חתונה תקנות באבוב-45

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:54 am



עס ארבעט נישט ביי מיר!!
אפשר קען מיר איינער מזכה זיין?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:09 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וואלט אנגעמערקט אז עס פאסט נישט פאר יידן ארויסצושרייבן מיט קידוש לבנה אותיות "ליל ניטל" כאילו עס איז עפעס א יו"ט. יידן שרייבן ביום אידם וכדומה.
ניטל איז דער ווארט פאר קראצמעך אויף אלע יוראפעישע שפראכן.
פרעגט למשל א מאנטרעאלער ייד וויאזוי מ'זאגט דארטן דאס ווארט אויף פראנצויזיש.

ניטל איז דער ווארט מיט וואס די אידישע ספרים רופן דעם טאג. דער בני יששכר זאגט אפי' פשט דערין.
(אפשר ביי יידן איז אנדערש, ווייסעכניש.)
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 3:10 am

להוסיף האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מ'קען מאכן חתונה תקנות פון היינט ביז מארגן אבער אז מ'וואינט אין א טייערע געגענט ווי די רענט/מארגעזש עסט אויף א גרויס חלק פון די פארדינסטן, וועט מען נאכאלץ דארפן צאמשטעלן פאר אסאך וואס מאכן חתונה. תקנות וועט שפארן לאמיר שוין זאגן צוואנציג טויזענט א צד, אבער מ'קען דאך שפארן די סכום יערליך ווען מ'וואינט אין א ביליגערע געגענט.

באבוב 45 איז נאכנישט געהעריג מסודר אין ב.פ., זיי האבן נישט קיין ביהמ"ד הגדול, נישט קיין מקוה, איז פאר זיי די גרינגסטע זיך אוועקציען צו איינע פון די ביליגערע געגענטער און דארט עסטאבלישן די הויף


אזוי ריכטיג גיזאגט!

חבל חבל אויף די וואס זענען שוין עסטעבלישד און האבן נישט קיין ברירה. די וואס דארפן נאך אינוועסטן צענדליקער מיליאנען פאר א ביהמ"ד און בנינים דארפן האבן קוראזש צי מאכן דעם ריכטיקן באשלוס און ארויסמופן.

באבוב 45 איז א חסידות וואס אירע מעמבערס וועלן מיטגיין מיטן רבי'ן. [שוין גיווען דערמאנט אז הרה"ק מהר"ש מבאבוב ז"ל האט גיוואלט מאכן א שטעטל אין ניו יארק]

ס'א נארישקייט צו טראכטן פון די מוסדות אן כאפן אז די חסידים זענען געהעריג עסטעבלישט מיט הייזער, ארבעט וכו'.
Innocent until proven Republican

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 7:36 am

Think and Thank האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מ'קען מאכן חתונה תקנות פון היינט ביז מארגן אבער אז מ'וואינט אין א טייערע געגענט ווי די רענט/מארגעזש עסט אויף א גרויס חלק פון די פארדינסטן, וועט מען נאכאלץ דארפן צאמשטעלן פאר אסאך וואס מאכן חתונה. תקנות וועט שפארן לאמיר שוין זאגן צוואנציג טויזענט א צד, אבער מ'קען דאך שפארן די סכום יערליך ווען מ'וואינט אין א ביליגערע געגענט.

באבוב 45 איז נאכנישט געהעריג מסודר אין ב.פ., זיי האבן נישט קיין ביהמ"ד הגדול, נישט קיין מקוה, איז פאר זיי די גרינגסטע זיך אוועקציען צו איינע פון די ביליגערע געגענטער און דארט עסטאבלישן די הויף


אזוי ריכטיג גיזאגט!

חבל חבל אויף די וואס זענען שוין עסטעבלישד און האבן נישט קיין ברירה. די וואס דארפן נאך אינוועסטן צענדליקער מיליאנען פאר א ביהמ"ד און בנינים דארפן האבן קוראזש צי מאכן דעם ריכטיקן באשלוס און ארויסמופן.

