פירמעס קעגן אמעריקע און עווענטועל עפענען א האנדלס-קריג. אבער דער סטעיט דעפארטמענט זאגט אז זי האט זיך פארזיכערט דערקעגן און וועט ערלויבן קלאגעס בלויז קעגן 200 קובאנער פירמעס.

דער שריט קען איינצוימען אינוועסטירונגען אין קובא, און פארשווערן די עקאנאמישע דרוק אויף דער ארטיגער רעזשים וועלכע זוכט צו אויפבליען איר פארשלאפענע עקאנאמיע, דער קובאנער אויסערן מיניסטעריום האט שארף פארדאמט דעם באשלוס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער ווענעזועלער רעזשים פון ניקאלעס מאדורא האט ארעסטירט אן אמעריקאנער זשורנאליסט ביים נאמען קאודי וועדעל, און יענער ווערט באשולדיגט אין "טשעפען מיט'ן היימלאנד".

וועדעל געפינט זיך אין דער ווענעזועלער הויפטשטאט צו דעקן דעם אנגייענדיגן קריזיס צושטאנד, און מיט אמאל אנהייב וואך איז ער ארעסטירט געווארן דורך באוואפנטע אגענטן. ווי מען האט געהערט נעכטן פארנאכטס, וועט דער ווענעזועלער רעזשים אים זוכן צו דעפארטירן קיין אמעריקע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כינע - וועלכע איז פון די איינציגע לענדער וואס שטיצן דעם מאדורא רעזשים - האט אנגעטראגן צו העלפן דעם רעזשים צו צוריקשטעלן עלעקטעריציטעט אין לאנד, נאכדעם וואס רוב לאנד זיצט שוין אין די פינסטערניש פאר איבער א וואך.

מאדורא באשולדיגט אמעריקע אין סאבאטאזשירן אירע עלעקטראנישע איינריכטונגען וועלכע שטעלט אין געפאר זיין מאכט און ברענגט אויפברויז און כאאס איבער׳ן לאנד.

אין זיין אנבאט פאר הילף האט דער כינעזער אויסערן מיניסטער איינגעשטימט מיט די באהויפטונג פון מאדורא אז אמעריקע איז געשטאנען אונטער דעם קורצשלוס זאגנדיג אז ״די באריכטן איבער א סייבער אטאקע אויף די עלעקטראנישע איינריכטונגען איז באזארגנד״ און געזאגט אז כינע וועט שטיין צו די האנט פונעם מאדורא רעזשים צו לעזן דעם קריזיס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווי באריכטן געבן אן, איז די עלעקטריק נאכנישט צוריקגעשטעלט און דאס לאנד לעבט אין טאטאלן חושך, אן קיין עלעקטריק, וואסער, ביהכ"ס און טעלעפאנען. מען שעפט גאלאנען וואסער ביים טייך און דער מצב אין טייל שטעט איז אומדערטרעגליך.

די כאאס איז גרויס און זיי האבן ניטאמאל די מעגליכקייט זיך צו ארגאניזירן און אנדרייען מאסן פראטעסטן קעגן מאדורא, צוליב דער אויסשאלטערונג פון קאמיוניקאציע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צוויי רוסישע עירפארס פליגערס האבן געלאנדעט אין ווענעזועלע'ס הויפט לופטפעלד שבת, ברענגענדיג אהין א הויכראנגיקן רוסישן מיליטערישן באאמטן און נאענט צו הונדערט טרופן.

די נייעס איז באשטעטיגט געווארן דורך אוויאציע עקספערטן, וואס האבן נאכגעפאלגט די באוועגונגען פון די צוויי רוסישע פליגערס, וועלכע האבן זיך געהויבן פון א רוסישן מיליטערישן לופטפעלד, און ווי באאמטע זאגן, צייגט עס ווי דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא פלאנירט מעגליך צו נוצן דאס רוסישע מיליטער אונטערצודרוקן די אפאזיציע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

סיריע #2
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ האט היינט גענוצט א שארפן טאן קעגן די רוסישע מיליטערישע אינטערווענץ אין ווענעזועלע אין שטיצע פונעם דיקטאטור ניקאלעס מאדורא, זאגנדיג אז רוסלאנד מוז פארלאזן ווענעזועלע, און אז ״אלע מעגליכקייטן זענען אפן״ צו פארזיכערן אז דאס פאסירט.

דער פרעזידענט האט געמאכט דעם סטעיטמענט אינעם ווייסן הויז אין א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט׳ן ווייב פונעם אפאזיציע פרעזידענט כואן גועידא וועלכע געפונט זיך אין אמעריקע אויף א דיפלאמאטישע מיסיע צו אויפטרייבן שטיצע פאר איר מאן׳ס קאמפ קעגן דעם רעזשים.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט אפיציעל באשטעטיגט די אנוועזנהייט פון רוסישע טרופן אויפ׳ן ווענעזועלער באדן, זאגנדיג אז דאס איז טייל פון א לאנגיעריגע קאאפעראציע צווישן די צוויי ארמייען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

רוסלאנד האט געמאלדן אז איר מיליטערישע עקספערטן האבן געעפנט א מיליטערישע באזע אין ווענעזועלע צו טרענירן די ווענעזועלער טרופן זיך באנוצן מיט פארגעשריטענע העליקאפטערס וואס רוסלאנד האט צוגעשטעלט פאר ווענעזועלע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלאס מאדורא האט היינט צום ערשטן מאל באוויליגט צו קאאפערירן מיט די רויטע קרייץ און זיי ערלויבן צו שענקן הילף פאר ווענעזועלער בירגער.

נאכדעם וואס אין די לעצטע וואכן האט ער געשטערט אזעלכע פארזוכן זאגנדיג אז עס איז נישטא קיין הומאניטארער קריזיס אין ווענעזועלע. דאס קומט אין די זעלבע טאג וואס די יו.ען. האט ארויסגעגעבן א באריכט אז איבער א פערטל פון די ארטיגע באפעלקערונג ליידט פון הונגער, ספעציעל אין ליכט פון די נאכאנאנדע קורצשלוסן וועלכע פלאגן דאס לאנד אין די לעצטע חדשים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

עפעס גייט היינט פריש פאר איינער מיט מער אינפא?
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

א חלק פון די מיליטער האט זיך אפגעריסען פון מאדורע די מצב איז אנגעצויגן
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

די מידיע זאגט א פאטש
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

שקר האט געשריבן:די מידיע זאגט א פאטש

א פאטש אדער פוטש ?
א פאטש פלעג איך באקומען פון מיין מלמד אויך כאטש ער איז נישט געגאנגען אין מיליטער
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

maybeeynot האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:די מידיע זאגט א פאטש

א פאטש אדער פוטש ?
א פאטש פלעג איך באקומען פון מיין מלמד אויך כאטש ער איז נישט געגאנגען אין מיליטער

פוטש אין פראסעס
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

maybeeynot האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:די מידיע זאגט א פאטש

א פאטש אדער פוטש ?
א פאטש פלעג איך באקומען פון מיין מלמד אויך כאטש ער איז נישט געגאנגען אין מיליטער

גערעכט טעות איך טו תשובה
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

ווי איז ראסלאנד
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

שקר האט געשריבן:ווי איז ראסלאנד

און אויף וועלכע זייט איז די ווענעזואלע מיליטער?
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

יא איך האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:ווי איז ראסלאנד

און אויף וועלכע זייט איז די ווענעזואלע מיליטער?

די אפעזיציע
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

אז @הכל הבל מיט די אנדערע שלאפן וועל איך פראבירן וואס איך קען.
וויצע פרעזידענט ענס אינאיינעם מיט סעקרעטערי אף סטעיט פאמםעיא האבן ביידע שוין ארויסגעשטעלט סטעיטמענטס היינט אינדערפרי צו באגריסן דעם פוטש, און געשיקט דברי חיזוק ועידוד צום פרעזידענט גווידאו
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

וואס רוסלאנד זאגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

Russian President Vladimir Putin discussed the unfolding situation in Venezuela with his security council, the Kremlin said in a statement today.

“The meeting’s participants paid much attention to the situation in Venezuela in light of the news about an attempted coup,” Kremlin spokesperson Dmitry Peskov said, according to Russian state news agency TASS.

A small contingent of Russian military specialists is currently in Venezuela.

The press office of the Russian embassy in Caracas told Russian state news agency RIA-Novosti that the personnel are there to undertake training and maintenance on military hardware, adding that their intervention in the unfolding situation was "out of the question."
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

הרב @הכל הבל האט א הערליכע באריכט היינט וועגען וונעזואלע און די קאקאש אשקול עס לוינט זיך צי כאפען א בליק דארט
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

א פריש שטיקעל קאקאש פון היינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

הכל הבל האט געשריבן:דינסטאג אחרי




די פארצויגענע רעוואלוציע אין ווענעזועלע איז היינט אריין אין אן ערנסטע פאזע ווען דער מערב וועלט אנערקענטער פרעזידענט גוויידא האט ארויסגעשיקט א ווידעא מעסעדזש צום פאלק צו שטיין צו זיין זייט און זיך גרייטן צו די סאמע לעצטע שטאפל פון די לאנדס באפרייאונג פון טיראניע
גוויידא האט אפיציעל גערופן צו א מיליטערישע אויפשטאנד שטייענדיג אין די מיליטערישע דזשענעראליסימא פראנציסקא דע מיראנדא לופט באזע ארומגערינגלט דורך מיליטערישע אפיצירן וועלכע באוואכן אים האט ער דערקלערט אז די ארמיי איז אצינד אויף די זייט פונעם פאלק
אונטער גוויידא איז געזעהן געווארן לעפאלדא לאפעז א פראמינענטע אפאזיצע פירער וועלכע איז געווארן פאראורטיילט אויף א נאנט צו 14 יאר טורמע טערמין און איז געהאלטן געווארן הויז ארעסט צוליב זיין ראלע און פארמירן פראטעסטן צוריק אין 2014 למספרם
אצינד האבן די סאלדאטן באפרייט לעפאלדא אין האט אין זיין ערשטע טוויטער מעסעדזש זינט 2017 למספרם טריאומפירט אז ער איז באפרייט דורך די מיליטער אויפן באפעל פון פרעזידענט גוויידא און אז אלע זענען מאביליזירט און אז עס צייט צו קעמפן פאר פרייהייט
גוויידא האט געזאגט פאר רעפארטער אז אן ערנסטע טייל פון די מיליטער איז איצט אין זיין שטיצע אריינגערעכנט הויפט קאמאנדירן, גענעראלן און ליוטענאנט קאלאנעלס אבער האט זיך אנטזאגט פון פארעפנטליכן זייערע אידענטיטעטן
איבערן לאנד האבן זיך אנטי רעגירונג פראטעסטירער אנגעהויבן פארזאמלען אויף גוויידאס רוף און רעגירונגס קרעפטן רעאגירן מיט טרערן גאז און אויך אין די באזע זעלבסט האבן טרופן טריי צו מאדורא גזיך באנוצט דערמיט
א גרויסע גרופע מיט ווענעזועלע פענער זענען געזעהן געווארן מארשירן אין ריכטונג פון די באזע

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

שרעקעדיגע קליפ ווי א פארפאנצערטע מיליטערישע טראק פון מאדורא שמייסט אריין צווישן פרא גוויידא פראטעסטירער
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”