אמעריקא ציהט ארויס איהרע קרעפטן פון סיריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:55 pm

אויף דעם איז טראמפ געלאפן מיינע פריינד, נאר ווי לאנג די הענדלערס זיינע זענען נאך געווען אינווייניג, האט מען נאך טיילמאל אים געקענט אנהאלטן.

פעיק, אר יו קידינג מי?! טראמפ איז שוואך, וועגן דעם? דאס מיליטער איז פונקט אזוי שטארק ווי נעכטן, און קאנגרעס און סענאט וואלטן זיך זיכער אנגענומען קעגן טערקיי.

ליין די ווייסע הויז סטעיטמענט וואס ברירה ברענגט, מען האט דא געמאכט א דיעל מיט טערקיי, דו נעם די טעראריסטן ביי דיר, בשכר זאת קענסטו נעמען צפון סיריעס.

טראמפ פארדינט 2 זאכן, ער אוטסארסט פאר טערקיי קעירצונעמען פון יענע געגענטער, און ער ווערט פטור פון די טעראריסטן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:56 pm

דעם פרעזידענט'ס טוויט ?! :oops:

איך הער נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:00 pm

Think and Thank האט געשריבן:
איך הער נישט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אלעס אדאנק די אימפיטשמענט כאאס!

אלע לענדער וואס טראמפ האט געפייט ביז היינט מיט זיי ארויסצובאקומען זאכן לטובת אמעריקע - צב"ש נ"ק, איראן, טערקיי, טשיינע וכו' - גייען יעצט אנהייבן נעמען עדווענטידזש פון דעם אז טראמפ ווערט מעגליך אימפיטשט.

בכלל נישט קיין תירוץ! די קורדן האבן אים געדינט אלע יארן צו אויסראטן אייסיס! פארוואס ביזטו זיי מפקיר?... ווייל דו האסט אביסל קאפ-וויי?!
#שייגעץשטיק

מיין פוינט איז נישט צו עס איז א תירוץ, מיין פוינט איז ארויסצופוינטן די אמת'ע שולדיגע. און עס איז קלאר אז ער קען נישט לייגן די זעלבע דרוק וואס ער קען ווען לייגן ווען ער איז שטארק. והשנית והעיקר, אז די לענדער גייען נישט ווערן דערשראקן פון זיין דרוק, ווייל זיי קוקן אים אן ווי איינער וואס קען זיי גארנישט טון.

פארשטייסט? ס'איז סימפל.

אהא דאס איז די הסבר פון ארויסגעבן די קאפיטולאציע סטעיטמענט?

וואסערע קאפיטואציע סטעיטמענט?

.
20191007_125911.png
20191007_125911.png (241.5 KiB) געזעהן 347 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:00 pm

GOP ME Sen Susan Collins on Trump’s decision to pull U.S. troops out of northeastern Syria: This is a terribly unwise decision by the President to abandon our Kurdish allies, who have been our major partner in the fight against the Islamic State.

Syria Kurdish official told us, reacting to Trump’s overnight decision. 
“The Americans are traitors. They have abandoned us to a Turkish massacre.
We can no longer fight against isis and have to defend ourselves. This could allow isis to return to the region.”
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:04 pm

ערדוגאן'ס ווארטזאגער.

"אונז זעמיר נישט אינטרעסירט צו טוישן דעמאגרעפיגס, אבער די קורדן האבן, ממילא וויל מיר עס פארעכטן"

איינער כאפט וואס דאס טייטשט?!

א סייד נאוט, סאונדס פעמיליער מיט בעסיקלי אסאך פרא טראמפ טענות.

IMG_20191007_130127.jpg
טערקישע סטעיטמענט
IMG_20191007_130127.jpg (179.62 KiB) געזעהן 332 מאל
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:11 pm

יש ברירה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:עס הערט זיך א הויכע און ביי-פארטיזאן וויי געשריי קעגן טראמפ'ס ווילדע באשלוס.

