די וואנט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » פרייטאג ינואר 11, 2019 2:55 pm

לענ״ד זאל טראמפ אפערן פאר די לינקע שטרענגע גאן קאנטראל אין אויסטויש פארן וואנט

#שאכמאט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג ינואר 11, 2019 2:58 pm

מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער

די מציאות פראסקעט אין פנים

אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן אמעריקאנער גרעניצן זענען אפען פאר ווער עס וויל אריינקומען און די אימיגראנטן ברענגען מיט אלע פראבלעמען

לדעתי איז בכלל נישט דא קיין קריזיס, אבער די ווערטער 'לעצטערע צייט' איז זיכער נישט אמת. אויב עפעס גייען זאכן בעיסיקלי אין די גוטע ריכטונג ווי איידער פארקערט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:13 pm

מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוהב לבריות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:28 pm

תגובהדורך אוהב לבריות » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:27 pm

אויב איז נישטא קיין קריזיס, וואס דארף מען האבן בארדער אגענטן בכלל
לאז יעדעם קומען און גיין לחיים ולשלום.

וועגן אפאר טעראריסטן האבן פארכאפט פליגער 9/11 פארשטייט יעדער אז אמעריקע האט געמוזט אויסגעבן צענליגע ביליאנען, מלחמות , שטרענגע עירפארט געזעצען, ועוד...
און אז דא קומען אריין דראגס, גענגס, פארברעכער וואס הרגענע'ן,
אפילו ווייניג וואס פארשטייט מען נישט?

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:33 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.


-if 44% of Americans want something

-its enough reason to spend 5B

-which is a fraction of the total goverment spending

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:37 pm

אוהב לבריות האט געשריבן:אויב איז נישטא קיין קריזיס, וואס דארף מען האבן בארדער אגענטן בכלל
לאז יעדעם קומען און גיין לחיים ולשלום.

וועגן אפאר טעראריסטן האבן פארכאפט פליגער 9/11 פארשטייט יעדער אז אמעריקע האט געמוזט אויסגעבן צענליגע ביליאנען, מלחמות , שטרענגע עירפארט געזעצען, ועוד...
און אז דא קומען אריין דראגס, גענגס, פארברעכער וואס הרגענע'ן,
אפילו ווייניג וואס פארשטייט מען נישט?

מען קען נישט לאזן יעדן אריינקומען ווייל דאן קען אפשר ווערן א פראבלעם... יעצט איז קיין ערענסטע פראבלעם נישט דא. די זאך איז מער ווייניגער אונטער קאנטראל.

מערסטענס טייל פון די דראגס קומען אריין דורך פארט און ענטריס (די וועסט מעדשארעטי) די אימלעגאלע וואס קומען אריין זענען ווייניגער אויסגעשטעלט צו באגיין א פארברעכן ווי א סיטיזען.

בקיצור ס'איז אפשר א פראבלעם אבער א קריזיס? ווייט דערפון.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:37 pm

עולם האמת האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.


-if 44% of Americans want something

-its enough reason to spend 5B

-which is a fraction of the total goverment spending

נישט ווען די רוב וויל דווקא נישט.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:54 pm

Who do you think is most to blame for the shutdown of the federal government?

President Trump 50%
Democrats in Congress 32%
Republicans in Congress 5%

@YouGovUS @TheEconomist
1/6-8

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:56 pm

@טשאדעלע, לויט מיין פיצי מיינונג, יעדער וואס וויל די וואנט וואלט ממילא געשטימט פאר טראמפ, סוי ביטע זיי מיר מסביר פארוואס אויפגעבן צוויי וואכן צוריק וואלט צוגעברענגט אז טראמפ זאל ברויכן מופן קיין טראמפ טאוער צוויי יאר ארום?

------------------------------

מארקא רוביא זאגט אז ער גלייבט נישט אז די ווייסע הויז וועט נוצן געלט וואס ברויך גיין קיין פלארידע פאר בארדער סעקיוריטי, אבער אויב יא, וועט ער טון אלעס ואס ער קען עס אפצושטעלן.

-------------------------

קריס וואלעס זאגט אז ער האט א מהלך פאר טראמפ, ער זאל ענדיגן די שאטדאון, אבער זאל מודיע זיין אז אויב ביז דריי וואכן איז עס נישט מסודר, פארופט ער א עמערדזשנסי.

