די וואנט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:34 pm

איינער פארשטייט וואס טראמפ'ס פלאן איז דא?

שומער און פעלאוסי האבן דאך קיין שום אינסענטיוו אים צו געבן א וואנט, ווידער א שאטדאון אויף זיין נאמען קענער אויך נישט אנהאלטן צו לאנג.

איינער ברויך אים צושטעלן א לייטער ווי שנעלער בעפאר די בוים ברעכט אונטער.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:42 pm

כאפצעם האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס טראמפ'ס פלאן איז דא?

שומער און פעלאוסי האבן דאך קיין שום אינסענטיוו אים צו געבן א וואנט, ווידער א שאטדאון אויף זיין נאמען קענער אויך נישט אנהאלטן צו לאנג.

איינער ברויך אים צושטעלן א לייטער ווי שנעלער בעפאר די בוים ברעכט אונטער.

יא, איך פארשטיי. זיין חשבון איז אז ער האט א בעיס פון צענדליגע מליאנען מענטשען וואס שטייען אונטער זיין אגענדא אין ער האט מורא זיי צו אנטוישען, וויבאלד די וואנט איז געווען איינע פון די הויפט קאמפעין צוזאגעכצער
יאך גלייב אז ער ווארט ביז די דעמאקראטן קומען אריין אין פאוער, אין דעמאלטס גייט ער קענען זאגען פאר זיין בעיס, קוקטס כ׳האב געפייט פאר די וואנט אין יעצט זענען די דעמאקראטען אין פאוער אין מ׳קען גארנישט טוהן. די שאטדאון ענדיגט זיך און טראמפ גייט ער ארויס אן קיין גרויסע פארלוסטען
יאך גלייב אז דאס איז זיין חשבון, העמער זעהן צי ס׳וועט ארבעטען...

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:43 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:מיין פריינט טראמפ איז נשיט אויפגעקומען מיט די וואנט ס'איז שוין געווען סאך פאר אים אויפ'ן האוז טישל

מיין פריינט, עס איז אדורך 12- 15 יאר זינט דאן אסאך טעכנעלאגיע איז שוין ערפינדען געווארן זינט דאן, א נייער דור איז אויפגעוואקסן זינט דאן, און מ'ברויך נישט קיין וואנט און אויב יא גיי קאלעקט דאס געלט אין מעקסיקאו.

זאג ביי דיין הויז ווען די ווילסט גנבים זאלען זיך נישט אריינכאפען לייגסטו א וואנט אין א טיר מיט א שלאס
אדער פאטראל ?

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:44 pm

אדער טעכנעלאגיע 2019 ?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:45 pm

גולם פון פראג האט געשריבן: די שאטדאון ענדיגט זיך און טראמפ גייט ער ארויס אן קיין גרויסע פארלוסטען
יאך גלייב אז דאס איז זיין חשבון, העמער זעהן צי ס׳וועט ארבעטען...

וואס הייסט אן קיין גרויסע פארלוסטן? אז ער ענדיגט די שאטדאון אן גארנישט איז ער דאך חוזק פון שטאט און די צארן ציל ברעט פון זיין באזע. נישט אזוי?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:48 pm

צל עובר האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:לגבי ווער עס איז נישט קיין מענטש, ליין די סטעיטמענט פון די צווי דעמאקרעטס, זיי ברענגן ארויס אז טראמפ האלט אין איין טוישן און קיינער ווייסט נישט אויף וואס ער איז מסכים, אדער ברויכסטו בלויז אויסהערן די 17 מינוט קליפ פון די ווייסע הויז מיטונג, טראמפ רעדט דארט נישט ווי איינער וואס איז גרייט נאכצוגעבן א ברעקל.

איך האב נישט געזען די קליפ וואס איך ווייס איז אז שומער האט נאכדעם געזאגט אז ער האט געאפפערט דעם פרעזידענט 2 פארשלאגן איינס אז מזאל מאכן CR ביז'ן סוף פונעם בודזשעט יאר אדער ער זאל זיין צופרידן מיט 1.3 ביליאן פאר בארדער סעקיוריטי און אויסדריקליך נישט קיין וואנט...

קומט מיר פאר ווי יאנקל מיללער זאגט אז ער איז געזיצן נעבן א גוי אויפ'ן פליגער און עס איז נאר געווען איין זיץ האט ער געאפפערט אז מ'וועט ווארפן גורל און אויב איך געווין זיץ איך און דו שטייסט און אוב דו געווינסט שטייסטו און איך זיץ...