פון וואסערע באשלוס רעדסטו?

עטליכע.. אבער בעיקר פאר די גרינע ליכט פאר טערקיי צו אינוואדירן סיריע.

גרינע ליכט? מיינסט דאס?
צוגעלייגטע
T.JPG
T.JPG (60.65 KiB) געזעהן 318 מאל
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:13 pm

דא שטייט אז אויב וועט טערקיי טון זאכן וואס דער חכם מכל אדם וויל, נישט, וועט ער צוברעכן זייער עקאנעמי.

דאס אז זיי זאלן אינוואדירן סיריע האט ער אפגעמאכט מיט ערדוגאן אויפן טעלעפאן.

ביטע געב א ליין די ווייסע הויז סטעיטמענט דא אויבן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:48 pm

ער רעדט דברים של טעם, בכלל נישט אינגאנצן אוועקצומאכן.
אייראפע, סיריע, טערקיי, איראק, איראן, זאלן דאס אליינס אויספיגערן וויאזוי דאס צו הענדלען...! אמעריקע דארף נישט זיין פאראנטווארטליך פאר אלעס און ווערן געסאקט פון יעדעם.

ער זאל אבער בעסער אכט געבן נישט צו מאכן די זעלבע מיסטעיק װאס אבאמא האט געטוהן אין איראק.
צוגעלייגטע
35206bb6b6b340acac8adca4e59e896b.jpg
35206bb6b6b340acac8adca4e59e896b.jpg (116.29 KiB) געזעהן 272 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:49 pm

צל עובר האט געשריבן:דא שטייט אז אויב וועט טערקיי טון זאכן וואס דער חכם מכל אדם וויל, נישט, וועט ער צוברעכן זייער עקאנעמי.

דאס אז זיי זאלן אינוואדירן סיריע האט ער אפגעמאכט מיט ערדוגאן אויפן טעלעפאן.

ביטע געב א ליין די ווייסע הויז סטעיטמענט דא אויבן.

אויב איך בין זיך נישט טועה איז דיין פראבלעם נישט געווען אז טערקיי וועט אינוואדירן סיריע, נאר אז זיי וועלן אויסשעכטן די קורדן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:51 pm

וואס אבער שטייט אין ברירה'ס תגובה וואס דו קוואויטסט?

און בד"וו, פאר די מדינה איז א פראבלעם די אריינגיין אליינס.

און בד"וו, דער חכם מכל אדם זאגט כלל נישט וואס ער לאזט נישט.

אטן בד"וו, ווי איך ברענג פון ערדוגאן'ס ווארטזאגער וויל ער "פאררעכטן אביסל" די דעמאגרעפיגס דארט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 1:59 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס אבער שטייט אין ברירה'ס תגובה וואס דו קוואויטסט?

דארט שטייט כאילו די פראבלעם וואס מען האט געהאט איז די עצם אריינגיין. דאס איז אבער נישט ריכטיג, און מען קען זיך עס גרינג איבערצייגן מיט'ן כאפן א בליק אויף די פריערדיגע בעטער פון דעם אשכול. וואלט ער ווען געגעבן א בלענק טשעק פאר טערקיי אריינצוגיין אין סיריע, ברענגט עס טאקע אויף די אלטע זארג. יעצט אבער אז ער האט געשטעלט די טערקישע אפעניווע אן נאוטיס, איז די 'גרינע ליכט' צו אריינגיין טאקע בלויז דאס, א גרינע ליכט אריינצוגיין.

צל עובר האט געשריבן:און בד"וו, פאר די מדינה איז א פראבלעם די אריינגיין אליינס.

אקעי. עס קומט אבער אינגאנצן נישט אהער.

צל עובר האט געשריבן:און בד"וו, דער חכם מכל אדם זאגט כלל נישט וואס ער לאזט נישט.

אודאי אזוי. דו טראכט פאר דו טוסט עפעס צו עס וועט אויפרעגן אמעריקע. שטעלן א קלארע ליסטע באגרעניצט די פארבאטענע שריט צו בלויז דאס וואס ער רעכנט אויס.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:00 pm

צל עובר האט געשריבן:אטן בד"וו, ווי איך ברענג פון ערדוגאן'ס ווארטזאגער וויל ער "פאררעכטן אביסל" די דעמאגרעפיגס דארט.

די דעמאקראטן ווילן אויך פאררעכטן די דעמאגרעפיקס אין אמעריקע, און איך האב נאכנישט געזעהן דו זאלסט עס אויסטייטשן אז זיי ווילן אויסשיסן אלע ווייסע.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:02 pm

קודם, עס איז נישט אמת, די רעפאבליקאנער ווילן אוממעגליך באקעמפן אינעוודעבל טוישונגען, די דעמאקראטן ווילן נישט, און מיר אלע ווייסן ווי אזוי טערקיי פאררעכט דעמאגרעפיגס.

דא האסטו פון דעם ראש הכופרים נתניהו נאך וואס ערדוגאן האט אראפגעריסן די ציונים ביי זיין דרשה אין די יו ען.
Prime Minister Benjamin Netanyahu, referring to President Erdogan's remarks:
"He who doesn't stop lying about Israel, slaughters the Kurds in his own country, and denies the terrible slaughter of the Armenian people – shouldn't preach to Israel.
Erogan, stop lying." https://t.co/jtpLpVAscf
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:15 pm

Republicans, reticent in criticizing Trump on Ukraine, speaking out over Syria. “A precipitous withdrawal of U.S. forces from Syria would only benefit Russia, Iran, and the Assad regime. And it would increase the risk that ISIS and other terrorist groups regroup,” McConnell said
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:26 pm

עס איז אינטערעסאנט צו זעהן אז קיין איין רעפאבליקאנער סענעטער און איינער מיט א ערנסטע פאזיציע איז נאכנישט ארויסגעקומען פארטיידיגן דעם פרעזידענט'ס קריוזע באשלוס צו נעמען אליארטע קעמפער, און זיי מפקיר זיין צו א זיכערע טויט, אבער דא אויף אייוועלט איז שוין דא די מתרצים...
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

בלינצע
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:29 pm

דאס זאגט אבער אויך זייער אסאך אויף דעם וואס קיין איין רעפובליקאנער סענאטאר איז נאך נישט ארויסגעקומען אין שטיצע פון די זינלאזע אימפיטשמענט.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:29 pm

מכל מלמדי השכלתי.. (להבדיל)
אויב דארף איך מיך עפעס לערנען פון טראמפ, איז עס זיין טיים ליין ווען צו טון זאכן, עס זאל ארבעטן אין זיין פעווער, און יעדע ווארט וואס מ'רעדט קעגן אים זאל אים זיין א טובה..

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:30 pm

Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:עס הערט זיך א הויכע און ביי-פארטיזאן וויי געשריי קעגן טראמפ'ס ווילדע באשלוס.

פון וואסערע באשלוס רעדסטו?

עטליכע.. אבער בעיקר פאר די גרינע ליכט פאר טערקיי צו אינוואדירן סיריע.

גרינע ליכט? מיינסט דאס?

עטליכע זאכן.

ער האט געגעבן פאר טערקיי א גרינע ליכט אריינצוגיין אין סיריע, דאס הייסט ער נעמט אוועק די אמעריקאנער טרופן פון די געגענט (און אויך נאך וואס עס איז געווען באריכטעט אז ער האט באוואויגן די קרודן אוועקצונעמען זייער שוץ אין די געגנט מיט א צייט צוריק) און ער עפענט זיי געהעריג די טיר. זיי וועלן אריינגיין כחצות היום און טון וואס זיי ווילן! דו ווייסט עס, איך ווייס עס.

די טוויט (טאטע און הימל דער איז ממש פון זינען אראפ, אבער דאס איז נישט קיין נייעס.) זאגט בכלל נישט קיין ווארט איבער באשיצן די קורדן, נאר בלויז איבער די אייסעס ארענסטאנטן. (לכו' מיינט ער דא ווייל אין די פארגאנגענהייט איז געווען באריכטעט אז זיי האבן ארויסגעלאזט אייסעס חברה פון געפענגעניש.)

איינמאל זיי זענען אינווייניג געהעריג אין קריג, וועלן זיי טון וואס זיי ווילן. ווער וועט וויסן? ווער וועט זיי אפשטעלן? לויט די היסטאריע צווישן די קורדן און טערקיי ווייסט יעדער וואס דא קומט.

און לאמיר שוין זאגן אז ער וועט לייגן סאנקציעס, וועט זיי דאס דערשרעקן? די גרעסטע מיטאס פון די וועלט איז סאנקציעס! עס איז א לעכערליכע דורכזיכטיגע שריט וועלכע מען נעמט ווען מען וויל נישט גיין אין קריג אבער מען קען דאך נישט זיין שטיל (צומאל דארף מען בלויז "פאנישען" א לאנד פאר דעם איז עס פונקט גוט). אבער דאס אלעס אין א זייט געלייגט, וואלט געווען די מינימום אז ער זאל אריינלייגן אין די סטעיטמענט אז די טערקן טארן נישט שחטן די קורדן, און אויב יא וועט קומען סאנקציעס. ער זאגט עס אפילו נישט.

אין יעדנספאל איז דאס גיבן רשות פאר טערקיי אריינצוגיין אין סיריע, א שטארק ווילדע שריט.

איך מיין עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא פארדאמונג קעגן א אקט פון טראמפ, פון יעדע ווינקל, אבער ווידער איז דער פרעזידענט גערעכט און יעדער אומגערעכט.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:32 pm

בלינצע האט געשריבן:דאס זאגט אבער אויך זייער אסאך אויף דעם וואס קיין איין רעפובליקאנער סענאטאר איז נאך נישט ארויסגעקומען אין שטיצע פון די זינלאזע אימפיטשמענט.

וואס עפעס זאגט עס אסאך? עס איז זייער פארטיי'ס פרעזידענט, און זיי וועלן אים פארטיידיגן ווי לאנג זיי וועלן קענען, אבער ווען זיי פארטיידיגן אים נישט, נאר אדרבה, דאן ווערט שווער א קשיא.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:35 pm

בלינצע, דער טעם איז זייער פשוט, איבער 80 פראצענט רעפאבליקאנער זענען דאך טראמפיסטן, ממילא שטיצן די פאליטיקאנטן נישט אימפיעטשמענט. אבער פון די אנדערע זייט זענען א פעסטע רוב רעפאבליקאנער - הגם נישט די נייע טראמפיסטן וועם טראמפ האט אוועקגענומען פון די דעמאקראטן - נעאקאן'ס, ממילא לגבי דעם זענען די רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן געבליבן ביים אלטן דרך פון בוש, יעדע מאל טראמפ גייט לינקס אויף די זאכן, ווערט א שטורעם רבינו סר מן הדרך. א שטייגער ווי ביי פרשת מטות.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

בלינצע
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:37 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:דאס זאגט אבער אויך זייער אסאך אויף דעם וואס קיין איין רעפובליקאנער סענאטאר איז נאך נישט ארויסגעקומען אין שטיצע פון די זינלאזע אימפיטשמענט.

וואס עפעס זאגט עס אסאך? עס איז זייער פארטיי'ס פרעזידענט, און זיי וועלן אים פארטיידיגן ווי לאנג זיי וועלן קענען, אבער ווען זיי פארטיידיגן אים נישט, נאר אדרבה, דאן ווערט שווער א קשיא.


אדער קען מען זאגן פשוטער. זיי פארטיי-דיגן אים ווען זיי האלטן אז ער איז גערעכט, און רייסן אים אראפ ווען זיי האלטן אז ער איז נישט גערעכט.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:40 pm

די מערטסע געפעלט מיר ווי טראמפ לייגט דאס אלעס אן אויף "געלט" "טעקספעיער" די גאנצע שריט איז ביי אים א ביזנעס טראנזעקשען.

שאנסן זענען אז ער וועט נאך צוריקציען פון דעם ווילדן באשלוס, דאן ערווארט איך טענות קעגן אים פון די וועלכע האלטן אז ער טוט יעצט ריכטיג... און פארלאנגען אז מען זאל רומען טראמפ פארן נישט באגיין די נארישקייט וואס ער האט אנגעהויבן...

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:41 pm

בלינצע האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:דאס זאגט אבער אויך זייער אסאך אויף דעם וואס קיין איין רעפובליקאנער סענאטאר איז נאך נישט ארויסגעקומען אין שטיצע פון די זינלאזע אימפיטשמענט.

וואס עפעס זאגט עס אסאך? עס איז זייער פארטיי'ס פרעזידענט, און זיי וועלן אים פארטיידיגן ווי לאנג זיי וועלן קענען, אבער ווען זיי פארטיידיגן אים נישט, נאר אדרבה, דאן ווערט שווער א קשיא.


אדער קען מען זאגן פשוטער. זיי פארטיי-דיגן אים ווען זיי האלטן אז ער איז גערעכט, און רייסן אים אראפ ווען זיי האלטן אז ער איז נישט גערעכט.

נו, דאן זאלן זיי אים פארטיייגן מיט די יעצטיגע סקאנדאל, ביזדערווייל זענען עטליכע ארויסגעקומען אקעגן אים, און רוב שווייגן...

אגב, זיי ציטערן אים אראפצורייסן, מורא האבענדיג פון טראמפ אז ער וועט ארבעטן זיי צו אינדערזעצן.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:42 pm

רענד פאול איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון דעם שריט פון דעם חכם מכל אדם.

Senator Rand Paul (@RandPaul) · Twitter

I stand with @realDonaldTrump today as he once again fulfills his promises to stop our endless wars and have a true America First foreign policy.
3 hours ago

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:42 pm

איך הער נישט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אלעס אדאנק די אימפיטשמענט כאאס!

אלע לענדער וואס טראמפ האט געפייט ביז היינט מיט זיי ארויסצובאקומען זאכן לטובת אמעריקע - צב"ש נ"ק, איראן, טערקיי, טשיינע וכו' - גייען יעצט אנהייבן נעמען עדווענטידזש פון דעם אז טראמפ ווערט מעגליך אימפיטשט.

בכלל נישט קיין תירוץ! די קורדן האבן אים געדינט אלע יארן צו אויסראטן אייסיס! פארוואס ביזטו זיי מפקיר?... ווייל דו האסט אביסל קאפ-וויי?!
#שייגעץשטיק

מיין פוינט איז נישט צו עס איז א תירוץ, מיין פוינט איז ארויסצופוינטן די אמת'ע שולדיגע. און עס איז קלאר אז ער קען נישט לייגן די זעלבע דרוק וואס ער קען ווען לייגן ווען ער איז שטארק. והשנית והעיקר, אז די לענדער גייען נישט ווערן דערשראקן פון זיין דרוק, ווייל זיי קוקן אים אן ווי איינער וואס קען זיי גארנישט טון.

פארשטייסט? ס'איז סימפל.

אהא דאס איז די הסבר פון ארויסגעבן די קאפיטולאציע סטעיטמענט?

איך ווייס נישט איך ארבעט נישט אין ווייטהאוז, אבער מיין פוינט איז נאך אלץ גילטיג, איך זאג עס סיי אלס הסבר און סיי אלס פרעדיקשאן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט