די וואנט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:37 pm

די רעפאבליקענס לייגן עס חרוב אהא די אנעפלוימענט רעיט האלט ווי ?

די זשאבס רעפארטס האלטן ווי ?

וכו'

שאטדאון איז נישט מער ווי א ליפטיגע לאזונג הרגעט ניקס א עקענאמי מאמענטאל

און מער ווי לאזונגען קענען די דעמאקראטן נישט

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:38 pm

גוט געזאגט פעיק נוז, טראמפ האט עס געמאכט אויפן פארלאנג פון די בירגער וואס האבן אים אריינגעוועלט פאר די קאמפיין פראמיס (און זיי זענען פראוד פון דעם אז ער פארלאנגט עס אלל די וועי) און שומער בלאקט עס בלויז ווייל טראמפ וויל עס ממילא איז ער דער וואס איז שולדיג אינעם שאטדאון. איך האלט סגייט מיאוס בעקפייערן אויף שומער ער קומט נישט מיט קיין שום זאכליכע טענה נישט נאכצוגעבן פארן פרעזידענט וועלכער האט א חלק אין אדורכפירן דעם בודזשעט, עטליעסט נישט קיין טענה וואס אלגעמיינע עמך פיפל פארשטייען

אין יאנואר האט ער געוואלט דאקא און טראמפ האט געבעטן פארדעם פארשידענע צוימונגען אין אימיגרעישן צו פארזיכערן אז עס גייט נישט ארויס פון קאנטראל (לשיטתו) דאס איז נארמאלע פאליטיק צווישן 2 פארטייען משא"כ יעצט קומט שומער נישט מיט קיין שום ענטפער צו טראמפ'ס פאליטישע פארלאנג אויסער דאס אז עס איז בלויז מאראליש און אומאפעקטיוו און אויף דעם איז גילטיג מיין טענה אז די מיליאנען אמעריקאנער אויף טראמפ'ס זייט (דיפלאורעבעלס..) האלטן אז דאס פעלט זיך אויס און מיטן זיי אוועקמאכן ווערט ער א דעמאגאג ווי איידער א פירער

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:42 pm

דאס איז נישט קיין רעספאנס, נאר א אויפקלערונג, איך האב נישט געשריבן אין ערגעץ אז טראמפ איז "שולדיג", איך האב אפילו נישט געשריבן אנפאנג אז ער האט דאס אליינס געמאכט, בלויז אז עס איז געשען "ווייל טראמפ וויל נאר אונטערשרייבן א פאנדינג ביל אויב עס געט 5 ביליאן פאר די וואנט, די דעמאקרעטס ווילן נישט קיין וואנט, און אוודאי נישט צאלן פארדעם."

און כדי מען זאל נישט מיינען אז עס שטייט דארט אז טראמפ איז שולדיג, האבעך עס געטויש צו "[ווען](ווייל) טראמפ....די דעמאקרעטס.....צאלן פארדעם."

-----------------------

@קהל עדתינו, און פארוואס איז למעשה גארנישט געווארן אין יאנואר?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:45 pm

נו אדרבה זאג מיר, איך מיין ווייל שומער האט דוקא נישט געוואלט דעם וואנט (לשם שמים) ער וואלט געקענט באקומען כל חללי דעלמא דערפאר (ער קען נאך יעצט אויך)

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:49 pm

געמאכט די שאטדאון בפועל האט לכאורה פאול רייען, ווען ער האט אנשטאט ארויפברענגן די סענאט קלין CR ביל, וואס וואלט לכאורה דורכגעגאנגען די האוז, האט ער צוגעטשעפעט די וואנט.

שולדיג איז דער עלעקטארעל קאלידזש, וואס האט אריינגעשטעלט א פרעזידענט וואס דאס פאלק האט "נישט געשטימט פאר אים", בלויז די בעיז, און נאכדעם האט דאס פאלק געשטימט אין די מאסן קעגן דעם פרעזידענט, וואס דאס געט חיזוק פאר די אפאזיציע אים נישט נאכצוגעבן די וואנט, זיי האלטן אז דאס פאלק האלט אז מען זאל נישט נאכגעבן פאר טראמפ "אף שעל" פשוט ווייל רוב פאלק האט אים פיינט און פארגינט אים נישט די וואנט.

