נארט קאראליינע עלעקשאן פראוד סקאנדאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

נארט קאראליינע עלעקשאן פראוד סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 8:20 pm

טוצעך טישן אויף בענק מיט אן עלעקשאן פראוד סקאנדאל אין נארט קאראליינע וואס ווערט גרעסער און ברייטער מיט יעדן פארבייגייענדער טאג.

די רעדע איז מיטן נארט קאראליינע'ס 9'טער דיסטריקט ווי דער רעפובליקאנער 'מארק העריס' האט געווינען די פארלאפענע נאוועמבער וואלן מיט 998 שטימעס פון ארום 280,000 שטימען, אבער מ'האט אנגעהויבן כאפן נאך די וואלן גאר מאדנע זאכן ווי דאס אז בעת וואס אין אלע קאונטיס האט דער דעמאקראט 'דען מעקרעידי' געווינען באקוועם די עבסענטי האט העריס גאר געווינען דעם דעמאקראטישן קאונטי מיט 2 דריטל שטימען..און דערנאך אז די באלאט פארלאנגען אין דעם קאונטי זענען געווען דראמאטיש העכער פון אלע אנדערע..

האט נישט גענימען לאנג און מ'האט אנגעהויבן כאפן די זאך. די ארטיגע נייעס קוועלער האבן אויפגעדעקט איבער אן אפאראציע וואס איז אנגעגאנגען אין בלעידען קאונטי דורך א גרופע אויפגענימען דורכן העריס קאמפיין און די האבן ארומגעשיקט חברה אויפפיקן דעמאקראטישע באלאטס און עס קיינמאל אריינגעשיקט צום באורד אוו עלעקשאן אדער גאר עס אויסגעפילט פאר העריס..

לעצטע וואך ווען ס'איז געקומען צו סערטיפייען די רעזולטס ווי דער סדר איז האט דער בייפארטיזען קאמיטע דעקליינד עס צו פארזיגלען אין ליכט פונעם סקאנדאל און די זשאסטעץ דעפארטמענט און די עף בי איי האבן געעפענט אן אינוועסטיגעשאן צוזאמען מיט לאקאלע אטאריטעטן.

היינט האט די וואשינגטאן פאוסט אויפגעדעקט אן אידענטיטעט פון א פרוי, איינס פון די ארבייטער פון דעם פראוד אפאראט, וואס האט אראפגעלייגט איר אקטיוויטעטן אלס א פשוטע ארבייטער צוזאמנעמענדיג מסיח לפי תמה בעלאטס פון צענדליגער מענטש און עס איבערגעגעבן פארן גרופע הויפט 'מעקרעי דאולס'. די פאוסט האט געטראפן פון איר בעטש אליין בעלאטס וואס זענען קיינמאל געפראסעסט געווארן!

יעצט ביינאכט האט דער לאקאלער נייעס סטאנציע WSOCTV געמאלדן אז זיי האבן אנדעקט א פרישע ארבייטארער פאר די גרופע 'קערל קינדלאו' וואס פארציילט זי האט געהאט די זעלבע זשאב, דעליווערן בעלאטס גלייך צום פראוד העדקווארטערס און נישט צום באורד אוו עלעקשאנס.

די נייעס סטאנציע האט אידענטיפיצירט נאך 4 ארבייטער מיט די זשאב פאר די זעלבע גרופע, אלע האבן זיך אנטזאגט צו קאמאנטירן.

די באורד אוו עלעקשאנס האט פריער געמאלדן אז זיי גייען אנפאנגען צו פובליצירן דאקומענטן ארום דעם אינוועסטיגעישאן אזוי פריה ווי היינט נאכט. די אינוועסיגעישאן איז קרימינאל צוליב וואס אפילו מ'טרעפט נישט די שפירן פון די פארלוירענע/געגנבעטע/געטוישטע בעלאטס איז די עצם אקט פון ארומגיין אליין נעמען בעלאטס א קרימינאלע אקט און די פירער דערפון וועלן מוזן זיך באקענען מיט די קאנסעקווענצן, און מ'וועט ברויכן זעהן ווי ווייט ארויף דאס גייט, און צו דער קאנדידאט העריס אליין האט געוויסט דערפון.

בקיצור לויט אלע ווארשיינליכקייטן קוקט אויס קומט נאך אסאאאך פאן אין דעם סקאנדאל, אנגעהויבן פון ארעסטן ביז א נייע עלעקשאן.. איז וועט מען אין דעם אשכול קענען ברענגען אלע אפדעיטס ארום דעם.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:02 pm

די בנין פון ווי די באשולדיגטע וואל פעלטשערייען איז אנגעפירט געווארן.
צוגעלייגטע
IMG_20181204_205752.jpg
IMG_20181204_205752.jpg (421.11 KiB) געזעהן 2334 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:03 pm

דער לאקאלער דיסטריקט אטורני באשטעטיגט פובליקלי אז א ברייטפארצווייגטע אינוועסטיגעישאן איז אונטערוועגנס.
צוגעלייגטע
IMG_20181204_205843.jpg
IMG_20181204_205843.jpg (141.67 KiB) געזעהן 2332 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:51 am

דער רעפובליקען קאנדידאט 'מארק העריס' זעלבסט איז אצינד פארמישט אינעם סקאנדאל נאכדעם וואס אן אנדערער קאנדידאט, א פריינט זיינער, איז אפירגעקומען פארציילן אז העריס האט אים פארגעשלאגן צו הייערן דעם 'דאולס'ס פירמע וויבאלד ער האט א געלונגענע "פראצעדור"..

דארף מען נאר געוואיר ווערן צו ער האט געוויסט וואס די פראצעדור איז.. און נאך וואס סובפינעס זענען די לעצטע טעג ארויסגעשיקט געווארן צו פארמישטע אינעם סקאנדאל וועליך נישט זיין סורפרייזד אויב ער קריגט נעקסט.
צוגעלייגטע
IMG_20181206_054026.jpg
IMG_20181206_054026.jpg (87.82 KiB) געזעהן 2112 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:35 am

בקיצר דאס װאס די דעמיקראטען טיען שױן יארן אין קארליפארניע איז יעצט א סקאנדאל װען א ריפאבליקאנער טוט זעלבע אין נארט קאראליינע

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:53 am

אין אנדערע נייעס זאגט דער דיסטריקט אטוירני פון וועיק קאונטי, אז עס איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז איבער א "טויזענט" בעלאטס פון דעמאקראטישע וואטערס זענען עלימענירט-דיסרויט-פארברענט געווארן.

די דיפרענס צווישן די צוויי קאנדידאטן איז אינגאנצן 900 שטימען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:14 pm

דאס מיינט אז מ'רעדט שוין א פרישע קאונטי, ביז יעצט איז די רעדע געווען בלויז פון בלעידן
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:22 pm

נאך...

דער רעפובליקאנער קאנדידאט און גלח 'העריס' וואס איז יעצט געלאפן אין דזעשנערל עלעקשאנס האט אין לעצטן מאי באזיגט דעם אמטירענדן רעפובליקאנער קאנרעסמאן, ראבערט פיטענגער.

נאך יענע וואהלן האט זיך דער קאנרעסמאן אפגערעדט צו עטליכע פריינט, וואס זענען יעצט ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט, אז ער האלט אז העווי פראוד איז פארגעקומען. א קאמפלעין איז ארויס צו די NRCC און די אנדערע רעפובליקאנער שישקעס, ס'איז אבער געפאלן אויף טויבע אויערן. די NRCC לייקענט עס.

זיי האבן דאן אנגעוויזן גנוי אויף דעם זעלבן פראבלעם וואס מ'האט יעצט, נעמליך אז די 'עבסענטי בעלאט נומבערס שטימען נישט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:36 pm

ברעקינג: 'דאן מעקרעידי' (ד- נ"ק 9'טע דיסטריקט קאנדידאט) ציעט צוריק זיין קאנצעסיע.

מעקרעדי זאגט ער איז אצינד איבערצייגט אז העריס איז געשטאנען אונטער דעם קרימינאלן עלעקשאן פראוד אפאראציע און האט נישט וואס צו זיכן אין קאנגרעס.

די נייע קאנגרעס פירערשאפט (ד) האבן געמאלדן אז העריס וועט נישט געזעצט ווערן ווילאנג די זאך איז נישט געהעריג קלאר דורך אן אומפארטייאישן פוסק.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 11:40 am

פרישע אפדיעוועט געפיילט געווארן אז "דשי או פי אפרעטיוו" האט געהאלטן ביי זיך אין באזיץ איבער 800 בעלאטס וואס ער האט נישט איבערגעגעבן פאר די עלעקשאן באורד.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:08 pm

ברעיקינג:

די נארט קאראליינע באורד אוו עלעקשאנס דערקלערט די פארלאפענע וואלן אין די 9'טע דיסטריקט געפעלטשט. פאררופט נייע עלעקשאנס!

קומט נאך וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט האט קאראפטירט די וואוטס און איז די ערשטע וואלן צו ווערן אינוואליד אין 40 יאר.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:21 pm

רוסלאנד, כינע, און ווענוזיעלע, אנערקענען די עלעקשען'ס אלס לעגיטימע...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:קומט נאך וואס דער רעפובליקאנער קאנדידאט האט קאראפטירט די וואוטס און איז די ערשטע וואלן צו ווערן אינוואליד אין 40 יאר.


הלא דבר הוא..

נישט ממש ער, נישט דע ערשטע מאל אין פערציג יאר..

אויב זאל פאלטשע וואויטס ווערן גענצליך אויסגעראטן, וועלן די דעמעקראטן דערלייגן עטליכע קאנגרעסלייט.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:31 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:נאך...

דער רעפובליקאנער קאנדידאט און גלח 'העריס' וואס איז יעצט געלאפן אין דזעשנערל עלעקשאנס האט אין לעצטן מאי באזיגט דעם אמטירענדן רעפובליקאנער קאנרעסמאן, ראבערט פיטענגער.

נאך יענע וואהלן האט זיך דער קאנרעסמאן אפגערעדט צו עטליכע פריינט, וואס זענען יעצט ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט, אז ער האלט אז העווי פראוד איז פארגעקומען. א קאמפלעין איז ארויס צו די NRCC און די אנדערע רעפובליקאנער שישקעס, ס'איז אבער געפאלן אויף טויבע אויערן. די NRCC לייקענט עס.

זיי האבן דאן אנגעוויזן גנוי אויף דעם זעלבן פראבלעם וואס מ'האט יעצט, נעמליך אז די 'עבסענטי בעלאט נומבערס שטימען נישט.

אה, סאו קודם דארף מען מאכן פרישע פריימערי'ס, ניין?
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 7:12 pm

יא, אויך וועט זיין וואלן מיט פריימעריס אין די אנדערע דיסטריקט דארט ווי דער רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן איז געשטארבן, דארט וועט בלויז וועגן די נייע געזעץ אויך זיין פריימעריס, וואס וועט דארט זיין די עיקר, ווייל די דיסטריקט איז גענוג רויט אז דער רעפאבליקאנער וועט דארט זיכער געווינען.

בקיצור, דער כביכול שטעלט צו אסאך עקשן אין די סטעיט פאר אידן וואס גלייכן פאליטיק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:13 pm

מעקאנעל האט היינט אדרעסירט די נארט קאראליינע עלעקשאן פראוד, זאגנדיג אז עס איז קלאר פארגעקומען פראוד וועלכע האט געהאלפן די רעפאבליקאנער רעפרעזענטעטיוו.

ער זאגט אז שוין יארן וואס די רעפאבליקאנער ווילן פארזיכערן די וואלן פון פראוד, אבער די דעמאקראטען ווארפן דאס אפ מיט'ן טענה אז עס קומט בכלל נישט פאר קיין וואל פעלשונוגען.
יעצט פלוצלינג זענען זיי שטיל געווארן, ער האפט אז יעצט וועט מען שוין קענען דורכפירן געזעצן וואס וועלן פארזיכערן די וואלן, אריינגערעכנט געזעצען צו דארפן ברענגען איי-די פארן וואוטן, און שטרענגערע געזעצען אויף די וועג וויאזוי מ'שיקט צוריק די עבסענטי בעללאטס.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:57 pm

הייסטעס אז די דעמאקראטן זענען גאר שולדיג אויפן רעפובליקענס עלעקשאן פראוד...

פאר אזא ספין דארף מען טאקע א דיטש קאקעין מיטש קאפ.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:17 pm

כאפצעם האט געשריבן:הייסטעס אז די דעמאקראטן זענען גאר שולדיג אויפן רעפובליקענס עלעקשאן פראוד...

פאר אזא ספין דארף מען טאקע א דיטש קאקעין מיטש קאפ.

דעיס האט ער געזאגט?

פאר אזא ספין דארף מען א כאפצעם קאפ..
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 26, 2019 1:57 pm

כאפצעם האט געשריבן:הייסטעס אז די דעמאקראטן זענען גאר שולדיג אויפן רעפובליקענס עלעקשאן פראוד...

פאר אזא ספין דארף מען טאקע א דיטש קאקעין מיטש קאפ.

שלעכט פארשטאנען.

ער ברענגט בעיקר ארויס אז געווענליך ווען ס'געווען באשולדיגונגען אויף וואל פעלשונוגען וואס האבן געפעיווארד די דעמאקראטען האבן עס די דעמאקראטען געלייקנט און גע'טענה'ט אז ס'קומט בכלל נישט פאר קיין שום פראוד,
יעצט ווען די פראוד האט געפעיווארד די רעפאבליקען איז די ניגון פון ס'בכלל נישטא קיין פעלשונגען פארשוואונדן געווארן, דאס ווייזט אז די טענה איז נישט אמת.

ער האט ארויסגעברענגט דאס וואס די עבסענטי בעלאטס האבן געטוישט עטליכע סענעטאר און רעפרעזענטעטיוו רעיסעס אין די פארגאנגענע וואלן און וואונדערליך איז אלעס געווען לטובת די דעמאקראטען...
ווי אויך האט ער אראפגעריסן די זייער לויזע וואל רעגולאציעס וואס איז דא אין קאליפארניע, די געזעץ ערלויבט ווער ס'וויל צוזאמצונעמען די עבסענטי בעלאטס אין אפדראפען אינעם וואל ארט, ד.מ. אז די אלע קאלעקטערס קענען רואיג צוריקהאלטן בעלאטס פון אנקומען, זיי קענען גאר אפי' אליינס אריינפילן די בעלאטס ס"ה דארפן זיי נאר אן אונטערשריפט פונעם וואוטער, און אזוי האט ער ארויסגעברענגט די פילע לעכער אינעם נאציאנאלן וואוטינג סיסטעם.

און ער האפט אז יעצט ווען "יעדער" איז מודה אז ס'קומט פאר פעלשונגען וועט מען שוין ענדליך קענען דורכפירן געזעצן צו פארזיכערן די וואלן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:26 pm

העריס וועט נישט לויפן נאכאמאל

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:העריס וועט נישט לויפן נאכאמאל

גוטע נייעס פאר די ריפאבליקענס

איך וואלט עס גערוקט יעצט פון טאססאפ צו ליען רעפאבליקען

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג פאברואר 26, 2019 9:43 pm

כאפצעם האט געשריבן:הייסטעס אז די דעמאקראטן זענען גאר שולדיג אויפן רעפובליקענס עלעקשאן פראוד...

פאר אזא ספין דארף מען טאקע א דיטש קאקעין מיטש קאפ.

אודאי אזוי. ווען זיי באקעמפן ווען נישט יעדע פרואוו צו פארמיידן וואוטינג פראוד וואלט עס נישט געקענט פאסירן.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:26 pm

ברעיקינג: ערשטע ארעסט דורכגעפירט אינעם סקאנדאל.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

ברעיקינג!

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג מאי 14, 2019 11:04 pm

נארט קאראליינע סטעיט סענאטאר דאן בישאפ האט געוואונען די היינטיגע רעפאבליקאנע פריימערי, ער איז געווען די סטעיט פארטיי'ס קאנדידאט אבער איז געלאפן אנטקעגן אנדערע ניין קאנדידאטן, ער האט געוואונען 47% סאך מער פונעם פארלאנגטע 30% צו פארמיידן אן ראנאף, ער וועט לויפן אנטקעגן די ארגינעלע דעמאקראטישע קאנדידאט Dan McCready.
נעמענדיג אין באטראכט די נאנטע ליעד פון העריס אין נאוועמבער אפילו נאכן פראוד, קענען די דעם. האפן פאר א זיץ וואס די רעפאבליקאנער האבן שוין פון 1960! אבער די פאקטאר אז עס העט זיכער זיין ווייניגער טורנאט איז מסתם פאר די רעפאבליקאנער, העט זיין א נאנטע רעיס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חיים אשר, קרייסלער און 34 געסט