Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 11:07 am

פריץ, די אנקעטע וואס די ברענגסט דא איז נישט קיין גרויסע נייעס. זיי האבן נעכטן אין א געמיינזאמע אנקעטע געגעבן א 9 פונקט העכערונג פאר אבאמא, ווי זיי זענען געווען שטארק איבערגענומען אז עס האלט שוין כמעט ביי א "דאבל דידזשיט" אויבערהאנט איבער מקעין. ס'איז נישט מער ווי צו ערווארטן אז דאס וועט זיך הייבן. דאס איז יעצט די סטייל.

און וואס מיינסטו? די אנקעטע גענעמאכץ גייט בערך אזוי. זיי האבן נעכטן געפרעגט 100 מענטשן, ארבייטער ביי זייער פירמע. און נאך זייער נייעס האבן זיי היינט איבערגעפרעגט די זעלבע הונדערט ארבייטער און צוויי - דריי מענטשן האבן געטוישט זייער מיינונג און דער גאנצער מידיאו דרייט זיך דערמיט איבער. אט אזוי שפילט מען מיט אונז טאג-טעגליך און מ'דרייט אינז א קאפ. אויב זענען די פריימערי אנקעטע'ס נאכנישט געווען קיין גענוג שטארקער ווארענונג פאר אינז אז דאס איז א גאנצער בלאף וועט שוין גארנישט העלפן.

זנוויל, ביסט גערעכט, די פאולס טוען דאמענירן ווער עס זאל זיין דער פראנט ראנער און וועם צו לייגן אין דער ערד און איבער דעם טענה'ט מען טאקע אז די פרעסע איז איינזייטיג. וועלעכע זייט וועסטו שוין אפפמאכן..

Advertisement

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:24 pm

מיין פריוואטע אנקעטע נעמער - א נאטיץ ביכל וואו איך פארצייכן זיך די RCP דורכשניטן פונעם טאג, צייגט אז אבאמא שטייט 7.3 פראצענט העכער מעקעין, דאס איז גענוי, אקוראט, אויפן האר, די ציפער פון א' ברכה, א טאג פאר ערב סוכות (ווען איך האב דאס לעצטע מאל רעקארדירט דעם דורכשניט).

זיין גינסטיגע ראטע (די צווייטע נומער ביי RCP) איז געפאלן פון 11.3 צו 8.0

אין עלעקטארל שטימען איז ער געשטיגן ביי ביידע רעכענונגען

אין קאלאראדא האט ער זיך געהויבן פון 4.0 צו 5.4
אין אהייא איז ער שיין געשטיגן פון 2.7 צו 6.0
אבער אין פלארידע איז ער געפאלן פון 3.8 צו 1.0
אין נעוואדע איז ער מילד געשטיגן פון 3.0 צו 3.3
אויך אין ווירדזשיניע איז ער מילד געשטיגן פון 6.3 צו 7.0
נארט קאראליינע איז ערב סוכות נאכנישט געשטאנען אויפן RCP, יעצט שטייט אבאמא דארט מיט 2.0 העכער
מיזורי איז געווען פאר מעקעין מיט 0.4 ערב יו"ט, יעצט שטייט עס נישט אויסגערעכנט אויפן אויבנאן

א פונקטליכע אנאליז אויפן צושטאנד פון די וואלן, נאך שבת בראשית אי"ה

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:28 pm

ער רעדט אוודאי נישט פון ק.נ.א. ריפארטערס

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 1:52 pm

אוי איז דאס אן ארטיקל, בפרט אז עס קומט פון א דעמאקראט.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 2:32 pm

זייער א פיינע ארטיקל, כאטש אפילו אז עס זענען דברים פשוטים מאד.

די שווערסטע קשיא איז פארוואס קען מקעין נישט דעליווערן דער מעסעדזש צום פאלק???

מקעין דארף דעליווערן די פאלגענדע מעסעדזשעס צום פאלק כדי ער זאל קענען געווינען. און דערווייל גייט עס אים נישט.

