2019 סטעיט אוו דע יוניאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:39 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ווען נישט די עטליכע גראבע (כרעד פון אבוויעס) ליגענטס וואלט עס געווען אן אויסגעצייכענטע רעדע. ער רעגט מיר אויף יעדעס מאל עקסטער ווען ער מיינט אונז זענען צוריקגעשטאנענע איידעהאו קעלבער.

צום ביישפיל?

מ'וואלט געווען יעצט אין א וועלט מלחמה ווען נישט מיר!
(פייער ענד פיורי מיינסטו? אנדערש האבעך קיינאנונג)

איך וויל די העכסטע צאל לעגאלע אימיגראציע!
(יע יע יע)

די דעמאקראטן אינוועסטיגעישאנס שטערן אמעריקא!
(כליפ כליפ)

די אמעריקאנע עקענאמיע געוואקסן דאפלט זייט כ'בין דא!
(לא דובים ולא יער)

אומגלויבליכע זשאב וואוקס וואס קיינער האט פארגעזאגט! (פונקט ווי אבאמא)

מער מענטשן ארבייטן ווי ווען אימער אין היסטאריע!
(כי כי כי, מער מענטשן לעבן ווי סיי ווען אימער..)

על פאסא, געווען פון די העכסטע אין ווייעלענס!
(שטיות, אלס געווען פון די נידעריגסטע).

ריזיגע ארגאנאזירטע קאראוואנס מארשירן אהער!
(מארשירט אין דיין קאפ אפשר)



סארי אבער דיין 'גראבע אבוויעס ליגנט' סטעיטמענט אויף די אויסגערעכנטע שטייגט איבער די אלע.. און מ'דארף נישט קיין פעקט טשעקער פאר דעם.. לאמיר נאר זעהן אויבנאויף;

מ'וואלט געווען יעצט אין א וועלט מלחמה ווען נישט מיר!
(פייער ענד פיורי מיינסטו? אנדערש האבעך קיינאנונג)

דיין אפיניען ווס זיין

איך וויל די העכסטע צאל לעגאלע אימיגראציע!
(יע יע יע)

דער איינציגער וואס ווייסט וואס ער וויל יעצט איז ער אליינס.

די דעמאקראטן אינוועסטיגעישאנס שטערן אמעריקא!
(כליפ כליפ)

אפיניען

די אמעריקאנע עקענאמיע געוואקסן דאפלט זייט כ'בין דא!
(לא דובים ולא יער)

ערשטע ליגנט.

אומגלויבליכע זשאב וואוקס וואס קיינער האט פארגעזאגט! (פונקט ווי אבאמא)

גראדע האט ער היבש איבערגעשטיגן פאראיאר אבאמא'ס לעצטע יאר אין אפיס, באט בעסיידס דעס, כאפ א בליק אויף די צייטונג קעפלעך יעדע חודש צוויי~ אומגלויבליכע דזשאב וואוקס פאר דעצעמבער צעהן יאר נאך רעסעסיע.. אומפאראויסגעשאצטע דזשניוערי מעכטיגע דזשאב וואוקס.. וכו' וכו'

מער מענטשן ארבייטן ווי ווען אימער אין היסטאריע!
(כי כי כי, מער מענטשן לעבן ווי סיי ווען אימער..)

ממילא איז עס א ליגנט? [פראצענטועל איז עס אויך כמעט היסטארישע נומערן ממילא איז עס ניטאמאל עכט מיסליעדינג, באט אפילו יא איז עס זייער ווייט פון 'גראדע אבוויעס ליגנטס..']

על פאסא, געווען פון די העכסטע אין ווייעלענס!
(שטיות, אלס געווען פון די נידעריגסטע).

צווייטע [און לעצטע..] ליגנט פון די ריייזיגע ליסטע 'גראבע אבוויעס וכו''

ריזיגע ארגאנאזירטע קאראוואנס מארשירן אהער!
(מארשירט אין דיין קאפ אפשר)

מארס קאוד? כ'האניש קיין אנדערע ביאור דערווייל.

זאלסט מיר מוחל זיין אבער דיין 'גראבע אבוויעס ליגנט תגובה' וואלט זיך פארדינט א היבשע פאר פנאוקיאוס אויף סיי וועלכע פעקט טשעק סייט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:13 pm

כ'האב געשריבן "עטליכע אבוויעס ליגענטס", סאו כ'זעה אויף "עטליכע" ביזטו טאקע מודה, אויף די איבעריגע האלטסטו ס'איז "אפיניענס" און איך האלט אז ס'איז "ליגענט". אקעי..

