פאראינטערסירט האט געשריבן:טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:פאראינטערסירט האט געשריבן:אה זייער גוט אז איהר זענט דא.. כ'האב זייער ליב וויאזוי איהר פיקט און טשוזט סטאטיסטיקס...
אין יאר 2008 די לעצטע יאר פון בוש, און גלייך איידער אבאמא איז אריין אין אפיס, זענען 28.2 מיליאן מענטשן געווען אויף פוד סטעמפס.
אין יאר 2016 די לעצטע יאר פון אבאמא און גלייך איידער טראמפ איז אריין אין אפיס, זענען 44.2 מיליאן מענטשן געווען אויף פוד סטעמפס!!!
א העכערונג פון ארום 16 מיליאן מענטשן!!! איבער 55%!יעצט נאך ווייניגער ווי צוויי יאהר אונטער טראמפ (די רעזולטאטן פון די לעצטע פיהר חדשים איז נאך נישט אוועילעבל) איז עס אראפ מיט 4.4 מיליאן מענטשן.
יא 2008 איז געווען אינמיטן א רעסעסעשען סוי כ'בלעים נישט אבאמא'ן אינגאנצן, אבער ברענג נישט קיין געשניטענע אויסגעוועלטע טשארטס!

מ'רעדט נישט דא פון קיין עתידות, מ'רעדט פון טריקענע פאקטן.
אז אונטער אבאמא איז צוגעקומען 16 מיליאן מענטשן אויף פוד סטעמפס, מיט א א הויכפונקט פון כמעט 20 מיליאן מענטשן מער.
פון די העכסטע פונקט אין יאר 2013 איז מען נאך דריי אהאלב יאר (40 חדשים) אראפ מיט בלויז ארום 3.4 מיליאן.
זינט טראמפ איז אריין אין אפיס, איז עס אין בלויז צוואנציג חדשים געפאלן מיט 4.4 מיליאן.
כ'ווייס נישט פארוואס די מאכסט פּאָרן פון צוואנציג יאר, איך האב געמאכט פּאָרן פון 4 חדשים. אדער פון גאנצע יארן. און זעה די שטארקע חילוק פון די אבאמא יארן צו די טראמפ יארן וואס זיינע פאליסיס האבן נישט געשאדט...
אנטשולדיגט, אבער אבאמא איז אריינגעקומען אנפאנג פון א גרויסע רעסעשאן, סא אוודאי איז די פוד סטעמפס באניצער ארויף, וואס פונקטליך ווייזט איר מיט דעם אז סאיז ארויף אונטער אבאמא??
אדרבה, פון 2013 ווען די עקאנאמי האט זיך מער ווייניגער אנגעהויבן סטאביליזירן האט זיך אנגעפאנגען א סטעדי decline אין פוד סטעמפס באניצער.
(אגב, די זעלבע צייט האט אנעמפלוימענט סיגניפינענטלי אנגעהויבן צו פאלן און די סטאק מארקעט דראסטיש אנגעהויבן צו שטייגן. סא וועמענס קרעדיט איז דאס בכלל?)
אדרבה!
קוקנדיג אויף די טשארט וואס דו האסט געברענגט, זע איך אז ענדע 2017 האט גאר אנגעהויבן צו שטייגן די צאל באנוצער אונטער טראמפס זייגער!
אין אקטאבער 2017, איז פוד סטעמפס באניצער ארויף פון 41,447,079 צו 42,226,205. דאס איז א העכערונג פון כמעט א מיליאן מענטשן, און איז די איינציגסטע מאל וואס עס האט זיך געטוישט פון א סטעדי דעקליין צו גאר א העכערונג אין באנוצער, זייט 2013, און דאס איז גאר געשען אונטער טראמפס זייגער!!
בלויז עטליכע חדשים שפעטער האט ער צוריק אנגעהויבן צו פאלן דראסטיש.
הה"ד #שנייד_די_קרעפלעך!