1)די דעמאקראטן האבן גורם געווען די פינאנציעלע קריזיס ווי עס איז ערווענט אין די אויבן דערמאנטע ארטיקל, און די רעפאבליקאנער האבן עס פרובירט אפצוהאלטן.

2)קעפיטאל הילל איז געפירט געווארן אין די לעצטע צוויי יאר דורך דעמאקראטן און טאקע אין די צייט האט די אקענאמישע חורבן פאסירט.

3)אבאמא פלאנט טאקע צו העלפן די ארימע שיכט פון די אמעריקאנער מיט פראגראמען וכדומה, אבער פון וואו וועט ער נעמען די געלט? פון די מידעל קלאסישע מענטשן וואס פון דיעם באשטייט רוב פון אמעריקא, דאס מיינט אז אנשטאט א מענטש זאל האבן אן איבעריגע דרייסיג פערציג אדער פופציג טויזנט דאלער צו קענען הייערען נייע ארבייטער און עקספענדען זיין ביזנעס, וועט ער מוזן געבן די געלט צום רעגירונג אז זיי זאלן קענען טיילן המוציא'ס פאר די ארבייטסלאזער וועלכער קענען נישט טרעפן דזשאבס ווייל די גאווערנמענט נעמט צו די געלט פון די מידעל קלעס. (קרעדיט יוסל די פלאמבער)

4)יא, בוש'ס אדמיניסטראציע האט אפשר טאקע נישט געטון די ריכטיגע שריט צו פארמיידן די קריזיס, אבער נישט ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג סאציאליסטיש געשטימט, נאר ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג קאפיטאליסטיש געשטימט? עס איז א שפוט'ע זאך אז די היינטיגע קריזיס איז געקומען נאר ווייל די גאווערנמענט האט זיך אריינגעמישט אין פריוואטע ביזנעס, וכנ"ל אין די אויבן דערמאנטע ארטיקל.


איך האב נאך אסאך וואס מאריך צו זיין אין דער נושא אבער קיין צייט האב איך נישט.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:23 pm

לעווי, יישר כח פארן הסבר, מי יתן והי' אז דער מקעין זאל שוין איינמאל הערן וואס מיר עצה'ען אום.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:32 pm

מקעין זאגט מיר אז ער האט שוין כמה פענים פרובירט צו ליינען דא עצות באט ער פארשטייט נישט די שפראך

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:39 pm

ש'כח לעווי זייער שיינע באריכט

לעווי האט געשריבן:אבער נישט ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג סאציאליסטיש געשטימט, נאר ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג קאפיטאליסטיש געשטימט? עס איז א שפוט'ע זאך אז די היינטיגע קריזיס איז געקומען נאר ווייל די גאווערנמענט האט זיך אריינגעמישט אין פריוואטע ביזנעס, וכנ"ל אין די אויבן דערמאנטע ארטיקל.


איינער קען מיר אפשר מער מסביר זיין פארוואס לעווי האלט אזוי (נישט לעווי אליין ער איז ביזי...). איך מיין אז אויב די רעגירונג וואלט זיך מער אריינגעמישט וואלט נישט געווען די היינטיגע קריזיס.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:46 pm

לויט CNN אויב קומען די וואלען פאר היינט וועט די מאפע אזוי אויסקוקן:
עטעטשמענטס
race.JPG
עלעקטארעל מאפע 2008 צוויי וואכען פאר די וואלען

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:51 pm

לויט אר סי פי איז אבאמא נאך העכער:
עטעטשמענטס
racercp.JPG
RCP

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 3:58 pm

איי וויי ווי בין איך?

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 4:42 pm

פארוואס נעמט מען נישט די אנקעטעס לייוו? אזוי וואלט יעדער געגלייבט דערין.

למשל, עס זאל זיין טעלפאון בוקס פון אלע סטעיטס און עס זאל זיין אנוועזנד אסאך מענטשן, וואס זיי זאלן געבן א פיק אינעם טעלפאון בוק וועם צו קאלן. אזוי וועט יעדער זען די ווארהייט פון די אנקעטעס, און די פאול נעמער וועלן אונז נישט טעגליך פארדרייען א קאפ.