אבער מאך זיכער למען השם די פענאקיאס צו געבן פאר מיר און חלילה פאר אים..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

noway
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:50 pm

תגובהדורך noway » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:57 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'האב געשריבן "עטליכע אבוויעס ליגענטס", סאו כ'זעה אויף "עטליכע" ביזטו טאקע מודה, אויף די איבעריגע האלטסטו ס'איז "אפיניענס" און איך האלט אז ס'איז "ליגענט". אקעי..

אבער מאך זיכער למען השם די פענאקיאס צו געבן פאר מיר און חלילה פאר אים..


First tell us exactly what’s true and what is not true

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 3:15 pm

די יונגל זשאשוע טראמפ וועם טראמפ האט אינווייטעד צום סטעיט אוף די יוניען ווייל מ'בוליעט עם וועגן זיין נאמען איז אדורך געשלאפן די גאנצע דרשה נעכטן

2019-02-06 13.58.27.png
2019-02-06 13.58.27.png (47.31 KiB) געזעהן 1104 מאל

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 6:25 pm

רעדע געהאט ארום 46.8 מיליאן VIEWS

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך פאברואר 06, 2019 6:34 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:5 מילאון אמעריקאנער האבן געדראַפּט פאָאָד סטעמפס!

WOW

וועלן מיר הערן וואס פאקט טשעקערס וועלן זאגן אויף די ווארהייט, אויב איז עס אמת איז עס א גרויסע זאך!

זעה דא אויפן וועבסייט פונעם יוניידעט סטעיטס אגריקולטור דעפארטמענט, עסן און נוטרישען סערוויס. די אפיציעלע נומבערס.

אין דעצעמבער 2016 די לעצטע יאר פון אבאמא זענען 42,969,079 מענטשן געווען אויף פוד סטעמפס.
אין סעפטעמבער 2018 די לעצטע חודש וואס די רעפארט איז ביזדערווייל פובליצירט געווארן איז געווען 38,577,141 מענטשן אויף פוד סטעמפס.

דאס איז א דראפ פון ארום 4.4 מיליאן מענטשן אראפ פון פוד סטעמפס!
און הערשט איז נאך די באריכטן פון די לעצטע פיר חדשים נאך נישט אוועילעבל.

זע איך אז עס איז שוין געגאנגן בארג אראפ אינטער אבאמא, שוין איז עס נישט דוקא אזא גרויסע גדולה...


פאלגענד איז א טשארט פון וויפיל פוד סטעמפס באנוצער ס'איז געווען אין די לעצטע פינף יאר וואס איז דא די אינפארמאציע.

פוד סטעמפס באנוצער.PNG
פוד סטעמפס באנוצער.PNG (10.54 KiB) געזעהן 688 מאל
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:13 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:5 מילאון אמעריקאנער האבן געדראַפּט פאָאָד סטעמפס!

WOW

וועלן מיר הערן וואס פאקט טשעקערס וועלן זאגן אויף די ווארהייט, אויב איז עס אמת איז עס א גרויסע זאך!

זעה דא אויפן וועבסייט פונעם יוניידעט סטעיטס אגריקולטור דעפארטמענט, עסן און נוטרישען סערוויס. די אפיציעלע נומבערס.

אין דעצעמבער 2016 די לעצטע יאר פון אבאמא זענען 42,969,079 מענטשן געווען אויף פוד סטעמפס.
אין סעפטעמבער 2018 די לעצטע חודש וואס די רעפארט איז ביזדערווייל פובליצירט געווארן איז געווען 38,577,141 מענטשן אויף פוד סטעמפס.

דאס איז א דראפ פון ארום 4.4 מיליאן מענטשן אראפ פון פוד סטעמפס!
און הערשט איז נאך די באריכטן פון די לעצטע פיר חדשים נאך נישט אוועילעבל.

זע איך אז עס איז שוין געגאנגן בארג אראפ אינטער אבאמא, שוין איז עס נישט דוקא אזא גרויסע גדולה...


פאלגענד איז א טשארט פון וויפיל פוד סטעמפס באנוצער ס'איז געווען אין די לעצטע פינף יאר וואס איז דא די אינפארמאציע.
בילד

אה זייער גוט אז איהר זענט דא.. כ'האב זייער ליב וויאזוי איהר פיקט און טשוזט סטאטיסטיקס...

אין יאר 2008 די לעצטע יאר פון בוש, און גלייך איידער אבאמא איז אריין אין אפיס, זענען 28.2 מיליאן מענטשן געווען אויף פוד סטעמפס.
אין יאר 2016 די לעצטע יאר פון אבאמא און גלייך איידער טראמפ איז אריין אין אפיס, זענען 44.2 מיליאן מענטשן געווען אויף פוד סטעמפס!!!