ער קלערט אז אין אזא פאל וואלט די פרעשור אריבער פון טראמפ צום קאנגרעס, און זיי וואלטן זיך געמוזט מסדר זיין.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג ינואר 11, 2019 4:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוהב לבריות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:28 pm

תגובהדורך אוהב לבריות » פרייטאג ינואר 11, 2019 3:58 pm

מיין דעת זאגט מיר אז טראמפ איז נישט סתם עפעס א וויסטע ראסיסט,
נאר די ריזען וואס ער דארף א וואנט, שלאגט זיך מיט טשיינע , און אלע אנדערע לענדער, איז וועגן ער זיכט פשוט צוריק צוברענגען יעדע מין זשאב וואס אמיריקאנער האבן פארלוירן צו די אלע ביליגירע ארבעטער אדער לענדער.

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » פרייטאג ינואר 11, 2019 4:09 pm

דעס אז אלעס איז ארדענונג ביים בארדער איז עפעס וואס אפילו שומער זאגט נישט

צו לאכן פון די וואס שרייען טראמפ בלינדקייט

די סטעפס ווי אזוי דעס גייט צו איז דאך אזוי אינזשויעבל קודם איז יא א פראבלעם עס איז נאר גענוג אז השומר אלארם זאל אריינלייגן קעמערעס און אלעס איז מסודר און נאכדעים איז אויס פראבלעם אינגאנצן

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג ינואר 11, 2019 4:27 pm

ס'איז דא א חילוק פון פראבלעם ביז קריזיס, און פון קריזיס ביז נאציאנאלע עמערדשעניסי.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 7:56 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דו ווייסט אז איך בין נישט קיין בלינדע טראמפ שטיצער, די מציאות פראסקעט אין פנים, אומלעגאלע אימיגראציע איז א קריזיס אין די לעצטערע צייטן

נישטא קיין שום קריזיס, און קיין שום עמערזשענסי. און אפילו אויב די %44 טראמפ חסידים זענען יא ערענסט באגלייבט דערין טוען דעמאקראטן פארטרעטן די אנדערע %56 אמעריקאנער ביי וועם די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא. יעצט ווילסטו אז די דעמאקראטישע פירער זאלן איבערלאזן זייערע קאנסטיושוענס און אנהייבן פארטרעטן די %44 טראמפ מינארעטי? ס'ארבייט נישט אזוי.

איך און דו ווייסן אז מ'גייט אים קיין וואנט נישט געבן, סאו די שנעלער ער וועט דאס ריעלייזן אלס שנעלער וועט ער קענען עפענען די גאווערמענט און ענדיגן די האסטעדזש סיטואציע.

ווידעראמאל באקסטו פאקטן. פון וואנט נעמסטו דעם אויסגעזען עם ציפערן פון 56 פראצענט וואס האלטן אז די גאנצע זאך איז א חוכא וטלולא?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:00 pm

יש ברירה האט געשריבן:
אוהב לבריות האט געשריבן:אויב איז נישטא קיין קריזיס, וואס דארף מען האבן בארדער אגענטן בכלל
לאז יעדעם קומען און גיין לחיים ולשלום.

וועגן אפאר טעראריסטן האבן פארכאפט פליגער 9/11 פארשטייט יעדער אז אמעריקע האט געמוזט אויסגעבן צענליגע ביליאנען, מלחמות , שטרענגע עירפארט געזעצען, ועוד...
און אז דא קומען אריין דראגס, גענגס, פארברעכער וואס הרגענע'ן,
אפילו ווייניג וואס פארשטייט מען נישט?

מען קען נישט לאזן יעדן אריינקומען ווייל דאן קען אפשר ווערן א פראבלעם... יעצט איז קיין ערענסטע פראבלעם נישט דא. די זאך איז מער ווייניגער אונטער קאנטראל.

מערסטענס טייל פון די דראגס קומען אריין דורך פארט און ענטריס (די וועסט מעדשארעטי) די אימלעגאלע וואס קומען אריין זענען ווייניגער אויסגעשטעלט צו באגיין א פארברעכן ווי א סיטיזען.

בקיצור ס'איז אפשר א פראבלעם אבער א קריזיס? ווייט דערפון.

דו ווייסט מסתמא נישט, אבער טראמפ פארלאנגט נישט נאר געלט פאר די וואנט. ער פארלאנגט נאך צענדליגער ביליאנען פאר אנדערע בארדער עקספענסעס ווי בעטן פאר אימיגראציע און מעדיקל פעסיליטיס, ווי אויך נאך געלט פאר בעסערע דיטעקשאן סיסטעמס און סענסארס ביי די פארט און ענטריס.

פארוואס איז ברענגען אנשטעקיגע קרענק נישט קיין קריזיס? פארוואס איז איינשטעלן דאס לעבן פון צענדליגער טויזנטער קינדער נישט קיין קריזיס? פארוואס איז דאס אפטיילן קינדער פון עלטערן (בערך אכציג פראצענט קינדער וואס ווערן געברענגט אומלעגאל ווערן געברענגט אן די עלטערן) נישט קיין קריזיס?! זאל איך אפירזוכן דיינע תגובות וואו דו פארפירסט איבער דאס אפטיילן קינדער פון עלטערן?! פארוואס נאר שמוגלער מעגן?


אין איין ווארט: זיי מיר מסביר וועלכע זאך איז געווען ביים גרעניץ אין 2014 וואס איז היינט נישטא דארט, אזוי אז דער קריזיס זאל שוין האבן פאריבער.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:21 pm

אפשעטעלן קאראוואנען וועט א וואנט נישט.

ווארום אסיילעם סיקערס קריכן איבער די עקזיסטירנדיגע צוימען אפילו פארנט פון וועכטער און לאזן זיך תיכף כאפן דורך די וועכטער.

מען קען אפשטעלן אלע קאראוואנען אויב מען וויל אנהייבן נארמאל פראסעסן אסיילם סיקערס אין אמעריקאנער אמבעסאדעס אין סענטרעל אמעריקע.

---------------------

אפאר נייע אנקעטעס.




לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:26 pm

אפטיילן קינדער פון עלטערן איז א פראבלעם. די שמוגלער טיילן נישט אפ... די מאמע שיקט דאס קינד ווייל אינדערהיים האט ער נישט קיין פיוטשער און וועט אריינפאלן אין די הענט פון גענגס וכדו'

איך האב געזוכט דיינע ציפערן איבער קרענק און נישט געקענט געפינען. אפשר ברענגסטו א לינק?

בכלל, דו מישט אויס צוויי זאכן.

עס איז אפשר דא א הומאניטארישע קריזיס אבער מיר רעדן יעצט פון א קריזיס כלפי אמעריקע. אמעריקע איז נישט אין קיין קריזיס פון וואס עס קומט פאר ביים גרעניץ.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:31 pm

צל עובר האט געשריבן:אפשעטעלן קאראוואנען וועט א וואנט נישט.

מען קען אפשטעלן אלע קאראוואנען אויב מען וויל אנהייבן נארמאל פראסעסן אסיילם סיקערס אין אמעריקאנער אמבעסאדעס אין סענטרעל אמעריקע.

האסט עס שוין אפאר מאל געשריבן, בער האסט נאך דערווייל נישט געענטפערט וויאזוי א פיזישע אפהאלט וועט נישט אפהאלן פון אריבערגיין. מען וועט עס אויפברעכן? אונטערגראבן?

בנוגע אסיילעם סיקערס, דו ווייסט אויך אז רוב אסיילעם סיקערס זוכן סתם א גוט לעבן (דו האסט עס קלאר געשריבן פאריגע וואך), און דערפאר האבן זיי נישט קיין שום סיבה צו גיין צו א לאקאלע אמבאסאדע. אז ס'געלונגט זיי זיך אריינצוזען אין אמעריקע זענען זיי קודם כל פארזיכערט מיט צען יאר ביז נאך די פראסעס און אפיעלס, און מעגליך פיל מער אויב ס'געלונגט זיי צו עוואודן דיטעקשאן. ווער רעדט נאך אויב ס'געלונגט זיי צו האבן קינדער דאהי, וועט אזא פרעזידענט ווי אבאמא זיי נאכלויפן מיט בירגערשאפט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:33 pm

טענקס צל פאר די אנקעטעס

מיט אזעלכע ציפערן דארפן די דעמעקראטן זיין משוגע זיך צו בייגן אפילו איין אינטש!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:33 pm

מען ברענגט א שטריק לייטער און מען קריכט ארויף.

די אסיילעם סיקערס וואס זוכן א גוט לעבן זענען דאכציך מיר נישט די וואס זענען זיך אזוי מוסר נפש אויף די פארנעם אז זיי זענען א יומעניטעריען קריזיס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:38 pm

יש ברירה האט געשריבן:אפטיילן קינדער פון עלטערן איז א פראבלעם. די שמוגלער טיילן נישט אפ... די מאמע שיקט דאס קינד ווייל אינדערהיים האט ער נישט קיין פיוטשער און וועט אריינפאלן אין די הענט פון גענגס וכדו'

סאו ווען די מאמע טיילט אפ די קינד ווייל זי וויל דאס קינד זאל האבן א בעסערע לעבן (אריינפאלן אין די הענט פון גענגס איז דיין אייגענע תורה) איז עס א היומאנטערישע זאך צו טוען, משא"כ אויב זי איז מיטגעקומען ווייל זי וויל אויך געניסן דערפון איז עס א שוידערליכע בארבאריזם זיי אפצוטיילן, וואס?
דאס איז חוץ מזה וואס אפי' שומער איז מודה אז אסאך יומען טרעפיקינג קומט פאר ביים גרעניץ.

יש ברירה האט געשריבן:א
איך האב געזוכט דיינע ציפערן איבער קרענק און נישט געקענט געפינען. אפשר ברענגסטו א לינק?

איך האב עס געזען אין אן אימעיל פון דזשודישעל וואטש. כ'גלייב אז ס'אויך דא אויף זייער וועבסייט, און כעל עס פרובירן אויפצוזוכן בל"נ

יש ברירה האט געשריבן:
בכלל, דו מישט אויס צוויי זאכן.

עס איז אפשר דא א הומאניטארישע קריזיס אבער מיר רעדן יעצט פון א קריזיס כלפי אמעריקע. אמעריקע איז נישט אין קיין קריזיס פון וואס עס קומט פאר ביים גרעניץ.

איך מיש נישט, טראמפ האט גערעדט פון ביידע זאכן! און אויף ביידע זאכן האבן די דעמאקראטישע רחמנים גע'טענה'ט אז גארנישט קומט נישט פאר. שוין אפגערעדט פון די היפאקריטסווע אז די זעלבע וואס האבן געוויינט און פארפירט איבער דישרעקליכע עולות וואס מען באגייט זיך צו די אימיגראנטן קעירן פלוצלונג נישט איבער זיי ווען עס לוינט זיי פאליטיש.

ביסיידס, גענגס און קרענק זענען פראבלעמען פאר אמעריקע.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:39 pm

צל עובר האט געשריבן:מען ברענגט א שטריק לייטער און מען קריכט ארויף.

דזשים אקאסטע האט שוין באשטעטיגט אז דארט וואו עס איז דא הויכע, שטאלענע סלעיטס ווערט דאס נישט געטון.

צל עובר האט געשריבן:די אסיילעם סיקערס וואס זוכן א גוט לעבן זענען דאכציך מיר נישט די וואס זענען זיך אזוי מוסר נפש אויף די פארנעם אז זיי זענען א יומעניטעריען קריזיס.

דאכצעך אז ס'דאכצעך דיר נישט גוט. די קאראוואן איז נישט געווען אסיילעם סיקערס? האסטו נישט פארפירט דאן אז זיי זענען נעבעך גע'רודפ'טע מענטשן וואס אנטלויפן פאר זייער לעבן? רוב אומלעגאלע שרייען אז זיי זענען אסיילעם סיקערס, כאטש וואס באמת האבן זיי נישט קיין סיבה.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:44 pm

ווען עס איז דא לעכער ערגעץ אנדערש קאן זיין אז מען טוט דאס נישט.

די אלע וואס זענען נישט קיין אסיילעם סיקערס זענען נישט קיין יומעניטעריען קרייסיס לפענ"ד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:46 pm

צל עובר האט געשריבן:ווען עס איז דא לעכער ערגעץ אנדערש קאן זיין אז מען טוט דאס נישט.

אין מד"י האט די וואנט א סוקסעס ראטע פון איבער 90 פראצענט, און די וואנט איז ניטאמאל 30 פיס הויך. אויף וואס באזירסטו דיין שטאנדהאפטע דערקלערונג אז דא וועט עס נישט ארבעטן?

צל עובר האט געשריבן:די אלע וואס זענען נישט קיין אסיילעם סיקערס זענען נישט קיין יומעניטעריען קרייסיס לפענ"ד.

ווידעראמאל א דעקלעראציע אן די מינדעסטע דעקונג.

ס'פאסט נישט פאר דיר.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:49 pm

די ערשטע איז די חילוק וואס געשענט מיט די מענטשן נאכן איבערקריכן דא ווען מען כאפט זיי, דהיינו קעטש ענד רעליס, און וואס זייער ציל איז מיטן אהערקומען, דהיינו דא בלייבן. משא"כ אן די מדינה איז די גאול צו טון טעראר, און ווען מען כאפט ארעסטירט מען.

די צווייטע איז נישט קיין פאקט נאר א עפיניען פון ענ"ד וואס איז א קרייסיס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:53 pm

@צל
וועגן אזוינע אנקעטעס האט טאקע קלינטאן געווינען אין 2016!!!
Keep it up - מיט די קאפ אין וואנט אריין
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אמביציע, זזה, יאנקעלע, משהלע, פארפלאנטערט, שטיל און 69 געסט