בלאט 2 פון 3

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 10:56 am
דורך שמואל אלצווייסער
ס׳שוין דא איינס אין בבל.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 11:23 am
דורך Graphic24
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

ביטע.. ביטע...!! אונז האפן אז גלות אמעריקע איז ס׳לעצטע סטאנציע....

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 11:57 am
דורך יענקל פאטאש
Graphic24 האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

ביטע.. ביטע...!! אונז האפן אז גלות אמעריקע איז ס׳לעצטע סטאנציע....

אמן כי"ר

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 12:19 pm
דורך דניאל אויערבאך
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

מען טראכט דערוועגען אבער מקען נישט דארטן זיין מיט מער פון צוויי קינדער ...........

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 12:48 pm
דורך שטיגליץ
גולם פון פראג האט געשריבן:רחמנא ליצלן. כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו. מיר האבען זיך דערלעבט אז מען זאל לעגעליזירן שעדליכע דראגס.
הייליגער באשעפער לייז אונז שוין אויס פון די גלות אמעריקע.

שעדליך?

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 1:01 pm
דורך גולם פון פראג
שטיגליץ האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:רחמנא ליצלן. כמעט כסדום היינו לעמורה דמינו. מיר האבען זיך דערלעבט אז מען זאל לעגעליזירן שעדליכע דראגס.
הייליגער באשעפער לייז אונז שוין אויס פון די גלות אמעריקע.

שעדליך?

ס'איז דראגס. דאס אליין איז נישט גענוג? ס'מוז אויכעט זיין שעדליך?

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 1:20 pm
דורך ר' זעקל
כא'געהערט זאגען אז אין מאנטריאל ביי א קידוש אין סאטמערע ביהמ'ד האט מען ציגעשטעלט קעק וואס האט אין זיך מאריכוואנע
אילו זכינו בניו יארק ;l;p- :grin: :smile: :lol:

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 1:44 pm
דורך א נייער
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

מען טראכט דערוועגען אבער מקען נישט דארטן זיין מיט מער פון צוויי קינדער ...........

מ'קען האבן נאך פאר געלט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 1:48 pm
דורך ggg
שטיגליץ האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:א נייע עקספענס פאר חתונות, א ספעציעלע באר מיט אלע מינע בראוניס.

אגב, סוועט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן ווען די ערשטע היימישע כשרע פראדוקט וועט צושטאנד קומען.

איר וועט זיין סורפרייזד צו געוואויר ווערן אז עס איז שוין יעצט פארהאן פילע פון די 'כשרע' פראדוקטן אויפן מארקעט

נישט באמערקט אז דער עולם זאל זיין פרייליכער לעצטענס....

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 2:15 pm
דורך דניאל אויערבאך
א נייער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

מען טראכט דערוועגען אבער מקען נישט דארטן זיין מיט מער פון צוויי קינדער ...........

מ'קען האבן נאך פאר געלט.

:?: :?:

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 2:19 pm
דורך א נייער
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

מען טראכט דערוועגען אבער מקען נישט דארטן זיין מיט מער פון צוויי קינדער ...........

מ'קען האבן נאך פאר געלט.

:?: :?:

אויב מען צאלט געלט פאר די גאווערמענט מעג מען האבן נאך.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 2:24 pm
דורך גולם פון פראג
למעשה וואסארא אפעקט האט די מאריוואנא אויף א מענטש?
אלע שרייבען "מ'ווערט הויעך". דאס איז אזוי ווי שכרות?

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 2:29 pm
דורך יענקל פאטאש
רבותי איך האב נישט געמיינט צו פארדרייען דעם אשכול נאר ארויסברענגן אז עס איז צרות.
עס זעהט אויס אז ער וויל האבן א לאנגע ליסט אין די היסטארי בוקס אנגעהויבן פון מתיר זיין חוקי תועבה. מער געב איך אים נישט מיין האנט, נישט פאר די כל העולם כולו, נישט פאר מאמענט נישט קיין חילוק פאר וועלכע אויסגאבע.

געשריבן: זונטאג יולי 21, 2019 5:59 pm
דורך צייט שטיפער
א נייער האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
יענקל פאטאש האט געשריבן:איינער ווייסט אויב עס עפענט זיך א אידישע דעוועלאפמענט אין כינע?

מען טראכט דערוועגען אבער מקען נישט דארטן זיין מיט מער פון צוויי קינדער ...........

מ'קען האבן נאך פאר געלט.

דא אין אמעריקא באקומט מען דאך געלט פאר נאך קינדער

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:14 am
דורך טשאדעלע באדעלע
גאווערנער קאומאו האט יעצט אינדערפרי אינטערגעשריבן דעם ביל צו מאכן מאריכוואנע דראגס ליגאל אויסגעהאלטן!

#אַווערנעס_פארן_נייע_גענעראציע

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:16 am
דורך שאהן הענניטי
איז עס יעצט לעגאַל? אדער דארף נאך דורכגיין עפעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:19 am
דורך eller
ווען גייט מען שוין מאכן לעגאל צו שיסן מענטשן ???? אפפס גאן קאנטראל... גערעכט נישט מיט קיין גאנס.
ווען גייט מען שוין מאכן לעגאל צו לאזן אומלעגאלע דרייווער'ס דרייווען אן לייסענס ???
#צודרייטע לעבאראלען..
#קרעזי ניו יארק

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:23 am
דורך טשאדעלע באדעלע
די קאמישע זאך דערפון איז, וואס איז ליידער א ביטערע מציאות, אויב א אומליגאלער אימיגראנט וועט זיך דרייען אויף די ניו יארקער גאסן מיט א שאפינג בעג פיל מיט דראגס, שטייט ער אויס די מערסטע פראבלעמען פארן זיך ארומדרייען מיט א פלעסטיק זעקל.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:29 am
דורך לייטער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גאווערנער קאומאו האט יעצט אינדערפרי אינטערגעשריבן דעם ביל צו מאכן מאריכוואנע דראגס ליגאל אויסגעהאלטן!

#אַווערנעס_פארן_נייע_גענעראציע

סגייט זיין 100% מותר? אלע סארטן?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:30 am
דורך לייטער
איך ציטער פאר די בחורים אין ישיבות

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:31 am
דורך אור
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די קאמישע זאך דערפון איז, וואס איז ליידער א ביטערע מציאות, אויב א אומליגאלער אימיגראנט וועט זיך דרייען אויף די ניו יארקער גאסן מיט א שאפינג בעג פיל מיט דראגס, שטייט ער אויס די מערסטע פראבלעמען פארן זיך ארומדרייען מיט א פלעסטיק זעקל.
;l;p-

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:40 am
דורך פאראינטערסירט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גאווערנער קאומאו האט יעצט אינדערפרי אינטערגעשריבן דעם ביל צו מאכן מאריכוואנע דראגס ליגאל אויסגעהאלטן!

#אַווערנעס_פארן_נייע_גענעראציע

דזשאסט טו סטעי קארעקט.

ס'איז נאך נישט ממש לעגאַל נאר ס'גייט מער נישט זיין קרימינאל,
דאס טייטש אז מ'גייט באקומען א טיקעט שטראָף דערפאר, אבער מ'גייט מער נישט ארעסטירן איבערדעם און
ס'וועט נישט בלייבן אויפן רעקארד.


דער גאווערנער גיבט אהן אז די סיבה דערצו איז ווייל דאס אינפארסירן מאריכואנע האט געפירט אז אסאך שווארצע און לאטינאוס זענען געווארן ארעסטירט, ממילא כדי צו מאכן זיכער אז ס'ווערן נישט ארעסטירט מער שווארצע ווי ווייסע האט ער עס דיקרימילייזד....

לויט דעם וועט אויסקומען אז אויב אסאך שווארצע וועלן ווערן ארעסטירט פאר גנב'נען וועט מען עס דיקרימילייזען...!
און אויב אסאך שווארצע וועלן ווערן ארעסטירט פאר דרייוון אהן לייסענס וועט מען עס מתיר זיין...
און אזוי ווייטער און ווייטער ביז ניו יארק גייט ח"ו אויסקוקן ווי באלטימאר...

דאס איז חוץ א מעשה אז קאומאו איז א ראסיסט פארן זאגן אז ביי די שווארצע איז דא מער מאריכואנע...

https://www.governor.ny.gov/news/govern ... ijuana-use

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:46 am
דורך Iphone
וואס איז דאס אנדערש ווי אלקעהאל? פארוואס דארט פארשטייט מען אז עס דארף זיין לעגאַל?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 11:46 am
דורך טשאדעלע באדעלע
אקעי. אביסל קלארער.

די היינטיגע אינטערשריפט פונעם גאווענער, איז נישט אויף א געזעץ צו מאכן מאריכוואנע ליגאל, וואס עס טוט יא איז, ס׳מאכט עס אויס-קרימענאל.

אינטער די נייע געזעץ בלייבט דאס האנדלען דערמיט, דאס הייסט קויפן און פארקויפן אסור. מ׳מעג עס אדער האבן אין באזיס. איי, פון וואנעט האסטעס? און וואס גייסטו טאן דערמיט?.. זאג, איר וועלט פרעגן קשיות? אדער וואוינען אין ניו יארק!?

נאך אזאך וואס די היינטיגע געזעץ ברענגט מיט. אלע ביז יעצטיגע אנגעקלאגטע אויף האבן מאריכוואנע, וועלן זייערע קלאגעס ווערן צוריקגעדרייט.

אינטער דעם נייעם געזעץ קען מען עס נאכאלטס נישט עסן, טרינקען, רייכערן (וואס טוט מען דערמיט) אין פובליק. אבער אויב כאפט מען איינעם וועט מען בלויז אויסשטיין א טיקעט, ס׳וועט ניטאמאל גיין אויפן רעקארד.

די איבריגע טיילן עס צו מתיר זיין אינגאנצן איז ערווארטעט נאכצוקומען אינעם נאנטן צוקומפט בעזהשי״ת.

אוי וויי. ער האקט :evil:

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 12:29 pm
דורך פאראינטערסירט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אוי וויי. ער האקט :evil:

מיינסט מיר??
פארוואס קוקסטו אזוי שטרענג?...