מדינת ישראל פארלאמענט וואלן - אפריל 2019 - ווארענונג! בלויז נייעס!!!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

מדינת ישראל פארלאמענט וואלן - אפריל 2019 - ווארענונג! בלויז נייעס!!!

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:30 am

ביטע, שרייבן בלויז נייעס, די השקפה'דיגע מיינונג פארשידענההיט באלאנג נישט דא

יעצט איז עס ענדגילטיג, די קאאליציע פירער האבן פאראייניגטערהייט באשלאסן צי פאררופן וואלן, וואס וועט ווארשיינליך פארקומען אין מאי 2019.
לעצט פאראכטן דורך לחם לשובע אום מאנטאג דעצמבער 24, 2018 12:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:35 am

פארוואס נייע וואלן?

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:11 am

לחם לשובע האט געשריבן:ביטע, שרייבן בלויז נייעס, די השקפה'דיגע מיינונג פארשידענההיט באלאנג נישט דא

יעצט איז עס ענדגילטיג, די קאאליציע פירער האבן פאראייניגטערהייט באשלאסן צי פאררופן וואלן, וואס וועט ווארשיינליך פארקומען אין מאי 2019.

איך מיין עס גייט זיין אפריל 19 נישט מאי.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:21 am

9 אפריל

ד' ניסן

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:27 am

ניסן בין הזמנים

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:37 am

מקלב האט יעצט גערעדט אויף ערוץ 2 (החדשות) און ער זאגט אויך אז דגל וועט לויפן מיט אגודה נישט מיט שס

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:39 am

די פראגע איז צו אגודה וועט גיין מיט דגל

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:47 am

יו”ר הכנסת יולי (יואל) אדלשטיין כינס מסיבת עיתונאים בה הודיע כי לאחר שנפגש עם ראשי הקואליציה והאופוזיציה, כי מסתמנת הסכמה רחבה לקבוע את תאריך הבחירות ל-ד’ בניסן התשיעי באפריל 2019, שזהו התאריך הקרוב ביותר האפשרי מבחינת החוק.

אדלשטיין ציין כי עובדה זו מביאה לכך שהכנסת לא תוכל להתכנס כפי שקובע החוק – שבועיים לאחר הבחירות, שכן נהיה בעיצומו של חג הפסח. “במצב הזה הישיבה הראשונה תהיה בתאריך 30 באפריל – כה’ בניסן”.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:09 am

ע'ץ גייט גיין צי די וואלן ?

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:27 am

ר' זעקל האט געשריבן:ע'ץ גייט גיין צי די וואלן ?

ווענט זיך צו אגודה וועט גיין מיט דגל צו נישט

אנע פשרות
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 10:36 am

תגובהדורך אנע פשרות » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:31 am

לויט די עוורידזש פון די אנקעטעס אין נאוועמבער:

ליכוד - 30 מאנדאטן (-)
יש עתיד - 17 מאנדאטן (6+)
הרשימה המשותפת - 12 מאנדאטן (1-)
המחנה הציוני - 12 מאנדאטן (12-)
הבית היהודי - 11 מאנדאטן (3+)
כולנו - 7 מאנדאטן (3-)
ישראל ביתינו - 7 מאנדאטן (1+)
יהדות התורה והשבת - 7 מאנדאטן (1+)
אורלי לוי-אבקסיס (זי גרינדעט א נייע פארטיי - זי איז געווען אין ישראל ביתינו) - 6 מאנדאטן (6+)
מרצ - 6 מאנדאטן (1+)
שס - 5 מאנדאטן (2-)

בס"ה גייט די יעצטיגע קאאליציע (ליכוד-הבית היהודי-כולנו-חרדים) פון 61 צו 60 (נישט גענוג פאר א רעגירונג) צוליב וואס די חרדים פארלירן איין מאנדאט, די יעצטיגע אפאזיציע אן ישראל ביתינו (וואס איז רעכט) גייט פון 53 צו 47, וואס אין אזא פאל וועט די ליכוד לכאורה ווייטער צוזאמשטעלן א קאאליציע דורכ'ן נעמען די נייע פארטיי מיט די חרדים און האבן 66 מאנדאטן, אדער די נייע פארטיי מיט ישראל ביתינו אן די חרדים און האבן 61 מאנדאטן (נתניהו וואלט זיכער גענומען די ערשטע אפציע, אבער אנדערע פארטייען קענען צווינגען נתניהו צו גייו אן די חרדים).

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:36 am

אנע פשרות האט געשריבן:לויט די עוורידזש פון די אנקעטעס אין נאוועמבער:

ליכוד - 30 מאנדאטן (-)
יש עתיד - 17 מאנדאטן (6+)
הרשימה המשותפת - 12 מאנדאטן (1-)
המחנה הציוני - 12 מאנדאטן (12-)
הבית היהודי - 11 מאנדאטן (3+)
כולנו - 7 מאנדאטן (3-)
ישראל ביתינו - 7 מאנדאטן (1+)
יהדות התורה והשבת - 7 מאנדאטן (1+)
אורלי לוי-אבקסיס (זי גרינדעט א נייע פארטיי - זי איז געווען אין ישראל ביתינו) - 6 מאנדאטן (6+)
מרצ - 6 מאנדאטן (1+)
שס - 5 מאנדאטן (2-)

בס"ה גייט די יעצטיגע קאאליציע (ליכוד-הבית היהודי-כולנו-חרדים) פון 61 צו 60 (נישט גענוג פאר א רעגירונג) צוליב וואס די חרדים פארלירן איין מאנדאט, די יעצטיגע אפאזיציע אן ישראל ביתינו (וואס איז רעכט) גייט פון 53 צו 47, וואס אין אזא פאל וועט די ליכוד לכאורה ווייטער צוזאמשטעלן א קאאליציע דורכ'ן נעמען די נייע פארטיי מיט די חרדים און האבן 66 מאנדאטן, אדער די נייע פארטיי מיט ישראל ביתינו אן די חרדים און האבן 61 מאנדאטן (נתניהו וואלט זיכער גענומען די ערשטע אפציע, אבער אנדערע פארטייען קענען צווינגען נתניהו צו גייו אן די חרדים).

עס איז אויך דא אן אפציע ער זאל גיין מיט לאפיד פארשטייטזעך.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:45 am

און אויך קען כולנו מיט די נייע פארטיי לפיד און ליבערמאן מיט המחנה הציוני, אינאיינעם 55, מיט אראבישע סאפורט פונדרויסן, אדער ש"ס מיט איינעם פון אגודה, אדער אפילו איינס פון די ליטווישע אדער חסידים האבן א קא'אליציע, מיט ביבי חרדים מיט הבית היהודי אינאיינעם 53 אינדרויסן.

וואס איך מיין צו זאגן אז מען ווייסט גארנישט פאר זיכער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:53 am

גייט זיין גאנץ אינטערעסאנט וויאזוי אגודה און דגל וועלן זיך אויסקומען און ווער ס'זאל באקומען די 7'טע בענקל וואס זיי גייען לכאורה געווינען
1 + 1 = חלה דעקל...

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 11:55 am

אנע פשרות האט געשריבן:לויט די עוורידזש פון די אנקעטעס אין נאוועמבער:

ליכוד - 30 מאנדאטן (-)
יש עתיד - 17 מאנדאטן (6+)
הרשימה המשותפת - 12 מאנדאטן (1-)
המחנה הציוני - 12 מאנדאטן (12-)
הבית היהודי - 11 מאנדאטן (3+)
כולנו - 7 מאנדאטן (3-)
ישראל ביתינו - 7 מאנדאטן (1+)
יהדות התורה והשבת - 7 מאנדאטן (1+)
אורלי לוי-אבקסיס (זי גרינדעט א נייע פארטיי - זי איז געווען אין ישראל ביתינו) - 6 מאנדאטן (6+)
מרצ - 6 מאנדאטן (1+)
שס - 5 מאנדאטן (2-)

בס"ה גייט די יעצטיגע קאאליציע (ליכוד-הבית היהודי-כולנו-חרדים) פון 61 צו 60 (נישט גענוג פאר א רעגירונג) צוליב וואס די חרדים פארלירן איין מאנדאט, די יעצטיגע אפאזיציע אן ישראל ביתינו (וואס איז רעכט) גייט פון 53 צו 47, וואס אין אזא פאל וועט די ליכוד לכאורה ווייטער צוזאמשטעלן א קאאליציע דורכ'ן נעמען די נייע פארטיי מיט די חרדים און האבן 66 מאנדאטן, אדער די נייע פארטיי מיט ישראל ביתינו אן די חרדים און האבן 61 מאנדאטן (נתניהו וואלט זיכער גענומען די ערשטע אפציע, אבער אנדערע פארטייען קענען צווינגען נתניהו צו גייו אן די חרדים).

וואס איז געווארן מיט גנץ? עפענט נישט קיין פארטיי?
1 + 1 = חלה דעקל...

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 12:13 pm

חלהדעקל האט געשריבן:גייט זיין גאנץ אינטערעסאנט וויאזוי אגודה און דגל וועלן זיך אויסקומען און ווער ס'זאל באקומען די 7'טע בענקל וואס זיי גייען לכאורה געווינען

מ'ווייסט נאך נישט ווער ס'וועט באקומען די ערשטע. נאכ'ן גרויסע ניצחון וואס דגל האט אפגעהאלטן ביי מאנעציפאלע וואלן וועלן זי מן הסתם פארלאנגן די ערשטע פלאץ

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 12:24 pm

אחרי המתח ששרר בין דגל התורה לאגודת ישראל במהלך מערכת הבחירות ברשויות המקומיות, הערב נועדו לראשונה יו"ר אגודת ישראל סגן השר יעקב ליצמן ויו"ר דגל התורה ח"כ משה גפני.

בהודעה משותפת שנמסרה לאחר מכן נתכתב כי, "ראשי יהדות התורה הרב ליצמן והרב גפני נועדו הערב לישיבת עבודה ראשונה וסיכמו על קיום פגישה נוספת בימים הקרובים ולקיום הידברות על מנת להגיע לסיכומים לקראת הבחירות הקרובות שיובאו בפני מוסדות המפלגות ולהכרעת גדולי ישראל".


יו"ר סיעת "דגל התורה" ח"כ משה גפני התייחס הערב בראיון ל'גלי צה"ל' להחלטה על הליכה לבחירות. "מה הטעם ללכת לבחירות אם כבר עכשיו מודיעים שאחריהן תהיה קואליציה כמעט זהה?" גפני הכחיש את הטענות על "העסקה" שנרקמה בין הליכוד לחרדים: "מדובר בשקר מוחלט ואפילו מעליב. בכל מה שקשור לחרדים, אין שום אמת במה שלפיד אומר, הוא מונע משנאה בלבד". עוד הצהיר גפני כי "לא אשב עם לפיד בקואליציה – גם אם נתניהו הוא ראש הממשלה".

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 12:56 pm

די יעצטיגע וואלן איז א נצחון פאר אגודה - ליצמאן, אז נתניהו האט אדאפטירט זיין מיינוג און נישט געלאזט דורך גיין די נייע חוק הגיוס, עס וועט יעצט מוזען ווערן אפגעשטיפט ביז נאך די בחירות.

דערווייל האט שוין די אגודה אנגעהויבען די קאמפיין, ציזאגענדיג אז ביי די נייע ממשלה וועט זיין א הסכם צי דורך שטיפען א חוק יסוד לימוד התורה, אן קיין שום יעדים.

די פרומע פארטייען זענען אבער אויף צרות, וואס זיי זאלן נאר נישט טוהן, וועלן זיי לויפן ציזאמען וועט די עולם שוואך גיין, בעיקר די חסידים, זייענדיג אנגעווייטיגט, (כיוצא בו איז געווען צען יאר צוריק ביי די בחירות נאך די מאיר פרוש קאנדידאטור פארלוסט, ווען יהדות התורה איז אריין מיט קנאפע 5 מאנדאטען,) אויב לויפן זיי באזונדער וועט לכאורה אגודת ישראל נישט דורך גיין די מינימום 4 מאנדאטען

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 12:57 pm

ד

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:03 pm

לחם לשובע האט געשריבן:די יעצטיגע וואלן איז א נצחון פאר אגודה - ליצמאן, אז נתניהו האט אדאפטירט זיין מיינוג און נישט געלאזט דורך גיין די נייע חוק הגיוס, עס וועט יעצט מוזען ווערן אפגעשטיפט ביז נאך די בחירות.

דערווייל האט שוין די אגודה אנגעהויבען די קאמפיין, ציזאגענדיג אז ביי די נייע ממשלה וועט זיין א הסכם צי דורך שטיפען א חוק יסוד לימוד התורה, אן קיין שום יעדים.

די פרומע פארטייען זענען אבער אויף צרות, וואס זיי זאלן נאר נישט טוהן, וועלן זיי לויפן ציזאמען וועט די עולם שוואך גיין, בעיקר די חסידים, זייענדיג אנגעווייטיגט, (כיוצא בו איז געווען צען יאר צוריק ביי די בחירות נאך די מאיר פרוש קאנדידאטור פארלוסט, ווען יהדות התורה איז אריין מיט קנאפע 5 מאנדאטען,) אויב לויפן זיי באזונדער וועט לכאורה אגודת ישראל נישט דורך גיין די מינימום 4 מאנדאטען

גראדע די פאקטן זענען נישט פונקט אזוי
נתניהו האט יא געוואלט אריבערפירן דעם חוק, נישט ווי ליצמאן האט געוואלט.
די וואס האבן געהאקט די זאך, איז געוועהן יאיר לפיד, און נאכדעם ליברמן, וואס האבן געמאלדן אז זיי גייען נישט שטיצן דעם חוק, אנדערש פון וואס זיי האבן געזאגט פאר דעם. לפיד האט האפענטליך זייער מיאוס גערעדט אנקעגן די חרדים, און דאס האט געברענגט אז מ'קען נישט דורכפירן דעם חוק, ווייל קיינער פון די חרדים האט דאס נישט געשטיצט, און אהן די אנדערע, האט דאס נישט קיין רוב, וועגן דעם גייט מען צום בחירות.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:09 pm

לחם לשובע האט געשריבן:די פרומע פארטייען זענען אבער אויף צרות, וואס זיי זאלן נאר נישט טוהן, וועלן זיי לויפן ציזאמען וועט די עולם שוואך גיין, בעיקר די חסידים, זייענדיג אנגעווייטיגט, (כיוצא בו איז געווען צען יאר צוריק ביי די בחירות נאך די מאיר פרוש קאנדידאטור פארלוסט, ווען יהדות התורה איז אריין מיט קנאפע 5 מאנדאטען,) אויב לויפן זיי באזונדער וועט לכאורה אגודת ישראל נישט דורך גיין די מינימום 4 מאנדאטען


אגודת ישראל קען זיך צאמשטעלן מיט עץ אין אלי ישי און אריינקומען מיט 5-6 בענקלעך

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:10 pm

לדעתי זאל שס צוריקנעמען אטיאס
אז אגודה נעמט עץ וועלן אסאך חסידים נישט וועלן בכלל ודו״ק

אלי ישי האט אן אינטערסאנטע השקפה- אגודה קען נישט גיין מיט אים ביי בחירות לכנסת

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:18 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:די יעצטיגע וואלן איז א נצחון פאר אגודה - ליצמאן, אז נתניהו האט אדאפטירט זיין מיינוג און נישט געלאזט דורך גיין די נייע חוק הגיוס, עס וועט יעצט מוזען ווערן אפגעשטיפט ביז נאך די בחירות.

דערווייל האט שוין די אגודה אנגעהויבען די קאמפיין, ציזאגענדיג אז ביי די נייע ממשלה וועט זיין א הסכם צי דורך שטיפען א חוק יסוד לימוד התורה, אן קיין שום יעדים.

די פרומע פארטייען זענען אבער אויף צרות, וואס זיי זאלן נאר נישט טוהן, וועלן זיי לויפן ציזאמען וועט די עולם שוואך גיין, בעיקר די חסידים, זייענדיג אנגעווייטיגט, (כיוצא בו איז געווען צען יאר צוריק ביי די בחירות נאך די מאיר פרוש קאנדידאטור פארלוסט, ווען יהדות התורה איז אריין מיט קנאפע 5 מאנדאטען,) אויב לויפן זיי באזונדער וועט לכאורה אגודת ישראל נישט דורך גיין די מינימום 4 מאנדאטען

גראדע די פאקטן זענען נישט פונקט אזוי
נתניהו האט יא געוואלט אריבערפירן דעם חוק, נישט ווי ליצמאן האט געוואלט.
די וואס האבן געהאקט די זאך, איז געוועהן יאיר לפיד, און נאכדעם ליברמן, וואס האבן געמאלדן אז זיי גייען נישט שטיצן דעם חוק, אנדערש פון וואס זיי האבן געזאגט פאר דעם. לפיד האט האפענטליך זייער מיאוס גערעדט אנקעגן די חרדים, און דאס האט געברענגט אז מ'קען נישט דורכפירן דעם חוק, ווייל קיינער פון די חרדים האט דאס נישט געשטיצט, און אהן די אנדערע, האט דאס נישט קיין רוב, וועגן דעם גייט מען צום בחירות.

לפיד אן אזוי אויך ליברמן האבן נישט געוואלט שטיצען די חוק נאר אויב עס וואלט געווען שינויים, מען וואלט עס אבער געקענט ברענגען אן קיין שינויים.

אנאליסטן ברענגען ארויס אז דאס ווייזט ווי שטארק די קשר צווישן נתניהו מיט ליצמן זענען, אז זיין אדזשענדע איז דאס וואס עס איז אנגענומען געווארן.

גראדע האט נתניהו נאך סיבות, ווי דאס אז עס גייט לכאורה אריינגעגעבען ווערן קלאגע'ס קעגן איהם.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:20 pm

שכל הישר האט געשריבן:לדעתי זאל שס צוריקנעמען אטיאס
אז אגודה נעמט עץ וועלן אסאך חסידים נישט וועלן בכלל ודו״ק

אלי ישי האט אן אינטערסאנטע השקפה- אגודה קען נישט גיין מיט אים ביי בחירות לכנסת

די השקפות מיז נישט שטומען, מען רעדט נאר פון א טעכנישע ציזאמענשטעל. וכבר היה לעולמים ביי די חסידים, ביי די חזית הדתית הלאומית.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:21 pm

די לינקע וואס וועלן לכאורה שייין קיינמאל נישט האבן קיין שליטה אויף די מדינה, געבן אבער נישט אויף. אבי גבאי ווואס קומט אן זייער נידעריג אין די אנקעטעס שארפט זיך די ציין, גבאי: "הבחירות ביני לבין נתניהו – אנחנו הולכים לנצח"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, Majestic-12 [Bot], private, איד_איד, סמארט, עולם האמת, עם הנבחר, רבי משה, שכל טוב, שנלר און 72 געסט