מדינת ישראל פארלאמענט וואלן - אפריל 2019 - ווארענונג! בלויז נייעס!!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:03 am

עסן פאר אידן האט געשריבן:aguda is ger/viznitz/puresh
not belz

למשל?
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:16 am

נתניהו לייגט גרויס לחץ אויף דרעי ער זאל זיך פאראייניגן מיט יהדות התורה. סיי צו פארמערן די צאל רעכטע מונדאטן, וואס קען אויסקומען מער ווען צוויי פארטייען לויפן אינאיינעם, און סיי אין פאל ש"ס מאכט נישט אריבער דעם אחוז החסימה, רח"ל.

פארשטייט זיך אז דרעי נוצט זיין 'מרן' פאר א שטעקן, זאגנדיג אז הגר"ש כהן לאזט נישט א פאראייניגונג. עס איז אויך פארשטענדליך אז דרעי וויל זיך באמת ברעכן, נאר ער ווארט אויף גרעסערע לחץ צו קענען זאגן אז ער טוט עס נאר מחוסר ברירה, וויבאלד מ'האט אים געדרוקט צום וואנט און געצוואונגען, אנדערש לוינט עס נישט פאר זיין פרעסטיזש. קען אפילו זיין ער האט באשטעלט ביבי אים צו בעטן, באלד וועט פוטין קומען אים בעטן און דעמאלטס וועט ער זיך שוין 'מוזן' ברעכן....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:41 pm

מי זה האט געשריבן:אסדר לסעודתא ביסט טאקע גערעכט אז די לינקע רעדן ווייניגער וועגן גיוס אבער זיי האבן אסאך מער ערגערע מיינונגען לגבי שמירת שבת, גירות, נשואין אא"וו.
בכלל האבן זיי נישט כמעט קיין שום אידישע געפיל.
אין אויך לגבי גיוס אויב זיי וועלן האבן די ווארט וועלן זיי נישט אויפגעבן אזוי שנעל פאר די יהדות החרדית...

מיט וואס איז גיוס ווייניגער ווי שמירת שבת, גירות, נשואין אא"וו..?

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:57 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נתניהו לייגט גרויס לחץ אויף דרעי ער זאל זיך פאראייניגן מיט יהדות התורה. סיי צו פארמערן די צאל רעכטע מונדאטן, וואס קען אויסקומען מער ווען צוויי פארטייען לויפן אינאיינעם, און סיי אין פאל ש"ס מאכט נישט אריבער דעם אחוז החסימה, רח"ל.

פארשטייט זיך אז דרעי נוצט זיין 'מרן' פאר א שטעקן, זאגנדיג אז הגר"ש כהן לאזט נישט א פאראייניגונג. עס איז אויך פארשטענדליך אז דרעי וויל זיך באמת ברעכן, נאר ער ווארט אויף גרעסערע לחץ צו קענען זאגן אז ער טוט עס נאר מחוסר ברירה, וויבאלד מ'האט אים געדרוקט צום וואנט און געצוואונגען, אנדערש לוינט עס נישט פאר זיין פרעסטיזש. קען אפילו זיין ער האט באשטעלט ביבי אים צו בעטן, באלד וועט פוטין קומען אים בעטן און דעמאלטס וועט ער זיך שוין 'מוזן' ברעכן....

אין דעם אשכול איז נישט ערלויבט צו שרייבן קיין זייטיגע זאכן ווי למשל שרייבן רח"ל ביי א נושא פון גיין צו די בחירות
יישר כח
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:10 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:
יין האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:מיכל האלבערשטאם און א אינטערוויוו פאר קול בעלזא רייסט אינטער אגודת ישראל ער זאגט אז אגודת ישראל שטעלט נישט גארנישט צו פאר די אינגעלייט אז מען זאל שפירן אז מען דארף גיין שטימען וכו'

אבער זיי זענען דאך א חלק פין אגדוה פינקט ווי אלע אנדערע איז וואס רייסט ער זיך אליין ארעפ....!!!!

aguda is ger/viznitz/puresh
not belz

ער זאגט צווישן אנדערע אז די כנסיה איז געווען איין שטיק דורכפאל עס איז נישט געווען צופיל רבנים וכו'
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:12 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:נתניהו לייגט גרויס לחץ אויף דרעי ער זאל זיך פאראייניגן מיט יהדות התורה. סיי צו פארמערן די צאל רעכטע מונדאטן, וואס קען אויסקומען מער ווען צוויי פארטייען לויפן אינאיינעם, און סיי אין פאל ש"ס מאכט נישט אריבער דעם אחוז החסימה, רח"ל.

פארשטייט זיך אז דרעי נוצט זיין 'מרן' פאר א שטעקן, זאגנדיג אז הגר"ש כהן לאזט נישט א פאראייניגונג. עס איז אויך פארשטענדליך אז דרעי וויל זיך באמת ברעכן, נאר ער ווארט אויף גרעסערע לחץ צו קענען זאגן אז ער טוט עס נאר מחוסר ברירה, וויבאלד מ'האט אים געדרוקט צום וואנט און געצוואונגען, אנדערש לוינט עס נישט פאר זיין פרעסטיזש. קען אפילו זיין ער האט באשטעלט ביבי אים צו בעטן, באלד וועט פוטין קומען אים בעטן און דעמאלטס וועט ער זיך שוין 'מוזן' ברעכן....

אין דעם אשכול איז נישט ערלויבט צו שרייבן קיין זייטיגע זאכן ווי למשל שרייבן רח"ל ביי א נושא פון גיין צו די בחירות
יישר כח

אנטשולדיגט, אבער איך האב מיט ש"ס איינגעלייגט ווי מיטן כינעזער פרעזידענט. געמיינט צו שרייבן ווי דרעי וואלט אנגעקוקט אזא אפציע. דרעי טענה'ט אז ער גייט האבן 7 בענקלעך און דא זארגט זיך ביבי אז ער וועט נישט האבן 4.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 5:01 pm

מארגען גייט פארקומען די פריימעריז אין די ליכוד פארטיי, און נתניהו פארלייגט קעסל און כלים קעגן גדעון סער, ער קייט איבער זיין אלטע עלילה אז סער וויל מאכן א פוטש קעגן איהם און פארכאפן די פרעמיאור אמט.

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:46 pm

לויט די לעצטע אנקעטע האט יהדות התורה נאר 6 בענקלעך
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג פאברואר 04, 2019 6:59 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:קהילת צאנז האט אנגעהויבן לייגן לחץ אז זיי מוזן האבן א קאנדידאט אין כנסת לכה"פ אויף רוטאציע, וויבאלד זיי זענען די גרעסטע קהילה נאך וויזניץ.

איך סאונד ווי א צובראכענע דיסק, אבער סגייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואסי די לחץ געלייגאכטס? זאל מען מאכן פריימעריס אווי יעדע אנדערע פארטיי? אז גור האט די מערסטע וועט ליצמאן געוואונען די ראש, און אזוי ווייטער.. פאר דארף מען בכלל רעדן פון לחץ? איז עס נישט מער יושר אזוי?

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » מאנטאג פאברואר 04, 2019 8:41 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:לויט די לעצטע אנקעטע האט יהדות התורה נאר 6 בענקלעך

they are broken inside

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:07 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:לויט די לעצטע אנקעטע האט יהדות התורה נאר 6 בענקלעך

they are broken inside

אמת.

יעקב ריבלין פון בקהילה שרייבט אז אויב יעדע רבי וואס איז געווען ביים כנסיה אין נתניה זאל ברענגען 90 פראצענט פון זייערע חסידים, קען יהדות התורה האבן ברייטע 9 בענקלעך.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:12 pm

נו שוין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קהילת צאנז האט אנגעהויבן לייגן לחץ אז זיי מוזן האבן א קאנדידאט אין כנסת לכה"פ אויף רוטאציע, וויבאלד זיי זענען די גרעסטע קהילה נאך וויזניץ.

איך סאונד ווי א צובראכענע דיסק, אבער סגייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואסי די לחץ געלייגאכטס? זאל מען מאכן פריימעריס אווי יעדע אנדערע פארטיי? אז גור האט די מערסטע וועט ליצמאן געוואונען די ראש, און אזוי ווייטער.. פאר דארף מען בכלל רעדן פון לחץ? איז עס נישט מער יושר אזוי?

איך סאונד ווי א צובראכענע דיסק פארן ענטפערן אזויפיל מאל.

פריימעריס קומט נישט אין באטראכט ווילאנג דגל לויפט צוזאמען מיט אגודה. וויבאלד די רעזולטאטן קען מען נישט וויסן און עס קען שאטן אז דגל זאל נאכאמאל ארויסגיין מיט 'שש שלש'...

סיי וועלכע אנדערע עצה קען מען זיך פארבינדן מיט די מערכת און עס וועט גענומען ווערן אין באטראכט, אבער פריימעריס איז נישט קיין אפציע לע"ע. מיט פארשטעדעניש....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:32 pm

איינע פון די פראבלעמען וואס איז אנשטאנען איז אז בעצם די גאנצע מהלך פון בענקלעך, מועצת גדולי התורה רבנים, ווער עס איז פון די וועדה וכו' וכו' האט באמת נישט קיין שום פשט קיין הענט און קיין פיס ממילא ווי נאר מען האט א שאקל געגעבן די שאכטל ווערים איז געשען וואס איז געשען יעדער נעמט זיך שרייען זיינע ווייטאגן וכו' וכו' ווי מען קען הערן צווישן די שפאלטענעס פון די שמועס מיט מיכל האלבערשטאם און נאך ווי יעדע קליינע קהלה האט זיך זיינע פארלאנגען
אויסער דעם וואס ווי נאר מען האט זיך אויפגעהערט צו שעמען און מען האט אפן אנגעפאנגען צו בעטן פארן בענקל ווי בעלזא האט געטון נעמט זיך יעדער צו שרייען פאר זייערע רעכטן וכו'
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:40 pm

נו שוין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קהילת צאנז האט אנגעהויבן לייגן לחץ אז זיי מוזן האבן א קאנדידאט אין כנסת לכה"פ אויף רוטאציע, וויבאלד זיי זענען די גרעסטע קהילה נאך וויזניץ.

איך סאונד ווי א צובראכענע דיסק, אבער סגייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואסי די לחץ געלייגאכטס? זאל מען מאכן פריימעריס אווי יעדע אנדערע פארטיי? אז גור האט די מערסטע וועט ליצמאן געוואונען די ראש, און אזוי ווייטער.. פאר דארף מען בכלל רעדן פון לחץ? איז עס נישט מער יושר אזוי?

.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:41 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קהילת צאנז האט אנגעהויבן לייגן לחץ אז זיי מוזן האבן א קאנדידאט אין כנסת לכה"פ אויף רוטאציע, וויבאלד זיי זענען די גרעסטע קהילה נאך וויזניץ.
איך סאונד ווי א צובראכענע דיסק, אבער סגייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואסי די לחץ געלייגאכטס? זאל מען מאכן פריימעריס אווי יעדע אנדערע פארטיי? אז גור האט די מערסטע וועט ליצמאן געוואונען די ראש, און אזוי ווייטער.. פאר דארף מען בכלל רעדן פון לחץ? איז עס נישט מער יושר אזוי?

איך סאונד ווי א צובראכענע דיסק פארן ענטפערן אזויפיל מאל.
פריימעריס קומט נישט אין באטראכט ווילאנג דגל לויפט צוזאמען מיט אגודה. וויבאלד די רעזולטאטן קען מען נישט וויסן און עס קען שאטן אז דגל זאל נאכאמאל ארויסגיין מיט 'שש שלש'... סיי וועלכע אנדערע עצה קען מען זיך פארבינדן מיט די מערכת און עס וועט גענומען ווערן אין באטראכט, אבער פריימעריס איז נישט קיין אפציע לע"ע. מיט פארשטעדעניש....


די פראבלעם פון פריימעריס האט נישט גארנישט מיט דגל, אגודה איז א פארטיי פאר זיך גארנישט מיט דגל און זיי קענענן ווען מאכען אינערליכע פריימעריס, אין פאקט די יעצטיגע אויסשטעל איז א רעזולטאט פון פריימעריס געמאכט אין יאר תשל"??..

די סיבה פארוואס אגודה מאכט נישט קיין פריימעריס איז ווייל כמעט קיינער פון די פירער ווילן עס נישט, די קהילות וואס זיצען יעצט ביים שיסל קענען כאפען א ריק און זיך דערקייקלען ביז זיך צודערזען גאר אינטען אדער אן גארנישט, צילוב די סיבה אליינס קען נישט זיין קיין פריימעריס ווייל גור קען זיך טרעפן אויפן דריטען פלאטץ, עס דארף צו הייסען אז פרוש וויל יא פריימעריס ווייל ער איז פארזיכערט מיט זיין פלאטץ און ער קען נאך ווערן נומער איינס אבער איך בין נישט זיכער דערין.

נאכדעם איז דא נאך א פראבלעם סיי ביי די חסידים און סיי ביי די ליטאים, אז איינמאל מען הייבט אן מיט פריימעריס קען די מאוומענט אויך פארלאנגען פרישע יונגע כוחות און ליצמאן אייכלער גפני און מקלב קענענן זיך טרעפן אן א דזשאב.

דערנאך איז דא די פראבלעם פון "חרדים העובדים" וואס ווערן בכלל נישט פארטרעטען אין די פארטייען, און איינמאל מען הייבט אן מיט פריימעריס התוצאות מי ישורנה, דערפאר בלייבט מען ביי סטאטסקווא כאטש אז יעדער ווייסט אז עס אחז צייט פאר א טויש.


_______

מען האקט, שלח ענעוועי.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום דינסטאג פאברואר 05, 2019 1:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:56 pm

זאגסט נאך שיינע סיבות, וואס האט מסתמא אסאך אמת אין זיך.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג פאברואר 05, 2019 12:00 am

שכוח קאנסילמאן פארן אויסקלארן, און גוט ארויסברענגן די נקודה, אז ווער סזיצט אויף די שטייסל קען מען נישט רירן פון ארט, סטייטש, זיי זענען דאך הייליגע שלוחי דרבנו.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 12:16 am

נו שוין האט געשריבן:שכוח קאנסילמאן פארן אויסקלארן, און גוט ארויסברענגן די נקודה, אז ווער סזיצט אויף די שטייסל קען מען נישט רירן פון ארט, סטייטש, זיי זענען דאך הייליגע שלוחי דרבנו.

די תגובה איז א סעמפל וואס באלאנגט נישט אין דעם אשכול.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג פאברואר 05, 2019 1:15 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:שכוח קאנסילמאן פארן אויסקלארן, און גוט ארויסברענגן די נקודה, אז ווער סזיצט אויף די שטייסל קען מען נישט רירן פון ארט, סטייטש, זיי זענען דאך הייליגע שלוחי דרבנו.

די תגובה איז א סעמפל וואס באלאנגט נישט אין דעם אשכול.

איך מיין מזעמיר נאכנישט געווען מיט קיין איין זאך אויף די זעלבע פעידזש, נו שוין, וועט דאס אויך מיטגיין.

מי זה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 11:48 am

תגובהדורך מי זה » דינסטאג פאברואר 05, 2019 10:24 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
מי זה האט געשריבן:אסדר לסעודתא ביסט טאקע גערעכט אז די לינקע רעדן ווייניגער וועגן גיוס אבער זיי האבן אסאך מער ערגערע מיינונגען לגבי שמירת שבת, גירות, נשואין אא"וו.
בכלל האבן זיי נישט כמעט קיין שום אידישע געפיל.
אין אויך לגבי גיוס אויב זיי וועלן האבן די ווארט וועלן זיי נישט אויפגעבן אזוי שנעל פאר די יהדות החרדית...

מיט וואס איז גיוס ווייניגער ווי שמירת שבת, גירות, נשואין אא"וו..?

פון מיין זייט איז טאקע גארנישט ווייניגער,
אבער די פאקט איז אז ליכוד און כחלון זאגן אז מ'דארף צוקומען צו א וועג ווי אזוי אריין צוברענגען חרדישע בחורים אין מיליטער, צו בכוח צו במוח, אבער אויף די אנדערע אויבערדערמאנטע נושאים רעדן זיי נישט בגלוי עכ"פ.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 11:03 am

די גאנצע פאליטיק אין לאנד איז היינט געוואנדן צו די הליכוד פריימעריס וואס קומען היינט פאר. די עיקר נייגעריגקייט איז וויפיל ביבי'ס הויפט קעגנער 'גדעון סער' וועט אנציען.

ביבי פירט א שטורעמישן מערכה קעגן אים און באשמוצט אים מיט אלעם בייזן וויבאלד ער האט מורא אז ער וועט אריינקומען די העכסטע (נאך ביבי - אויף ביבי'ס בענקל איז נישטא קיין פריימערי פארמעסט) און ער וועט אים מוזן געבן א הויכע פאזיציע. ביבי וויל נישט אז אזעלכע מאכטפולע פאליטיקאנטן זאלן באקומען הויכע פאזיציעס ווי שר המשפטים אדער ביטחון, וויבאלד עס וועט אים שטעלן אין שאטן.

אויך ווארט מען מיט שפאנונג אויב דער געוועזענער ראש העיר פון ירושלים ניר ברקת וועט באקומען א בענקל. ברקת האט אפגעלאזט זיין מעיארשאפט אין ירושלים צו קענען באקומען א זיץ אין ליכוד פארטיי.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 11:10 am

ווען וועט מען וויסען רעזולטאטען ?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2812
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 11:18 am

אין געציילטע שעה ארום.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג פאברואר 05, 2019 1:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין געציילטע שעה ארום.

ניין
הערשט מארגן אינדערפרי

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 1:52 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין געציילטע שעה ארום.

ניין
הערשט מארגן אינדערפרי

הא לן והא להו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, בעל דמיון, גליטשעדיג, פרעג נישט און 56 געסט