רעפובליקאנער פרעזידענטליכע טיקעט - 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

רעפובליקאנער פרעזידענטליכע טיקעט - 2020

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:57 pm

עס איז דא זייער אסאך סיבות צו גלייבען אז די 2016 טיקען פון טראמפ-פענס גייט נישט נאכאמאל פאסירען אין 2020,
צילוב מולער, טראמפ ווערט עלטער און אויסגעברענט, פארשידענע אינוועסטעגעשינס, סקאדנאלן, מען ערווארט א אפגעשוואטע עקאנעמי, זיין ווייב איז זאט מיט פאליטיקס, והעולמה על כולנה אז טראמפ וועט מעגליך פייערן ווייס פרעזידענט פענס.

איך בין א שטארקע טראמפער, אבער אין אזא האקעלע זאך נעמט מען נישט די מינדעסטע ריזיקע אז די רעפובליקאנער זאלן בלייבען אן א טיקען פאר 2020,
דערפאר וועט זיך "אייוועלט" אנגארטלן די כוחות און אנהייבען צושטעלן קאנדידאטען פאר די רפובליקאנער טיקעט און שפעקאלירען וועלכע סעט קאדידאטען איז די בעסטע פאר די רפובליקאנער פאר 2020

קאנדידאטען וואס זענען יעצט גרייט צו זיין אויפן טיקעט:

טראמפ
פענס
פלעיק
העלי
קארקער
רייען
קעיסיק

צו די ארבייט, וועלכע טיקעט איז די בעסטע צו געווינען פאר די רפובליקאנער נאך פיר יאר אינעם ווייסען הויז?
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:59 pm

די אייציגסטע עכטע קאנדידאטן חוץ טראמפ זענען טשארלי בעיקער און לערי האוגען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:09 pm

צל עובר האט געשריבן:די אייציגסטע עכטע קאנדידאטן חוץ טראמפ זענען טשארלי בעיקער און לערי האוגען.

דו רעדסט ווען זיי לויפן קעגן טראמפ, איך מיין אז ער רעדט דא פון רעפבליקאנער באקאנטע נעמען,וואס קענען זיין אינטערסאנט אויב טראמפ לויפט נישט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:34 pm

קושנער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:41 pm

א נייער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די אייציגסטע עכטע קאנדידאטן חוץ טראמפ זענען טשארלי בעיקער און לערי האוגען.

דו רעדסט ווען זיי לויפן קעגן טראמפ, איך מיין אז ער רעדט דא פון רעפבליקאנער באקאנטע נעמען,וואס קענען זיין אינטערסאנט אויב טראמפ לויפט נישט.


גערעכט.

סוי לייג איך צו ראמני מיט רוביא, לערי האוגען מיט טשארלי בעיקער וואלטן אויך געלאפן, אפשר אפילו סענטורעם, וכו'.

און איך גלייב נישט אז פלעיק האט וואס צו זוכן אין א נעשענעל רעפאבליקען פריימערי, און קארקער וואלט מסתמא נישט געלאפן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 7:33 pm

איך וואלט געשיקט עזיקארד טעפלי מיט גאבעבי פארנייפוס. זיי האבן די מערסטע אויסזיכטן לעת עתה.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:04 pm

ס'איז דא איין פאסיגע קאנדידאט פאר פרעזידענט אין 2020 אין דאס איז פרעזידענט טראמפ יר"ה
נישט מעגלעך די רעפובליקאנער זאלען געווינען אנדרעש
וועגען די וויצע פרעזידענט איז שוין א צווייטע פראגע, אבער טראמפ איז די לעצטע מענטש וואס וועט נישט לויפען פאר ווידערערוויילונג ווייל ער איז צו אלט
איינער געדענקט וואס האט פאסירט ווען רעיגען איז געלאפען די צווייטע מאל און מ'האט געהאט טענות ער איז צו אלט? ער האט געגעבן אזא מין קנאקעדיגע תשובה ביי די דעבעיט אז אפילו זיין קעיגנער מאנדעל האט זיך געהאלטען ביי די זייטען...
די איינציגע וועג ווי אזוי טראמפ גייט נישט לויפען איז אויב ווערט ער אראפגעשטיפט פון בענקעל דורעך אימפיטשמענט
און דאס איז אוממעגליך זאל פאסירען מיט א רעפובליקאנע קאנטראלירטע סענאט.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:14 pm

וואס איז געווען זיין קנאקעדיגע תשובה ?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:17 pm

ביזט גערעכט אז די רעפובליקאנער האבן די בעסטע אויסזיכטן מיט טראמפ, אויב נישט טראמפ כאטש פענס, עפעס אנדערש זע איך נישט אז ס'זאל געווינען. אבער איך בין נישט איבערצייגט אז טראמפ וועט נישט אויפגעבן.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:19 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביזט גערעכט אז די רעפובליקאנער האבן די בעסטע אויסזיכטן מיט טראמפ, אויב נישט טראמפ כאטש פענס, עפעס אנדערש זע איך נישט אז ס'זאל געווינען. אבער איך בין נישט איבערצייגט אז טראמפ וועט נישט אויפגעבן.

טראמפ האט שוין אמאל עפעס אויפגעגעבען?

די תשובה פון רעיגען איז געווען:


"I will not make age an issue of this campaign. I am not going to exploit, for political purposes, my opponent's youth and inexperience,"

מ'ברויך עס הערען מפיו אליינס, האט עס א אנדערע טעם...
הגם טראמפ איז נישט גענוג קלוג פאר אזא געלונגענע סטעיטמענט אבער ער וועט געבען א זאג "קליינע ----" (פיל אריין די נאמען) אין יעדער וועט לאכען.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:38 pm

סעלצער האט אויך גענומען א אנקעטע ביי די רעפאבליקאנער אין אייאווע.

טראמפ'ס עפראוועל ביי די רעפאבליקאנער איז ביי 81% קעגן 14%, 67% זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר טראמפ, 19% זענען אפן צו שטיצן א צווייטן, 10% וועט זיכער שטימען פאר א צווייטן, בקיצור, ער קוקט אויס אנביעטבל אין אייאווע.

א אינטרעסאנטע זאך איז יא דא, אז 63% קעגן 26% האלטן אז א פריימערי טשעלענדזש וואלט געווען א גוטע זאך, זעהט אויס אז דער אייאווע עולם גלייכט די עטענטשן און געלט וואס אזא זאך ברענגט.


נאך א זאך, 43% זאגט אז זיי זענען מער רעפאבליקאנער, 37% מער פאר טראמפ, 20% ווייסן נישט.

פעווארביליטי ביי אייאווע רעפאבליקאנער
טראמפ 77%
קעיסיק 31%
סעס 24%
פלעיק 16%
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 4:24 pm

פון הערי ענטען.

Unless something dramatically changes, Trump is gonna be the GOP nominee in 2020


פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 6:12 pm

איך זע גוט? ער איז העכער אין זיין פארטיי ווי אלע אונטער אים?
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 6:26 pm

יא, אבער עס אי דא א פיצי חילוק, אז ביי די אנדערע איז עס די לעצטע אנקעטע פאר ניו העמשיר פון גאלאפ, משא"כ יעצט איז עס פשוט די יעצטיגע אנקעטע פון גאלאפ, נישט קיין עוורידזש, און עס איז נאך דא 14 חדשים ביז נאוועמבער, און עס קען זיין אז ערגעץ אינמיטן די צייט האבן אנדערע געהאט העכערע נאמבערס, למשל בוש הראשון נאך די גאלף קריג איז זיכער געווען העכער, די זעלבע בוש השני נאך 9/11, טראמפ'ס נידעריגסטע נאמבער ביי זיין פארטיי ביז היינט איז געווען ביי גאלאפ 79%.

אבער מען ברויך צולייגן צוויי נקודות, איינס אז אפאר פראצענט אמעריקע האט אפגעפיצט פון רעפאבליקאנער וואגן, פארדעם איז טראמפ'ס ראטע ביי די רעפאבליקאנער אביסל ארויף, צוויי אז בעבר איינער וואס איז געווען אומצופרידן איז נאך בדרך כלל גרייט געווען צו שטימען אין נאוועמבער פאר זייער קאנדידאט, משא"כ אפאר פראצענט ביי די רעפאבליקאנער זענען באמת אנטי טראמפ.

בד"וו עס רעכנט נישט בלויז רעפאבליקאנער פרעזידענטן, נאר דעמאקראטישע אויך.

איך באמערק יעצט א אינטרעסאנטע זאך, אז ניקסאן איז געווען פון די שוואכערע אויף די ליסט, און זיין ניו העמשיר רעזאלט איז טאקע נעבעכדיג, אבער למעשה האט ער געווינען אין נאוועמבער די שטערקסטע פון אלע רעפאבליקאנער אויף די ליסט, בלוז LBJ אין 64 האט געווינען שטערקער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 9:10 am

די סאוט קאראליינע רעפובליקאנער פארטיי האט עלימינירט זייער פריימערי פאר 2020 למספרם פארזיכערנדיג אז פרעזידענט טראמפ איז דער קאנדידאט פון די פארטיי אויפן שטים צעטל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 10:02 am

ס׳קוקט אפשר אויס ווי א גוטע מאוו צו פארזיכערן טראמפ, ס׳איז אבער נישט. אויב צוימט מען איין די ריפאבליקאנע אויבער חכמים [למשל קעיסיק, וואס האט שוין פאקטיש געסטראשעט צו לויפן], וועלן זיי זיין געצווינגען צו לויפן אלטס אינדעפענדענט, דאן איז טראמפ אין א גרעסערע געפאר.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 10:05 am

קאנסילמאן האט געשריבן:טראמפ וועט מעגליך פייערן ווייס פרעזידענט פענס.

א פרעזידענט קען נישט פייערן א ווייס פרעזידענט. ער קען אויסוועלן א צווייטן צו לויפן קומענדיגע מאל.

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 10:22 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳קוקט אפשר אויס ווי א גוטע מאוו צו פארזיכערן טראמפ, ס׳איז אבער נישט. אויב צוימט מען איין די ריפאבליקאנע אויבער חכמים [למשל קעיסיק, וואס האט שוין פאקטיש געסטראשעט צו לויפן], וועלן זיי זיין געצווינגען צו לויפן אלטס אינדעפענדענט, דאן איז טראמפ אין א גרעסערע געפאר.

גראדע האט שוין אזא מאוו פרעצעדענט אין די היסטאריע

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 10:26 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳קוקט אפשר אויס ווי א גוטע מאוו צו פארזיכערן טראמפ, ס׳איז אבער נישט. אויב צוימט מען איין די ריפאבליקאנע אויבער חכמים [למשל קעיסיק, וואס האט שוין פאקטיש געסטראשעט צו לויפן], וועלן זיי זיין געצווינגען צו לויפן אלטס אינדעפענדענט, דאן איז טראמפ אין א גרעסערע געפאר.


סאוט קארעלייינע איז עניוועי נאך אייאווע און ניו העמשיר, וואס אויב (שטייצעך אין א אנדערע יוניווערס) קעיסיק געווינט דארט איז טראמפ אינדרויסן פון די געים עניוועי.

זילבער זאגט אבער א שטארקע פוינט, אז אויב וועט די מצב זיין אז טראמפ וועט עכט זיין באזיגבאר, איז די מאוו גארנישט ווערט לפי ערך די וואכן לאנג וואס דער קעגנער וועט קענען שרייען אז די סיסטעם איז רייייגט.

אויב מען מעכט עס אין גענוג סטעיטס צו זיין פארזיכערט מיט די נאמינאציע לוינט זיך עס אפשר יא.

-----------

דזשאן קעיסיק געט איבער אז לויט די יעצטיגע מצב, אויב גארנישט טוישט זיך נישט, קען ער נישט באזיגן טראמפ אין א פריימערי.

סוי ער איז מער נישט קיין פאטענשעל קאנדידאט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך ינואר 02, 2019 12:20 pm

סטיוו בענאן האט געשיקט אן אימעיל פאר די פאוסט אין וועלכע ער באציהט זיך צו די פארזוך צו בלאקירן טראמפ אין 2020 למספרם

ראמניס געוועזענער פינאנץ ראטגעבער אין זיין 2008 למספרם קאמפיין איז געווען אויפן טעלעפאן מיט ביישטייערער וועלכע ווילן זיך טרעפן מיט ראמני אינעם זומער און אים שטופן צו לויפן

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך ינואר 02, 2019 12:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:סטיוו בענאן האט געשיקט אן אימעיל פאר די פאוסט אין וועלכע ער באציהט זיך צו די פארזוך צו בלאקירן טראמפ אין 2020 למספרם

וועלכע פארזוך?
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג ינואר 04, 2019 2:50 am

קעיסיק זאגט אז ער גייט נישט לויפן
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:39 pm

לויט א נייע אנקעטע פון סקאט רעסמוסען אויב ראמני לויפט קעגן טראמפ באקומט ער צווישן רעפאבליקאנער מיט אינדעפענדענטס, 28% קעגן 51% פאר טראמפ, צווישן בלויז רעפאבליקאנער באקומט טראמפ 70% קעגן 17% פאר ראמני.

ער שרייבט אז אין אסאך סטעיטס קענען אינדעפענדענטס שטימען אין די פריימערי, למשל ניו העמשיר, צווישן אינדעפענדענטס אליינס באקומט ראמני 40 קעגן 31.

ראמני פעווארביליטי רעיט נאציאנאל איז 40% קעגן 33%, פלאס 7.
ביי רעפאבליקאנער האט ער 46%, דעמאקראטן 42%, אינדעפענדענטס 33%.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דינסטאג ינואר 08, 2019 9:37 pm

Potus האט געשריבן:קעיסיק זאגט אז ער גייט נישט לויפן

אזוי קלוג איז ער נאך..

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5461
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג ינואר 29, 2019 9:30 am

פלעיק זאגט אז ער וועט זיך נישט פארמעסטן אין א פריימערי אקעגן פרעזידענט טראמפ


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Max Refund, mmn, Organic, private, yeah, בעל דמיון, גאלדגרוב, מי הוא זה, נאך פונדערהיים און 63 געסט