-------------------

@קהל עדתינו איר מאכט א טעות, דעמאלטס אין יאנואר, וואס איז נאך געווען פאר די וואלן הנזכרים לעיל, איז נאך שומער געהעריג גרייט געווען פאר א דיעל, פעלאוסי אויך, נאר סטיווען מילער ענד קאו, מיט די בעיז האבן נישט געלאזט געבן דאקא, אפילו פאר די וואנט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:52 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס איז נישט קיין רעספאנס, נאר א אויפקלערונג, איך האב נישט געשריבן אין ערגעץ אז טראמפ איז "שולדיג", איך האב אפילו נישט געשריבן אנפאנג אז ער האט דאס אליינס געמאכט, בלויז אז עס איז געשען "ווייל טראמפ וויל נאר אונטערשרייבן א פאנדינג ביל אויב עס געט 5 ביליאן פאר די וואנט, די דעמאקרעטס ווילן נישט קיין וואנט, און אוודאי נישט צאלן פארדעם."

איך האב נישט גזאגט אז דו האסט געשריבן, איך האב ס"ה אויפגעקלערט א זאך וכלשונך: "דאס איז נישט קיין רעספאנס, נאר א אויפקלערונג".
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:53 pm

אה שכח פארן זאגן, איך האב געמיינט אז עס איז א טענה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:55 pm

בקיצור, א שאט דאון איז דא ווייל די רעכטע [קלענערע] בעיז פאדערט א וואנט, די לינקע [גרעסערע] בעיז איז נישט מסכים.

נישט וועגן טראמפ, ווייל ער האט שוין מסכים געווען צו א CR.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:57 pm

א זייער טראסבארע אנקעטע איז גענומען געווארן לעצטן "נאוועמבער 6" דאס פאלק האט געשטימט 44.8 פארן וואנט, 53.4 קעגן דעם וואנט. א דיפרענס פון כמעט 9 פונקטן.

מ'קען נישט גיין קעגן דעם פאלקס ווילן.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 2:59 pm

קען זיין איך בין נישט אזוי בתוך תוכיות פון די פאליטיק, אבער מיין פוינט איז אז ווען איין זייט פארלאנגט עפעס און דו מאכסט עס אוועק אלץ טפשות און די איינציגסטע וועג צו עפענען די רעגירונג וועט זיין "טו עבענדאן די וואאל" איז דעמאגאגיע וואס איז נישט עטיש און וועט בעקפייערן. איך רעד פון א שלום בית/ביזנעס פערספעקטיוו, דעמאגאגיע ארבעט נישט היינטיגע צייטן דו מוזט רעספעקטירן יענעמ,ס שטעלונג בפרט - ווי איך האב געשריבן פאריגע וואך - נאך וואס טראמפ איז געווען ליניענט די לעצטע צוויי יאר און נישט איבערגעקערט פאר זיין וואנט און אפעלו יעצט בעט ער בלויז 5 ביליאן און איז רעדי פאר א דיעל אויף א חלק פון די 5..

אין איין ווארט, דער אלגעמיינער מענטש פארשטייט בכלל נישט שומער'ס זינלאזע הארטקייט ווען טראמפ פארלאנגט נארמאלערהייט זיין #1 פראמיס

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:00 pm

צל עובר האט געשריבן:בקיצור, א שאט דאון איז דא ווייל די רעכטע [קלענערע] בעיז פאדערט עס, די לינקע [גרעסערע] בעיז איז נישט מסכים.

אדער אזוי: די שאטדאון איז ווייל די לינקע [גרעסערע] בעיס פאר נאו גוד ריזען בלויז צוליב שנאה האלטן נישט ביים געבן עפעס וואס זיי אליין האבן געשטימט דערויף פאר די רעכטע [קלענערע] בעיס.

דו שרייבסט ווער עס מאכט עס און איך שרייב ווער עס איז שולדיג.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:02 pm

גערעכט, די שאטדאון איז ווייל די לינקע בעיז, וויבאלד טראמפ איז געלאפן אויף א וואנט, ווילן נישט הערן פון אזא זאך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:06 pm

מיק מאלוועיני דער יעצטיגער טשיף אוף סטעף צום פרעזידענט האט אין די פארגאנגענהייט געזאגט אז די וואנט איז נישט די סעלושען צו סטאפן אום-לעגאלע אומעגראנטן.