א סטעיט אנקעטע, זאל מען נעמען פון איין סטעיט, און א נאצניאלע אנקעטע זאל מען אויסמישן די בוקס.

הקיצור די ווארט איז, אז עס זאל ברבים.

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 6:55 pm

איך פארשטיי נישט. האבן די פאולסטערס נישט מורא אז זיי וועלן פארלירן זייער קרעדיביליטי???

אויב באבעלען זיי אויף מעשיות וועט דאך קיינער זיי נישט גלייבן ביים נעקסטן געלויפעכטס???

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 7:04 pm

אויב איינער גייט לכבוד דעם וואויטן פאר אבאמא ווייס איך נישט...
אבער סקאט מעקלעלען האט אינדארסירט באראק אבאמא...

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 7:08 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. האבן די פאולסטערס נישט מורא אז זיי וועלן פארלירן זייער קרעדיביליטי???

אויב באבעלען זיי אויף מעשיות וועט דאך קיינער זיי נישט גלייבן ביים נעקסטן געלויפעכטס???


פלאפ, ווי אזוי גלייבט מען זיי ביי די געלויפעכטס? פאריגע מאל זענען זיי דאך אויך געווען חוזק?

פאולס גלייבט מען צו דו ווילסט אדער נישט.

ביי די פריימעריס האט מען געגלייבט אלע פאולס, און טאקע נאר איינס האט געקענט זיין ריכטיג...

דאנערשטאג אוקטובר 23, 2008 10:12 pm

ווי עס קוקט אויס פון "דא" לעבן מיר אין רוסלאנד, אפאר געציילטע יחידים האלטן דעם מאנאפאל אויף די מידיא, און טוען אונז כסדר פארדרייען דעם קאפ מיט זייער פארפירערישע נייעס און אומקראנטע פאולס וואס הייבט זיך בכלל נישט אן!

אזוי ווייט האלט עס שוין אז זיי האבן שוין בכלל נישט מורא אז די פאלק וועט רעוואלטירן קעגן זיי, זיי מאכן די פאולס אין טונקעלע קעלערן ווי קיין נברא קען נישט באזיכן דארט, און שפעטער שיסן זיי ארויף אויף די פאדערשטע שורות פון די צייטונגן מיט זייערע נומערן, און קיין נברא איז נישט דא וואס זאל זיי קענען ברענגן צי גערעכטיגקייט.

אויסער אונז פאר קרעטשמעריסטן ווייסט קיינער נישט וואס טוט זיך, און נאך א מזל אז זיי האבן נישט קיין עקסעס צי אונזער סייט ווי דער אמת שיינט מיטן הערליכן גלאנץ.......

איז עס טאקע אזוי??? אבסעלוט ניין!

"כמעט" אלע פאולס זענען מער ווייניגער אויסגעהאלטן, און די אלע פאולס וואס ווייזן אז מקעין שטייט שוואך איז טאקע אמת, והא ראיה פאר אפאר וואכן צוריק האבן זיי געשריבן אנדערש.

נאר וואזשע דען? נגיעות האבן זיי אלע און פראבירן ארויס צו קוועטשען דאס בעסטע וואס זיי קענען פאר זייער ליבלינג, וואס און אונזער פאל איז דאס "באראק כוסעין אבאמא", זיי ווענדן אן אלע מיטלן אז די פאולס זאלן ווערן עטוואס פארדרייט פונעם אמת, אבער אינגאנצען פונעם אמת קען מען עס נישט פארדרייען.

און באופן וואס אונז האלט מיר יעצט אז, נאציאנאלע-פאולס טרעקינג-פאולס סטעיט-פאולס אלעס ווייזט אז אבאמא שטייט פול העכער ווי מקעין(אביסל האט זיך עס שוין געטוישט) איז זיכער אז באופן פשוט איז אבאמא דער געווינער פונעם היי יעריגער פארמעסט.

