אמעריקא ציהט ארויס איהרע קרעפטן פון סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 7:21 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אלעס אדאנק די אימפיטשמענט כאאס!

אלע לענדער וואס טראמפ האט געפייט ביז היינט מיט זיי ארויסצובאקומען זאכן לטובת אמעריקע - צב"ש נ"ק, איראן, טערקיי, טשיינע וכו' - גייען יעצט אנהייבן נעמען עדווענטידזש פון דעם אז טראמפ ווערט מעגליך אימפיטשט.


וואס הייסט? איז נישט אימפיטשמענט עפעס וואס מאכט אים שטערקער (ווייל ס'גייט בעקפייערן)???

דאס איז א קשיא, תירוץ, לאזונג, האפענונג, קללה, ברכה, אדער סתם איבריגע שפייעכטץ... אנטשולדיגט, טינט?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 7:23 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טערקיי האט שוין אנגעהויבן באמבארדירן ביי די גרעניץ.


נו פעיק, מ'קען שוין רעדן דערפון...

איך טריי מיר צו דערמאנען, איך האב דיר אמאל געזאגט אז איך גיי רעדן מיט דיר?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 7:53 pm

'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 7:59 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויסלבלאוער...

https://www.newsweek.com/exclusive-offi ... ssion=true


שיק אריין ביטע פאר די משומרים און מגודרים
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:03 pm

כ'עגרי טיילווייז מיט טראמפ אויף דעם נושא.
יא די טערקן זענען אומשטאנד צו און גייען אויסראטן די קורדן, אזוי ווי זיי האבן שום געטוען ממש צו גאנצען ארמענישען פאלק.
אבער פון די צווייטע זייט דארף מען און טאר מען נישט זיין די פאליס פון די וועלט, און ס'נישט די ערשטע שחיטה אויף א סעקט אדער פאלק אין מאדערן היסטאריע, און אויב אמעריקע גייט זיך יעדע מאל אריינמישן דעמאלטס, יא..., וסאדאם באיראק, וקאדאפי בליביע, און כמעט אסאד אין סיריע יוכיח.
די פראבלעם איז נאר א, מ'איז אריין פון ערשטן פלאץ, איינמאל מ'איז אריין איז מען שוין סטאק. אזוי ווי אין איראק.
אגב, אויב איינער כאפט נישט, טוט טראמפ די זעלבע ווי אבאמא אין איראק, סאו אלע וואס האבן אים דעמאלטס אטאקירט, ס'איז א שטיקל סתירה...

@פאראינטערסירט ס'איז נישט ווי די מעסיגע דעמאקראטן, וויל זעסט אז די מעסיגע האבן יא געשטימט פארן איראק קריג, ס'איז די עקסטרעם לינקע סאושעליסטס מיט די עקסטרעם רעכטע ליבערטעריענס וואס זענען אייביג געווען פאר בלייבן אינדרויסן פון מלחמה. (פאר א טשעינזש עגרי איך מיט די סאושעליסטס)
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:05 pm

EXCLUSIVE: OFFICIAL WHO HEARD CALL SAYS TRUMP GOT 'ROLLED' BY TURKEY AND 'HAS NO SPINE'

אגב, ס'געווען א ווערטל. נישט קיין וויסלבלאוער, סתם א ליעקער.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:09 pm

אויב אמעריקע דארף יעצט נישט טאן דאס ביסעלע, אנהאלטן צוויי טויזנט סאלדאטן צו ראטעווען די קורדן פון דזשענאסייד, איז אמעריקע נישט געווען מחיוב צו באמבארדירן אוישוויץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:17 pm

צל עובר האט געשריבן:אויב אמעריקע דארף יעצט נישט טאן דאס ביסעלע, אנהאלטן צוויי טויזנט סאלדאטן צו ראטעווען די קורדן פון דזשענאסייד, איז אמעריקע נישט געווען מחיוב צו באמבארדירן אוישוויץ.

פרעג איך דיר, האט אמעריקע באמבאדירט אוישוויץ?? רוזעוועלט האט געענטפערט פאר אלע רבנים און עסקנים וואס האבן אים געבעטן דאס צו טוען, אז קודם וועט מען געווינען די מיליטערישע מלחמה, און נאכדעם העט מען באפרייען אוישוויץ, סאו..
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:24 pm

דאס זאג, לויט די זענען זיי געווען גערעכט.