די עצה פון א 'חומה' פלעגט מען ניצן אין די מיטל-אלטער, היינט האט מען שוין אסאך מער סופיסטערקיטע וועגן.

סאו פארוואס דארף מען עס יא? נאר צו קענען אפטשעקן נאך עפעס אויף די ליסטע פון צוגעזאגאכטץ.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:14 pm

פרעדיקשאן: די שאטדאון גייט אנהאלטן פאר מער ווי 3 חדשים.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:16 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מיק מאלוועיני דער יעצטיגער טשיף אוף סטעף צום פרעזידענט האט אין די פארגאנגענהייט געזאגט אז די וואנט איז נישט די סעלושען צו סטאפן אום-לעגאלע אומעגראנטן.

די עצה פון א 'חומה' פלעגט מען ניצן אין די מיטל-אלטער, היינט האט מען שוין אסאך מער סופיסטערקיטע וועגן.

סאו פארוואס דארף מען עס יא? נאר צו קענען אפטשעקן נאך עפעס אויף די ליסטע פון צוגעזאגאכטץ.

איר קענט איינעם וואס האט געוואוט פאר מולוועיני? וואס איז בכלל נוגע וואס ער האט אמאל געהאלטן..

מיליאנען מענטשן האבן געוואוט פאר טראמפ צוליב די צוגעזאגעכץ וואו איר רופט עס סאו סאיז איררעלעוואנט צו פאליטיקלי קארעקט (און גראדע איך פארשטיי די צד אויך), ואתו עמו מולוועיני און טריליאנען דעמאקרטאטן האלטן פארקערט איז עס אבער א זאך וואס טראמפ מוז האנארן און פייטן דעראפאר מיט אלע כוחות

ולעצם הטענה זאגן דאך די רעכטע אז דעמאקראטן (קען זיין פון מיטל-אלטער..) האבן אויך געהאלטן פון א וואנט

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:21 pm

@פאליטיקלי, דאס איז א אנגענומענע מיינונג, איך האלט אבער אז עס איז נישט אמת, א וואנט אויף די גאנצע גרעניץ וואלט זיכער אסאך אויפגעטון.

איך האלט אבער אז מען ברויך מאכן א סיסטעם אז יעדער נארמאלער געזונטער מענטש וואס וויל אריינקומען אין אמעריקע זאל מען אריינלאזן לעגאל אין די עירפארטס, בעסער געזאגט ספעציעלע עירפארטס נוסח עליס איילענד, אטאמאטיש וועט אומלעגאלע שמוגלעריי באסטן, און נאכדעם זאל מען זעהן וואס די מצב איז, און עקטן עקארדינגלי, ווען עס וואלט געווארן א אומפארטייאישע אישו.

איך האלט אז די עיקר סיבה פארוואס בארדער סעקיוריטי איז געווארן פארטיזן איז ווייל עס אינוואלווט למעשה אימיגרעישן, וואס די רעכטע ווילן קלאר איינצוימען ליגעל אימיגרעישן אויך, און אויב מען פירט איין מיין אימיגרעישן פאליסי האט מער די וואנט גארנישט מיט אימיגראציע.

---------------------

@קהל עדתינו, נישט די דעמאקרעטס פון מיטל אלטער, שומער אליינס האט נאך געשטימט פאר די וואנט אין 06.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:21 pm

מיליאנען מענטשן האבן געוואוט פארן וואנט וואוסענדיג אז מעקסיקא וועט באצאלן דערפאר.
פארוואס דארף די אמעריקאנע רעגירונג ווערן אפגעשפארט בלויז ווייל מעקסיקא וויל נישט באצאלן פאר א וואנט?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:22 pm

איך וואונדער זיך גראדע פארוואס עס האט גענומען פאר די דעמאקרעטס צוויי יאר צו כאפן אז זיי ברויכן טענה'ן אז מעקסיקאו זאל צאלן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:31 pm

יאסי געשטעטנער טענהט גראדע אויף דעם אז סאיז סתם א פארפירערישע טענה וויילטראמפ זאגט דאך אז מעקסיקאו באצאלט דאס אומדירעקט דורך די נייע נאפטא סאו אפילו אויב מעקסיקאו זאל באמת באצאלן די קאסטן דארף נאך קאנגרעס זיין די וואס באשטעטיגן אז מקען עס נוצן פאר א וואנט

צל איך בין געווען סארקאסטיש מיט די מיטל אלטער ווארט

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:34 pm

דרך אגב, פארוואס טאקע איז די וואנט נישט אדורך אין 06?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:36 pm

די דעמאקרעטס טענה'ן אז ווייל מען האט איינגעזען אז עס פעלט נישט אויס און העלפט נישט, האט מען עס למעשה נישט געבויט.

די פאקט ווייסעך באמת נישט.

------------------------

היינטיגע צייטן איז אין דבר כזה פארפירערישע טענה, עס איז בלויז דא אזא זאך גוטע טאקינג פוינטס, און געשטעטנער ווייסט דאס בעסער ווי מיר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:42 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:יאסי געשטעטנער טענהט גראדע אויף דעם אז סאיז סתם א פארפירערישע טענה וויילטראמפ זאגט דאך אז מעקסיקאו באצאלט דאס אומדירעקט דורך די נייע נאפטא סאו אפילו אויב מעקסיקאו זאל באמת באצאלן די קאסטן דארף נאך קאנגרעס זיין די וואס באשטעטיגן אז מקען עס נוצן פאר א וואנט

צל איך בין געווען סארקאסטיש מיט די מיטל אלטער ווארט

אהה דאס איז פארפירעריש... און דאס אז מעקסיקא באצאלט דערפאר אומדירעקט איז בכלל נישט פארפירעריש...

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:49 pm

פארטראכטער האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:יאסי געשטעטנער טענהט גראדע אויף דעם אז סאיז סתם א פארפירערישע טענה וויילטראמפ זאגט דאך אז מעקסיקאו באצאלט דאס אומדירעקט דורך די נייע נאפטא סאו אפילו אויב מעקסיקאו זאל באמת באצאלן די קאסטן דארף נאך קאנגרעס זיין די וואס באשטעטיגן אז מקען עס נוצן פאר א וואנט

צל איך בין געווען סארקאסטיש מיט די מיטל אלטער ווארט

אהה דאס איז פארפירעריש... און דאס אז מעקסיקא באצאלט דערפאר אומדירעקט איז בכלל נישט פארפירעריש...

פרובירט אייך צו האלטן אין ליין און רעדן בלויז פונעם שאטדאון א שאד צו פארדרייען א געשמאקע שמועס
יישר כח

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:51 pm

צל עובר האט געשריבן:איך וואונדער זיך גראדע פארוואס עס האט גענומען פאר די דעמאקרעטס צוויי יאר צו כאפן אז זיי ברויכן טענה'ן אז מעקסיקאו זאל צאלן.

יעצט טענה'ן זיי דען יא דעיס?
זיי דארפן ווען האמערן מיט די טענה אז מדארף נישט אפשפארן אמעריקע וועגן א וואנט וואס מעקסיקא דארף צו באצאלן.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 3:53 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:יאסי געשטעטנער טענהט גראדע אויף דעם אז סאיז סתם א פארפירערישע טענה וויילטראמפ זאגט דאך אז מעקסיקאו באצאלט דאס אומדירעקט דורך די נייע נאפטא סאו אפילו אויב מעקסיקאו זאל באמת באצאלן די קאסטן דארף נאך קאנגרעס זיין די וואס באשטעטיגן אז מקען עס נוצן פאר א וואנט

צל איך בין געווען סארקאסטיש מיט די מיטל אלטער ווארט

אהה דאס איז פארפירעריש... און דאס אז מעקסיקא באצאלט דערפאר אומדירעקט איז בכלל נישט פארפירעריש...

פרובירט אייך צו האלטן אין ליין און רעדן בלויז פונעם שאטדאון א שאד צו פארדרייען א געשמאקע שמועס
יישר כח

מיין פריינט, איך באצי מיר דא אויף דיין תגובה וואס רעדט פון פארפירערישע טענות.
אלנספאלס, סארי פארן צושטערן דיין געשמאקע שמועס דא.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט