אנקעטע: אייער מיינונג איבער די וואנט - שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דארף מען א וואנט? פארוואס נישט?

מ'דארף א וואנט עמערדזשענסי
58
61%
אימיגראנטן זענען בכלל נישט קיין פראבלעם
2
2%
אימיגראנטן בויען אמעריקע'ס עקענאמיע, מ'דארף זיי ווען צאלן זיי זאלן וועלן קומען (קרעדיט, צל)
3
3%
ס'איז שוין דא א וואנט און אימיגראנטן קומען ניטאמאל אריין אין לאנד
2
2%
א וואנט קאסט צופיל געלט און מ'קען נוצן אלטערנאטיווע טעכנאלאגישע מיטלן היינט צוטאגס
11
12%
א שאנדע פאר אמעריקע צו לייגן א וואנט, דער סטאטוע אף ליבערטי איז דער סימבאל פון אמעריקע
6
6%
די וואנט איז גאר וויכטיג אבער נישט אויפן חשבון פון א שאטדאון
6
6%
א וואנט גייט גארנישט אויפטון (קרעדיט, כאפצעם)
7
7%
 
סך הכול שטימען: 95

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

אנקעטע: אייער מיינונג איבער די וואנט - שאטדאון

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:47 pm

דער שאטדאון איז שוין באלד אלט דריי וואכן אן קיין איין אנקעטע איז נאכנישט געליפטערט געווארן!! לאזט הערן אייער מיינונג.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:48 pm

כמעט אלע תירוצים איז שוין געהערט געווארן, אסאך זענען זיך אפילו סותר איינס מיטן צווייטן.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:57 pm

ביטע װען איר פרעגט װעגען אימיגראנטן מאך קלאר צי איר רעדט פון ליגאלע אימיגראנטן אדער אימליגאלע אימיגראנטן

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:19 pm

ווען מען קען ווען שטימען אויף צוויי אפציעס וואלט איך געשטימט אויף די ערשטע און די דריטע, סאיז בכלל נישט קיין סתירה, הא בלעגאלע והא באומלעגאלע.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2096
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:33 pm

מיין אפשען איז נישט דא, דהיינו

אויב נעמט מען קער פון עמערדזשענסי'ס דארף מען קודם קעיר נעמען פון גאן קאנטראל, עס איז ביי די נומבערס, 10 מאל א גרעסערע פראבלעם ןןי דער וואנט, אויב עס איז די וואנט איז בכלל א פראבלעם.

מ'איז שטיל און גארנישט ווערט נישט געטוען דערפאר. אויף א באמפ סטאק עקזעקיאטיוו ארדער האט מען געדארפט ווארטן א גאצע יאר! און פלארידא וויל מען צרוקדרייען די געזעצן וואס מען האט געמאכט נאך די פארקלענד שיסעריי......

נעם די 5 ביליאן דאלער און פיר אן א קאמפיין קעגן די NRA שוין גענוג בלוט פארגאסן.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 3:58 pm

די גאן קריזיס איז טאקע געפערלעך אבער נאך ערגער ווי דעם איז די קאר קריזיס, עס ווערן גע'הרג'עט דריי מאל אזויפיל מענטשן יערליך דורך קארס ווי דורך גאנס, און אויך זענען רוב גאן קרבנות גענג מעמבערס און אונטערוועלט מענטשן, בעת וואס די קאר קרבנות זענען אומשולדיגע מענטשן.

העכסט צייט פאר ריזאנעבל קאר קאנטראל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:28 pm

@פאליטקלי ביזסט גערעכט.

@שרייבער, וואס מיינט קאר קאנטראל?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:38 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מיין אפשען איז נישט דא, דהיינו

אויב נעמט מען קער פון עמערדזשענסי'ס דארף מען קודם קעיר נעמען פון גאן קאנטראל, עס איז ביי די נומבערס, 10 מאל א גרעסערע פראבלעם ןןי דער וואנט, אויב עס איז די וואנט איז בכלל א פראבלעם.