באבוב 45 איז א חסידות וואס אירע מעמבערס וועלן מיטגיין מיטן רבי'ן. [שוין גיווען דערמאנט אז הרה"ק מהר"ש מבאבוב ז"ל האט גיוואלט מאכן א שטעטל אין ניו יארק]

ס'א נארישקייט צו טראכטן פון די מוסדות אן כאפן אז די חסידים זענען געהעריג עסטעבלישט מיט הייזער, ארבעט וכו'.

ווער זאגט מ'כאפט נישט? למעשה איז עס אביסול גרינגער פאר זיי ווי פאר אנדערע

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 8:10 am

להוסיף האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מ'קען מאכן חתונה תקנות פון היינט ביז מארגן אבער אז מ'וואינט אין א טייערע געגענט ווי די רענט/מארגעזש עסט אויף א גרויס חלק פון די פארדינסטן, וועט מען נאכאלץ דארפן צאמשטעלן פאר אסאך וואס מאכן חתונה. תקנות וועט שפארן לאמיר שוין זאגן צוואנציג טויזענט א צד, אבער מ'קען דאך שפארן די סכום יערליך ווען מ'וואינט אין א ביליגערע געגענט.

באבוב 45 איז נאכנישט געהעריג מסודר אין ב.פ., זיי האבן נישט קיין ביהמ"ד הגדול, נישט קיין מקוה, איז פאר זיי די גרינגסטע זיך אוועקציען צו איינע פון די ביליגערע געגענטער און דארט עסטאבלישן די הויף


אזוי ריכטיג גיזאגט!

חבל חבל אויף די וואס זענען שוין עסטעבלישד און האבן נישט קיין ברירה. די וואס דארפן נאך אינוועסטן צענדליקער מיליאנען פאר א ביהמ"ד און בנינים דארפן האבן קוראזש צי מאכן דעם ריכטיקן באשלוס און ארויסמופן.

באבוב 45 איז א חסידות וואס אירע מעמבערס וועלן מיטגיין מיטן רבי'ן. [שוין גיווען דערמאנט אז הרה"ק מהר"ש מבאבוב ז"ל האט גיוואלט מאכן א שטעטל אין ניו יארק]

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 9:22 pm

איך מיין אז בעלזא ארבעט שוין א שטיק צייט אויף חתונה תקנות, עס דארף ארויס קומען בקרוב.

איך האלט אז באבוב 45, סאטמאר מיט בעלזא קענען האבען שטארקע buying power, און באקומען אלעס פאר זייער ביליג, אלע געשעפטן גייען זיך כאפן אריין צו גיין אין די פעקעדז.

הלוואי דאס ארבעט זיך אויס.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 10:04 pm

@ זינגער עס הייסט אז בעלז איז אין negotiation מיט סטמר מהר״א איבער די נייע תקנה זאל

לדעתי טוט באבוב א גרויסן טעות מיטן הייסן קויפן ביי חתונה מאל

חתונה מאל - איז נישטא צו העלפן מענטשן , עס איז א ביזנעס פונקט וואו יעדער ביזנעס וואס וויל מאכן וואו מער געלט

און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 10:13 pm

חמרא טבא האט געשריבן:וואס מיינט תקונעס?

"תכל'ס" האט איר פארשטאנען זעה איך...

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 10:45 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 11:53 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:@ זינגער עס הייסט אז בעלז איז אין negotiation מיט סטמר מהר״א איבער די נייע תקנה זאל

לדעתי טוט באבוב א גרויסן טעות מיטן הייסן קויפן ביי חתונה מאל

חתונה מאל - איז נישטא צו העלפן מענטשן , עס איז א ביזנעס פונקט וואו יעדער ביזנעס וואס וויל מאכן וואו מער געלט

און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט


געב עס צייט צו האבן טענות, ווען עס וועט זיין א אלטערנאטיוו צו די חתונה מאאלס דאן וועסטו אפשר זיין גערעכט, דערווייל איז דאס די בליגסטע.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:01 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.


אוי ווי ריכטיג!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:01 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.


סהייסט אלע נישט חסידישע אידן זענען שנארערס?
אדרבה, ווייז מיך וועלכע נארמאלע גוי האט מעבל פון 15 אלפים?!

עס איז דא היינט פילע וועבסייטס וואס האבן הערליכע שטארקע פורניטשער פון טשיינע פאר ביליגע פרייזן
לעצט פאראכטן דורך וואס עפעס? אום זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:02 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.


רוב עולם וויל יא אייקיע.
נאכדעם וואס דער עולם האט איינגעזעהן אז די חתונה מאללס האבן ליצנות געמאכט פונעם ציבור פאר לאנגע יארן וויל היינט רוב עולם אייקיע.

ליהוי ידוע. אין אייקיע קויפן נישט קיין שנארערס.

איר זאגט רוב עולם וויל א נארמאלע געווענליכע געשעפט. ליהוי ידוע,
אייקיע איז א נארמאלע געווענליכע געשעפט

איטאליע על פורניטשער איז נישט א נארמאלע געווענליכע געשעפט.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:13 am

קאנסילמאן האט געשריבן:געב עס צייט צו האבן טענות, ווען עס וועט זיין א אלטערנאטיוו צו די חתונה מאאלס דאן וועסטו אפשר זיין גערעכט, דערווייל איז דאס די בליגסטע

פאר ווער ס'ווייסט נישט וויאזוי צו שאפן (מיט א פינטל אין די פ') איז עס אפשר די ביליגסטע אבער כ'האב שוין געהערט פון אסאך מענטשן אז מ'קען באקומען ביליגער. ספעציעל אזעלכע וואס ווערן נישט איבערגענומען ווען זיי זעהן שענערע סחורה און פארגעסן נישט וויפיל זיי קענען עפארדן

ווען מ'מאכט תקנות דארף מען (לענ"ד) לאזן די מעגליכקייט צו גיין ביליגער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:15 am

איך זעה ביי די תקנות אז די כלה זייט געט א שבת טלית בייטל און א מנורה, איך מיין אז דאס איז גענצליך איבריג, אזוי ווי מען פארשטייט אז מען דארף נישט א אתרוג פושקע דארף מען אויך נישט א מנורה, מען וועט קויפן איינס נאכן חתונה פאר $60, און א שבת טלית בייטל נוצט קיינער נישט, אז איינער הייסט זינגער קען ער נעמען מיינס וואס ליגט פארשטויבט אונדערהיים.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

אידישע קינדער זענען בני מלכים

תגובהדורך ווילעךיא » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:15 am

אייקיע איז זייער גוט אבער מער געצילט פאר גויים מיט צוויי קינדער און א הינט, וואס לעבן אויפן גאס, אין באר'ס, רעסטוראנטען, טיאטערס, באל שפילערייען. די קאפ ליגט זיי אין די ארבעט און אין הוליערייען נישט אינדערהיים
אידישע קינדער בדרך כלל לעבן אינדערהיים. די קאפ איז אין די הויז, אין ערציען קינדערלעך לתורה ועבודה ולמידות טובות וחסידות. אלעס צווישן די הייליגע שיינע פיר ווענט פין אונזער טייערע דירה!
אונז האבן מיר שיינע עסצייג ווייל מיר עסן אינדערהיים מיט אונזערע לעכטיגע משפחה מיטגלידער. נישט אין רעסטוראנטען מיט נאך פופציג שכנים. מיר פראווענען שבתים און ימים טובים אינדערהיים נישט אין קיין קלאב'ס אדער טיאטערס.
מיר ברויכן שיינע פורניטשער!!!

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:16 am

אייקיע בעהט זייער טייער שיפינג
Free gift card when buying Pampers
viewtopic.php?f=26&t=25048&p=1929993#p1929993

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:19 am

אפענע וועלט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.


רוב עולם וויל יא אייקיע.
נאכדעם וואס דער עולם האט איינגעזעהן אז די חתונה מאללס האבן ליצנות געמאכט פונעם ציבור פאר לאנגע יארן וויל היינט רוב עולם אייקיע.

ליהוי ידוע. אין אייקיע קויפן נישט קיין שנארערס.

איר זאגט רוב עולם וויל א נארמאלע געווענליכע געשעפט. ליהוי ידוע,
אייקיע איז א נארמאלע געווענליכע געשעפט

איטאליע על פורניטשער איז נישט א נארמאלע געווענליכע געשעפט.


רוב עולם וויל אייקיע? און די סיבה איז גאר ווייל די מאללס האבן לצנות געמאכט?

ווער שרייבט אז אייקיע איז נישט קיין נארמאלע געשעפט?

אייקיע פירניטשער איז ׳באַסאָראַ׳! איר ווייסט וואס ׳באַסאָראַ׳ מיינט?

איך בין איינשטומיג מיט דיר אז די שיינע נעמען ווי ״איטאליען פיין פורניטשער״ איז א בעלאוני, אבער פארט נישט קאמפערעבל צו די אייקיע 5/8 הוילע פּרעס וואד.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

אין אייקיע איז שווער איינצוקויפן

תגובהדורך ווילעךיא » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:21 am

בעצם איז אן אפקומעניש דאס איינקויפן דארט. מ'וואקט ווי אין אן עירפארט... דארפסט קיין אפנעמען דיינע זאכן... ווען מ'קומט אהיים, עס צוזאם שטעלן...
דאס אז שוין פאר א זאך ווי עקסעסאריס וואס געפעלט דיר שוין יא פאר א אידישע שטוב. פורניטשער איז סתם אומבא'טעם'ט דארט.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:24 am

ווילעךיא האט געשריבן:מיר ברויכן שיינע פורניטשער!!!

קענסט קויפן געזונטערהייט

לייג עס נישט ארויף אלס א חיוב אויף עלטערן

די שיינע פורניטשער איז אן אמעריקאנער קרענק און האט גארנישט מיט אידישקייט

הרב_שלום האט געשריבן:אייקיע בעהט זייער טייער שיפינג

קומט נאכאלץ נישט צו נאנט צו די פרייז פון טייערע פורניטשער


אגב. ס'דא נאך ביליגע פורניטשער פארקויפער חוץ אייקיע
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:52 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.

RT
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:58 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:און איבערהויפט - א יעדער חתונה תקנות וואס הייסט נישט קויפן אייקיע פורניטשער איז לדעתי נישט קיין תקנות וואס מיינט עכט די טובת הציבור

רוב עולם וויל פורניטשער תקנות אין אויב די קהילה שטעלט זיך צו צו די פורניטשער סוחרים מיינט עס אז עס איז קאראפטירט

מען קען זיך דינגען מיט דיין גאנצע תגובה, אבער איין זאך איז זיכער שקר, רוב עולם וויל נישט אייקיע, נאר פון א נארמאלע געווענליכע געשעפט. נישט יעדער איז אינטערעסירט צו קויפן ווי א שנארער.


סהייסט אלע נישט חסידישע אידן זענען שנארערס?
אדרבה, ווייז מיך וועלכע נארמאלע גוי האט מעבל פון 15 אלפים?!

עס איז דא היינט פילע וועבסייטס וואס האבן הערליכע שטארקע פורניטשער פון טשיינע פאר ביליגע פרייזן

איך זע אז די הערסט אויס זייער ערליך די שיערים אויף קול מבשר
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:51 am

זינגער האט געשריבן:איך זעה ביי די תקנות אז די כלה זייט געט א שבת טלית בייטל און א מנורה, איך מיין אז דאס איז גענצליך איבריג, אזוי ווי מען פארשטייט אז מען דארף נישט א אתרוג פושקע דארף מען אויך נישט א מנורה, מען וועט קויפן איינס נאכן חתונה פאר $60, און א שבת טלית בייטל נוצט קיינער נישט, אז איינער הייסט זינגער קען ער נעמען מיינס וואס ליגט פארשטויבט אונדערהיים.

און וואס איז מיט די וואכעדיגע טלית בייטל? וואס איז שלעכט א שאפינג בעג??

אויך די בעכער איז גענצליך איבריג, מען קען דאך נוצן צוויי פלעסטיק קאפס אזוי ווי אין ישיבה?!

אויך ווער ס'קויפט א שטריימל איז ארויסגעווארפן געלט, ס'דא גענוג מענטשן וואס שטייען אויף שפעט און זיי דארפן עס נישט ביז 11-12 מיטאג, ווען אנדערע שלאפן שוין. ס'וועט ליגן אין בית מדרש אפאר שטיק און דאס וועט מען נוצן.

ווער רעדט נאך פון מחזורים, די בתי מדרשים דארפן צושטעלן סידורים וואס האט אלעס אין זיך און דאס זאל מען נוצן.

איי, וואס זאל מען יא קויפן? סושי.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:56 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:איך זעה ביי די תקנות אז די כלה זייט געט א שבת טלית בייטל און א מנורה, איך מיין אז דאס איז גענצליך איבריג, אזוי ווי מען פארשטייט אז מען דארף נישט א אתרוג פושקע דארף מען אויך נישט א מנורה, מען וועט קויפן איינס נאכן חתונה פאר $60, און א שבת טלית בייטל נוצט קיינער נישט, אז איינער הייסט זינגער קען ער נעמען מיינס וואס ליגט פארשטויבט אונדערהיים.

און וואס איז מיט די וואכעדיגע טלית בייטל? וואס איז שלעכט א שאפינג בעג??

אויך די בעכער איז גענצליך איבריג, מען קען דאך נוצן צוויי פלעסטיק קאפס אזוי ווי אין ישיבה?!

אויך ווער ס'קויפט א שטריימל איז ארויסגעווארפן געלט, ס'דא גענוג מענטשן וואס שטייען אויף שפעט און זיי דארפן עס נישט ביז 11-12 מיטאג, ווען אנדערע שלאפן שוין. ס'וועט ליגן אין בית מדרש אפאר שטיק און דאס וועט מען נוצן.

ווער רעדט נאך פון מחזורים, די בתי מדרשים דארפן צושטעלן סידורים וואס האט אלעס אין זיך און דאס זאל מען נוצן.

איי, וואס זאל מען יא קויפן? סושי.

חחחח, ביסט גוט!

סיריעסלי, איז דא איינער וואס ניצט א שבת'דיגע טלית באטעל?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 10:31 am

ווילעךיא האט געשריבן:אייקיע איז זייער גוט אבער מער געצילט פאר גויים מיט צוויי קינדער און א הינט, וואס לעבן אויפן גאס, אין באר'ס, רעסטוראנטען, טיאטערס, באל שפילערייען. די קאפ ליגט זיי אין די ארבעט און אין הוליערייען נישט אינדערהיים
אידישע קינדער בדרך כלל לעבן אינדערהיים. די קאפ איז אין די הויז, אין ערציען קינדערלעך לתורה ועבודה ולמידות טובות וחסידות. אלעס צווישן די הייליגע שיינע פיר ווענט פין אונזער טייערע דירה!
אונז האבן מיר שיינע עסצייג ווייל מיר עסן אינדערהיים מיט אונזערע לעכטיגע משפחה מיטגלידער. נישט אין רעסטוראנטען מיט נאך פופציג שכנים. מיר פראווענען שבתים און ימים טובים אינדערהיים נישט אין קיין קלאב'ס אדער טיאטערס.
מיר ברויכן שיינע פורניטשער!!!

ביזט 100 פראצענט גערעכט:
אידישע קינדער זענען בני מלכים
אבער בני מלכים לעבן נישט מיט חובות
אידישע קינדער זענען בני מלכים
אבער בני מלכים זעצן נישט אן די גאנצע שטאט
אידישע קינדער זענען בני מלכים
אבער פאר בני מלכים מאכט מען נישט קיין טיי אווענטס
אידישע קינדער זענען בני מלכים
אבער ביי אונזערע אור עלטערן פון פאר די מלחמה און ארויף האט מען ביי 70 פראצענט נישט זיך געפירט מיט די מלכות וואס יעדער שנארער פירט זיך היינט
אידישע קינדער זענען בני מלכים
און מען קען ערציען קינדערלעך לתורה ועבודה ומדות טובות וחסידות אן האבן איטאליענישע פורנטישער מיט א מציבה העכער די בעט להזכיר....

איך בין נייגעריג צו 'ווילעך יא' האט שוין חתונה געמאכט (אדער חתונה געהאט.....)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, איצל פיצל, איש האשכולות, חטאת הקהל, יאנקעל פעדראטשיק, ממה נפשך, ציפקע און 52 געסט