חתונה תקנות באבוב-45

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יוני 02, 2019 2:02 pm

באבוב 45 האנדלט שוין מיט די וויינשטאק'ס א לאנגע צייט איבער עס נעמען פאר א תקנות זאל, די וויינשטאק'ס האבן מתחילה נישט געוואלט נאר אנדערע פלענער וואס צו טון דערמיט. למעשה האבן זיי געלייגט דרוק אויף די סאטמאר'ע עסקנים און אינאיינעם איז עס געווארן.

די חידוש איז פארוואס ס'קאסט 5 אלפים א צד אן מוזיק. ס'איז טייערער פון אלע תקנות זאלן ביז אהער. און תורה ויראה איז אלץ געווען די ביליגסטע זאל אין שטאט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 02, 2019 2:04 pm

טייערער פון וועלכע אלע זאלן?
איי איי,-וועלט

אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג יוני 02, 2019 2:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:באבוב 45 האנדלט שוין מיט די וויינשטאק'ס א לאנגע צייט איבער עס נעמען פאר א תקנות זאל, די וויינשטאק'ס האבן מתחילה נישט געוואלט נאר אנדערע פלענער וואס צו טון דערמיט. למעשה האבן זיי געלייגט דרוק אויף די סאטמאר'ע עסקנים און אינאיינעם איז עס געווארן.

די חידוש איז פארוואס ס'קאסט 5 אלפים א צד אן מוזיק. ס'איז טייערער פון אלע תקנות זאלן ביז אהער. און תורה ויראה איז אלץ געווען די ביליגסטע זאל אין שטאט.

איך ווייס נישט פין ווי די נעמסט דיין אינפא, איך האב גערעדט צו איינער פין די גרויסע באבוב 45 עסקנים נאכן אנאנסען זייער תקנות אין ער האט בכלל נישט געוויסט אז תורה ויראה גייט ווערן א תקנות זאל.
ווען מהאט אנגעהויבן איבערבויען די זאל האט עס גארנישט געהאט מיט די וויינשטאק׳ס.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יוני 02, 2019 3:05 pm

ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יוני 02, 2019 3:09 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:באבוב 45 האנדלט שוין מיט די וויינשטאק'ס א לאנגע צייט איבער עס נעמען פאר א תקנות זאל, די וויינשטאק'ס האבן מתחילה נישט געוואלט נאר אנדערע פלענער וואס צו טון דערמיט. למעשה האבן זיי געלייגט דרוק אויף די סאטמאר'ע עסקנים און אינאיינעם איז עס געווארן.

די חידוש איז פארוואס ס'קאסט 5 אלפים א צד אן מוזיק. ס'איז טייערער פון אלע תקנות זאלן ביז אהער. און תורה ויראה איז אלץ געווען די ביליגסטע זאל אין שטאט.

איך ווייס נישט פין ווי די נעמסט דיין אינפא, איך האב גערעדט צו איינער פין די גרויסע באבוב 45 עסקנים נאכן אנאנסען זייער תקנות אין ער האט בכלל נישט געוויסט אז תורה ויראה גייט ווערן א תקנות זאל.
ווען מהאט אנגעהויבן איבערבויען די זאל האט עס גארנישט געהאט מיט די וויינשטאק׳ס.

תיכף ווען באבוב 45 האט אנאנסירט די תקנות האבן זיי געהאנדלט מיט תורה ויראה. משום איזה סיבה האב איך עס מיטגעהאלטן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 02, 2019 3:34 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא

ברויך מען אפיר נעמען יעדן'ס פעקעדזש, אין נאכדעם קען מען זען וואס ס'גייט פאר
איי איי,-וועלט

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 4:40 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא


פרדס פיגא און צבי קאסט ווייניגער ווי 10 אלפים א נאכט אלעס אינקלודעט ?

עניוועי די באבוב איז א צייטווייליגע זאך און מער שענער צוגעשטעלט פאר זיי , פאר סאטמארע קאסטומערס גייט קאסטן ווי כינור דוד פארשטייט זיך אינטער די נייע תקנות אז מען מוז אויספאלגען אלע תקנות

נאר פאר די ערשטע יאר צוויי ווילאנג עס וועט נאכנישט זיין פארנומען אלע דעיטס וועגן צען ברוצך אויספאלגן אלע תקנות צו באקומען די ביליגע פרייז ,געט מען פאר באבוב א געלעגענהייט חתונה צו מאכן דארט כעת, און פארשטייט זיך אז סאטמאר זיכט נישט צו דערלייגן אויף זיי נאר מאכן, וועגן דעם איז עס פאר זיי טייערער פלאס וואס זיי האבן מער ברייטערע דיטעילס אינקלודעט

וויזוי עס זאל נישט זיין איז דא 13 חתונה זאלן אין בארא פארק און דאס איז די ביליגסטע אויף די מינוט פאר 10 אלפים א נאכט הכל בכל מכל .

די וויינשטאק'ס האבן גארנישט מיט די זאל , זיי האבן אפשר געהאט אדער געוואלט האבן , סאטמאר חתונה תקנות איז יעצט בעל הבית אופן זאל , די קעיטערינג איז א פריוואטע אינגערמאן , זיי האבן נאר געוואלט אז די נאמען פון די זאל זאל גיין אויף זייער נאמען לעילו נשמת פאר א כבוד פאר זיי
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יוני 02, 2019 5:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 02, 2019 4:59 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא


פרדס פיגא און צבי קאסט ווייניגער ווי 10 אלפים א נאכט אלעס אינקלודעט ?

עניוועי די באבוב איז א צייטווייליגע זאך און מער שענער צוגעשטעלט פאר זיי , פאר סאטמארע קאסטומערס גייט קאסטן ווי כינור דוד פארשטייט זיך אינטער די נייע תקנות אז מען מוז אויספאלגען אלע תקנות

נאר פאר די ערשטע יאר צוויי ווילאנג עס וועט נאכנישט זיין פארנומען אלע דעיטס וועגן צען ברוצך אויספאלגן אלע תקנות צו באקומען די ביליגע פרייז ,געט מען פאר באבוב א געלעגענהייט חתונה צו מאכן דארט כעת, און פארשטייט זיך אז סאטמאר זיכט נישט צו דערלייגן אויף זיי נאר מאכן, וועגן דעם איז עס פאר זיי טייערער פלאס וואס זיי האבן מער ברייטערע דיטעילס אינקלודעט

וויזוי עס זאל נישט זיין איז דא 13 חתונה זאלן אין בארא פארק און דאס איז די ביליגסטע אויף די מינוט פאר 10 אלפים א נאכט הכל בכל מכל .

די וויינשטאק'ס האבן גארנישט מיט די זאל , זיי האבן אפשר געהאט אדער געוואלט האבן , סאטמאר חתונה תקנות איז יעצט בעל הבית אופן זאל , די קעיטערינג איז א פריוואטע אינגערמאן , זיי האבן נאר געוואלט אז די נאמען פון די זאל זאל גיין אויף זייער נאמען

ס'איז מיר גראדע אינטערסאנט געוועזן די פרייז פון 10 אלפים וואס באבוב האט געשריבן, לויט מיין אינפא דארף עס קאסטן 9 אלפים פון אריין ביז ארויס
איי איי,-וועלט

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 5:16 pm

7500 טויזענט וואס כינור דוד קאסט איז ממש מוראדיג טייט מיט געלט אז מען זאל נישט שאדן האבן ,דאכט זיך אז באבוב גייט האבן עכטע בלומען מיט נאך א אפאר זאכן וואס מאכט עס טייערער .
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יוני 02, 2019 5:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יוני 02, 2019 5:20 pm

פארוואס זיי מאכן נישט א אייגענעם זאל ביי זייערע מיידל שולע בנין? ס'איז דאך א ריזיגע בנין

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5802
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג יוני 02, 2019 5:23 pm

ס׳געווען די פלאן לכתחילה אבער מאיזה סיבה האבן זיי דארט געמאכט אפיסעס צו פארדינגן
דביה תחדי נפשא

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 5:30 pm

וויפעל חתונות מאכט באבוב 45 א יאר ?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 5:48 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא

ני אדרבה קען איינער די פרייזן ?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יוני 02, 2019 6:29 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא

ני אדרבה קען איינער די פרייזן ?

פרדס איז א משהו מער, אבער מיט מוזיק און א זינגער.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 6:31 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:טייערער פון וועלכע אלע זאלן?

כינור דוד קרית יואל, עטרת חיה שרה מאנסי, פרדס, וויזניץ מאנסי, אביר יעקב סקווירא

ני אדרבה קען איינער די פרייזן ?

פרדס איז א משהו מער, אבער מיט מוזיק און א זינגער.

Numbers don't lie
ברענג פונקטליכע נומבערס ביטע
לאמיר זען די אפשענס וואס א מענטש האט היינט פאר תקנות אז מען וויל

פרדס איז מער ווי 10 טויזענט ביידע צדדים ?

דאנקע שיינע

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יוני 02, 2019 6:32 pm

איך האב דורכגעטון די נאמבערס א האלב יאר צוריק. איך געדענק עס נישט פונקטליך.

דאכט זיך אז ויואל משה איז 12,000 א נאכט אן תקנות. וויזניץ ב"פ איז אויך ערגעץ דארט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 6:38 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז טייערער פון אלע תקנות זאלן ביז אהער.


איך פרעג אויף דעם בעיקר וואס די האסט געשריבן לתועלת הענין ,נישט וועגן צוועלעף טויזענט דאלארדיגע זאלן אדער עטרת אברהם ,אונז שמועסן פון תקנות זאלן דא ,ביטע נישט פארדרייען די שמועס בבקשה ,א דאנק פון פאראויס

ביטע ווער עס קען העלפן מיט תקנות פרייזן פון א' ביז ת'

כינור דוד $7500 אלעס אינקלודעט
פרדס צבי/פיגא $12,000 אלעס אינקלודעט
סקווירא אביר יעקב $7000
וויזשניץ מאנסי ???$
נייע סאטמאר תקנות זאל /באבוב פרייז $10,000
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יוני 02, 2019 7:30 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 6:39 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב דורכגעטון די נאמבערס א האלב יאר צוריק. איך געדענק עס נישט פונקטליך.

דאכט זיך אז ויואל משה איז 12,000 א נאכט אן תקנות. וויזניץ ב"פ איז אויך ערגעץ דארט.

12,000 איז אינקלודעדט זינגער,בדחן,שפילער, פאטאראפער מיט בלומען?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג יוני 02, 2019 6:41 pm

פרדס צבי/פיגא איז 12+

איש ציון
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:14 pm

תגובהדורך איש ציון » זונטאג יוני 02, 2019 6:42 pm

צוויי שאלות
א. איך מיין קיינעם נישט פרוזענטליך אבער ס'טוט מיר שוין וויי א לענגערע צייט די שאלה, ווי אזוי קען מען בעטן פון א נגיד וואס האט געלט זאל נישט חתונה מאכן טייער ווייל נאכדעם האבן אנדערע א פרעשור נאך צומאכן בו בזמן וואס ווען די בעטער'ס ד.ה. די אדמורי"ם ורבנים מאכן חתונה לאזט מען זיך קאסטען רבבות (איך מיין ח"ו נישט צורעדן אויף קיין איין רב אדער רבי איך מיין די אנשי החצר דו בכל אתר ואתר)
ב. ווען האט זיך אנגעהויבן די משגעת אז מען מאכט חתונה אין א זאל, ווער איז אויפגעקומען מיט דעם מושג זאל, ווער רעדט נאך פון דעם אז עס מיז זיין שיין וכו', און אז יעדער דארף דארט חתונה מאכן

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 02, 2019 6:47 pm

איש ציון האט געשריבן: ווען האט זיך אנגעהויבן די משגעת אז מען מאכט חתונה אין א זאל, ווער איז אויפגעקומען מיט דעם מושג זאל, ווער רעדט נאך פון דעם אז עס מיז זיין שיין וכו', און אז יעדער דארף דארט חתונה מאכן

מנהג אמעריקע

איש ציון
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:14 pm

תגובהדורך איש ציון » זונטאג יוני 02, 2019 6:49 pm

בבל האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן: ווען האט זיך אנגעהויבן די משגעת אז מען מאכט חתונה אין א זאל, ווער איז אויפגעקומען מיט דעם מושג זאל, ווער רעדט נאך פון דעם אז עס מיז זיין שיין וכו', און אז יעדער דארף דארט חתונה מאכן

מנהג אמעריקע

אין די גאנצע וועלט כיום איז דא די שגעון וויאזוי ???

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יוני 02, 2019 6:50 pm

איש ציון האט געשריבן:צוויי שאלות
א. איך מיין קיינעם נישט פרוזענטליך אבער ס'טוט מיר שוין וויי א לענגערע צייט די שאלה, ווי אזוי קען מען בעטן פון א נגיד וואס האט געלט זאל נישט חתונה מאכן טייער ווייל נאכדעם האבן אנדערע א פרעשור נאך צומאכן בו בזמן וואס ווען די בעטער'ס ד.ה. די אדמורי"ם ורבנים מאכן חתונה לאזט מען זיך קאסטען רבבות (איך מיין ח"ו נישט צורעדן אויף קיין איין רב אדער רבי איך מיין די אנשי החצר דו בכל אתר ואתר)
ב. ווען האט זיך אנגעהויבן די משגעת אז מען מאכט חתונה אין א זאל, ווער איז אויפגעקומען מיט דעם מושג זאל, ווער רעדט נאך פון דעם אז עס מיז זיין שיין וכו', און אז יעדער דארף דארט חתונה מאכן

איך האב אמאל געזאגט פאר איינע פון די אדמורי"ם ווען מ'האט דן געווען איבער חתונה תקנות, אז ווען ס'זאל זיין א תקנה אז ווער ס'וויל מאכן אויפרוף אין ביהמ"ד הג' מוז מאכן תקנות, און דער רבי וועט נישט זיין מסדר קידושין פאר ווער ס'רייסט זיך אויף ביים חתונה וואלט שוין לאנג געווען עפעס.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 6:51 pm

איש ציון האט געשריבן:צוויי שאלות
א. איך מיין קיינעם נישט פרוזענטליך אבער ס'טוט מיר שוין וויי א לענגערע צייט די שאלה, ווי אזוי קען מען בעטן פון א נגיד וואס האט געלט זאל נישט חתונה מאכן טייער ווייל נאכדעם האבן אנדערע א פרעשור נאך צומאכן בו בזמן וואס ווען די בעטער'ס ד.ה. די אדמורי"ם ורבנים מאכן חתונה לאזט מען זיך קאסטען רבבות (איך מיין ח"ו נישט צורעדן אויף קיין איין רב אדער רבי איך מיין די אנשי החצר דו בכל אתר ואתר)
ב. ווען האט זיך אנגעהויבן די משגעת אז מען מאכט חתונה אין א זאל, ווער איז אויפגעקומען מיט דעם מושג זאל, ווער רעדט נאך פון דעם אז עס מיז זיין שיין וכו', און אז יעדער דארף דארט חתונה מאכן

סאטמאר מהר"א וואס ארבעט אויף תקנות שוין יארן ,איז טאקע די רעבישע חתונות די ביליגסטע וואס איז שייך , קאסט נישט קיין גרויסע זאכן אין בהמ"ד

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 6:53 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:פרדס צבי/פיגא איז 12+


וואס מיינט 12+?

וויפעל קאסט עס אחר ככלות הכל? קיינער ווייסט נישט ?

איך געדענק ווען פרדס צבי האט געקאסט אינטער 10 הכל הכל מכל , ממש פון אנפאנג


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota, חטאת הקהל, נודניק און 38 געסט