און טראמפ לעומת זה האט לכתחלה געבעטן 5 ביליאן אנשטאט פול פרייס און פענס מיט קושנער האבן זיך פרייטאג נאכמיטאג געבויגן פאר שומער ביז די פלאר און אריבער צו אים אין אפיס אפפערן צו באקומען 2.5 ביליאן

סאו אנלעסס איך האב פאלשע אינפארמאציע האט טראמפ געהאנדלט פיל נארמאלער ווי שומער וואס האט געזאגט שבת אז די איינציגסטע עצה פאר טראמפ איז "טו עבענדאן די וואל"
נאך די שמועס האט שומער געזאגט אז ער געט גארנישט.
.

זיינע צוויי "אפפערס" צו וואס טראמפ האט געזאלט עגריען איז דאך געווען ביים מיטינג

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:49 pm

כאפצעם האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן: די שאטדאון ענדיגט זיך און טראמפ גייט ער ארויס אן קיין גרויסע פארלוסטען
יאך גלייב אז דאס איז זיין חשבון, העמער זעהן צי ס׳וועט ארבעטען...

וואס הייסט אן קיין גרויסע פארלוסטן? אז ער ענדיגט די שאטדאון אן גארנישט איז ער דאך חוזק פון שטאט און די צארן ציל ברעט פון זיין באזע. נישט אזוי?

דו כאפסט נישט ווי זוי טראמפ ארבעט
איינמאל פעלאסי איז אין פאוער וועט ער קענען אויסדרייען די צארען אויף איהר...
יעצט איז ער סטאק ווייל ער האט נישט וועמען צו בלעימען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4771
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:51 pm

כאפצעם האט געשריבן:איינער פארשטייט וואס טראמפ'ס פלאן איז דא?

שומער און פעלאוסי האבן דאך קיין שום אינסענטיוו אים צו געבן א וואנט, ווידער א שאטדאון אויף זיין נאמען קענער אויך נישט אנהאלטן צו לאנג

איינמאל ס׳איז 2019 ביסטו לכאורה גערעכט, יעצט אבער ווילאנג ס׳איז נאך 2018 האט ער עכ״פ 0.1% האפענונג אז איינער, אדער פלעיק אדער קארקער זאל מיטגיין מיט מיטש אויב גייט ער מיטן נוקלער אפציע.

אבער נישט דאס איז אייגענטליך געווען זיין חשבון, וואס ער בעיקר געוואלט איז, צופרידן שטעלן די טראמפיסטן וואס האבן פארפירט אז טראמפ האט נישט געטאן כל מה שבידו לעשות פאר זיין צוגעזאגטן וואנט, און אין איינוועגס אויפווייזן דעם באבע׳ן זז״ג אז זיין קאנגרעס האט יא געפעסט א ביל וואס פאנד זיין וואנט.

פארוואס איך שרייב אז אין 2019 ביזסטו נאר ״לכאורה״ גערעגט איז, ווייל ס׳איז זייער מעגליך אז ער איז גרייט צו פארציען דעם שאָטדאון אריין ביז ווייסעך ווען. אז סענאט גייט אוועריידן זיין וויטא האט ער נישט וואס מורא צו האבן, וויל ער האט 53 זיצן. כאטש זאל ער ווייזן זיין באזע אז ער איז גרייט געווען צו גיין מיטן קאפ אין וואנט פארן וואנט.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מאנטאג, דינסטאג אדער מיטוואך?

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:52 pm

אגב
ס׳רעדט זיך אזוי פון פינעף ביליאן, דריי ביליאן....
די עולם כאפט פון וואסארא ציפערען מ׳רעדט דא? פון פינעף ביליאן דאלאר קען מען מאכען פינעף טויזענט מיליאנערן איבערנאכט...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:54 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן: די שאטדאון ענדיגט זיך און טראמפ גייט ער ארויס אן קיין גרויסע פארלוסטען
יאך גלייב אז דאס איז זיין חשבון, העמער זעהן צי ס׳וועט ארבעטען...

וואס הייסט אן קיין גרויסע פארלוסטן? אז ער ענדיגט די שאטדאון אן גארנישט איז ער דאך חוזק פון שטאט און די צארן ציל ברעט פון זיין באזע. נישט אזוי?

דו כאפסט נישט ווי זוי טראמפ ארבעט
איינמאל פעלאסי איז אין פאוער וועט ער קענען אויסדרייען די צארען אויף איהר...
יעצט איז ער סטאק ווייל ער האט נישט וועמען צו בלעימען

ער בלעימט דאך שוממער.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 5:58 pm

@טשאדעלע דאס ביזטו גערעכט, דאס איז זיכער אז ער האט, עט לעסט, אויפגעוויזן פאר די אלטע רביצין אז ער קען עס יא דורכפירן אין קאנגרעס, עס איז קלאר א געווינס, און א חלק פון וואס ער וועט קענען ווייזן אז ער האט געוואלט, און אז מיט א רעפאבליקאנער קאנגרעס קען עס דורכגיין.


אבער לגבי יעצט, מעקאנעל האט צוגעזאגט פאר קארקער מיט פלעיק, און אויך אויף טוויטער, אז ער וועט נאר ארויפברענגן א זאך וואס האט 60 שטימען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 6:03 pm

שליו ודגים האט געשריבן:די זעלבע וואס האבן געזאגט ליימענערהייט אז קליימעט שטעינזש איז א גרעסערע דעינזשער פאר די וועלט ווי אייסיס די זארגן גאר פאר די אייסיס אישו

אנבעליוויבעל


טאקע אנבעליוויבעל די היפאקריטווע.

נישטא קיין ווערטער.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 6:22 pm

די גרעסטע טיפשות וואס איך קען מיר נישט איבערקומען איז די צוגאנג צו די שאטדאון, א געלונגענער קלוגער פאליטישאן (ווי אבאמא) מאכט זיכער צו האבן וועם צו בלעימען ביי א שאטדאון און זיין קאנסיסטענט
דא אבער האט טראמפ געמאכט 2 אומבאשרייבליכע טעותים אז עס איז צום שטוינען
1) פאר'ן זאגן קלאר א וואך 2 פארדעם, "איך וועל זיין זייער שטאלץ צוצומאכן די רעגירונג און איך וועל אייך נישט באשולדיגן"
2) פאר'ן טוישן מיינונג און אפילו אריינכאפן א סענאט וואוט אין די קורצע צייט צווישן איין מיינונג טויש און די אנדערע

איך בין זיכער אז כדרכם מאז, וועלן זיינע שטיצער שרייען ווי קלוג די מאווס זענען געווען, אבער לאמיר צולייגן הנראה לענ"ד

אויב האט טראמפ קלארגעשטעלט ליוו פארן לאנד אז ער וועט זיין שטאלץ צו פארמאכן די רעגירונג און ער וועט קיינעם נישט בלעימען, קוקט מען אפילו נישט וואס שומער האט יא געזאגט אדער נישט געזאגט, הו קעירס, טראמפ האט דאך שוין קלארגעשטעלט לכתחלה, אז עס איז זיין שאטדאון

און יעצט צום צווייטן פוינט, ווער איז אין קאנטראל פון סענאט? מקאנעל אדער שומער? פארוואס זאל מען בלעימען שומער?
ווילסט אז מען זאל בלעימען שומער, זאל סענאט אויפברענגן א ביל און דעמאלטס אויב שומער וועט עס בלאקן וועט מען אים בלעימען
איי פארוואס ברענגט טאקע נישט מקאנעל ארויף א ביל?
דא שטעקט די חורבן, מקאנעל'ס מעסעדזש צו טראמפ איז, איך בין נישט דיין חדר אינגל, היינט זאגסטו אזוי, מארגן אזוי, אז מען האט אפגעמאכט צו גיין מיט CR, שטיי נישט אויף א טאג דערויף און מאך א בואי בשלום, און אויב יא לאז מיר ארויס פון דיין פעקל, און אוודאי נאכדעם וואס טראמפ האט קיינמאל נישט באוויזן איינצופעדימן א נאנטער צוזאמענארבעט מיט מקאנעל
וואלט ווען טראמפ געווען קאנסיסטענט, און בעיקר וואלט ער ווען די לעצטע 2 יאר פארשטאנען ווי וויכטיג מקאנעל איז אים, און געארבעט אויף א נאנטע צוזאמענארבעט, וואלט ווען מקאנעל שטארק מעגליך ארויפגעברענגט די ביל אין סענאט, און זאל טאקע די לאנד זען אז שומער בלאקט פאנדינג

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 6:23 pm

אפשר נעמט מען די געלט וואס די גאווערמענט האט זיך געשפארט ביים שאטדאון און מען ספאנסערט דערמיט דעם וואנט?
אפשר איז דאס גאר די חשבון?...

