היסטארישע 60 שעה קאמפיין למען יושבי חושך וצלמות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:53 am

ווי קומט דא אריין סאמעט?
איינער ווייסט?

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:59 am

ווייזער האט געשריבן:ווי קומט דא אריין סאמעט?
איינער ווייסט?


איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער מען האט ספעציעל לעצטע וואך געדארפט עפעס טוישען וועגן סאמעט

מיט די נייע טוישענגען לעצטע וואך איז אויסגעקומען אז סאמעט וועט נישט געניסן פון דיי נייע ביל

און מען האט ספעציעל געדארפט טוישען א ליין אז סאמעט זאל זיין אינקלודעט

ניטאמאל ווייסטו פאר די רעדטסט

שוין צו סאך גערעדט..


אבער בכלל סאמעט איז איינע פון די איינציגסטע היימישע חסידישע אידן וואס דער ביל וועט העלפן אויף די מינוט,ניין ? ווער דען?

ב"ה אז עס זיצן נישט צו סאך היימישע אידן בכלליות פאר לאנגע טערמינען

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:05 am

לעצטע וואך געטוישט?
דמיונות צו פארענטפערן אן אנטיסעמיטישן דעילי ניוז.

א חידוש אין בעקעריי

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:45 am

גאנץ א נוטראלע ארטיקל, קען וועהן זיין ערגער.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:08 am

עס קוקט מיר אויס ווי דא איז דא אידן וועלכע האבן - פאר סיי וואסערע סיבה - א כלל במוחם, 'אז די עסקנים ווייסן נישט, פארשטייען נישט, מאכן חרוב א. א. וו.' און נאר זיי פארשטיין.
פארשטייט זיך אז נאכן אראפ שטעלן דעם כלל זעהט מען נישט אסאך זאכן.
דער אמת איז אבער אנדערש.
ממילא איז א שאד זיך צו טענה'ן על כל פרט ופרט.
דער יסוד ביי מיר און ביי אסאך אנדערע איז. אז ב"ה בנידון דידן ווייסן די עסקנים וואס זיי טוהען, און עס האנדעלט זיך פון גאר אחריות'דיגע - בלתי נגיעות'דיגע - עסקנים. ממילא פארלאז איך מיר אויף זיי.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » זונטאג דעצמבער 16, 2018 1:58 pm

@ווייזער, א רחמנות אויף דיר, אויף וואס וועסטו קלאגן נאך וואס דער ביל וועט בעזר השי"ת אדורך גיין אן קיין שטרויכלונגען?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 2:00 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:@ווייזער, א רחמנות אויף דיר, אויף וואס וועסטו קלאגן נאך וואס דער ביל וועט בעזר השי"ת אדורך גיין אן קיין שטרויכלונגען?

זארג דיר נישט, אז מען זוכט טרעפט מען.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג דעצמבער 16, 2018 2:11 pm

:-(
א נייער האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:@ווייזער, א רחמנות אויף דיר, אויף וואס וועסטו קלאגן נאך וואס דער ביל וועט בעזר השי"ת אדורך גיין אן קיין שטרויכלונגען?

זארג דיר נישט, אז מען זוכט טרעפט מען.

:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 7:38 pm

בעסער נישט צו רעדן פון יחידים דא

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג דעצמבער 16, 2018 7:40 pm

די חלק פין די עלדלי אז מען גייט ארויס ווען מען ווערט 60 האט עפעס צו מען האט ביהעווד אדער אידעוועי גייט מען ארויס ביי די 60
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 7:43 pm

זייער קלוג האט געשריבן:די חלק פין די עלדלי אז מען גייט ארויס ווען מען ווערט 60 האט עפעס צו מען האט ביהעווד אדער אידעוועי גייט מען ארויס ביי די 60

אויב דו פרעגסט, יא זיכער, נאר אויב מ'איז וואויל.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:15 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:די חלק פין די עלדלי אז מען גייט ארויס ווען מען ווערט 60 האט עפעס צו מען האט ביהעווד אדער אידעוועי גייט מען ארויס ביי די 60

אויב דו פרעגסט, יא זיכער, נאר אויב מ'איז וואויל.

די האסט פארשטאנען וואס די האסט גענפערט?
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 8:18 pm

דו האסט געפרעגט אויב ס'האט מיט ביהעיוויער, די תירוץ: יא. נאר אויב מ'איז וואויל קען מען ארויסגיין פרי.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:49 pm

איינער ווייסט וואס עס גייט פאר

עס פארט ארום רעקארינגוג פון ר' משה מארגענעטען
אז מען זאל נישט ארויסגעבען זיין טעלפאן פאר די מידיע
קען איינער ארויף לייגן עס

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:54 pm


מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:00 am

די מידיא זענען געפערליכע חברה
זיי קענען איינעם אפווארטן איבעראל ווי סלאזט זיך נאר.
24/7

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:08 am

איך בין זיי מחיוב צו ענטפערן??

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 9:09 am

ניין
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

מען גייט יעצט שטימען אין סענאט, די פריזען ריפארעם בילל.

תגובהדורך קדוש ונורא » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 4:37 pm

DumEiqpWwAAMi5K.jpg
DumEiqpWwAAMi5K.jpg (125.94 KiB) געזעהן 1328 מאל


זייט מתפלל אז ס'זאל זיין לטובת אחינו בני ישראל הנתונים הצקה ובשבי' ותבטל מעלינו ומכל עמך בית ישראל בכל מקום שהם כל גזרות קשות ורעות. ותטה לב המלכות עלינו לטובה. ותגזור עלינו גזרות טובות.

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 6:42 am

תהילים אז פריזן ריפארם בילל זאל אריבער גיין

https://www.tehillim-center.co.il/tehilim?book_id=7658




""יעדע קאפיטל העלפט
Amazon Daily Deals
https://amzn.to/2RFPDUV

Ebay Daily Deals
https://goo.gl/Rrje39
יש"כ

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 9:17 am

unnamed.jpg
unnamed.jpg (95.41 KiB) געזעהן 922 מאל

Shuli
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » דינסטאג דעצמבער 18, 2018 3:55 pm

באמערק איך יעצט אז מען האט פארשלאסן דעם קאמפיין פעידש
https://www.charidy.com/pidyon

להודות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 7:44 pm

יעצט אז מ'האלט שוין ב"ה דערנאך מעג מען אפשר פרעגן א פאר שאלות וואס זענען לכאורה געבליבן אפען:

א. ביים קאמפיין האט מען געטענה'ט אז מ'מוז שוין האבן א מיליאן צו דעקן יעצטיגע הוצאות. - ווי פיל איז פאקטיש געווען די עקספענסעס פון די לעצטע פאר טעג פארן חתמ'נען? אויב איז עס געווען ווייניגער ווי 2 מיליאן, ווי איז די איבריגע געלט?

ב. האט מען עקשועלי געטראכט אז מ'גייט דארפען א מיליאן, אדער האט מען לכתחילה קאלעקטעד צו דעקן אלטע חובות? אם תמצי לומר אזוי, איז עס הלכה'דיג אויסגעהאלטן איינצורעדן דעם עולם אז מ'דארף עס אויף לעצט-מינוט'יגע וויכטיגע זאכן?

ג. דער בילל אפעקטירט זייער אסאך מענטשען, דאס רוב דערפון דרייען זיך נישט אויף אייוועלט און רעדן נישט קיין אידיש. וואלט אפשר געווען מעגליך צו אפעלירן צום גענעראלן באפעלקערונג און נישט נאר צום היימישן עולם?

נ.ב. איך שעץ זייער די עסקנים, ובראשם די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן יארן לאנג לטובת הנצרכים. איך האב אויך צושטייער געגעבן צום קאמפיין און ארויס געשלעפט פון אנדערע.

blue moon
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:17 pm

להודות האט געשריבן:יעצט אז מ'האלט שוין ב"ה דערנאך מעג מען אפשר פרעגן א פאר שאלות וואס זענען לכאורה געבליבן אפען:

א. ביים קאמפיין האט מען געטענה'ט אז מ'מוז שוין האבן א מיליאן צו דעקן יעצטיגע הוצאות. - ווי פיל איז פאקטיש געווען די עקספענסעס פון די לעצטע פאר טעג פארן חתמ'נען? אויב איז עס געווען ווייניגער ווי 2 מיליאן, ווי איז די איבריגע געלט?

ב. האט מען עקשועלי געטראכט אז מ'גייט דארפען א מיליאן, אדער האט מען לכתחילה קאלעקטעד צו דעקן אלטע חובות? אם תמצי לומר אזוי, איז עס הלכה'דיג אויסגעהאלטן איינצורעדן דעם עולם אז מ'דארף עס אויף לעצט-מינוט'יגע וויכטיגע זאכן?

ג. דער בילל אפעקטירט זייער אסאך מענטשען, דאס רוב דערפון דרייען זיך נישט אויף אייוועלט און רעדן נישט קיין אידיש. וואלט אפשר געווען מעגליך צו אפעלירן צום גענעראלן באפעלקערונג און נישט נאר צום היימישן עולם?

נ.ב. איך שעץ זייער די עסקנים, ובראשם די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן יארן לאנג לטובת הנצרכים. איך האב אויך צושטייער געגעבן צום קאמפיין און ארויס געשלעפט פון אנדערע.



איר וועט מיזן צו ווארטען אפאר טעג ביז די קווארטעל למספרם ענדיגט זיך. דערנאך וועט איר קענען האבען א שטיקעל השגה וויפיל די קאמפיין האט אפגעקאסט.
אלע פעימענטס פאר די לאביאיסטען איז פאבליק רעקארדס. וויפיל שווערע געלטער עס האט אפּגעקאסט די לעצטע אכט יאהר, איז שוין געווארען באריכטעט דא אויפן וועלטעל. פאר די לעצטע פּוש זאגט אייך וועיט ענד סי.
שטייצעך אז אסאך זייטיגע טשארדזעס ווערן נישט באריכטעט. ווי למשל האטעלן, אירפעיר, קרעדיט קארד אין גאו פאונד טשארדשעס, מארקעטינג, אד"ג.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:55 pm

להודות האט געשריבן:יעצט אז מ'האלט שוין ב"ה דערנאך מעג מען אפשר פרעגן א פאר שאלות וואס זענען לכאורה געבליבן אפען:

א. ביים קאמפיין האט מען געטענה'ט אז מ'מוז שוין האבן א מיליאן צו דעקן יעצטיגע הוצאות. - ווי פיל איז פאקטיש געווען די עקספענסעס פון די לעצטע פאר טעג פארן חתמ'נען? אויב איז עס געווען ווייניגער ווי 2 מיליאן, ווי איז די איבריגע געלט?

ב. האט מען עקשועלי געטראכט אז מ'גייט דארפען א מיליאן, אדער האט מען לכתחילה קאלעקטעד צו דעקן אלטע חובות? אם תמצי לומר אזוי, איז עס הלכה'דיג אויסגעהאלטן איינצורעדן דעם עולם אז מ'דארף עס אויף לעצט-מינוט'יגע וויכטיגע זאכן?

ג. דער בילל אפעקטירט זייער אסאך מענטשען, דאס רוב דערפון דרייען זיך נישט אויף אייוועלט און רעדן נישט קיין אידיש. וואלט אפשר געווען מעגליך צו אפעלירן צום גענעראלן באפעלקערונג און נישט נאר צום היימישן עולם?

נ.ב. איך שעץ זייער די עסקנים, ובראשם די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן יארן לאנג לטובת הנצרכים. איך האב אויך צושטייער געגעבן צום קאמפיין און ארויס געשלעפט פון אנדערע.

א. עס גייט געלט צו באצאלן חובות
ב. עס גייט געלט צו באצאלן קאסטן וואס זענען נישט פובליק
ג. עס גייט געלט פאר די ווייטערדיגע שריט
ד. הלואי זאלן די עסקנים טאקע גיין צום נעקסטן צווייטן און דריטן שטאפל, ווי טראמפ האט געזאגט ביים סיינען צערעמאניע. און סענאטער סענדערס אויף די דעמאקראטישע זייט האט געטוויט דערוועגן גלייך נאכן ביל באשטעיטיגונג.
די מצב אין די היגע תפיסות איז אויף א דריטע וועלט שטאפל, די תפיסה וועכטער טוען וואס זיי ווילן, מען פייניגט רציחה'דיג און רשעות'דיג די העפטלינגען, און מען מאכט זיי פילן ווי ריכטיגע בהמות, א זאך וואס איז בכלל נישט אינעם פאראורטיילונג פראצעדור, א רשעות שאין כדוגמתה.
מען זאל אפשטעלן די רציחות פון דעם א.ג. יוסטיץ דעפט. וואס טוען וואס זיי ווילן, ממש וואו אין רוסלאנד, נאר דארט איז עס אן פאפירן און דא מיט, זיי האבן קיין שום 'איבערזיכט', און טוען וואס זיי ווילן מיט רציחה ואכזריות.
פאר דעם דארף מען האבן סאך, סאך מער ווי 2 מיליאן דאלער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, אור, אין כל חדש, אשר נחום, גיט, ווייס פרעזידענט, משמש, ר' יום טוב און 67 געסט