און צי די וואס זאגן אז עס איז שוין צייט צו מאכן פאולס ברבים, זאלט איר וויסן אז יעדע פאול איז כתוב וחתום מיט אלע אירע דיטעילס, און ווער עס וויל קען עס אדורך ליינען, און אין די זעלבע צייט טרעפן די לעכער ווי דער פאולסטער נעמט ארויס דאס וואס ער קען באשטיין עס זאל ארויס קומען דערפון.


איין נקודה וואס דארף נאך ווערן ארויס געברענגט, און דאס וועט עטוואס פארענטפערן די הארבע קשיא וויאזוי אין געוויסע פעלער זענען פאולס שטארק גרייזיג, און דאס איז - אז בכלליות זענען פאולס אויף א געוויסע מאס אומאויסגעהאלטן, ווייל עס איז זייער שווער באמת צו וויסן פונקטלעך וואס מענטשן גייען טוהן, און יעדע פאולסטער האט זיך זיין מהלך וויאזוי ער רעכענט אויס וואס די אמת'ע רעזולטאטן זענען, לדוגמא גאלאפ פאול האט יעדן טאג צוויי סארט פאולס איינס גערוקט מיט א שפאר ביסל פונעם אנדערן, און דאס איז צוויי אנדערע מהלכים ווי אזוי צו רעכענן וואס דער אמת איז.

ויש עוד להאריך בזה...... מיין באלעבאסטע תחי' טרייבט שוין.

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 4:14 am

און אנדערע נייעס איז היינט ברייט אויפגעשפילט געווארן ווי א ווייסע פרוי איז צעשלאגן געווארן דורך א שווארצן מאן אין פיטסבורג נעבן סקרענטאן פא. מיטוואך אווענט ביי נעילת החג טיש ( נישט דארטן ממש, אביסל אהינציר).

דער שווארצער אבאמא שטיצער וועלכער איז געווען היבש אויפגעברויזט און אויפגעמינטערט אינאיינעם, איז באפאלן די 20 יעריגע פרוי ווען זי האט אדורכגעפירט א וויטדראועל ביי אן ATM מאשין צוכאפנדיג פון איר די 60 דאלאר וואס זי האט ארויסגענומען. די פרוי אנטלויפנדיג צו איר קאר האט דער שווארצער באמערקט א באמפער סטיקער וואס רופט צו שטימען פאר זיידי מעקעין האט ער זיך גאר אויפגעבראכט און גענומען שלאגן מיט א מעסער איינקריצנדיג אין איר געזיכט די בוכשטאב B אנצודייטן 'באראק', אויך האט ער איר געפאנטשט אין נאז, געשטויסן, געציפט, געגראזשעט, געקיצלט, צעשניטן, געפראסקעט, געבּאָקסט, באַבויקערט די ביינער. יעדעס איינע איז א באזונדערע טשארזש כידוע.

דער אינצידענט איז פארגעקומען נעבן דעם באנק אבער צו איר שלהמזל איז עס געווען אינדרויסן פון די קאמערעס.

ביידע פארטייען האבן קאמענטירט איבער דעם אינצידענט. אבאמאס זאגט: "מיר זענען שאקירט איבער א אומשולדיגע פרוי וואס איז צעשלאגן געווארן, און מיר האפן אז דער שולדיגער וועט וואס גיכער קומען צו יוסטיץ".
מעקעינס זאגט: "מיר ווייסן אז איינער פון אונזערע וואלונטירן זענען צעשלאגן געווארן, אבער מיר פארמיידן זיך פון דירעקט קאמענטירן איבער דעם".

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:24 am

סתם_אזוי האט געשריבן:ש'כח לעווי זייער שיינע באריכט

לעווי האט געשריבן:אבער נישט ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג סאציאליסטיש געשטימט, נאר ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג קאפיטאליסטיש געשטימט? עס איז א שפוט'ע זאך אז די היינטיגע קריזיס איז געקומען נאר ווייל די גאווערנמענט האט זיך אריינגעמישט אין פריוואטע ביזנעס, וכנ"ל אין די אויבן דערמאנטע ארטיקל.


איינער קען מיר אפשר מער מסביר זיין פארוואס לעווי האלט אזוי (נישט לעווי אליין ער איז ביזי...). איך מיין אז אויב די רעגירונג וואלט זיך מער אריינגעמישט וואלט נישט געווען די היינטיגע קריזיס.


פארשטייט זיך אז צו א געוויסע עקסטענט דארף די רעגירונג האלטן אן אויג צו מאכן זיכער אז קיינער טוט נישט קיין גניבה שטיקלעך און אז קיינער האט נישט די מאנאפאלי וכדומה. אבער די היינטיגע קריזיס איז קלאר געקומען צוליב צופיל סאציאליסטישקייט און נישט פון צו ווייניג.

די היינטיגע קריזיס:
1)די רעגירונג שטיפט די בענק צו געבן ביליגע און גרינגע מארטגעדזשעס אן קיין שום חשבן, 2)די הייזער ווערן טייער ווייל עס איז דא א גרויסע דימענד היות עס איז גרינג צו באקומען א מארטגעדזש, 3)די רעגירונג שטיפט די בענק ווייטער צו געבן איבערגעטריבענע מארטגעדזשעס פאר אווערפרייסד הייזער צו מענטשן וואס פארדינען ניטאמאל העלפט פון די מארטגעדזש פעימענט פער חדש אלץ נאר כדי מיט דעם כלומפרשט ארויס צו העלפן ארימע מענטשן קויפן הייזער,
4)מענטשן קענען נישט באצאלן זייערע מארטגעדזש פעימענטס פארשטייט זיך, און זייערע הייזער גייען פאר פארקלאוזשער, 5)בענק פארלירן די הויזן און מאכן זיך צו, וואס איז גורם אז מענטשן זאלן פארלירן זייערע סעיווינגס, אנדערע פארלירן זייערע אינוועסטמענטס, הונדערטער טויזנטער פארלירן זייערע דזשאבס און זייער שווער אפגעהארעוויטע פענסיעס, און ועל כולם דאס לאנד פארלירט איר זיכערקייט אין די עקאנאמיע. 6)נאכן פארלירן ביליאנען אין די צוקראכטע בענק ציען אינוועסטארס ארויס זייערע געלטער פון די סטאק מארקעט אויס זארג אז דארט וועט אויך קראכען, וואס איז טאקע גורם די סטאק מארקעט צו קראכן. 7)קאמפאניס פארלירן די הויזן אין די סטאק מארקעט קראך און זאגן אפ נאך הונדערטער טויזנטער פון זייערע דדזשאבס, 8)מענטשן עפארדן צוליב דעם נישט געוויסע זאכן וואס זיי פלעגן אמאל עפארדן און פארדעם פאלט שטארק די ריטעל נומערן פון קארס קליידער און אנדערע פראדוקטן אפילו עסן, 9)דאס איז גורם אז די קלענערע ביזנעסעס הייבן אן שווער צו ליידן פארלוסטן און נאך מער ארבייטער שטייען צו פארלירן זייערע דזשאבס.


איך קען אנגיין מיט דעם ווייטער און ווייטער, אבער קוק צוריק וואס האט אנגעהויבן דער גאנצע גלגל החוזר און זאג די מיר צו עס קומט נישט אלעס פון צופיל גאווערנמענט אינטערפירענס. ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך ברענגן נאך אפאר אנדערע סעמ פלן צו ווייזן ווי אלעס גייט אין דער ערד ווען די גאווערנמענט מישט זיך אריין צו פיל.

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:26 am

טענקס שוועם פאר די רעפארט

אפדעיט: אין סקרענטאן הענגען 'בקשו רחמים' פאוסטערס, נישט אזוי ווייט פאר די באבויקערטע וואלונטיר, נאר פאר די גאנצע מעקעין קאמפיין, וואס ברויך א גרויסע ישועה...

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:50 am

מער און מער אנאליסטן לייגן ארויף די שולד פון די אומסטאבילעטעיט פון די סטאק מארקעט אויף די פאקט אז אבאמא איז אזוי הויך אין די פאולס.

אויב די מעקעין קאמפיין קען דאס אויף ווייזן פארן פאלק וועט ער שטיין גוט.


http://www.vosizneias.com/21637/2008/10 ... -policies/

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:53 am

לעווי, פארוואס זאגסטו אז די אריין מישן פון די רעגירונג איז שילדוג אין דעם?

איז דען נישט געווען אז די רעפובליקאנער האבן געוואלט שווערער מאכן דאס געבן מארגעטשעס פאר אזונע מענטשען, נאר די דעמאקראטן האבן עס אפגעהאלטן מיטן טענה אז מ'דארף העלפן די ארימע?

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 9:55 am

http://elections.foxnews.com/2008/10/23 ... -brooklyn/

פרייטאג אוקטובר 24, 2008 12:37 pm

זאנוויל האט געשריבן:לעווי, פארוואס זאגסטו אז די אריין מישן פון די רעגירונג איז שילדוג אין דעם?

איז דען נישט געווען אז די רעפובליקאנער האבן געוואלט שווערער מאכן דאס געבן מארגעטשעס פאר אזונע מענטשען, נאר די דעמאקראטן האבן עס אפגעהאלטן מיטן טענה אז מ'דארף העלפן די ארימע?


נו, די דעמאקראטן זענען דאך אויך א חלק פון די רעגירונג, ניין?

אבער בוש האט עס צוגעלאזט. אבער גראדע נישט דאס האב איך געמיינט, איך האב גערעדט בכלליות פון די פאקט אז די רעגירונג (אפילו די רעפאבליקאנער) ספענדען צופיל אויף סאשעל פראגראמן, אסאך מער ווי די אינטעיק, וואס דאס איז גורם שווערע אינפלאציע אויסער די העכערע שטייערן, און מיר אלע ליידן דערפון, ארימע און רייכער צוגלייך.

שבת אוקטובר 25, 2008 11:25 pm

לעווי, בעיקר וואס מיר איז שווער איז אז דו טענה'סט אז א דאנק די אריינמישונג פון די רעגירונג איז מען אנגעקומען צום קריזיס, ווייל די רעגירונג שטיפט דאס געבן גרינג מארטגעדזשעס.

איז דען נישט געווען אז געווען אז די בענק אליינס האבן אנגעפאנגן געבן ווייל עס איז זיי געגאנגן גוט, איינער האט זיי געצווינגן צו געבן?

און ראיה לדברי האב איך געברענגט יענע מערכה אין קאנגרעס, וואס פון דארט זעט מען אז עס האט גארנישט מיט די רעגירונג, נאר גאר פארקערט א חלק פון די רעגירונג האבן געוואלט שווערער מאכן דאס געבן, און די אנדערע חלק האט עס נישט צוגעלאזט, אבער נישט אז זיי האבן געשטיפט דאס געבן, פארקערט די בענק האבן געוואלט געבן און די רעגירונג האט דן געווען צו מען זאל זיי לאזן אדער נישט.

אויב עפעס קען מען עס אנווארפן אויף די דעמאקראטן אז זיי האבן נישט געלאזט אז מען זאל זיך אריין מישן, אבער נישט ווייל זיי זענען נישט גענוג קאפיטיליסטיש געשטומט, נאר צוליב אנדערע חשבונות.

שבת אוקטובר 25, 2008 11:44 pm

און א צייכן ווי שוואך מקעין איז, האט א דעוועלאפער אין מאנהעטן געמאלדן אז ווער עס סיינט קאנטראקט פאר נאוועמבער 4 קען צוריק ציען פונעם קאנטראקט אויב מקעין געווינט.

פארשטייט זיך ער מוז צולייגן זיין געשמאקן מיינונג דערצו, אז די איידיע נעמט ער פון דעם וואס ריעל עסטעיט חברה טענה'ן אז אבאמא וועט זיין בעסער פאר די עקאנאמיע.

נו נאך א מיינונג.

.
שרייב א תגובה

Advertisement