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 6:30 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ווען שומער לאזט נישט שטימען אויף א זאך וואס זיי האבן מיט אפאר יאר צוריק געהאלטן דערפון און יעצט נאר ווייל טראמפ וויל עס האלטן זיי עס נישט ביים עס געבן דאן איז ער און נאר ער שולדיג אין די שאטדאון נישט קיין חילוק וואס טראמפ האט געזאגט.


און אויב האבן זיי קיינמאל נישט געהאלטן דערפון? די מציאות איז אז ווען שומער שטימט יעצט דערויף וואלט די שאטדאון פארמיטן געווארן.

אגב, די געזעץ געבער זענען שולדיג, און נאר זיי זענען שולדיג, אויף די פארברעך פון פארן אויף 75 מייל א שעה אין א 50 מייל א שעה זאנע, ווייל זיי האבן געמאכט די ספיד לימיט אזוי נידריג.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:16 pm

א קלאץ קאשע... אויב די נייע 2019 סענאט עפפראוועד די יעצטיגע קאנגרעס ווערסיע אן קיין שום שינוי, דארף עס נאך צוריקגיין צום פעלאסי קאנגרעס?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:16 pm

@אין כל חדש, און אויף דעם מעקאנעל וועט טראמפ זיך ברויכן פארלאזן קעגן פעלאוסי.

שוין כאב געטראפן די תגובה וואס איך האב געזוכט.

משה כספי האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז די דעמאקראטן האבן מער שאנסן אינעם סענאט װי אינעם הויז
באזירט אויף די פאקט אז די אגענדע וואס האט זיי געמאכט געווינען האבן זיי ע"פ רוב דורכגעפירט משא"כ די סענאט האט גארנישט אחוץ די טעקס קאט דורכגעפירט


און דאס.

משה כספי האט געשריבן:איך קוק נישט אויף קיין וועיוו וואס איז יעצט דא פאר א יאר ארום
איך רעדט פון מיין מיינונג ווי אזוי איך האב געזען די מידיע און מענטשן מיינונגען אויף די מידיע (אלע אנאליזן חוץ פאראויס זאגער און פאולס)
מיין נישט קוקן אויף פאולס איז באזירט אויפן פאקט אז זיי פרעגן נישט די ריכטיגע פראגעס
איך וויל פארשטיין א נארמאלע סיבה פארוואס איינער האט געשטימט פאר א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און איז נישט צופרידן מיט יענעם
גראדע האלט איך אז די סענאט קען אויך ווערן געהאלטן ביי רעפובליקאנער אויב מען וועט גוט אראפרייסן פלעיק, קארקער, מקעין, וכד' וואס האבן געהארגעט אלע זאכן אויף וואס מען האט זיי אריינגעוועלט, פון די אנדערע זייט אבער איז דער נאמען "סענאט" יעצט טייטש אן אומאפעקטיווע אינסטיטוציע (מעגליך אז די טעקס קאט ראטעוועט אביסל אבער אין מיין אפיניען איז עס טו ליטל טו לעיט)
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:19 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:א קלאץ קאשע... אויב די נייע 2019 סענאט עפפראוועד די יעצטיגע קאנגרעס ווערסיע אן קיין שום שינוי, דארף עס נאך צוריקגיין צום פעלאסי קאנגרעס?


יא, אבער פארוואס טראכסטו אז עס וועט געשען, האלטסט אז מעקאנעל וועט גיין נוקלער ווען ער וועט האבן גענוג סענעטארן?

פארקערט גראדע מאכט עס אסאך אויס, ווען נישט אלע בילס ווערן אויס, וואלט פעלאוסי פשוט גרינג דורכגעפירט אין קאנגרעס די סענאט קלין CR ביל אן די וואנט, און טראמפ וואלט עס געברויכט וועטאירן בפועל, און דעמאלטס וואלט געווארן א פייט איבערצודרייען די וועטא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 7:42 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:א קלאץ קאשע... אויב די נייע 2019 סענאט עפפראוועד די יעצטיגע קאנגרעס ווערסיע אן קיין שום שינוי, דארף עס נאך צוריקגיין צום פעלאסי קאנגרעס?

דא האט אני הק' געפרעגט די זעלביגע שאלה.

