היסטארישע 60 שעה קאמפיין למען יושבי חושך וצלמות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:03 pm

אדרבה, ווער עס קען זאל אריינקומען מיט באשרייבונגען, און אדער פון אייגענע באזוכן אדער פון באקאנטע פון דאס רשעות וואס טוט זיך אפ דא אין די פאראייניגטע שטאטן.
גרויסע פריוואטע פריזאנ'ס מאכן ריזיגע געלטער און האלטן איינגעשפארט ווי מער ארעסטאנטן, און לאזן נישט צו קיין רעפארמען אויף דעם געביט.
אמאל האט מען דיסקרימינירט קעגן פרויען, איז אין די היסטאריע פון אמעריקא געווען א גאנצע באוועגונג, מען האט פראסטעסטירט ווילאנג מען האט דאס אויסגעקעמפט.
היינט פארלאנגט זיך אזאנס פונקט אזוי ביי די ארעסטאנטן, מען דיסקרימינירט דארט קעגן יעדן סארט ציליוויזאציע, סיי דער יוסטיץ דעפט. און סיי אין די טורמעס,
מען דארף אויף דעם אזא מאוומענט פונקט ווי ביי די פרויען אדער ביי די שווארצע, ווילאנג ס'וועט ווערן ארדענונג.
מען האט געזעהן ביים פרעסע קאנפרענץ, ווי די פאליטישאנס האבן ארויסגעברענגט ווי דאס איז א זאך וואס ברענט אין לאנד, און מען מוז עפעס טאן דערצו.
קומט אריין אויב איר האט עפעס צוצילייגן איבער 'דאס רשעות אין די טורמע'ס'.

להודות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:24 pm

אהער און אהין האט געשריבן:א. עס גייט געלט צו באצאלן חובות
ב. עס גייט געלט צו באצאלן קאסטן וואס זענען נישט פובליק
ג. עס גייט געלט פאר די ווייטערדיגע שריט
ד. הלואי זאלן די עסקנים טאקע גיין צום נעקסטן צווייטן און דריטן שטאפל, ווי טראמפ האט געזאגט ביים סיינען צערעמאניע. און סענאטער סענדערס אויף די דעמאקראטישע זייט האט געטוויט דערוועגן גלייך נאכן ביל באשטעיטיגונג.
די מצב אין די היגע תפיסות איז אויף א דריטע וועלט שטאפל, די תפיסה וועכטער טוען וואס זיי ווילן, מען פייניגט רציחה'דיג און רשעות'דיג די העפטלינגען, און מען מאכט זיי פילן ווי ריכטיגע בהמות, א זאך וואס איז בכלל נישט אינעם פאראורטיילונג פראצעדור, א רשעות שאין כדוגמתה.
מען זאל אפשטעלן די רציחות פון דעם א.ג. יוסטיץ דעפט. וואס טוען וואס זיי ווילן, ממש וואו אין רוסלאנד, נאר דארט איז עס אן פאפירן און דא מיט, זיי האבן קיין שום 'איבערזיכט', און טוען וואס זיי ווילן מיט רציחה ואכזריות.
פאר דעם דארף מען האבן סאך, סאך מער ווי 2 מיליאן דאלער.


אלטס איז ויציב ונכון טוב ויפה, פיין און וואויל.
אבער אויב דעטס די קעיס בין איך אביסל אנטוישט. מען האט אנגעדרייט מענטשען אז מ'מוז שוין האבן געלט פאר יעצט, און על-סמך דעם האט מען געגעבן מיט גרויס התעוררות, אמער איך קען יעצט ראטעווען די מצב. אסאך מענטשען וואלטן נישט געגעבן פאר די עבר, און אפילו נישט פאר א עתיד הרחוק.
וכן לא יעשה.
לעצט פאראכטן דורך להודות אום מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:27 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:24 pm

עפעס איז דא באריכטעט געווארן אז מ'האט לעצטע וואך געטיילט גרויסע באונעסעס פאר די לאביאיסטס, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט צו טיילן דארט נאך דעם וואס א ביל גייט אריבער.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:30 pm

