נארט קאראליינע עלעקשאן פראוד סקאנדאל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

נארט קאראליינע עלעקשאן פראוד סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 8:20 pm

טוצעך טישן אויף בענק מיט אן עלעקשאן פראוד סקאנדאל אין נארט קאראליינע וואס ווערט גרעסער און ברייטער מיט יעדן פארבייגייענדער טאג.

די רעדע איז מיטן נארט קאראליינע'ס 9'טער דיסטריקט ווי דער רעפובליקאנער 'מארק העריס' האט געווינען די פארלאפענע נאוועמבער וואלן מיט 998 שטימעס פון ארום 280,000 שטימען, אבער מ'האט אנגעהויבן כאפן נאך די וואלן גאר מאדנע זאכן ווי דאס אז בעת וואס אין אלע קאונטיס האט דער דעמאקראט 'דען מעקרעידי' געווינען באקוועם די עבסענטי האט העריס גאר געווינען דעם דעמאקראטישן קאונטי מיט 2 דריטל שטימען..און דערנאך אז די באלאט פארלאנגען אין דעם קאונטי זענען געווען דראמאטיש העכער פון אלע אנדערע..

האט נישט גענימען לאנג און מ'האט אנגעהויבן כאפן די זאך. די ארטיגע נייעס קוועלער האבן אויפגעדעקט איבער אן אפאראציע וואס איז אנגעגאנגען אין בלעידען קאונטי דורך א גרופע אויפגענימען דורכן העריס קאמפיין און די האבן ארומגעשיקט חברה אויפפיקן דעמאקראטישע באלאטס און עס קיינמאל אריינגעשיקט צום באורד אוו עלעקשאן אדער גאר עס אויסגעפילט פאר העריס..

לעצטע וואך ווען ס'איז געקומען צו סערטיפייען די רעזולטס ווי דער סדר איז האט דער בייפארטיזען קאמיטע דעקליינד עס צו פארזיגלען אין ליכט פונעם סקאנדאל און די זשאסטעץ דעפארטמענט און די עף בי איי האבן געעפענט אן אינוועסטיגעשאן צוזאמען מיט לאקאלע אטאריטעטן.

היינט האט די וואשינגטאן פאוסט אויפגעדעקט אן אידענטיטעט פון א פרוי, איינס פון די ארבייטער פון דעם פראוד אפאראט, וואס האט אראפגעלייגט איר אקטיוויטעטן אלס א פשוטע ארבייטער צוזאמנעמענדיג מסיח לפי תמה בעלאטס פון צענדליגער מענטש און עס איבערגעגעבן פארן גרופע הויפט 'מעקרעי דאולס'. די פאוסט האט געטראפן פון איר בעטש אליין בעלאטס וואס זענען קיינמאל געפראסעסט געווארן!

יעצט ביינאכט האט דער לאקאלער נייעס סטאנציע WSOCTV געמאלדן אז זיי האבן אנדעקט א פרישע ארבייטארער פאר די גרופע 'קערל קינדלאו' וואס פארציילט זי האט געהאט די זעלבע זשאב, דעליווערן בעלאטס גלייך צום פראוד העדקווארטערס און נישט צום באורד אוו עלעקשאנס.

די נייעס סטאנציע האט אידענטיפיצירט נאך 4 ארבייטער מיט די זשאב פאר די זעלבע גרופע, אלע האבן זיך אנטזאגט צו קאמאנטירן.

די באורד אוו עלעקשאנס האט פריער געמאלדן אז זיי גייען אנפאנגען צו פובליצירן דאקומענטן ארום דעם אינוועסטיגעישאן אזוי פריה ווי היינט נאכט. די אינוועסיגעישאן איז קרימינאל צוליב וואס אפילו מ'טרעפט נישט די שפירן פון די פארלוירענע/געגנבעטע/געטוישטע בעלאטס איז די עצם אקט פון ארומגיין אליין נעמען בעלאטס א קרימינאלע אקט און די פירער דערפון וועלן מוזן זיך באקענען מיט די קאנסעקווענצן, און מ'וועט ברויכן זעהן ווי ווייט ארויף דאס גייט, און צו דער קאנדידאט העריס אליין האט געוויסט דערפון.

בקיצור לויט אלע ווארשיינליכקייטן קוקט אויס קומט נאך אסאאאך פאן אין דעם סקאנדאל, אנגעהויבן פון ארעסטן ביז א נייע עלעקשאן.. איז וועט מען אין דעם אשכול קענען ברענגען אלע אפדעיטס ארום דעם.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:02 pm

די בנין פון ווי די באשולדיגטע וואל פעלטשערייען איז אנגעפירט געווארן.
צוגעלייגטע
IMG_20181204_205752.jpg
IMG_20181204_205752.jpg (421.11 KiB) געזעהן 797 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:03 pm

דער לאקאלער דיסטריקט אטורני באשטעטיגט פובליקלי אז א ברייטפארצווייגטע אינוועסטיגעישאן איז אונטערוועגנס.
צוגעלייגטע
IMG_20181204_205843.jpg
IMG_20181204_205843.jpg (141.67 KiB) געזעהן 795 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:51 am

דער רעפובליקען קאנדידאט 'מארק העריס' זעלבסט איז אצינד פארמישט אינעם סקאנדאל נאכדעם וואס אן אנדערער קאנדידאט, א פריינט זיינער, איז אפירגעקומען פארציילן אז העריס האט אים פארגעשלאגן צו הייערן דעם 'דאולס'ס פירמע וויבאלד ער האט א געלונגענע "פראצעדור"..

דארף מען נאר געוואיר ווערן צו ער האט געוויסט וואס די פראצעדור איז.. און נאך וואס סובפינעס זענען די לעצטע טעג ארויסגעשיקט געווארן צו פארמישטע אינעם סקאנדאל וועליך נישט זיין סורפרייזד אויב ער קריגט נעקסט.
צוגעלייגטע
IMG_20181206_054026.jpg
IMG_20181206_054026.jpg (87.82 KiB) געזעהן 575 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:35 am

בקיצר דאס װאס די דעמיקראטען טיען שױן יארן אין קארליפארניע איז יעצט א סקאנדאל װען א ריפאבליקאנער טוט זעלבע אין נארט קאראליינע

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:53 am

אין אנדערע נייעס זאגט דער דיסטריקט אטוירני פון וועיק קאונטי, אז עס איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז איבער א "טויזענט" בעלאטס פון דעמאקראטישע וואטערס זענען עלימענירט-דיסרויט-פארברענט געווארן.

די דיפרענס צווישן די צוויי קאנדידאטן איז אינגאנצן 900 שטימען.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:14 pm

דאס מיינט אז מ'רעדט שוין א פרישע קאונטי, ביז יעצט איז די רעדע געווען בלויז פון בלעידן
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:22 pm

נאך...

דער רעפובליקאנער קאנדידאט און גלח 'העריס' וואס איז יעצט געלאפן אין דזעשנערל עלעקשאנס האט אין לעצטן מאי באזיגט דעם אמטירענדן רעפובליקאנער קאנרעסמאן, ראבערט פיטענגער.

נאך יענע וואהלן האט זיך דער קאנרעסמאן אפגערעדט צו עטליכע פריינט, וואס זענען יעצט ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט, אז ער האלט אז העווי פראוד איז פארגעקומען. א קאמפלעין איז ארויס צו די NRCC און די אנדערע רעפובליקאנער שישקעס, ס'איז אבער געפאלן אויף טויבע אויערן. די NRCC לייקענט עס.

זיי האבן דאן אנגעוויזן גנוי אויף דעם זעלבן פראבלעם וואס מ'האט יעצט, נעמליך אז די 'עבסענטי בעלאט נומבערס שטימען נישט.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:36 pm

ברעקינג: 'דאן מעקרעידי' (ד- נ"ק 9'טע דיסטריקט קאנדידאט) ציעט צוריק זיין קאנצעסיע.

מעקרעדי זאגט ער איז אצינד איבערצייגט אז העריס איז געשטאנען אונטער דעם קרימינאלן עלעקשאן פראוד אפאראציע און האט נישט וואס צו זיכן אין קאנגרעס.

די נייע קאנגרעס פירערשאפט (ד) האבן געמאלדן אז העריס וועט נישט געזעצט ווערן ווילאנג די זאך איז נישט געהעריג קלאר דורך אן אומפארטייאישן פוסק.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מזל מידיע און 31 געסט