די תירוץ איז, אז איינמאל די קאנגרעס ענדיגט זיך (א קאנגרעס איז א צוויי יעריגע טערמין) ווערן אלע בילס וואס זענען נאך נישט באשטעטיגט געווארן "טויט", סיי אויב סענאט/קאנגרעס האט נישט געשטימט דערויף, אדער אז די עס איז נאך נישט געשיקט געווארן צום פרעזידענט פאר אן אינטערשריפט.
בילד
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 8:54 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:וואוט עי מעססס

אבאמא האט אזוי שווער געארבעט ארויס צו נעמען דאס לאנד פון די שווערע רעסעסיע. ער האט שיין מצליח געווען און מ'האט נאך יעצט הנאה דערפון.

די לעצטע צוויי יאר ארבעטן די רעפובליקאנער צוזאמען מיט טראמפ חרוב צו לייגן די אזוי שווער אויסגעהארוועטע ארבעט, די טעקס קאטס פאר די ריטש, הרג'נען העלט קעיר, אומסטאבילע גאווערמענט, טאריפס, זיך שלאגן מיט די פעדרעל רעזערוו, שאטדאונס און וואס נישט.

ויאמר למלאך המשחית הרף!!! נעם אראפ די לאפעס פון די הארד ווארקינג אמעריקענס!!


דיינע תגובות פלעגן אמאל זיין צו די זאך

זינט טראמפ איז פרעזידענט קומסטו אריין מיט א שרעקליכע האס

די תגובה דא איז א קלאסישע עקזעמפעל פון א תגובה וואס זאגט גארנישט נאר האס אנטקעגן דער פרעזידענט

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

תגובהדורך לעב און שטרעב » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 9:32 pm

מצב כללי האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:וואוט עי מעססס

אבאמא האט אזוי שווער געארבעט ארויס צו נעמען דאס לאנד פון די שווערע רעסעסיע. ער האט שיין מצליח געווען און מ'האט נאך יעצט הנאה דערפון.

די לעצטע צוויי יאר ארבעטן די רעפובליקאנער צוזאמען מיט טראמפ חרוב צו לייגן די אזוי שווער אויסגעהארוועטע ארבעט, די טעקס קאטס פאר די ריטש, הרג'נען העלט קעיר, אומסטאבילע גאווערמענט, טאריפס, זיך שלאגן מיט די פעדרעל רעזערוו, שאטדאונס און וואס נישט.

ויאמר למלאך המשחית הרף!!! נעם אראפ די לאפעס פון די הארד ווארקינג אמעריקענס!!


דיינע תגובות פלעגן אמאל זיין צו די זאך

זינט טראמפ איז פרעזידענט קומסטו אריין מיט א שרעקליכע האס

די תגובה דא איז א קלאסישע עקזעמפעל פון א תגובה וואס זאגט גארנישט נאר האס אנטקעגן דער פרעזידענט

צו זיין אויפריכטיג זע איך דא נאר א קלאסישע עקזעמפל וויאזוי א מענטש אין אמעריקע דארף יעצט שפירן, גארנישט אויסער האס? איז עס נישט א פאזיטיווע זאך ארויסצוברענגען אז
מצב כללי האט געשריבן:אבאמא האט אזוי שווער געארבעט ארויס צו נעמען דאס לאנד פון די שווערע רעסעסיע. ער האט שיין מצליח געווען און מ'האט נאך יעצט הנאה דערפון.

זענען די זאכן וואס ער רעכנט נאכדעם אויס נישט אין פלאץ? זענען דאס נישט זאכן וואס קיינער לייקנט נישט אז טראמפ וחביריו טוען (און זיי זענען גאר שטאלץ דערמיט)?

אנטשולדיגט מיסטער קארעקט, אבער די חידדוש איז אויף די מענטשן וואס האבן נישט קיין געפילן פון האס אין אזאלכע צייטן!

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:10 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פארוואס איך שרייב אז אין 2019 ביזסטו נאר ״לכאורה״ גערעגט איז, ווייל ס׳איז זייער מעגליך אז ער איז גרייט צו פארציען דעם שאָטדאון אריין ביז ווייסעך ווען. אז סענאט גייט אוועריידן זיין וויטא האט ער נישט וואס מורא צו האבן, וויל ער האט 53 זיצן. כאטש זאל ער ווייזן זיין באזע אז ער איז גרייט געווען צו גיין מיטן קאפ אין וואנט פארן וואנט.