מ'איז שטיל און גארנישט ווערט נישט געטוען דערפאר. אויף א באמפ סטאק עקזעקיאטיוו ארדער האט מען געדארפט ווארטן א גאצע יאר! און פלארידא וויל מען צרוקדרייען די געזעצן וואס מען האט געמאכט נאך די פארקלענד שיסעריי......

נעם די 5 ביליאן דאלער און פיר אן א קאמפיין קעגן די NRA שוין גענוג בלוט פארגאסן.

אבסעלוטלי. די נעקסטע אין ליניע איז העלט אינשורענס און דראג פרייזן. נאכדעם איז אינפערסטרוקטור.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:39 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:די גאן קריזיס איז טאקע געפערלעך אבער נאך ערגער ווי דעם איז די קאר קריזיס, עס ווערן גע'הרג'עט דריי מאל אזויפיל מענטשן יערליך דורך קארס ווי דורך גאנס, און אויך זענען רוב גאן קרבנות גענג מעמבערס און אונטערוועלט מענטשן, בעת וואס די קאר קרבנות זענען אומשולדיגע מענטשן.

העכסט צייט פאר ריזאנעבל קאר קאנטראל.

איז אויב אזוי וואס איז די פראבלעם מיט אימעגראנטן? זיי הארגענען?
אסאך מער מענטשען ווערן געהארגט דורך קארס...
#אופס
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

מחאה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:14 pm

יא! איך בין דער איינער (דערווייל) וואס האט געשטימט אז מען קען בימינו ניצן אנדערע מיטלען! אבער... איך האלט נישט אז מען דארף נישט קיין וואנט בכלל אזויווי די שאלה איז דארט צי מען האלט אז עס קאסט צופיל געלט נאר איך האלט אז עס איז נישט אזוי אמערדשענסי ווי אפציע 1'...
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:26 pm

שטייצעך איך האב געשטימט אויף די אפשן אויף וואס איך באקום קרעדיט.

אבער ווי @פעיק ניוז, הא בלעגאלע, נאר וואס דען, די גרינגסטע וועג אראפצוריקן איליגעל אימיגרעישן, חוץ שטייצעך מאסיווע אי-וועריפיי - וואס וואלט ארויסגעפירט מאסן ביענעסער פון ביזנעס חוץ אויב מען טוט אויך די קומענדיגע - איז העכערן ליגעל אימיגרעישן, וואס די עקסטרעמע קאנסערוואטיוון ארבעטן און פארלאנגען אלס א דאקא פיקס אז מען זאל גאר קאטן.

יעצט וואס זאל מען טון, איז אזוי, די מענטשן וואס קומען אריין און מאכן יעצט די יומעניטערישע קריזיס זענען דאך אסיילעם סיקערס, אויב דו מאכסט צענטערן אין סענטרעל אמעריקע ווי א נישט קרימינאלער וואס טענה'ט בלויז אז ער איז אין סכנה וואלט געווארן גברענגט גראד קיין סטוארט עירפארט נאכן וועטן שטייצעך, ענדיגט זיך די עיקר פראבלעם תיכף ומיד, נאכדעם ברויך מען מאכן א סיסטעם אז אלע איליגעלס אין אמעריקע זאלן קען טון די זעלבע ביי צענטערן אין אמעריקע - עס איז נישט חוטא נשכר, ווייל אינדערהיים וועלן זיי אויך קענען - נאכדעם קען מען רואיג מאכן א פעסטע אי-וועריפיי סיסטעם אן טשויקן מאסן ביזנעסער און דאס וועט פארמאכן די גאנצע מענטשן שמוגלינג אינדאסטרי.

נאכדעם איז דא די דראג פראבלעם, לפענ"ד איינמאל עס האט גארנישט מיט אימיגראציע קען מען געהעריג ארבעטן אינאיינעם אויף וואס וועט ארבעטן, און איך האלט אז מעקסיקא וועט זיך אויך משתתף זיין - אויב מען וועט עס נישט אנרופן מעקסיקא צאלט פאר די וואנט שטייצעך - ווייל מעקסיקא ליידט מער פון די געלט און גאנס וואס די דראג לארדס באקומען פון אמעריקע, ווי אמעריקע ליידט פון די מעקסיקאנע דראגס.

די ווארט עמערדזשענסי קען לפענ"ד נאר זיין ווען עס איז געשען א פלוצים'דיגע חורבן.

די פראבלעם פון איליגעל אימיגרעישן לפענ"ד איז בעיקר בלויז דאס וואס דער פרעזידענט ירום הודו האט ארויסגעברענגט וואס די פרויען און קינדער מאכן מיט פון די שמוגלערס, הגם עס האט א סייד בענעפיט אז וויבאלד זיי זענעען איליגעל טוען זיי ווייניגער קריים, וואס מען וועט דערלייגן א חלק אויב זיי וועלן זיין ליגעל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:43 pm

אסדר האט אויסגעשטעלט דער אנקעטע בייעס.
ער האט געשטעלט אלע טראמפ שטיצער ביי בלויז איין ליניע, און אלע אנדערע צושפליטעט, כדאי אז דער דיפרענץ זאל אויסקוקן אסאך שטערקער.
ער וואלט געקענט צוטיילן די טראמפ שטיצער און מערערע לינעיס
נישט עמערדזשנסי, אבער מען ברויך עס האבן און יעצט איז די צייט דאס אויסצוקעמפן. וכו'
לעת עתה איז דאס שרעקליך בייעס, און איינזייטיג.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:45 pm

abeg האט געשריבן:ביטע װען איר פרעגט װעגען אימיגראנטן מאך קלאר צי איר רעדט פון ליגאלע אימיגראנטן אדער אימליגאלע אימיגראנטן

ווען איך רעד פון א וואנט, מסתמא מיין איך די לעגאלע אימיגראנטן, ניין?!
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:47 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ווען מען קען ווען שטימען אויף צוויי אפציעס וואלט איך געשטימט אויף די ערשטע און די דריטע, סאיז בכלל נישט קיין סתירה, הא בלעגאלע והא באומלעגאלע.

הייסט אז מ'דארף נישט קיין וואנט, נאר מ'זאל יעדעם מאכן תיכף לעגאל, ושלום על ישראל. ענליך צו צל'ס מהלך.

אויב בין איך גערעכט, דאן קוועטש ביים דריטן אפציע.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3376
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:59 pm

געשטימט אז סאיז אן עמערדזשענסי.

1) ווייל די אימיגראנטן שטימען פאר ליבעראלע און זיי די ליבעראלע זענען מסוכן

2) ממוז סופארטען טראמפ, זאל קענען ענדיגן רואיג די טרעיד וואר מיט כינע ווייל כינע איז אויך מסוכן
לעצט פאראכטן דורך צווייפעל אום דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:04 pm

מ'דארף א וואנט עמערדזשענסי
האלט שוין ביי 33
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:11 pm

עכט היימיש האט געשריבן:אסדר האט אויסגעשטעלט דער אנקעטע בייעס.
ער האט געשטעלט אלע טראמפ שטיצער ביי בלויז איין ליניע, און אלע אנדערע צושפליטעט, כדאי אז דער דיפרענץ זאל אויסקוקן אסאך שטערקער.
ער וואלט געקענט צוטיילן די טראמפ שטיצער און מערערע לינעיס
נישט עמערדזשנסי, אבער מען ברויך עס האבן און יעצט איז די צייט דאס אויסצוקעמפן. וכו'
לעת עתה איז דאס שרעקליך בייעס, און איינזייטיג.

אט אזוי.

אגב 35% אקעגן די וואנט איז גאר א גרויסע נומער, באטראכטענדיג די עווערעטש פרא טראמפ אקענטע לויפט אן ערך פון 80%

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:15 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:ווען מען קען ווען שטימען אויף צוויי אפציעס וואלט איך געשטימט אויף די ערשטע און די דריטע, סאיז בכלל נישט קיין סתירה, הא בלעגאלע והא באומלעגאלע.

הייסט אז מ'דארף נישט קיין וואנט, נאר מ'זאל יעדעם מאכן תיכף לעגאל, ושלום על ישראל. ענליך צו צל'ס מהלך.

אויב בין איך גערעכט, דאן קוועטש ביים דריטן אפציע.

גוט געזאגט!
מווערט נישט מער פראדאקטיוו ווען מאיז דא לעגאל, אויב בויען ליגעל אימיגראנטן די עקאנאמי, דאן בויען עס אויך די איליגעל אימיגראנטן.
סך הכל באדערט אייך פשוט די יושר, אמער, ער איז דאך דא אומלעגאל, אויף דעם איז די עצה מאך יעדן תיכף לעגאל, ושלום על אמעריקע.

rutledge
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

א וואנט קאסט צופיל געלט און מ'קען נוצן אלטערנאטיווע טעכנאלאגישע מיטלן היינט צוטאגס

תגובהדורך rutledge » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:16 pm

ס'איז אינטערסאנט צו איינער האט אפי' דורך געטון די נומערן אדער מ'זאגט נאך די זקנים זיידי שומער און באבי פעלאוסי

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:16 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מיין אפשען איז נישט דא, דהיינו

אויב נעמט מען קער פון עמערדזשענסי'ס דארף מען קודם קעיר נעמען פון גאן קאנטראל, עס איז ביי די נומבערס, 10 מאל א גרעסערע פראבלעם ןןי דער וואנט, אויב עס איז די וואנט איז בכלל א פראבלעם.

מ'איז שטיל און גארנישט ווערט נישט געטוען דערפאר. אויף א באמפ סטאק עקזעקיאטיוו ארדער האט מען געדארפט ווארטן א גאצע יאר! און פלארידא וויל מען צרוקדרייען די געזעצן וואס מען האט געמאכט נאך די פארקלענד שיסעריי......

נעם די 5 ביליאן דאלער און פיר אן א קאמפיין קעגן די NRA שוין גענוג בלוט פארגאסן.

און דו וואלסט געשטיצט א דעמאקראטישע פרעזידענט אנצוהאלטען א שאט דאון ביז ער באקומט גאן קאנטראל?

איך וואלט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:18 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:די גאן קריזיס איז טאקע געפערלעך אבער נאך ערגער ווי דעם איז די קאר קריזיס, עס ווערן גע'הרג'עט דריי מאל אזויפיל מענטשן יערליך דורך קארס ווי דורך גאנס, און אויך זענען רוב גאן קרבנות גענג מעמבערס און אונטערוועלט מענטשן, בעת וואס די קאר קרבנות זענען אומשולדיגע מענטשן.

העכסט צייט פאר ריזאנעבל קאר קאנטראל.

וואלט נישט געוועהן קיין שלעכטע זאך אויב יעדער מענטש דארף יעדע דריי יאר איבערגיין א מענדעטארי דרייווינג קורס מיט א טעסט דרייוו.

מענטשען דרייווען ווי חיות.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:21 pm

עכט היימיש האט געשריבן:אסדר האט אויסגעשטעלט דער אנקעטע בייעס.
ער האט געשטעלט אלע טראמפ שטיצער ביי בלויז איין ליניע, און אלע אנדערע צושפליטעט, כדאי אז דער דיפרענץ זאל אויסקוקן אסאך שטערקער.
ער וואלט געקענט צוטיילן די טראמפ שטיצער און מערערע לינעיס
נישט עמערדזשנסי, אבער מען ברויך עס האבן און יעצט איז די צייט דאס אויסצוקעמפן. וכו'
לעת עתה איז דאס שרעקליך בייעס, און איינזייטיג.

ס'איז נישט קיין אקעטע וואס מ'זאל טון, נאר בעיקר ארויסברענגען די טענות דערקעגן. פארוואס נישט קיין וואנט? פארוואס יא ווייסט יעדער, די שאלה איז פארוואס נישט.

כ'האב גראדע אויסגעלאזט איין אפציע, 'מ'דארף יא א וואנט, אבער אויב טראמפ זאגט יא זאג איך ניין.

אגב, כ'מיין אז יעדער דא קען אביסל ציילן און אליין זען וועלכע צד ס'האט מער.
לעצט פאראכטן דורך אסדר לסעודתא אום דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:21 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מיין אפשען איז נישט דא, דהיינו

אויב נעמט מען קער פון עמערדזשענסי'ס דארף מען קודם קעיר נעמען פון גאן קאנטראל, עס איז ביי די נומבערס, 10 מאל א גרעסערע פראבלעם ןןי דער וואנט, אויב עס איז די וואנט איז בכלל א פראבלעם.

מ'איז שטיל און גארנישט ווערט נישט געטוען דערפאר. אויף א באמפ סטאק עקזעקיאטיוו ארדער האט מען געדארפט ווארטן א גאצע יאר! און פלארידא וויל מען צרוקדרייען די געזעצן וואס מען האט געמאכט נאך די פארקלענד שיסעריי......

נעם די 5 ביליאן דאלער און פיר אן א קאמפיין קעגן די NRA שוין גענוג בלוט פארגאסן.

איך האב געטראכט די זעלבע נעכטן, הערנדיג טראמפ ארויסברענגן די ווייטאג אז געוויסע איליגעל אימיגראנטן זענען ליידער עובר אויף רציחה, פרעגענדיג מיט ווייטאג, "אויב וואלט מען געהארגעט אייערע קינדער וואס וואלטן ענק דעמאלטס געזאגט?"
מיסטער פרעזידענט, טויזענטער מענטשן ווערן געהארגעט דורך גאנס, פארוואס ווערט נישט פארריפן א נעשענאל עמערדזשענסי וועגן דעם?
"אויב וואלט מען געהארגעט אייער קינדער וואס וואלט איר דעמאלטס געזאגט?"

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:23 pm

וואס האבן געזאגט די אידן אין פיטסבורג נאכן שיסעריי? מ'דארף טיילן גאנס פאר אלע ראביי און אלע שולן! מ'שיסט? מ'דארף מער סעקיוריטי. יא, דאס האבן די וויקטעמס געזאגט!
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 9:24 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:אסדר האט אויסגעשטעלט דער אנקעטע בייעס.
ער האט געשטעלט אלע טראמפ שטיצער ביי בלויז איין ליניע, און אלע אנדערע צושפליטעט, כדאי אז דער דיפרענץ זאל אויסקוקן אסאך שטערקער.
ער וואלט געקענט צוטיילן די טראמפ שטיצער און מערערע לינעיס
נישט עמערדזשנסי, אבער מען ברויך עס האבן און יעצט איז די צייט דאס אויסצוקעמפן. וכו'
לעת עתה איז דאס שרעקליך בייעס, און איינזייטיג.

ס'איז נישט קיין אקעטע וואס מ'זאל טון, נאר בעיקר ארויסברענגען די טענות דערקעגן. פארוואס נישט קיין וואנט? פארוואס יא ווייסט יעדער, די שאלה איז פארוואס נישט.

כ'האב גראדע אויסגעלאזט איין אפציע, 'מ'דארף יא א וואנט, אבער אויב טראמפ זאגט יא זאג איך ניין.

אגב, כ'מיין אז יעדער דא קען אביסל ציילן און אליין זען וועלכע צד ס'האט מער.

א אנקעטע נעמער וואס איז אזוי בייעס, קען קיין אנקעטעס נישט נעמען.
ניין, רוב לאנד טענה'ט אז מען דארף נישט קיין וואנט, וואס הייסט יעדער ווייסט?
ביטע איבערמאכן די אנקעטע
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, א גולם, בילדער, דארפסמאן, יש ברירה, פייווישעל, שכל טוב און 77 געסט