להודות האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:א. עס גייט געלט צו באצאלן חובות
ב. עס גייט געלט צו באצאלן קאסטן וואס זענען נישט פובליק
ג. עס גייט געלט פאר די ווייטערדיגע שריט
ד. הלואי זאלן די עסקנים טאקע גיין צום נעקסטן צווייטן און דריטן שטאפל, ווי טראמפ האט געזאגט ביים סיינען צערעמאניע. און סענאטער סענדערס אויף די דעמאקראטישע זייט האט געטוויט דערוועגן גלייך נאכן ביל באשטעיטיגונג.
די מצב אין די היגע תפיסות איז אויף א דריטע וועלט שטאפל, די תפיסה וועכטער טוען וואס זיי ווילן, מען פייניגט רציחה'דיג און רשעות'דיג די העפטלינגען, און מען מאכט זיי פילן ווי ריכטיגע בהמות, א זאך וואס איז בכלל נישט אינעם פאראורטיילונג פראצעדור, א רשעות שאין כדוגמתה.
מען זאל אפשטעלן די רציחות פון דעם א.ג. יוסטיץ דעפט. וואס טוען וואס זיי ווילן, ממש וואו אין רוסלאנד, נאר דארט איז עס אן פאפירן און דא מיט, זיי האבן קיין שום 'איבערזיכט', און טוען וואס זיי ווילן מיט רציחה ואכזריות.
פאר דעם דארף מען האבן סאך, סאך מער ווי 2 מיליאן דאלער.


אלטס איז ויציב ונכון טוב ויפה, פיין און וואויל.
אבער אויב דעטס די קעיס בין איך אביסל אנטוישט. מען האט אנגעדרייט מענטשען אז מ'מוז שוין האבן געלט פאר יעצט, און על-סמך דעם האט מען געגעבן מיט גרויס התעוררות, אמער איך קען יעצט ראטעווען די מצב. אסאך מענטשען וואלטן נישט געגעבן פאר די עבר צו אפילו פאר די נישט-אימידיעט עתיד.
וכן לא יעשה.

דיסעגרי.
דיסעגרי.
גיי פרעג די אטעסווילער אידן, וועגן דעם, די שמחה וואס האט דארט געהערשט, אז 'ענדליך טוט מען שוין עפעס', חוץ פון דעם, עס גייט דאך שוין העלפן, מען גייט דאך שניידן האלב פונעם טערמין
והגע בעצמך, פאר רובאשקין האט מען צוזאמגעשטעלט אפשר גרעסערע סכומים, דא רעדט מען פון צענדליגער און הונדערטער אידן!!!
פאר סאמעט אליין וואלט מען דאס צוזאמגעשטעלט, דער פון אויבען זאל העלפן ער זאל טאקע קענען באקומען דעם קרעדיט. זיי ארבעטן שווער.
באדעם ליין:
דער ארעסטאנט זאגט: יעדע דאלער וואס דו האסט געגעבן איז א דיאמאנט שטיין פאר מיר, א שטראל, א קלאפ ווייניגער, ווילסט עס געבן? איך בעט דיר, געב עפעס געלט!
ע''כ דברי הארעסטאנט, וממילא טאמער ווילסטו זיי העלפן, האסטו זיי געהאלפן, נאך סאך מער ווי די שטעלסט זיך פאר.
לעצט פאראכטן דורך אהער און אהין אום מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:32 pm

בקיצור די אטעסווילער האלטן דערפון.

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 2:16 pm

להודות האט געשריבן:יעצט אז מ'האלט שוין ב"ה דערנאך מעג מען אפשר פרעגן א פאר שאלות וואס זענען לכאורה געבליבן אפען:

א. ביים קאמפיין האט מען געטענה'ט אז מ'מוז שוין האבן א מיליאן צו דעקן יעצטיגע הוצאות. - ווי פיל איז פאקטיש געווען די עקספענסעס פון די לעצטע פאר טעג פארן חתמ'נען? אויב איז עס געווען ווייניגער ווי 2 מיליאן, ווי איז די איבריגע געלט?

ב. האט מען עקשועלי געטראכט אז מ'גייט דארפען א מיליאן, אדער האט מען לכתחילה קאלעקטעד צו דעקן אלטע חובות? אם תמצי לומר אזוי, איז עס הלכה'דיג אויסגעהאלטן איינצורעדן דעם עולם אז מ'דארף עס אויף לעצט-מינוט'יגע וויכטיגע זאכן?

ג. דער בילל אפעקטירט זייער אסאך מענטשען, דאס רוב דערפון דרייען זיך נישט אויף אייוועלט און רעדן נישט קיין אידיש. וואלט אפשר געווען מעגליך צו אפעלירן צום גענעראלן באפעלקערונג און נישט נאר צום היימישן עולם?

נ.ב. איך שעץ זייער די עסקנים, ובראשם די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן יארן לאנג לטובת הנצרכים. איך האב אויך צושטייער געגעבן צום קאמפיין און ארויס געשלעפט פון אנדערע.


עס הייבט זיך אן מיט א מסקנא וועגן "שאלות וואס זענען לכאורה געבליבן אפן," און פון דארט גליטשט זיך די תגובה באקוועם אריין אין א ריי נאכפאלגנדע שאלות און ספיקות און איבעא'ס און תיקו'ס און ודו"ק'ס און וד"ל'ס.

די שאלה אויף דער לכאורה'דיגער שאלה איז נאר, וועלכער עוף השמים האט דא מגלה געווען אז ס'זענען דא "געבליבן שאלות" (אפענע צי פארמאכטע)? וואס מאכט עמיצן טראכטן אז די הוצאות זענען געווען "ווייניגער ווי 2 מיליאן": אולי זענען די אויסגאבן געגאנגען סך ווייטער און אפשר האבן זיי באוויזן אריבערצושפרייזן יענער זייט גרעניץ פון צען מיליאן? (און וואס איז אויב ס'איז יא געווען ווייניגער ווי 2 מיליאן? און וואס איז אויב א חלק פונעם געלט איז יא געגאנגען צו באצאלן פריערדיגע בילס, וואס האט אויסגעפעלט כדי די לאביאיסטן זאלן ממשיך זיין מיט דער ארבעט?)

אויך איז עטוואס מאדנע וויאזוי פונעם לכאורה שבתוך דער אפן-געבליבענער שאלה (וואס למראת עיני זעט אויס נישט אפן, נישט קיין שאלה, און אויך נישט לכאורה) קומט מען אן צו אזעלכע קאנספיראטיווע אם תמצא לומרס - און פון דארט נאך צי זיכערע הלכה'דיגע אסתפקתא'ס.

און וואס מאכט וועמען טראכטן אז דורכאויס די יארן וואס דער ביל האלט אינמיטן אנטוויקלט און אויסגעארבעט ווערן, האבן אנדערע נישט בייגעשטייערט? און צווישן אונז גערעדט, למאי נפקא מינה: אויב וועט איין איד לכבוד דעם ליידן ווייניגער יסורים און שנעלער אהיימקומען צו זיין משפחה איז עס נאכנישט גענוג סיבה אז מיר זאלן עס טאן, אפילו אויב ס'וואלט באמת געמיינט אז מיר טראגן דעם גאנצן עול אליין? כ'מיין, פארוואס זאל דער פאקט וואס דער "גענעראלער עולם" גייט אויך נהנה זיין דערפון זיין א סיבה פאר א מניעה?

שוין אפגערעדט פון דעם, וואס לאביס, לאביאיסטס, און די לאבי עבודה גופא איז סך פארצווייגטער ווי סתם שתדלנות, און ווי יעדער קען זיך אליין פארשטעלן (אדער א פרעג געבן גוגל'ען), קאסט אזא עסק סך, סך מער ווי דעם בלויזן ביל וואס דער לאביאיסט שיקט. פארוואס זאל איינער זוכן צו קריכן אויף גליטשיג-גראדע ווענט, ווען ס'איז נישט נאר נישטא קיין סיבה צו טראכטן ווי ער פרובירט מציע זיין, נאר די סברה זאגט דווקא פארקערט?!

ס'טוט וויי. אידן צערייסן זיך דא צו העלפן די וואס זענען נעבעך פארפלאנטערט אינעם רשעות-געוועב פונעם יוסטיץ סיסטעם. מענטשן האבן גערן און מיט שמחה בייגעשטייערט צום אזוי-וויכטיגן צוועק, און דאס הארץ האט געקוועלט ווען די גוטע בשורה, אז דער ביל איז דורכגעגאנגען, איז אנגעקומען. פארוואס אזא מגדל-הפורח-באויר'דיגן פשט'ל פאר אזא געמיינעם ציל?

ס'טוט וויי. ס'טוט פשוט וויי. ס'טוט באזונדערס וויי ווען ס'קומט פון עמיצן וועמענס הארץ איז נישט מגושם און האט, כפי עדותו,
אויך צושטייער געגעבן צום קאמפיין און ארויס געשלעפט פון אנדערע.


אל נא אחי ורעי. טו עס נישט, ברודער.
איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 888-275-8516, אדער שיקן א בריוועלע צו ask@arkmortgage.com.

אוועטאר
יסוד ארי
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 5:18 pm

IMG-20181227-WA0187.jpg
IMG-20181227-WA0187.jpg (143.72 KiB) געזעהן 2480 מאל

הרב_שלום
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 6:20 pm

להודות האט געשריבן:יעצט אז מ'האלט שוין ב"ה דערנאך מעג מען אפשר פרעגן א פאר שאלות וואס זענען לכאורה געבליבן אפען:

א. ביים קאמפיין האט מען געטענה'ט אז מ'מוז שוין האבן א מיליאן צו דעקן יעצטיגע הוצאות. - ווי פיל איז פאקטיש געווען די עקספענסעס פון די לעצטע פאר טעג פארן חתמ'נען? אויב איז עס געווען ווייניגער ווי 2 מיליאן, ווי איז די איבריגע געלט?

ב. האט מען עקשועלי געטראכט אז מ'גייט דארפען א מיליאן, אדער האט מען לכתחילה קאלעקטעד צו דעקן אלטע חובות? אם תמצי לומר אזוי, איז עס הלכה'דיג אויסגעהאלטן איינצורעדן דעם עולם אז מ'דארף עס אויף לעצט-מינוט'יגע וויכטיגע זאכן?

ג. דער בילל אפעקטירט זייער אסאך מענטשען, דאס רוב דערפון דרייען זיך נישט אויף אייוועלט און רעדן נישט קיין אידיש. וואלט אפשר געווען מעגליך צו אפעלירן צום גענעראלן באפעלקערונג און נישט נאר צום היימישן עולם?

נ.ב. איך שעץ זייער די עסקנים, ובראשם די וואס האבן זיך אוועקגעגעבן יארן לאנג לטובת הנצרכים. איך האב אויך צושטייער געגעבן צום קאמפיין און ארויס געשלעפט פון אנדערע.


די קאמפיין האט געקאסט $10,000 די איבעריגע $990,000 גייט פאר ר' משה שלמה אין טאש, ער האט ביטער שווער געארבייט און פארדינט עס ערליך
Purchase at least $60 Amazon and get $30 off when using at least 1 Membership points
https://amzn.to/2Cm98IG
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:55 am

טרעף איך פאריגע וואך א איד דערציילט ער מיר אז אויף אייוועלט פרעגט איינער פארוואס מ'דארף אזויפיהל געלט, און וויפיל מ'דארף און וואס מ'טוט מיט די געלט...

פרעגעך דעם איד, וואס ווילסטו זאל איך ענטפערן? דערציילט ער מיר א מעשה, א איד איז אמאל געקומען נאך געלט צו איינעם, ער גייט פאר צרכי רפואה... יענער גיבט אים א דאללער און ער הייבט אן פרעגן פארוואס גייסטו נישט צו RCCS? פארוואס גייסטו נישט צו די ארגענעזאציע אדער יענע ארגענעזאציע? און נאכן ענטפערן די פראגע הייבט יענער אן פרעגן וואס ער טוט מיט די געלט, ער זאל טוהן אזוי און טוהן אזוי... דער איד רופט זיך אן... "די וואס גיבן מיר טויזענט דאללער פרעגן מיך גארניש, און דו ווילסט אז פאר דיין דאללער זאל איך דיר אפגיבן א גאנצע דין וחשבון? האסטו צוריק דיין דאללער"...

קיינער זאגט נישט אז סיז מותר צאמצונעמען געלטער פאר צדקה אין די וועלט אריין... אבער פאר דיין 18 דאללער אדער 1800 דאללער וואס דו האסט צאמגעשטעלט דארף מען דיר אויך גיבן א דין וחשבון וואו ס'גייט גייט? דיר איז נישט גענוג אז די אלע עסקנים וואס זענען אינוואלווד האלטן מיט, אלע קהילות וואס האבן געגעבן בריוון, אלע נגידים וואס האבן געגעבן צענדליגער טויזענטער פאר זיי איז גענוג אז זיי זעיען מי ומי ההולכים... אבער דיר דארף מען עפענען די בוקס... כער!

ביידעוועי, ווען ר' משה האט געשוויצט יארן האסטו אויך געוואלט וויסן פון וואו ער באצאלט זיינע ביללס?

די צוויי מיליאון דאללער איז געגאנגען 1.9 פאר ר' משה אין טאש, און 100 טויזענט פאר מיר פארן שרייבן די ווערטער! צופרידן?

און יעצט צום ענין, ווער ס'איז שוין אמאל געווען אינוואלווד אדער מיטגעהאלטן וויזוי א לאביאירינג קאמפיין גייט מיט, פרעגט נישט די קשי'... לאביאירינג האט נישט קיין פרייז... סיז דא אפעציעלע פרייזן פאר די לאביאיסטן, און נאכדעם איז דא אומאפעציעלע פרייזן וואס מ'קען נישט ארויסשרייבן ס'האט דאך נישט עכט קיין שייכות מיטן בילל, נאר פערצופאל האט מען צושטייער געגעבן פאר איינעם'ס קאמפיין און פונקט יענע טאג האט יענער אנערקענט אז די בילל איז א גוטע בילל... כד' וכד' וויזוי די זאכן ארבייטן געווענליך...

יעצט, איך האב נישט מיטגעהאלטן אלע יארן מיט ר' משה'ן, קוים וואס איך קען דעם איד, סאו איך ביניש דא אים צו דיפענדן, אבער אביסל האבעך געהערט, סאו כעלל שרייבן אפאר זאכן וואס דא איז געווען...

קודם האצעך ר' משה אויסגעלאזט אויפן מארק, ער גייט שרייבן א פריזן ריפארם בילל, מ'הייערט עקספערטן און מ'הייבט אן שרייבן... רוב עולם ווייסט נישט, מ'הערט אז דעמעקראטן בעקן די בילל ריפאבליקענס נישט... ר' משה'ס בילל איז געווען א בילל וואס אלע ריפאבליקענס וואלטן געבעקט, אבער מ'מוז דאך האבן קאנגרעסס, און 60 סענעטארן... זיינע חברה האבן אים געזאגט אז אזא בילל גייט נישט אדורך! נאכן אדורכטוהן ס'ענין, איז געבליבן אז מ'גייטעס צאמשטעלן מיט אן אנדערע בילל וואס די דעמעקראטן ארבייטן דערויף, איבער סענטענסינג פאר דראגס און אזוי וועט מען זיי אויך האבן אן בארד...

איז דאך אבער דא אן אישו אז די הארד ליין קאנסערוועטיווס וועלן נישט אריינגיין אויף א קאמפרעמייז... האט מען געהייערט א מענטש זאל ארומגיין רעדן מיט די חברה, דער מענטש האט גערעדט צו איבער 50 סענעטארן -קאנגרעסלייט, און האט צוריקגעברענגט א בילד וואו מ'דארף שטעלן דעם בילל אז דעמעקראטן זאלן זיך מיטכאפן און פארלירן ווי ווייניגער ריפאבליקענס... און צו וועם מ'דארף רעדן אנצוהאלטן וועכע שטיצע...

זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע זאך וואס איך שרייב מיינט נישט מ'האט געהייערט און גערעדט אין איין וואך, אמאל נעמט א זאך א וואך, אמאל א חודש און אמאל 3 חדשים...

ווען מ'האט שוין געהאט די פרעימווארק האצעך אנגעפאנגן די פיינעל פוש, און די פיינעל פוש איז געווען וואס דער עולם האט מיטגעהאלטן, עט דעט פוינט האט מען געמוזט האבן די ריכטיגע מענטשן אויף אלע "קי" פלעצער צו וויסן וועלעכע ווארט וועט צוברענגען נאך שטיצע און וואס קען אוועקנעמען שטיצע...

ואגב, סיז וויכטיג צו וויסן אז די ארבייט איז נאך ווייט פון פארטיג! די וואס זענען באקאנט אין לעגאלע טערמינען ווייסן אז איין ווארט מאכט אויס... למשל די ווארט "שעל" מיינט "זאל" די ווארט "מעי" מיינט "מעג"... די חילוק צווישן די צוויי איז הימל און ערד... (אגב האט מיר אן עסקן געזאגט אפאר טעג פאר מ'האט ארויסגערוקט די פיינעל בילל אז יעדע שעה קענסט יעצט צענדליגער טויזענטער דאללער פאר אפאר נארישע ווערטער!) ווען ס'שטייט אז מ'זאל ארויסלאזן איינעם, גייטער אוטאמאטיש ארויס, ווען ס'שטייט אז ער מעג ארויסגיין, מיינט דאס אז ער דארף עס ערלעדיגן! פונקט ווי א מענטש מעג באקומען פודסטעמפס, מיינטעס נישט אז ער באקומט עס אוטאמאטיש, מ'דארף עפלייען און ווייזן אז מ'קוואליפייד... די זעלבע זאך דא, א מענטש וואס איז העכער זעכציג קען אראפגיין א חלק, אבער דאס זאל געשעהן מוז מען עס מסדר זיין... די זאכן דארף מען אויפסעטן איינמאל און שפעטער באגלייטן, מ'זאלעס נישט דארפן...

דאס איז בנוגע זעכציג, בנוגע אנדערע וועגן צו קוואליפייען, איז דא געוויסע פראגראמען, אויפצוסטן אזא פראגראם קען געדויערן א יאר, 3 יאר אדער 7 יאר... איז דא יעצט ארבייט אז אין די געגענטער וואו ס'זיצן ליידער היימישע אידן זאל מען איינפעדימען די פראגראמען ווי שנעלער... ועוד ועוד ועוד...

צוריק צו די פיינעל פוש, די לעצטע פאר וואכן האט יעדער מיטגעהאלטן אז מ'האט שוין געהאט גענוג קאנגרעסלייט און גענוג סענעטארן, אבער מק'קאנעל ברענגט נאר ארויף דעם בילל אויב האטער גענוג ריפאבליקען שטיצע... געוואור צו ווערן גענוי וואס מק'קאנעל וויל, און וועכעלע סענעטארן ער מוז האבן זייער שטיצע, און נאכדעם קריגן זייער שטיצע אליין האט אפגעקאסט שווערע טויזענטערס יעדע שעה!

כאניש אלע דעטאלן, אבער לאמער זיך אויס'משל'ן איין רגע, מק'קאנעל זאגן איך מוז האבן 3 פון די פיר סענעטארן טעד קרוז און דעוויד פערדו, טאם קאטטאן און מארקאו רוביא... איז קודם דארף מען אפשאצן וועמען מ'קען גרינג באקומען און וואס ער דארף דערפאר, און ווען מ'האט שוין די בילד, דארף מען דאס עקסעקיוטן, זיך טרעפן מיט די סענעטארן, הערן זייער אישו, מאכן זיכער אז אויב טוישט מען עפעס פאר זיי זאלן 5 אנדערע נישט אנטלויפן, און נאכן אויסארבייטן אלעס צוריקקומען צו א קאמפרעמייז און דער סענעטאר זאל קומען אן בארד...

יעצט האט מען שוין 2 פון די דריי, אבער די דריטע גייט בשום אופן נישט, גייט מען צוריק צו מק'קאנעל און מ'אפערט אים אז מ'גייט אים ברענגען א צווייטן אנשטאטס רוביא... ביז ער גייט איין, און מ'וועט מ'מאכט אפ ווער יענער איז, ביז יענער איז מסכים, כאפט מען זיך אז זיינע תנאים גייען שטערן אנדערע סענעטארן... מ'קען דיזי ווערן פון די צודרייטע פאזל... אבער ס'איז דא מענטשן וואס קענען דאס גוט, און זיי טשארדזשן טאקע אפאר טויזענט דאללער פאר יעדע שעה, שטייצעך אז א פוירסט קלאסס טיקעט און א 5 סטאר האטעל איז נישט קיין פראגע, דאס איז דאך א דבר פשוט... וכד' וכד'...

סאו די וואס האבן געגעבן געלט בלויז אויף געוויסע תנאים ווען און וויזוי מ'מעגעס נוצן, זאלן קאנטאקטן די עסקנים, כ'גלייב אז מ'קען מאכן זיכער אז זייער געלט ווערט גענוצט וויזוי זיי ווילן... און די איבעריגע וואס האבן געגעבן בלויז פאר פדיון שבוים, זייער געלט העט מען נוצן פאר קומענדיגע זאכן וואס די אנדערע ווילן נישט גיבן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:09 am

WOW, @וויכטיג מאכער איז בעק!!!!!!!

פול פורס לייק איף דער איז ע טומארא!!
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:09 am

קוק נאר ווער ס׳דא.

צל האקט.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 1:16 am

ס׳איז אמת. מענטשן האבן זיך שוין געפרייט ווי כאילו מארגן שיקט חיים פריינד אראפ עטליכע באסעס צום טורמע אויפפיקן דעמוילעם. מ׳ברויך אינאכט נעמען אז ס׳איז נישט ממש אזוי, ווילאנג אונזערע ברודער זענען נאך אינטער די געראטעס הייסן זיי יושבי חושך וצלמות.

הערשט יעצט הויבט זיך אן די ארבעט אויף ״יעדן ארעסטאנט עקסטער״, צו זעהן ווזוי מ׳קען פאר זיי איינקעשן דעם נייעם געזעץ, און אונז ברויכמער מתפלל זיין זיי זאלן מצליח זיין.

א ספעשעל ישר כח פאר וויכי׳ן.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו

חזן שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » זונטאג דעצמבער 30, 2018 3:00 am

@וויכטיג מאכער, זאג פאר דעי יוד אז משה האט געמאכט די גאנצע געלד פאר זיין טאש און אויב ער האט געקענט דעליווערן אזאנס קומט זיך עס אים
מען נעמט די קריספי עק, און מען טינקט עס איין אין די קאטשעניא,,, אההההה

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 4:57 pm

נישט יעדער פארגינעט עס אים אפילו ער האט עס דעליווערט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 5:42 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ביידעוועי, ווען ר' משה האט געשוויצט יארן האסטו אויך געוואלט וויסן פון וואו ער באצאלט זיינע ביללס?

די צוויי מיליאון דאללער איז געגאנגען 1.9 פאר ר' משה אין טאש, און 100 טויזענט פאר מיר פארן שרייבן די ווערטער! צופרידן?

פיין געשריבן!
אגב איך פארגין פאר ר' משה 1.9 אבער 100 אלפים פאר דיר פארן שרייבן די ווערטער דאס שוין נישט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג ינואר 01, 2019 1:38 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:.

דברים של טעם!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 7:32 am

הרב משה מארגרעטן און הרב יעקב ווייס חתן רובאשקין אפגעשטאט א באזוך ביי אדמו''ר מהרז''ל מסאטמר זיך צו באדאנקען פאר די אקטיווע הילף.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 5:56 pm

צדק.jpg
צדק.jpg (266.47 KiB) געזעהן 1153 מאל
צדק 1.jpg
צדק 1.jpg (372.39 KiB) געזעהן 1153 מאל
גאר ווערדפולע מציאות
געט א בליק און האט הנאה

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג ינואר 03, 2019 6:17 pm

און דער איד איז געווען אן עד מיט די זעלבע אויסשטעל, נאר מיט די עסקנים פון סאטמאר מהרי''י
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

Working
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » פרייטאג ינואר 04, 2019 12:25 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:און דער איד איז געווען אן עד מיט די זעלבע אויסשטעל, נאר מיט די עסקנים פון סאטמאר מהרי''י
צוגעלייגטע
IMG_20190104_002520_544.jpg
IMG_20190104_002520_544.jpg (174.3 KiB) געזעהן 918 מאל

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג ינואר 04, 2019 2:41 am

Working האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:און דער איד איז געווען אן עד מיט די זעלבע אויסשטעל, נאר מיט די עסקנים פון סאטמאר מהרי''י

CBCDFD58-B3A7-463A-A94A-0C52AC317A08.jpeg
CBCDFD58-B3A7-463A-A94A-0C52AC317A08.jpeg (293.74 KiB) געזעהן 847 מאל
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:27 pm

טעות אין פריזאן רעפארם ביל עפעקטירט טויזנטער ארעסטאנטן
א טעכנישע טעות אינעם היסטארישן "פריזאן רעפארם ביל" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן פאריגן חודש מיט צוויי-פארטייאישע שטיצע האט געברענגט צו א צומישעניש אינעם טורמע סיסטעם, און עווענטועל שטעלט זיך ארויס אז טראץ וואס מען האט געמיינט אז דאס וועט באלדיג עפעקטירן טויזנטער ארעסטאנטן, דארפן זיי נאך דערווייל ווארטן ביז דער געזעץ ווערט פארראכטן אדער די יוסטיץ דעפארטמענט טרעפט א וועג וויאזוי צו אדרעסירן דעם פראבלעם. דער ביל האט געזאלט פארקירצערן די טורמע טערמינען פון טויזנטער דורך העכערן די צאל טעג וואס קען ווערן אראפגערעכנט פאר גוטע אויפפירונג פון 47 טעג יערליך צו 53, און עס האט געזאלט גערעכנט ווערן צוריקוועגס, און אזוי ארום וואלטן טויזנטער געקענט פריער ארויסגיין, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער לעגאלע שפראך אינעם ביל געווען נישט גוט געשריבן און איז נישט פעליג צוריקוועגס, טראץ וואס געזעצגעבער האבן דאס געמיינט צו זאגן. באאמטע אינעם יוסטעיץ דעפארטעמנט פרובירן צו טרעפן א לעזונג דערצו, און אויב וועט מען נישט טרעפן א לעזונג וועלן געזעצגעבער מוזן אריבערפירן אן הוספה צום געזעץ.
JP
גאר ווערדפולע מציאות
געט א בליק און האט הנאה

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » זונטאג ינואר 13, 2019 12:54 pm

אינטערוויא אויף קול מבשר 114 פון שמעון ראלניצקי איבער די אויבן דערמאנטע טעות

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג ינואר 13, 2019 5:01 pm

לייבקע יענטע'ס האט געשריבן:אינטערוויא אויף קול מבשר 114 פון שמעון ראלניצקי איבער די אויבן דערמאנטע טעות

מיט פרייד נעמט מען אויף די בשורה אז די לעצטיגע מידיא באריכטן איבער טעותים אינעם ביל, זענען 'מיס-לידינג' רעפארטס.
העסקן ר' משה מארגארעטן שטעלט קלאר, אז גארנישט איז אויפגעקומען איבער טעותים אינעם ביל, נאר ס'דא א געוויסע ליבעראלע גרופע וואס האבן געהאט פארשטאנען אנדערש די לענגוויטש, און אצינד ווען זיי זעען איין דעם ריכטיגן ווערסיע פונעם ביל, זענען זיי איבערגעצייגט אז א טעות איז דא אינעם ביל, וואס איז אין פאקט א טעות אין זייער פארשטאנד אינעם ביל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, בילדער, בעריש'ל, כאפצעם, נאר נייעס און 63 געסט