עגרי. זיין איינציגסטע פלאן קען זיין צו פארציען דעם שאטדאון פאר חדשים. פאר פעלאוסי און שומער וועט זיין שווערער צו ערקלערן פארן פאלק פארוואס זיי ווילן אים נישט נאכגעבן די 5B$ ווי פאר טראמפ צו ערקלערן פאר זיינע שטיצער פ"וו ער איז א לוזער, ווי לענגער די שאטדאון וועט זיך ציען אלץ מער וועט טראמפ צוריקגעווינען טראסט ביי זיין באזע אז ער איז יא גרייט צו קעמפן פאר זיין וואנט און אלץ מער אויפגעהייטערט וועלן זיי ווערן און אלץ שווערער ווועט זיין פאר אים ארויסצובעקן.
שומער און פעלאוסי וועלן זען אז ס'איז סיי ווי נישט דא קיין שאנס אז טראמפ זאל אראפקריכן פונעם הויכן בוים און ווי לענגער ס'וועט זיך ציען וועט די פרעשור נאר ווערן שטערקער אויף זיי סאו וועלן זיי אריינרוקן אין דעם ספענדיג ביל אלע זייערע ליבלינג פראיעקטן פון וואס זיי קענען נאר חלומ'ען (סיי ווי וועט מען דאך בלעימען טראמפ פאר דעם דעפעציט...) + דאקא און ווייסעכוואסנאך און דערקלערן זיג אז פאר א סטופיד וואנט האבן זיי באקומען אלעס.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:31 pm

מצב כללי האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:וואוט עי מעססס

אבאמא האט אזוי שווער געארבעט ארויס צו נעמען דאס לאנד פון די שווערע רעסעסיע. ער האט שיין מצליח געווען און מ'האט נאך יעצט הנאה דערפון.

די לעצטע צוויי יאר ארבעטן די רעפובליקאנער צוזאמען מיט טראמפ חרוב צו לייגן די אזוי שווער אויסגעהארוועטע ארבעט, די טעקס קאטס פאר די ריטש, הרג'נען העלט קעיר, אומסטאבילע גאווערמענט, טאריפס, זיך שלאגן מיט די פעדרעל רעזערוו, שאטדאונס און וואס נישט.

ויאמר למלאך המשחית הרף!!! נעם אראפ די לאפעס פון די הארד ווארקינג אמעריקענס!!


דיינע תגובות פלעגן אמאל זיין צו די זאך

זינט טראמפ איז פרעזידענט קומסטו אריין מיט א שרעקליכע האס

די תגובה דא איז א קלאסישע עקזעמפעל פון א תגובה וואס זאגט גארנישט נאר האס אנטקעגן דער פרעזידענט


קודם, א דאנק אייך פאר די קמפלימענט אז איר פלעגט אמאל הנאה פון מיינע דיבורים, (כתובים). עס איז שוין לעצטענס דא אויפגעשטאנען א נייע דור "אשר לא ידע את יוסף" זעט אויס איר זענט פון די 'יחידי סגולה' וואס געדענקען נאך יא 'פאליטקלי קארעקט' פון אמאל.

און דאס וואס איר זאגט אז: זינט טראמפ איז פרעזידענט קומסטו אריין מיט א שרעקליכע האס.

וויל איך אייך זאגן מ'דארף זיך צופאסן צום מנהג המקום דא,נישטא קיין ברירה, ס'איז טראמפס צייטן.

ווי אזוי זאגן די קאנסערוועטיוון: You got fight fire with fire.

ואתכם הסליחה
אייער פריינט, פאליטקלי קארעקט

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:38 pm

נוגע לגבי די גרויסקייט פון די צוויי זייטן וואס מען האט גערעדט פריער.

פאליק האט געשריבן:
שפל ברך האט געשריבן:אודאי האט זי אנגעצויגן שמאלער, ווען נישט וואלט זי דאך געווינען. אבער נאך אלץ האט זי אנגעצויגן 2 מיליאן שטימען מער ווי אים, דאס איז זייער זייער אינטערסאנט. און פארשטייט זיך אז עס זאגט גאר אסאך.


עס זאגט אז עס איז דא סאך מער דעמקראטען ווי רעפובליקאנער
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8017
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 10:42 pm

שפל ברך האט געשריבן:די לינקע פעיסן די פעקט אז טראמפ האט געווינען די אלעקטארעל מאפע און איז די קומענדיגע פרעזידענט.

די רעכטע פעיסן נישט די פעקט אז די דעת הקהל איז לטובת הילערי.



ער האט עס געשריבן נאוועמבער 29 2016, און עס קומט נאך יעצט אריין קלאר, עס ווערט קלארער און קלארער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קהל עדתינו און 58 געסט