א העכערונג פון ארום 16 מיליאן מענטשן!!! איבער 55%!


יעצט נאך ווייניגער ווי צוויי יאהר אונטער טראמפ (די רעזולטאטן פון די לעצטע פיהר חדשים איז נאך נישט אוועילעבל) איז עס אראפ מיט 4.4 מיליאן מענטשן.

יא 2008 איז געווען אינמיטן א רעסעסעשען סוי כ'בלעים נישט אבאמא'ן אינגאנצן, אבער ברענג נישט קיין געשניטענע אויסגעוועלטע טשארטס!

Screenshot_20190206-184902~2.png
גענומען פון https://www.fns.usda.gov/pd/supplemental-nutrition-assistance-program-snap
Screenshot_20190206-184902~2.png (217.79 KiB) געזעהן 602 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:17 pm

נעם א סעמפל פון כאפצעם וואס האט פיינט אונזער ירום הודו אויף טריט און שריט בכל כוחו ממש און ברענגט אלס ארויס זיינע חסרונות און ליגנטס און ער שרייבט זייער קלאר און פראפעשענאל זיין פוינט. אפילו די האלטס אנדערש קענסטו כמעט אלס האבן מיט עם א געהעריגע נארמאלע דיסקאשן

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:21 pm

וויאזוי גייט זי באצאלן איר מעדיקער פאר אלל אויב עס פעססד
וואס פאר א עפעקט גייט אירע פלענער האבן אויף די ביזנעס קאמיוניטי און די אמעריקאנער עקאנאמיע
וויפיל טעקס רעיט ווי זי
ווי איז דער גרעניץ פון טעקס די ריטש וואס לשיטתה איז שוין יא טו מאטש
וואס האלט זי לגבי פרייועט עדיוקעשן און סטודענט לאונס וכדומה

אוועטאר
שקר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:26 pm

זאג מיר לגבי אינזער ירום הודו קענסטו יא מסביר זיין אלע זיינע פאלעסיס

noway
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:50 pm

תגובהדורך noway » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:31 pm

שקר האט געשריבן:זאג מיר לגבי אינזער ירום הודו קענסטו יא מסביר זיין אלע זיינע פאלעסיס


No but he is telling you how he will do it

But she is not telling any plan

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:45 pm

ביידעוועי וויאזוי איז געווען די דעמאקראטישע רעספאנס דורך סטעיסי עברעמס??..

אין מיינע אויגן איז עס געווען נאטינג אינטערעסטינג... און כ'קען נישט טרעפן אויפן געוועב עני אפראוועל פאול איבער איהר רעדע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 06, 2019 7:46 pm

noway האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:זאג מיר לגבי אינזער ירום הודו קענסטו יא מסביר זיין אלע זיינע פאלעסיס


No but he is telling you how he will do it

But she is not telling any plan

כ'געדענק נישט ער זאל האבן ערקלערט וויאזוי ער וועט באצאלן די 2 טריליאן לאך פון די טעקס קאטס. (און אינטערסאנט אז ס'איז טאקע נישט אפירגעקומען קיין נדבן ס'איז געבליבן אומבאצאלט..)

די דעמאקראטן (הילערי קלינטאן אין 2016 אינקלודעד) האבן כאטשיג קלאר געזאגט וויאזוי זיי גייען באצאלן זייערע ספענדונגען: טעקסן די רייכע!
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:09 pm

שקר האט געשריבן:אבער זיי מיר מוחל 100 מאל אבער ווען זי הייסט ווען טראמפ ווילסטו נישט גערעד אזוי
איך האב בכלל נישט גערעד וואס זי איז צי א .... צי א גוי איך האב סך הכל געזאגט זי איז א געלאנגענע פאלטישען גיטע פאלעסיס גיט פאפעלע אויב זאגסטו מעשוגע אויך נישט קיין חסרון אין 2019 עס איז נאר א מעלה והא ראי דער הייליגע ערלעכע ריינע אין אוסגעהאלטענע על פי דרך התורהדיגע פרעזידענט טראמפ איז 100 מאל מיר משוגע
שקר האט געשריבן:איין טובה אויב זי שטימט נישט לויט דאן פליטעשע אטשענדע ביטע לאזט אפ דעם אויבערשטער אין די תורה זיי זענען דיר גארנישט שילדיג

האק נישט קיין טשייניק. ווען טראמפ וואלט געווען א אזא שמוציאן וואלטן אונזערע טראמפיסטן נישט געהאלטן פון אים און דו ווייסטעס

יא! עס זענען נאך דא אידן וואס ס'טוט זיי וויי ווען איינער וויל ארויפצווינגען אזעלכע זאכן אויף די מענטשהייט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:10 pm

נעכטן האט געשריבן:
Screenshot_20190206-004821.jpg
Screenshot_20190206-004821.jpg (722.72 KiB) געזעהן 447 מאל

צוויי און זיבעציג פראצענט אפראוון זיינע אימיגראציע פלענער!

ווער פלעגט נאר שרייען אז רוב פאלק וויל דייקא נישט קיין וואנט?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:
noway האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
Screenshot_20190206-004821.jpg

בעפאר דו ווערסט אזוי פרייליך, טרעף א סטעיט אוו די יוניען רעדע מיט אזא נידעריגע אפראוול אין היסטאריע.


It’s the first president with such a huge approval rating About the State of the Union address on the issue of immigration

אה... ווער און ווען איז געווען די לעצטע?

נישט דו האלטסט און איין שרייבן אז רוב פאלק וויל בשום אופן נישט קיין וואנט?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
שקר
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm

תגובהדורך שקר » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:15 pm

הענדימען האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:אבער זיי מיר מוחל 100 מאל אבער ווען זי הייסט ווען טראמפ ווילסטו נישט גערעד אזוי
איך האב בכלל נישט גערעד וואס זי איז צי א .... צי א גוי איך האב סך הכל געזאגט זי איז א געלאנגענע פאלטישען גיטע פאלעסיס גיט פאפעלע אויב זאגסטו מעשוגע אויך נישט קיין חסרון אין 2019 עס איז נאר א מעלה והא ראי דער הייליגע ערלעכע ריינע אין אוסגעהאלטענע על פי דרך התורהדיגע פרעזידענט טראמפ איז 100 מאל מיר משוגע
שקר האט געשריבן:איין טובה אויב זי שטימט נישט לויט דאן פליטעשע אטשענדע ביטע לאזט אפ דעם אויבערשטער אין די תורה זיי זענען דיר גארנישט שילדיג

האק נישט קיין טשייניק. ווען טראמפ וואלט געווען א אזא שמוציאן וואלטן אונזערע טראמפיסטן נישט געהאלטן פון אים און דו ווייסטעס

יא! עס זענען נאך דא אידן וואס ס'טוט זיי וויי ווען איינער וויל ןp ארויפצווינגען אזעלכע זאכן אויף די מענטשהייט

איינער האט דיר געהייסען מען האט עס ארויפגעצוינגען
2 איך בין נישט זיכער מיט וואס די זאגסט וועגען די טראמפיסטען פאקט וואסט אנדערש

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'האב געשריבן "עטליכע אבוויעס ליגענטס", סאו כ'זעה אויף "עטליכע" ביזטו טאקע מודה, אויף די איבעריגע האלטסטו ס'איז "אפיניענס" און איך האלט אז ס'איז "ליגענט". אקעי..

אבער מאך זיכער למען השם די פענאקיאס צו געבן פאר מיר און חלילה פאר אים..

ר' איד, דו ווייסט זייער פיין אז אן אפיניען מיט וואס דו ביזט מחולק איז א דיפרענס אוו אפינען. האט גארנישט מיט ליגנט צו טון, וכ''ש נישט קיין אבוויעס ליגנטס.

(אויב יא שרייבסט ליגנט יעדעס מאל דו שרייבסט עפעס בנוגע אבאמאקעיר [חוץ די איין מאל ווען דו האסט מודה געווען אז העלטקעיר איז אין דער ערד])
Innocent until proven Republican

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:57 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
און דא איז א רעקארדירונג פונעם ספיטש. (באקומען פון משומר)
https://drive.google.com/file/d/1aZbuUK ... io2nL/view


טאקע א שוואכע דעליווערי, ער ליינט פאר פון א צעטל ווארט ביי ווארט.

אזוי ווי פילע אנדערע ספיטשעס וואס די רעדנער ליינען פון א צעטל, אן חיות.
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:01 pm

הכל הבל האט געשריבן:רעדע געהאט ארום 46.8 מיליאן VIEWS

יא, ווייל משומר האט עס געבלאקט...
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:02 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
noway האט געשריבן:She will be crazy on the other side

עס וועט אין ערגעץ נישט שאטען עס וועט נאר זיין בעסער אזוי אויב מעשוגע זאל עס כאטש זיין אויף א גיטע אויפן אין אין גיטע הענט

איך בין היבש שאקירט אז א איד א שותומ"צ, א מאמין בה', קען האלטן פון דאס שמוציגסטע און געמיינסטע וואס דעמאקראטיע האט נאר ארויסגעגעבן אין די היסטאריע.

טו דיך אן סיט בעלטס און גרייט אן נאך צו ווערן אסאך מאל שאקירט אין דיין לעבן, איך קען אפשר וויסן וואו אידישקייט און אמונה קומט דא אריין? דו קענסט טאקע נישט גלייבן אז ערליכע אידן מאמינים בה' האלטן פון זאכן דו האלטסט - ווייל מענטשן וואס שפילן מיט דיין מח ווילן אז דו זאלסט האלטן - אז ס'איז דאס שמוציגסטע און געמיינסטע? דו רעפערסט צו אמונה בה' ווען דו מיינסט אמונה אין דיין מיינונג רח"ל מהאי דעתא!



דו מוזט קודם אוועקשטעלן אן הקדמה... דו ביסט דער געלערענטער, דו פארשטייסט, ווער ס'האלט אנדערש איז פשוט ווייל מ'האקט אים אריין אין קאפ נארישקייטן, דיינע פאקטן זענען אומאפפרעגבאר... און נאכדעם הייב אן אטאקירן... אני העט מען מיינען אז דו ביסט א פשוטע אנאנאמיס ניק וואס האט זערא בעקינג צו זיינע רייד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:09 pm

כאפצעם האט געשריבן:
noway האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:זאג מיר לגבי אינזער ירום הודו קענסטו יא מסביר זיין אלע זיינע פאלעסיס


No but he is telling you how he will do it

But she is not telling any plan

כ'געדענק נישט ער זאל האבן ערקלערט וויאזוי ער וועט באצאלן די 2 טריליאן לאך פון די טעקס קאטס. (און אינטערסאנט אז ס'איז טאקע נישט אפירגעקומען קיין נדבן ס'איז געבליבן אומבאצאלט..)

די דעמאקראטן (הילערי קלינטאן אין 2016 אינקלודעד) האבן כאטשיג קלאר געזאגט וויאזוי זיי גייען באצאלן זייערע ספענדונגען: טעקסן די רייכע!



טעקס קאטס איז נישט קיין עקספענס, מ'דארף עס נישט באצאלן! ואגב, די טעקס רעוועניא איז ארויף זינט די טעקס קאט...

די סיבה פארוואס די דעפעציט איז גרעסער איז ווייל אין וואשינגטאן איז שניידן ספענדן ערגער ווי סיי וואס... אז ספענדינג וואקסט וואקסט די דעפעציט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:00 pm

Think and Thank האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
Screenshot_20190206-004821.jpg

צוויי און זיבעציג פראצענט אפראוון זיינע אימיגראציע פלענער!

ווער פלעגט נאר שרייען אז רוב פאלק וויל דייקא נישט קיין וואנט?


ווי נישט ווי, דער אנקעטע דארף א ביאור, די זעלבע דרייסיג פראצענט וואס האבן גענטפערט ביי פריערדיגע אנקעטעס אז זיי ווילן נישט קיין וואנט, האבן זיך פלוצלינג געטוישט?
חוץ אז מען וועט זאגן אז זיי האבן פשוט קיינמאל געהערט דעם פרעזידענטס צד אן מידיע פילטערעישאן, וצ״ע

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:24 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:זיי האבן פשוט קיינמאל געהערט דעם פרעזידענטס צד אן מידיע פילטערעישאן

ופשוט הוא.

גראדע האט מיר איינער דערציילט אז ער האט באקומען א קאל פון א פאולסטער מיט די פראגע וואס איז זיין מיינונג איבער אימיגראציע. ווען ער האט איבערגעפרעגט 'לעגאלע אדער אומלעגאלע' האט די מכשיפה געענטפערט "איך קען נישט צולייגן גארנישט צו די פראגע."
Innocent until proven Republican

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:29 pm

Think and Thank האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:זיי האבן פשוט קיינמאל געהערט דעם פרעזידענטס צד אן מידיע פילטערעישאן

ופשוט הוא.

גראדע האט מיר איינער דערציילט אז ער האט באקומען א קאל פון א פאולסטער מיט די פראגע וואס איז זיין מיינונג איבער אימיגראציע. ווען ער האט איבערגעפרעגט 'לעגאלע אדער אומלעגאלע' האט די מכשיפה געענטפערט "איך קען נישט צולייגן גארנישט צו די פראגע."

איך הער


די שאלה איז וויאזוי זיי האבן דערנאך פובליצירט די פאלל..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, א מוח, גוט זאגער, יענקל בטלן און 52 געסט