SPUSMN האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:ריכטיג, אייביג געוואלט ארויס צוהען פון דארט, און נאך דערצו אז מען וויל אונז שוין נישט דארט. אבער פארוואס יעצט?
אינעם תירוץ ליגט דער ווייטערדיגע שאך שפיל.
@שפוזמאן, דו האלטסט נישט אז פאר די קורדן אליינס ברויך מען דארט לאזן די טרופן?
סיי אלס מענטשליכקייט, זיי נישט צו ווארפן אונטער די באס, נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן פייטן אייסעס, סיי אלס די וועלט וועט זעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף אמעריקע, וואס וועט אפשוואכן אמעריקע קעגן רוסלאנד אין אייראפע מיטל מזרח, סיי עס וועט שטארקן טשיינע אין אזיע און די גאנצע וועלט.
און מען רעדט דאך נישט פון ווער ווייסט וויפיל סאלדאטן וואס זענען דארט, סך הכל צוויי טויזנט.
דאס איז חוץ די פארשטערקערונג פון איראן אין סיריע וואס וועט זיין א פראבלעם פאר די מדינה.
אויב אמעריקע זאל עמברעיסען די קורדען און ארויס קומען מיט א פראקלאמאציע אז די קורדען זענען א אלטע פאלק שוין איבער דריי טויזענט יאר, און מיר שטיצען זייער זעלבסטשטענדיקייט און מיר גייען זיי באשיצען; אויב זאל אמעריקע אזוי טוהן מאכט סענס צו בלייבען דארט פאר די קורדען וואס האבען עס כשר פארדינט.
אבער אויב אמעריקע גייט ווייטער שפילען א פאלשע פאליטיק מיט די קורדען ווייל זיי ווילען זיך נישט איין רייסען מיט רוסלאנד, טערקיי, איראק
(און איראן אויף דעם), דעמאלט איז מוחל טובות; קיין האלב געבאקענע סעלושענס איז נישטא; אדער זענען די קורדען א פאלק און עס קומט זיי זייערע רעכטען, אדער זענען זיי נישט.
מיר זענען נישט גרייט צו זיצען אין אזא זימפ מיט נישט קיין קלארע אויסגעהאלטענע פאליסי.
פארפאלען; כ'האב רחמנות אויף די קורדען, אבער נאך מער רחמנות אויף אמעריקע.
אווי אייביג שטים איך צו מיט SPUSMN. די גאנצע רעדע אז אמעריקאס ארויסגיין פון סיריע גייט העלפן אייסיס איז נערישקייטן, די פראבלעם מיט אייסיס האט זיך אנגעהויבן ווען אייסיס איז גווען א חלק פון די רעבעלן, און אמעריקא האט (האלב) געשטיצט די רעבעלן מיט א נאו בוטס אן די גראונד פאליסי. דאס האט געהאלפן איין זאך, אז די ציווילע מלחמה זאל זיך ציען אן א עק מיט מיליאנען טויטע, און אייסיס האט געהאט מאכט און אנגעזייעט כאאס אין די גאנצע וועלט.
יעצט איז אסאד איז פעסט אפען בענקעל וועט ער שחט'ן אייסיס לעבעדיגערהייט.
וואס יא? אסאד איז א בוטשער, די קורדן זענען א גרויסע רחמנות, אמעריקא קען אבער נישט זיצען און לייזן אלע וועלט פראבלעמן בפרט מיט אראבער, און זיכער נישט מיט קיין האלבע סעלושענס אווי אונטער אבאמא.
איך דיסאגרי שארף מיט טראמפ מיט די וועג ווי אזוי ער האט עס געטוען. אזא מעלדונג דארף מער צייט, און מען דארף פראבירן כאטש אביסל צו באשיצן די קורדן וכולי...שוין פאר דעם הייסט ער דאך טראמפ...
אבער מיט אייסיס האט עס זילטש. עד כאן דעת קאטשי.