די וואנט שאטדאון

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אין אנדערע נייעס באריכטעט סי ען ען אז מעקסיקאנער אויטאריטעטן האבן געטראפן פאריגע וואך פיר פארברענטע טראקס, איין פארברענטע קאר, און בערך 20 טויטע קערפער 56 מייל מערב פון מעקעלען טעקסעס, די שטאט וואו דזשים אקאסטע פון סי ען ען האט בלוי געציילטע שעה פריער באשטעטיגט אז א דאנק די גרעניץ וואנט איז די שטאט סעיף.

די טראקס און קערפער זענען ווארשיינליך א רעזולטאט פון א קאמף צווישן צוויי גענגס, א פראבלעם וואס פלאגט גאר שטארק מעקסיקא, און קען זיך גאר גרינג אריבערכאפן די גרעניץ אין שטחים וואו עס איז נישט באשוצט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אינטרעסאנט אז על פאסא און מעקלעלען זענען סעיף שטעט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אפטיילן קינדער פון עלטערן איז א פראבלעם. די שמוגלער טיילן נישט אפ... די מאמע שיקט דאס קינד ווייל אינדערהיים האט ער נישט קיין פיוטשער און וועט אריינפאלן אין די הענט פון גענגס וכדו'

סאו ווען די מאמע טיילט אפ די קינד ווייל זי וויל דאס קינד זאל האבן א בעסערע לעבן (אריינפאלן אין די הענט פון גענגס איז דיין אייגענע תורה) איז עס א היומאנטערישע זאך צו טוען, משא"כ אויב זי איז מיטגעקומען ווייל זי וויל אויך געניסן דערפון איז עס א שוידערליכע בארבאריזם זיי אפצוטיילן, וואס?
דאס איז חוץ מזה וואס אפי' שומער איז מודה אז אסאך יומען טרעפיקינג קומט פאר ביים גרעניץ.

יש ברירה האט געשריבן:א
איך האב געזוכט דיינע ציפערן איבער קרענק און נישט געקענט געפינען. אפשר ברענגסטו א לינק?

איך האב עס געזען אין אן אימעיל פון דזשודישעל וואטש. כ'גלייב אז ס'אויך דא אויף זייער וועבסייט, און כעל עס פרובירן אויפצוזוכן בל"נ

יש ברירה האט געשריבן:
בכלל, דו מישט אויס צוויי זאכן.

עס איז אפשר דא א הומאניטארישע קריזיס אבער מיר רעדן יעצט פון א קריזיס כלפי אמעריקע. אמעריקע איז נישט אין קיין קריזיס פון וואס עס קומט פאר ביים גרעניץ.

איך מיש נישט, טראמפ האט גערעדט פון ביידע זאכן! און אויף ביידע זאכן האבן די דעמאקראטישע רחמנים גע'טענה'ט אז גארנישט קומט נישט פאר. שוין אפגערעדט פון די היפאקריטסווע אז די זעלבע וואס האבן געוויינט און פארפירט איבער דישרעקליכע עולות וואס מען באגייט זיך צו די אימיגראנטן קעירן פלוצלונג נישט איבער זיי ווען עס לוינט זיי פאליטיש.

ביסיידס, גענגס און קרענק זענען פראבלעמען פאר אמעריקע.

יא סאיז שוידערליך אפצוטיילן די קינדער פון די מאמע אויב איז זי אויך געקומען וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? די גענגס איז נישט מיין תורה די קריים רעיטס אין יענע לענדער זענען צודרייט הויעך יעדע יוגענטליכער איז אין א גענג דו קענסט דאס לייענען ווי דו ווילסט. די טויט ראטע אין יענע לענדער זענען ערגער ווי אין אפגאניסטאן.

איך וועל ווארטן אויף די קראנקע ציפערן.

טראמפ גייט נישט אן די הומענטערישע חלק ער האט קיינמאל נישט גערעדט דערפון. ער וויל די וואנט זיי ארויסצוהאלטן און ער וועט יעצט נוצן וואס ער קען דאס צו באקומען, הייבט מען יעצט אן זינגען אנדערע סיבות פארוואס מען דארף די וואנט.

די דעמעקראטן פון די אנדערע זייט אזוי ווי אבאמא האבן גערעדט פון די הומענטערישע חלק און די אמת'ע לעזונג דערצו איז ארויסצוהעלפן די ערטער פון וואו די אימיגראנטן קומען אז זיי זאלן קענען לעבן נארמאל און זיין געצווינגען איינצושטעלן זייער לעבן פאר א עתיד.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:די ערשטע איז די חילוק וואס געשענט מיט די מענטשן נאכן איבערקריכן דא ווען מען כאפט זיי, דהיינו קעטש ענד רעליס, און וואס זייער ציל איז מיטן אהערקומען, דהיינו דא בלייבן. משא"כ אן די מדינה איז די גאול צו טון טעראר, און ווען מען כאפט ארעסטירט מען.

אויב זאל דער וואס קומט אריין פלאנען צו ווערן געכאפט וואלט מדי בכלל נישט געברויכט קיין צוים.

צל עובר האט געשריבן:די צווייטע איז נישט קיין פאקט נאר א עפיניען פון ענ"ד וואס איז א קרייסיס.

זיי מסביר וויאזוי דיין סברא ארבעט. די צענדליגער וואס ווערן יעדן טאג אפגעפירט אין שפיטאל זענען נישט קיין יומאניטערישע קריזיס אויב נאר זיי זוכן ארבעט? די טויזנטער קינדער וואס ווערן געשווערצט חודש'ליך זענען נישט קיין יומאניטערישע קריזיס ווייל זיי זוכן ארבעט? וויאזוי איז דיין אפיניען זיך מסדר מיט די פאקטן אן די גראונד?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

ווייסט אפשר איינער, אויב עס איז לעגאל צו דערקלערן א סטעיט אף עמערדשענסי,
בשעת עס איז נישטא קיין עכטע עמערדשענסי?
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

איך וועל שפעטער ענטפערן דיין גאנצע תגובה ווייל איך האב נישט יעצט קיין צייט, אבער איין קליינע פראגע וויל איך פרעגן:
יש ברירה האט געשריבן: די גענגס איז נישט מיין תורה די קריים רעיטס אין יענע לענדער זענען צודרייט הויעך יעדע יוגענטליכער איז אין א גענג דו קענסט דאס לייענען ווי דו ווילסט. די טויט ראטע אין יענע לענדער זענען ערגער ווי אין אפגאניסטאן.

דו האסט נישט מורא אז צווישן די צענדליגער טויזנטער יוגנטליכע וועלכע קומען אריין יעדן יאר דורך די אפענע גרעניץ קומען אויך אריין טויזנטער גענגסטערס?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

יש ברירה האט געשריבן:ס'איז דא א חילוק פון פראבלעם ביז קריזיס, און פון קריזיס ביז נאציאנאלע עמערדשעניסי.


יא יא און זיי ממשיך ווי כאפט די חילוק ? אה זעהר פשוט ווענדט זיך וואס שומער אדער אבאמא חלוםט יענע נאכט אויב שומער זאגט יא איז יא און מ'בויעט טאקע א וואנט -און "יענעםס קריים איז יא מיין דאגה" מיט די פשוטע סברא אז זיי קענען אריבער קומען צו מיר- צוגאב צו אלע אנדערע סעקיוריטיס און אויב זאגט ער יעצט נישט איז נישט

אבער די טראמפערס זיי ? אה זיי זענען פלעינע בלינדע טראמפערס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@טינק ענד טענק, קודם, איך האב דיר נאכנישט געגריסט א גוטע וואך.

לגבי וואס דו שרייבסט פאר ברירה, טראמפ האט ביי זיין דרשה דינסטאג זייער ארומגערעדט פון די יומאניטערישע קרייסיס, אוון לעצטענס ווערט דאס מער און מער די GOP טאקינג פוינטס.

לגבי די קינדער וואס מען שווערצט האב איך ערשט יעצט געכאפט אז דו רעדסט פון געקידנעפטע קינדער, אויב עס איז דא אזויפיל פון דעם איז טאקע דא א קרייסיס, און מען ברויך ארבעטן מיט מעקסיקא צו ארעסטירן די שולדיגע.

-----------------------

לגבי גענגסטערס וואס קענען קומען, ווילאנג קיין איין קאנגרעסמאן וואס פארטרעט די בארדער האלט נישט אז מען זאל בויען א וואנט, ווילאנג די שטעט דארטן זענען מער סעיף ווי עוורידזש, איז עס ביי מיר נישט קיין עקזיסטירנדע געפאר.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Think and Thank האט געשריבן:איך וועל שפעטער ענטפערן דיין גאנצע תגובה ווייל איך האב נישט יעצט קיין צייט, אבער איין קליינע פראגע וויל איך פרעגן:
יש ברירה האט געשריבן: די גענגס איז נישט מיין תורה די קריים רעיטס אין יענע לענדער זענען צודרייט הויעך יעדע יוגענטליכער איז אין א גענג דו קענסט דאס לייענען ווי דו ווילסט. די טויט ראטע אין יענע לענדער זענען ערגער ווי אין אפגאניסטאן.

דו האסט נישט מורא אז צווישן די צענדליגער טויזנטער יוגנטליכע וועלכע קומען אריין יעדן יאר דורך די אפענע גרעניץ קומען אויך אריין טויזנטער גענגסטערס?

כ'האב נישט מורא ווייל די פאקט איז אז די וועלכע שטעלן אלעס איין און קומען אריבער האבן א נידעריגערע קריים רעיט ווי אמעריקאנער סיטיזענס. זיי ווייסן אז מיט איין פארברעכן שטעלן זיי איין אלעס, אין וועלן דעריבער פרובירן דאס צו פארמיידן.

און אפילו אויב די שטודיעס זענען נישט באגלייבט דארפסטו מיך אבער ברענגען פאקטן וואס ווייזן אז די פארקערטע איז אמת. ביז דאן קענען מיר נישט זאגן אז עס איז דא א קריזיס ווייל עס איז דא די 'מעגליכקייט'.
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מוצ"ש יאנואר 12, 2019 9:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

סאו מ'לאזט אריין קרימענעלס ווייל זיי גייען בעהעיווען אהא
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

דאס אז די וועלכע קומען אריבער זענען קרימינאלן איז א אומבאזירטע פאליטישע טולקינג פוינט.

אוודאי זענען דא געציילטע צווישן זיי אבער אויפן כלל זענען זיי מענטשן וואס קומען אהער זיכן א בעסער לעבן. גארנישט מער.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.

ווידעראמאל באקסטו פאקטן. פון וואנט נעמסטו די אויסגעזויגענע ציפערן

סארי, לויט די פרישע אנקטעס וואס צל ברענגט אראפ איז עס אינגאנצן %33, נישט %44 ווי כ'אב געמיינט..
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

יש ברירה האט געשריבן:דאס אז די וועלכע קומען אריבער זענען קרימינאלן איז א אומבאזירטע פאליטישע טולקינג פוינט.

אוודאי זענען דא געציילטע צווישן זיי אבער אויפן כלל זענען זיי מענטשן וואס קומען אהער זיכן א בעסער לעבן. גארנישט מער.

דו זעלבסט האט געציילטע תגובות בעפאר געשריבן אז רובא דרובא יוגנטליכע אין יענע לענדער זענען גענגסטערס!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כאפצעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.

ווידעראמאל באקסטו פאקטן. פון וואנט נעמסטו די אויסגעזויגענע ציפערן

סארי, לויט די פרישע אנקטעס וואס צל ברענגט אראפ איז עס אינגאנצן %33, נישט %44 ווי כ'אב געמיינט..

א פרישער שקר: יעדער וואס איז נישט מסכים צום שאטדאון האלט אז די גאנצע זאך ביים גרעניץ איז א חוכא וטלולא.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

.
אטעטשמענטס
35C6DFDC-C58C-42D9-8E56-3152D46782E7.jpeg
35C6DFDC-C58C-42D9-8E56-3152D46782E7.jpeg (179.85 KiB) געזען 834 מאל
8E1C7990-762F-4877-A5AE-E3F057E5C631.jpeg
8E1C7990-762F-4877-A5AE-E3F057E5C631.jpeg (99.81 KiB) געזען 834 מאל
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

פארוואס פאדרייט מען די שמועס דא?!
איך וויל נישט אריינלאזן טויזענטע מענטשן וואס גייען ניצן אלע שטאטישע פראגראמען אין ארבעטן שווארץ און נישט צאלן טעקס ( מיין טעקס העט ארויף גיין)
ברענגן דראגס און קריים

און ועל כולם גייען זיי נאכדעם וואטן דעמאקראטיש
גענוג קלאר?!
כבין א ראסיסט? דאן ביזטו א ראסיסט פארן. פיינט האבן רייכע מענטשן
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

יש ברירה האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.


-if 44% of Americans want something

-its enough reason to spend 5B

-which is a fraction of the total goverment spending

נישט ווען די רוב וויל דווקא נישט.


ווער וויל נישט בשיטה?
כ'האב געמיינט ס'איז א בודזשעט אישא
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Think and Thank האט געשריבן:.

;l;p-
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וואס עפעס? האט געשריבן:פארוואס פאדרייט מען די שמועס דא?!
איך וויל נישט אריינלאזן טויזענטע מענטשן וואס גייען ניצן אלע שטאטישע פראגראמען אין ארבעטן שווארץ און נישט צאלן טעקס ( מיין טעקס העט ארויף גיין)
ברענגן דראגס און קריים

און ועל כולם גייען זיי נאכדעם וואטן דעמאקראטיש
גענוג קלאר?!
כבין א ראסיסט? דאן ביזטו א ראסיסט פארן. פיינט האבן רייכע מענטשן

;l;p-
גא"מ
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואס עפעס? האט געשריבן:פארוואס פאדרייט מען די שמועס דא?!
איך וויל נישט אריינלאזן טויזענטע מענטשן וואס גייען ניצן אלע שטאטישע פראגראמען אין ארבעטן שווארץ און נישט צאלן טעקס ( מיין טעקס העט ארויף גיין)
ברענגן דראגס און קריים

און ועל כולם גייען זיי נאכדעם וואטן דעמאקראטיש
גענוג קלאר?!
כבין א ראסיסט? דאן ביזטו א ראסיסט פארן. פיינט האבן רייכע מענטשן


עס איז דא אפאר קלארע שטודיעס אז אומלעגאלע טוען ווייניגער קריים ווי סיטיזענס, וואס א דור לענגער מען איז אין לאנד אלס מער קריים טוט מען.
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

מען האט געמאכט א קוגל פון וויילענט קריים און נישט ?
און עכט איז עס נישט קיין חילוק ווייל אז אפילו א קליינע פראצענט טון ערענסטע קריימס און זיי בלאנגען נישט דא האט די גאוורנמנט נישט געטון זייער ארבעט פון פראטעקטען זייער סיטיזענטס וואס זיי וואלטן געקענט מונע זיין דורך טון זייער פליכט פון בוואכען די גרעניץ וואס איז זייער פליכט און קאמען סענס
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אחד מהחבורה האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער, אויב עס איז לעגאל צו דערקלערן א סטעיט אף עמערדשענסי,
בשעת עס איז נישטא קיין עכטע עמערדשענסי?

אויב בלייבט די שאט-דאון אזוי ווי עס איז איז עס זיכער אן עמערזשענסי...
:roll:
The Divided States Of America
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ביי א געלעגענהייט היינט אינעם ווייסן הויז האצעך טראמפ העפליך באדאנקט פאר דזשים אקאסטאו פאר די ״סעילס״ וואס ער טוט פאר די ׳וואנט׳.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

צל עובר האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:פארוואס פאדרייט מען די שמועס דא?!
איך וויל נישט אריינלאזן טויזענטע מענטשן וואס גייען ניצן אלע שטאטישע פראגראמען אין ארבעטן שווארץ און נישט צאלן טעקס ( מיין טעקס העט ארויף גיין)
ברענגן דראגס און קריים

און ועל כולם גייען זיי נאכדעם וואטן דעמאקראטיש
גענוג קלאר?!
כבין א ראסיסט? דאן ביזטו א ראסיסט פארן. פיינט האבן רייכע מענטשן


עס איז דא אפאר קלארע שטודיעס אז אומלעגאלע טוען ווייניגער קריים ווי סיטיזענס, וואס א דור לענגער מען איז אין לאנד אלס מער קריים טוט מען.



ווילאנג דו ברענגסט נישט די שטודיע ווייס איך נישט וויפיל עס איז ווערד

אבער לאמיר זאגן אז איליגעלס טון ווייניגער קריימס טון זיי פארט קריימס צו וואס זיי אריינלאזן

על הראשונים אנו מצטערים ואתה בא להוסיף?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »


שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”