-------
א גרויסער עווענדזשעליקעל פירער וועלכער פירט אן א נעטווארק וואס האט א מיליאן וויוערס טעגליך, פעט ראבערטס, קומט ארויס זייער זייער שארף קעגן טראמפ.

IMG_20191007_202214.jpg
IMG_20191007_202214.jpg (125.56 KiB) געזעהן 630 מאל
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:41 pm

אז מען קוקט פון רוזעוועלט'ס שטאנדפונקט ווייס איך נישט ווי שטארק ער איז נישט גערעכט.
און דעס איז נישט פארוואס איך רוף אים רשע, א רשע איז ער ווייל ער האט נישט מסכים געווען צו ארייננעמען די טויזענטער פליטים און זיי צוריקגעשיקט קיין דייטשלאנד.
אמעריקע איז נאד די פאליסמען.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:08 pm

וואס טוט יוראפ צו העלפן די קורדן?

פארוואס דארף אמעריקע אייביג אלעס טון?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:12 pm

מצב כללי האט געשריבן:וואס טוט יוראפ צו העלפן די קורדן?

פארוואס דארף אמעריקע אייביג אלעס טון?

אמעריקע האט אנגעמאכט די חורבן, פארוואס זאל עס יוראפ אויפקלינען?

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:16 pm

דממה דקה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס טוט יוראפ צו העלפן די קורדן?

פארוואס דארף אמעריקע אייביג אלעס טון?

אמעריקע האט אנגעמאכט די חורבן, פארוואס זאל עס יוראפ אויפקלינען?


רוב אייסיס פייטערס קומען פון יוראפ, פון וועלכע חורבן רעדסטו?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:21 pm

ווער געדענקט נאך ווען אין 2016 האבן די רעפס באשמיצט אבאמא פארן גארנישט טוען צו סטאפן אסאד?...

מ'רעדט פון שטיצן די רעבעלן, גערעכט אבער אז אבאמא איז געווען דער וואס האט אריינגעשיקט די טרופן.
אבער די זעלבע זאך איז געווען מיט די איראק טרופן וואס בוש האט אריינגעשיקט און אבאמא האט ארויסגענומען און דעמאלטס האבן אים אלע רעפס איםַ אנגעשריגן.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:24 pm

מצב כללי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס טוט יוראפ צו העלפן די קורדן?

פארוואס דארף אמעריקע אייביג אלעס טון?

אמעריקע האט אנגעמאכט די חורבן, פארוואס זאל עס יוראפ אויפקלינען?


רוב אייסיס פייטערס קומען פון יוראפ, פון וועלכע חורבן רעדסטו?

אונז אמעריקאנע חכמים האבן אינטערגעווארפן סאדאם, און געלאזט די פלאץ א שטח הפקר, אונז האב מיר נאך געהאט טענות אויף די יוראפעיער פארן זיך נישט צושטעלן... און יעצט האב מיר טענות אזוואס?

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:30 pm

דממה דקה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס טוט יוראפ צו העלפן די קורדן?

פארוואס דארף אמעריקע אייביג אלעס טון?

אמעריקע האט אנגעמאכט די חורבן, פארוואס זאל עס יוראפ אויפקלינען?


רוב אייסיס פייטערס קומען פון יוראפ, פון וועלכע חורבן רעדסטו?

אונז אמעריקאנע חכמים האבן אינטערגעווארפן סאדאם, און געלאזט די פלאץ א שטח הפקר, אונז האב מיר נאך געהאט טענות אויף די יוראפעיער פארן זיך נישט צושטעלן... און יעצט האב מיר טענות אזוואס?


דאס איז טאקע מיין פראגע

פארוואס איז איראקס כעמישע וואפן נאר אמעריקעס פראבלעם פארוואס האט נישט יוראפ קיין פראבלעם דערמיט?

דער ענטפער איז זיי האבן יא פראבלעם דערמיט נאר זיי קענען באשטיין אמעריקע זאל טון די שמוציגע ארבעט פאר זיי

און דאס טענהט טראמפ די אייסיס קעמפער זענען דיינע פירות נעם זיי אהיים און יוראפ וויל נישט האט טראמפ געמאכט א דיעל מיט טערקיי
איך זאג נישט טראמפ צי ער איז יא גערעכט אדער נישט

איך ברענג נאר ארויס וואס אים באדערט און ער איז גערעכט יוראפ איז נאר דא צו סאקן אמעריקע און קומען קיינמאל נישט צו הילף

דאס דארף קומען צו אן ענדע

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:36 pm

די שאלה איז פארוואס רעיגען און בוש האבן געגעבן סאדאם א פרייע האנט צו פראדוצירן כעמישע וואפן און דאס נוצן אויף די קורדן, איראנער ציווילע און די איראנער מיליטער (נוצן כעמישע וואפן אין קריג איז א קריג'ס פארברעכן) אין די 1980גער.
אין 2003 האט סאדאם שוין נישט געהאט קיינע כעמישע וואפן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:37 pm

מצב כללי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:וואס טוט יוראפ צו העלפן די קורדן?

פארוואס דארף אמעריקע אייביג אלעס טון?

אמעריקע האט אנגעמאכט די חורבן, פארוואס זאל עס יוראפ אויפקלינען?


רוב אייסיס פייטערס קומען פון יוראפ, פון וועלכע חורבן רעדסטו?

אונז אמעריקאנע חכמים האבן אינטערגעווארפן סאדאם, און געלאזט די פלאץ א שטח הפקר, אונז האב מיר נאך געהאט טענות אויף די יוראפעיער פארן זיך נישט צושטעלן... און יעצט האב מיר טענות אזוואס?


דאס איז טאקע מיין פראגע

פארוואס איז איראקס כעמישע וואפן נאר אמעריקעס פראבלעם פארוואס האט נישט יוראפ קיין פראבלעם דערמיט?

דער ענטפער איז זיי האבן יא פראבלעם דערמיט נאר זיי קענען באשטיין אמעריקע זאל טון די שמוציגע ארבעט פאר זיי

און דאס טענהט טראמפ די אייסיס קעמפער זענען דיינע פירות נעם זיי אהיים און יוראפ וויל נישט האט טראמפ געמאכט א דיעל מיט טערקיי
איך זאג נישט טראמפ צי ער איז יא גערעכט אדער נישט

איך ברענג נאר ארויס וואס אים באדערט און ער איז גערעכט יוראפ איז נאר דא צו סאקן אמעריקע און קומען קיינמאל נישט צו הילף

דאס דארף קומען צו אן ענדע

אונז האב מיר אויפגעבאקן א מעשה מיט וועפאנס אוו מעסס דיסטראקשען, פארוואס זאל עס זיין יוראפס פראבלעם?

אונז זענען אריין אין די לאנד אן קיין פלאן, פארוואס איז עס יוראפס פראבלעם?

קיינער סאקט נישט אמעריקע, אונז אמעריקע זענען בהמות, חזר'ן אן אין די וועלט, און אונז פארלאנג מיר אז פון יוראפ צו טוהן אינזער שמוציגע ארבעט, פארוואס עפעס?

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:31 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:פעלאוסי שטעלט זיך צו צו די רעפאבליקאנער סענעטארן בראשות מעקאנעל קעגן דעם טראמפ-טערקיי דיעל..

עולם הפוך ראיתי...

די דעמאקראטען זענען דאך אלע יארן געווען אנטקעגן זיין די פאליציי פון די וועלט, אבאמא האט קאמפיינט אויף ענדיגן אלע מלחמות און אהיים ברענגן די טרופן.

יעצט פלוצלינג הערט מען א וויי געשריי פון די דעמאקראטען אנטקעגן טראמפ'ס דעסישען אהיימצוברענגן די סאלדאטן.. אנשטאט זיי זאלן זיין שאלן פון פרייד אז זייער וואונטש ווערט מקויים, פארשרייען זיי גאר דעם פרעזידענט..!!


ביידעוועי טראמפ איז געלאפן אויף דעם פלאטפארמע פון ענדיגן די אלע מלחמות, און אנדערע ווערטער ער האט אוועקגענויגט פון די אלגעמיינע רעפובליקאנער שטעלונג לגבי מלחמה, און דאס איז טאקע געווען איינע פון זיינע מעלות אז זיינע פאליסיס זענען געווען געמישט מיט עטליכע מעסיגע און אפיציעלע דעמאקראטישע פאליסיס.


קוקט אויס די געדענקסט נישט ווען בוש איז געלאפן קעגן גאור, ווי ער האט קאמפיינט אז אמעריקע דארף נישט זיין די וועלטס פאליס. ער האט טאקע פרובירט צי גיין מיט די פאליסי ביז סעפט עלעווען.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:49 pm

אבער נישט געזארגט, היינט האמער פוטין וואס איז אימער גרייט איבערצונעמען אמעריקע'ס ארט.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 1:25 am

עס זעהט מיר אויס ווי קיינער דא האט נישט קיין געהעריגע באגריף וואס טראמפ זאל טוהן, עס סאונד זייער קאמפליצירט.

איך מיין אז טראמפ האט געווארט אז אייראפע זאל זאגען אז זיי נעמען די ארעסטאנטען און דערנאך וועט טראמפ קענען דארט בלייבען מיט די צוויי טויזענט טרופען, די אייראפעער זענען אבער אזאנע בעלי גאוות ספעציעל נאך די פרישע טאריפס אויף פראנקרייך אז זיי קענען זיך נישט ברענגען זיך צו ברעכן צו טראמפ סאו האט טראמפ גענימען ערד-זאלער-גיינס פלאן.

איך וויס נישט צו טראמפ טוהט דא די ריכטיגע זאך, לויט מיין מיינונג האט אבאמא געדארפט אריינגיין אין סיריע און מאכען סדר דארט, כעת ווען עס איז נישט דא קיין זשענאסייד וואלט טראמפ געדארפט קענען אהיימברענגען די טרופס די שאלה איז נאר וועגן די קורדען, איז עס זיכער אז טערקיי גייט עפעס טוהן צו די קורדען?
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 1:28 am

מטעמים האט געשריבן: די שאלה איז נאר וועגן די קורדען, איז עס זיכער אז טערקיי גייט עפעס טוהן צו די קורדען?


איז נישט געווען באריכטעט אז זיי האבן היינט שוין באמבעדירט די קורדען?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 1:44 am

מטעמים, זיי זאגן אז זיי גייען בלויז אביסל פארעכטן די ארטיגע דעמאגרעפיגס וואס די וויי פי דזשי האט לויט זיי געטוישט.

דאס אז טראמפ טוט דאס ווייל דער טערק נעמט די טעראריסטן האבעך געשריבן כמה פעמים.

אייראפע נעמט זיי נישט, נישט נאר פאר גאווה, קיינער דארף נישט קיין אייסיס טעראריסטן ביי זיך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:22 am

צל עובר האט געשריבן:מטעמים, זיי זאגן אז זיי גייען בלויז אביסל פארעכטן די ארטיגע דעמאגרעפיגס וואס די וויי פי דזשי האט לויט זיי געטוישט.

און דו האלטסט אז דאס מיינט א שחיטה, איך הער.. איך מוז נישט ווערן קאנווינסד לכבוד דעם.
אייראפע נעמט זיי נישט, נישט נאר פאר גאווה, קיינער דארף נישט קיין אייסיס טעראריסטן ביי זיך.

אין תפיסה שטערן זיי נישט קיינעם, באט עניוועי ווער דארף זיך ספראווענען מיט זיי? זאג דו מיר, דאס זענען דאך זייערע בירגער, ניין? וואסאמין תירוץ איז דאס: איך דארף נישט קיין טעראריסטן??

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 11:45 am

די טערקישע רעגירונג האט גערופן א הויכראנגיקן אמעריקאנער דיפלאמאט פאר אן עמורדזשענסי זיצונג, נאכדעם וואס אן אמבאסאדע איינגעשטעלטער האט געדרוקט א "לייק" קנעפל אויף אן אנליין טוויטער מעסעדזש, וואס האט זיך געלייענט אז די טערקישע בירגער זאלן זיך צוגרייטן פאר א נייע פאליטישע עפאכע אן פרעזידענט ערדואן ביים שפיץ.

די טערקן ברויזן אז אן אמעריקאנער דיפלאמאט האט געזוכט צו פארשפרייטן אנטי-ערדואן פראפאגאנדע, און זיי ווילן אן ערקלערונג דערוועגן פון דער אמעריקאנער רעגירונג – טראץ וואס ס'איז נישט קיין שום שריט, נאר א דרוק פון א קנעפל אנליין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט